שאלה אין קורצן ענין
#24 - מעג איך גיין צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש, אין חודש ניסן?
שידוכים, יבנאל, מוהרא"ש, קברי צדיקים, סגולות, חודש ניסן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים, און פאר די געוואלדיגע ספעציעלע ניגונים וואס זענען מעורר די טיפענישן פון הארץ.


איך וויל יעצט פארן צו מוהרא"ש'ס ציון אין יבנאל אויסצוזאגן גאנץ תהלים פאר א סגולה צו טרעפן א שידוך. מיין שאלה איז נאר אויב מען מעג גיין אום חודש ניסן. פאר מיר קומט יעצט אויס גרינגער ווייל ס'איז בין הזמנים, איך ווייס נאר נישט אויב ס'איז אויסגעהאלטן צו גיין אויף קברים אין חודש ניסן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי ב', מברכים החודש, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט גיין חודש ניסן צום ציון פון מוהרא"ש אויסזאגן תהילים צו טרעפן א שידוך.


בעצם די זאך פון נישט גיין חודש ניסן צו קברים איז נישט קיין קלארע הלכה, עס איז א מנהג און עס איז דא אין דעם אסאך צו רעדן לכאן ולכאן, אבער צו א ציון פון א צדיק קען מען גיין.


מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


א פרייליכן שבת.


 


 

#23 - זאל איך ענדערש פארן קיין אומאן, אדער ענדערש קיין יבנאל?
אומאן, שידוכים, חובות, התחזקות, יבנאל, ישועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן עלטערער בחור, איך ווארט שוין יארן פאר מיין שידוך, איך האב שוין פרובירט אזויפיל זאכן און סגולות, אבער דערווייל זע איך נאכנישט מיין ישועה. איך פרוביר צו זיין ערליך און תשובה טון, איך האב שוין געזוכט וועמען איך דארף אלץ איבערבעטן, איך זאג יעדן טאג פרשת הנישואין און תיקון הכללי, פארגאנגענע יאר האב איך געלערנט מסכת תענית יעדן טאג פון ט"ו באב ביז ראש השנה, איך בעט און איך זינג צום אייבערשטן אויף מיין מאמע לשון, איך פרוביר צו לערנען ח"י פרקים משניות פון צייט צו צייט, איך פרוביר צו לערנען אביסל גמרא, אבער דערווייל זענען די שערי שמים פארשלאסן.


איך שפאר יעצט געלט פאר א טיקעט, כאטש וואס איך קען נישט פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, וויל איך כאטש פארן אינמיטן יאר, איז מיין שאלה אבער וואס איך זאל ענדערש טון, זאל איך ענדערש פארן קיין אומאן צום רבי'ן, אדער ענדערש קיין יבנאל אויסצוזאגן תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאלסטו פארן צו ביידע, סיי קיין אומאן און סיי קיין יבנאל; ווייל ווען מען דארף א ישועה איז געלט קיין אפהאלט, מען טוט אלעס אין דער וועלט וואס מען קען נאר טון - ביז מען באקומט די ישועה.


געלט טאר נישט זיין קיין אפהאלט פון פארן קיין אומאן און קיין יבנאל און אזוי אויך צו אנדערע מקומות הקדושים; אז דו האסט נישט קיין געלט זאלסטו בארגן, מוהרא"ש זאגט מען מעג בארגן געלט צו קענען פארן קיין אומאן. הגם מוהרא"ש האט אונז זייער שטרענג אנגעזאגט נישט צו בארגן געלט, דאך זאגט מוהרא"ש אז מען מעג בארגן און מען זאל בארגן געלט צו קענען פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון, דער רבי זארגט פאר די שפעזן, דער רבי האט בפירוש געזאגט: "איך זארג פאר ענקער שפעזן, די וועג צו מיר און די וועג אהיים".


יעצט איז נישט שייך צו פארן קיין ארץ ישראל, די גרעניץ איז פארמאכט, מען לאזט נישט אריין קיין חוץ לארץ'דיגע בירגער, יעצט איז נאר שייך צו פארן קיין אומאן צום רבי'ן; זאלסטו קודם פארן קיין אומאן און עוד חזון - וועסטו פארן קיין ארץ ישראל.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך, פארליר זיך נישט; עס איז פאר דיר אויך דא א שידוך, עס איז אנגעגרייט פאר דיר א פאר נאך פון איידער דו ביסט באשאפן געווארן; בלייב שטארק מיט דיין אמונה אינעם אייבערשטן, בעט אים איין מאל און נאכאמאל און א דריטע מאל און א פערטע מאל און טויזנט מאל - ביז דו וועסט באקומען דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#22 - איז דער אייבערשטער נישט אינטערעסירט מיר אויסצוהערן?
שידוכים, יבנאל, תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, געפילן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין פון ארץ ישראל, און איך מוז זיך באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס איך באקום פון אייערע דרשות כסדר. עס העלפט מיר אזויפיל אין לעבן, און איך האב שוין ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן אסאך מאל ששה סדרי משנה.


איך בין א גרוש שוין פאר אסאך יאר, און דאס איז מיר זייער שווער. איך בין שוין געווען צוויי מאל ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, איך האב אבער נאכנישט זוכה געווען צו טרעפן מיין זיווג, וואס נאך קען איך טון?


ווען איך רעד צום אייבערשטן איז מיר עס אסאך מאל זייער שווער, איך שפיר קיינמאל נישט אז איך האב יוצא געווען, אז איך האב שוין גענוג געבעטן, און אסאך מאל שפיר איך אז דער אייבערשטער וויל מיר בכלל נישט אויסהערן.


אויך ווייס איך נישט אויב איך מעג אלעס זאגן פאר'ן אייבערשטן, צום ביישפיל ווען איך וויל דערציילן מיינע שווערע נסיונות פאר'ן אייבערשטן, קען דאס אמאל נאך זיך שטארקן די נסיונות נאך מער לכבוד דעם.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לעבסט מיט די עצה פון התבודדות; דו שמועסט מיט'ן אייבערשטן, דו דערציילסט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. דאס איז דאך גן עדן, דאס איז עולם הבא; ווען מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מען רעדט זיך אויס דאס הארץ צו אים - דעמאלט איז מען זוכה צו שפירן מעין דמעין פון עולם הבא, מען שפירט גן עדן אויף די וועלט.


איך בעט דיר זייער, זיי ממשיך מיט די הייליגע הנהגה; קוק נישט אויף דעם אז דו שפירסט אסאך מאל ווי קיינער הערט דיר נישט אויס, אזוי גייט דאס מיט אלעמען.


דער רבי אליינס האט דערציילט אז ער פלעגט שפירן ביי התבודדות ווי מען הערט אים נישט אויס; ער האט אויך געהאט חלישות הדעת פון דעם, ווען ער האט געזען ווי עס גייען אריבער טעג און וואכן וואס ער בעט דעם אייבערשטן און ער האט נישט געשפירט ווי עפעס רוקט זיך, נאכדעם האט ער חרטה געהאט, ער האט זיך זייער געשעמט אז ער האט אפגעלאזט די הייליגע הנהגה (שבחי הר"ן, סימן ה, יב).


איך בעט דיר זייער, קוק נישט אויף דעם, דו רעד ווייטער יעדן טאג צום אייבערשטן; יא געפילן, נישט געפילן, - דאס איז נישט די זאך, דער עיקר איז טון און טון און טון.


דער סמ"ך מ"ם האלט נישט אויס ווען מען גייט אויף דעם הייליגן וועג, ער זוכט אלע מיטלען צו שטערן דעם מענטש און אים אפקילן פון די עבודה, איינמאל מאכט ער טראכטן 'קיינער הערט מיר נישט אויס', א צווייטע מאל מאכט ער טראכטן 'מען הערט יא אויס; נו, דארף מען דאך מער רעדן', ער מאכט שפירן ווי עס איז נישט גענוג וכו' וכו', אבי דער מענטש זאל אפלאזן די הייליגע הנהגה.


דאס וואס דו זאגסט אז ווען דו דערציילסט פאר'ן אייבערשטן ווערן די נסיונות שטערקער; דאס איז נישט וואר, די נסיונות זענען נסיונות, זיי זענען זייער ביטער, פון דעם קען מען נישט פטור ווערן נאר דורך דערציילן דעם אייבערשטן בפרטי פרטיות. אודאי איז דאס נישט געשמאק, מען שעמט זיך זייער ווען מען דערציילט דאס אלעס, מען הייבט אן זען ווער מען איז, מען הייבט אן זען ווי ווייט מען איז; דאך דארף מען דאס דערציילן פאר'ן אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט קלאר (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ד) אז ווען א מענטש זינדיגט ווערן די עבירות איינגעקריצט אין זיינע ביינער אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס גייט נישט ארויס נאר דורך וידוי דברים, נאר ווען מען דערציילט עס אויס דעם אייבערשטן.


דעריבער זאלסטו ווייטער גיין מיט די הייליגע הנהגה, זיי זיך מתבודד; דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, זאג אים ווי שווער עס איז דיר אליינס, און ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל; דורכדעם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע עונשים, דו וועסט זוכה זיין צו קענען טרעפן דיין זיווג.


גיי נאכאמאל און נאכאמאל קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש, וועסטו זיכער זען גרויסע ישועות; ווען איך וואלט ווען געווען אין ארץ ישראל וואלט איך געגאנגען אן א שיעור מאל צום ציון פון מוהרא"ש.


מוהרא"ש שרייבט אזעלכע ווערטער אין די צוואה, סיי פאר בחורים און סיי פאר מיידלעך, אז ער וועט נישט רוען ביז זיי וועלן האבן זייער שידוך, און בכלליות פאר אונז אלע שרייבט מוהרא"ש דעם לשון (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - איך האב זיך שוין גע'גט, ווי אזוי טרעפט מען א גוטע שידוך?
שידוכים, יבנאל, שלום בית, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז דורכגעגאנגען אסאך שוועריקייטן אין לעבן, איך האב חתונה געהאט מיט א מאן וואס האט מיר צוביסלעך אפגעטיילט פון יעדן איינעם, פון מיינע עלטערן, פון מיינע געשוויסטער, און פון מיינע חבר'טעס, ביז איך האב געמוזט זיין אנגעהאנגען נאר אין אים, און דאן האט מיר אנגעהויבן זייער צו פייניגן און רודפ'ן, מיר נישט געלאזט קויפן קיין קליידער און קיין שום זאך, און פיל מאל בכלל נישט געלאזט ארויסגיין פון הויז.


איינמאל האט ער גערופן די פאליציי אויף מיר אז איך וויל זיך נעמען דאס לעבן, די פאליציי האט גערעדט מיט מיר און געזען אז איך בין אין ארדענונג, און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי זענען געקומען מיר ארעסטירן, נאר זיי האבן געזען אז אלעס איז אקעי, און האבן מיר אפגעלאזט. דאס איז נאר איינע פון די פילע דוגמאות וויפיל איך האב געליטן פון אים.


למעשה האב איך זיך געמוטשעט זייער שטארק, איך האב אייך דעמאלט געשיקט א בריוו צו בעטן חיזוק, איר האט מיר מחזק געווען און געזאגט איך זאל אייך מבשר זיין גוטע בשורות פון מיין מאן און קינדער, למעשה האבן מיר נישט געהאט קיין קינדער, און יענעם טאג וואס איך האב צוריק באקומען אייער ענטפער איז מיין מאן אנטלאפן פון שטוב, און זעט אויס אז דאס איז געווען די גוטע בשורה, איך האב זיך זייער געמוטשעט פאר א לאנגע צייט ביז ער האט מסכים געווען מיר צו שיקן א גט.


זייט מיר האבן זיך גע'גט, האב איך אנגעהויבן צו ווערן צוריק א פרייליכער מענטש, איך האב ממש נישט געהאט קיין טעם אין מיין לעבן מיט אים, ער האט מיר ארויסגענומען די גאנצע סיפוק אין לעבן. יעצט האב איך געזען אז איך קען זיך ב"ה נאך בעסער אן עצה געבן ווי מיט אים, איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן צו האבן אויף צום לעבן, איך קען זיך נישט אנלייגן אויף מיינע עלטערן.


איך וויל זייער טרעפן א גוטע וואוילע און ערליכע שידוך, און צוריק אנהויבן א נארמאלע לעבן, איך דארף חיזוק זיך צו קענען דערהאלטן אין לעבן, און איך דארף תפלות צו טרעפן ווי שנעלער מיין ריכטיגער שידוך.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז איר זענט פטור געווארן פון דעם מסוכן'דיגער מענטש וואס האט אייך געפייניגט מיט שרעקליכע פייניגונגען; א נס אז ער האט אייך געגעבן א גט, יעצט קענט איר זיך ערהוילן, זיך שטארקן און זיין גרייט צו טרעפן אייער זיווג און אויפבויען א בית נאמן בישראל.


די גרעסטע חיזוק פאר אייך, איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אז ער היט אייך פון שלעכטס, איר זענט פטור געווארן פון דעם אדם מסוכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות קיב:): "אֵין אָדָם דָּר עִם נָחָשׁ בִּכְפִיפָה אַחַת", א מענטש קען נישט וואוינען מיט א שלאנג אין איין לאך; דאס איז א משל פאר מאן און ווייב, אויב איינער איז א שלאנג, ער פייניגט דעם צווייטן רחמנא לצלן קען מען נישט זיין אינאיינעם אין איין שטוב; זעט איר דאך קלאר די חסדים פונעם אייבערשטן, ער האט אייך געראטעוועט פון ערגערע צרות.


כאפט אייך אריבער קיין יבנאל צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש, איר זאלט דארט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים; איידער איר הייבט אן תהילים זאלט איר זאגן: "איך גיי יעצט זאגן ספר תהילים לזכות מוהרא"ש וואס האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן תהילים פאר זיין זכות וועט ער נישט רוען ביז ער וועט אים ברענגען זיין שידוך".


מוהרא"ש האט צוגעזאגט און אונז געלאזט צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.

#20 - וואס טו איך אז קיינער טראגט נישט אן קיין שידוכים?
שידוכים, יבנאל, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, אבער איך לערן ביי אייך אין ישיבה, איך לערן אויפ'ן סדר דרך הלימוד, און איך פרוביר זיך צו שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. איך האב געקויפט דעם נייעם ספר "עצתו אמונה" און ווען איך שפיר זיך צובראכן עפן איך דעם ספר און איך זאג די ווערטער, און באקום דארט אסאך חיזוק.


איך וויל האבן א סדר היום ווי אזוי זיך צו פירן טאג טעגליך. איך בין שוין קרוב צו די צוואנציג יאר, אבער איך שפיר זיך ווי א יונגער בחור, קיינער טראגט נישט אן קיין שידוכים, און בין זייער צעבראכן פון דעם. איך בעט דעם אייבערשטן אסאך אויף א שידוך, אבער דערווייל זעט נישט אויס אז עפעס זאל אנקומען.


אויך טוט מיר זייער וויי אז ס'איז נישטא דא קיין חבורת היכל הקודש, אז בחורים און אינגעלייט זאלן זיך קענען מחזק זיין אינאיינעם. אזויפיל בחורים ווארטן אויף דעם זיך צו קענען שטארקן אינאיינעם מיט די דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות; זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס מען טראגט דיר נישט אן קיין שידוכים, עס זעט דיר אויס ווי דו וועסט בלייבן אליינס חס ושלום; גלייב אינעם אייבערשטן אז עס איז דא פאר דיר א שידוך.


איך ווייס אז עס איז נישט גרינג פאר דיר, עס זאגט זיך גרינג: "שטארק זיך", אבער ווי אזוי שטארקט מען זיך ווען מען איז צעבראכן אויף שברי שברים, מען שפירט ווי קיינער פארשטייט מיר נישט? ווייל קיינער פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער. עס איז נישט דא נאך אזא צער אויף די וועלט ווי די צער פון א בחור, ווייל מען האלט אין איין אראפ פאלן אין פגם הברית, דאס מאכט נאכדעם זייער בעצבות ומרה שחורה, און וויפיל מען וויל ארויס קריכן פון דעם האלט מען אין איין צוריק פאלן; דאך בעט איך דיר, שטארק זיך מיט אלע כוחות. נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט, די עצה פון "התבודדות". זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן. זאג פאר'ן באשעפער: "רבונו של עולם טאטע זיסער, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך; עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א בחור איינער אליינס. דער יצר הרע ברענט אין מיר און ווארפט מיר אראפ יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל, ער ווארפט מיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, איך האלט עס נישט אויס, איך וויל נישט טון די אלע עבירות אבער איך בין אזוי ווי א געבינדענער מענטש אן קיין בחירה.


טאטע זיסער, טאטע געטרייער! העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און איך זאל שוין זוכה זיין חתונה צו האבן און לעבן בקדושה, בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר".


כאפ זיך אריבער קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים און טרעפן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג.

#19 - קען מען אויך פועל'ן א זיווג שני אין יבנאל?
שידוכים, יבנאל, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זיך זייער מחיה מיט די שיעורים, איך האב שוין זוכה געווען צו ענדיגן עטליכע מסכתות, און איך גיי יעצט ענדיגן ששה סדרי משנה צום ערשטן מאל ברוך ה', א גרויסן יישר כח פאר דעם און פאר אלעס.


איך האב געוואלט פרעגן איבער די סגולה פון מוהרא"ש פאר שידוכים, אז מ'זאל אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון, אויב דאס איז נאר פאר בחורים, אדער קען דאס אויך העלפן צו טרעפן א זיווג שני?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג, כ"ד תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביים ציון פון מוהרא"ש אין יבניאל קען מען פועל'ן אלע ישועות, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה", אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה", אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועק גיין פון דער וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ", ביי מיין ציון וועט מען קענען פועל'ן וואונדערליכע ישועות. "וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם", ווער עס וועט קומען צו מיין ציון וועל איך זיין פאר אים א מליץ יושר אין הימל, "וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם", און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן א ישועה פאר דעם וואס איז געקומען צו מיין קבר דאווענען און לערנען.


בפרט אין דעם ענין פון שידוכים האט מוהרא"ש צוגעזאגט מיט א שטארקע הבטחה בזה הלשון (שם, שם): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות יעדן טאג ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דעריבער זאלסטו וואס שנעלער פארן קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#18 - פארוואס האט מוהרא"ש געמאכט דעם ברסלב'ער שטעטל יבנאל אזוי ווייט?
יבנאל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין געווען אין ארץ ישראל, און איך בין געפארן פון ירושלים ביז יבנאל אויסצוזאגן דארט גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש, צו באקומען די הבטחה וואס מוהרא"ש האט צוגעזאגט צו פועל'ן א שידוך פאר דעם וואס זאגט אויס תהלים ביי זיין קבר.


איך וואונדער זיך אבער פארוואס מוהרא"ש איז געגאנגען מאכן א שטעטל אזוי ווייט ביים אנדערן עק ארץ ישראל, א וועג פון דריי שעה ביז ירושלים, אין די צייט ווען ס'איז דא אסאך געגנטער פיל נענטער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דאס גרויסקייט פון יבניאל איז דא אסאך צו שרייבן, אבער נישט אלעס קען מען שרייבן וכו'.


דאס ווייסטו אודאי אז יבניאל איז פון די פעלדער פון טבריה, און די הייליגע חכמים זאגן (ראש השנה לא:) אז בשעת'ן חורבן ווען די סנהדרין זענען פארטריבן געווארן אין גלות זענען זיי געגאנגען ביז טבריה, דארט איז געווען דער צענטער גלות, און די גמרא פירט אויס: "וּמִשָּׁם עֲתִידִין לִיגָּאֵל", די גאולה וועט זיך אנהייבן פון טבריה.


אזוי אויך, ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל אין יאר ה'תקנ"ט איז ער געווען אין טבריה פון וואו מען זעט די בערג פון יבניאל, און דער רבי האט געוויזן מיט זיין האנט און געזאגט: "דארט איז גוט צו וואוינען".


יבניאל איז אין די חלק פון שבט נפתלי; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן מז) אז נפתל"י איז די זעלבע אותיות פון תפלי"ן, זאגט מוהרא"ש אז אין דעם איז מרומז די גאנצע געשיכטע (שבחי הר"ן, סימן לא) וואס האט פאסירט ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און עס איז געקומען צו אים א גרויסער מענטש, א בקי אין ש"ס און אין ספרי קבלה, ער האט אנגעהויבן זייער מוטשען דעם רבי'ן ער זאל אים מגלה זיין פארוואס ער איז געקומען קיין ארץ ישראל. ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן: "איך ווייס אז איר זענט נישט געקומען אהער מיט מוחין דקטנות, סתם צו גיין ד' אמות זוכה זיין צו ווערן א בן עולם הבא אדער אנדערע מחשבות וכו', איר זענט זיכער געקומען דא מיט מוחין דגדלות צו משיג זיין גרויסע השגות בעבודת השם, איך בין גרייט אייך צו באדינען מיט מיין גוף, מיט מיין נפש, רוח ונשמה - אבי איר זאלט מיר מגלה זיין פארוואס איר זענט געקומען וכו'", אבער דער רבי האט נישט געוואלט, ער האט אים געזאגט: "איך בעט דיר זייער זאלסט מיר נישט מוטשען אויף דעם, עס איז מיר נישט גרינג צו מגלה זיין פארוואס איך בין געקומען, איך קען נישט אנטפלעקן דעם טעם", אבער ווען יענער האט זיך ווייטער גע'עקשנ'ט האט זיך דער רבי צופייערט און געזאגט דעם לשון: "ווייסט איר דען די סוד און די כוונה פון תפילין? אז איר ווייסט נישט דעם סוד און די כוונה פון תפילין וכו', ווייסט איר דאך נישט דעם סוד פון ארבע רוחות ארץ ישראל", און דער רבי האט אנגעהויבן רעדן ווייטער ביז עס האט אנגעהויבן קומען בלוט פון רבינ'ס האלז. האט דער רבי אים געזאגט: "איר זעט דאך אז מען וויל נישט פון הימל איך זאל אייך מגלה זיין"; פון דעם זעט מען דעם קשר פון ד' רוחות ארץ ישראל צו תפילין וכו', דאס הייסט די ביטול צום אייבערשטן און דאס זיין ארומגענומען און צוגעקלעבט צום הייליגן באשעפער, און תפילי"ן דאס איז נפתל"י, פון דעם קען מען אביסל זען רמזים וואס די זאך פון יבניאל איז.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס מוהרא"ש איז אלץ אריבער אין יבניאל, וויפל צרות מוהרא"ש האט געליטן זיין גאנץ לעבן פון דעם ס"מ - דער שטראף מטעם ... פון יבניאל, דער מלך פון די שדים, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ג' - מחיגר) ווי דער חכם האט גענומען זיינע מענטשן אוועק פונעם ישוב און זיי געפירט צו א מדבר, ער האט געמאכט ארום זיי א קרייז אז קיינער זאל נישט קענען צוקומען און זיי טשעפען, ווען דער קעניג פון די שדים האט באמערקט ווי דער חכם זיצט דארט האט ער געפרעגט דעם חכם: "פארוואס קומסטו אין מיין פלאץ?" האט אים דער חכם געזאגט: "ווער זאגט אז עס איז דיין פלאץ? עס איז מיין פלאץ!" האט דער קעניג דער שד געזאגט פאר'ן חכם: "דו האסט נישט מורא פון מיר?" ענטפערט דער חכם: "ניין", האט דער קעניג דער שד זיך אויסגעצויגן ביז'ן הימל און אים געזאגט: "איך שלינג דיר איין", האט דער חכם געזאגט פאר'ן קעניג דער שד: "איך האב נאך אלץ נישט מורא פון דיר, אז דו ווילסט וועל איך מאכן דו זאלסט מורא האבן פון מיר", דער חכם האט מתפלל געווען צום אייבערשטן עס זאל אנהייבן רעגענען, פלוצלינג האט אנגעהויבן דינערן און בליצן, זענען זיי אלע אויסגע'הרג'ט געווארן.


עס איז כדאי צו קומען פון די גאנצע וועלט קיין יבניאל זען א פלאץ וואו אלע עדות'ן דאווענען צוזאמען און לעבן צוזאמען – אשכנז'ישע, ספרד'ישע און תימנ'ע וכו', וכו'; עס איז נישט דא קיין ראסיזם דארט, מען שפירט דארט דעם טעם וואס עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי דער הנביא זאגט (ישעיהו יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", דער וואלף מיט'ן לעמעלע, דער לעמפערט מיט'ן ציגעלע - וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קוה מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשען און דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות, "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און קיינער וועט נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן, מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפען דיין זיווג.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#17 - ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?
שידוכים, יבנאל, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן טאקע אין ארץ ישראל, אבער איך בין א תלמיד אין אייער ישיבה, איך פריי זיך אזוי שטארק מיט יעדן דיבור, מעשה און שמועס פון הייליגן רבי'ן, איך בין מקושר צום הייליגן רבי'ן.


איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר מגלה געווען א נייעם לעבן, יעדע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א ברענגט מיר נענטער צום אייבערשטן, פרישט מיך אויף פונדאסניי. דער ראש ישיבה שליט"א ווייסט גארנישט וויפיל טויזנטער תלמידים ער פארמאגט איבער די וועלט וואס הערן די שיעורים און לעבן אויף די שיעורים.


איך בין א בחור פון ניינצן יאר אלט, און איך בין זייער צעבראכן אז כ'האב נאכנישט געטראפן מיין שידוך. רוב פון מיין שיעור אין ישיבה האבן שוין חתונה געהאט, און יעדעס מאל איך דערמאן זיך אז איך בין נאך א בחור, ווער איך נאכאמאל צעבראכן.


איך בין געווען די פארגאנגענע יאר חמשה עשר באב אין יבנאל, איך האב אויסגעזאגט גאנץ תהלים ביים ציון  פון מוהרא"ש, דערווייל ווארט איך אבער נאך אז די הבטחה און ישועה זאל אנקומען.


איך דארף האבן חיזוק און הדרכה ווי אזוי זיך צו דערהאלטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן נישט צו ווערן מיאוש; אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ברחמים ובתחנונים וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די עצה סיי פאר א בחור סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג", ווייל מיט תפילה קען מען אלעס פועל'ן.


עס איז דא זייער שיינע תפילות פאר בחורים אין מיידלעך אינעם ספר: "דיין שידוך וועט אנקומען" (איבערגעטייטשט פונעם ספר "מציאת הזיווג"), איך וועל דיר דא אראפ ברענגען א שיינע תפילה וואס מוהרא"ש האט געמאכט פאר בחורים מתפלל צו זיין פאר א שידוך, וואס אויב מען זאגט די תפילה איז מען זוכה צו טרעפן די שידוך:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְ'ן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֶם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה,] אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 

#16 - ווען וועל איך שוין טרעפן מיין שידוך?
שידוכים, יבנאל, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ארץ ישראל, צוואנציג יאר אלט, איך לערן אין ישיבה, אבער רוב פון מיינע חברים האבן שוין חתונה געהאט, און איך בין געבליבן אליין. איך האב נאך אן עלטערער ברודער העכער מיר וואס עס גייט אים נישט אזוי גרינג א שידוך, און איך ווייס נישט צי ער וויל בכלל אזוי שטארק חתונה האבן. איך בין זייער צעבראכן און צעקלאפט, איך וויין אסאך מאל אויף דעם, איך וויל אזוי שטארק טרעפן מיין שידוך, און ס'זעט נישט אויס ווי עס וועט קומען אזוי שנעל.


בערך א האלב יאר צוריק האב זיך געמאכט א פעסטע קבלה זיך צו האלטן זייער ערליך אין קדושה, עס האט אנגעהאלטן ב"ה, אבער אין די לעצטע וואך האב איך געהאט אסאך גרויסע נסיונות און ליידער האב איך נישט געקענט ביישטיין אלע נסיונות רחמנא ליצלן.


איך בין זייער צעבראכן, אינדערהיים איז מיר זייער שווער, אין ישיבה בין איך זייער לאנגווייליג, און איך האב נאכנישט באשלאסן וועלכע פון די צוויי איז בעסער פאר מיר. מיין גאנצער מח איז נאר פארנומען צו טראכטן ווען איך וועל שוין חתונה האבן, ווען איך וועל שוין האבן א נארמאלע לעבן.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זאגט אז קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט א בחור און די צער וואס א בחור גייט דורך. א בחור וויל זיין ערליך, ער וויל זיין ריין און הייליג אבער עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין אראפפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, ביז עס ווערט אים נמאס דאס לעבן און ער דרייט זיך ארום מיט שלעכטע מחשבות כאילו אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויף אים וכו'.


דו בעטסט אן עצה וואס דו זאלסט טון אז דו האלסט אין איין אראפפאלן וכו'; פאלג דעם רבי'ן וואס האט אונז געגעבן די עצה פון התבודדות, זוך דיר א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים וואס גייט אריבער אויף דיר, ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן אין קדושה אבער עס גייט דיר נישט, בעט אים: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; וואס זאל איך טון איך האלט אין איין אראפפאלן? איך שפיר ווי איך ווער פארברענט מיט עבירות, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר, איך פאל אראפ אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי צעבראכן, דאס לעבן איז מיר נמאס", און לייג צו דיינע אייגענע תפילות. רעד צום אייבערשטן אזוי ווי דו וואלסט זיך אויסגערעדט צו דיינס א נאנטער חבר, וועט אראפגיין פון דיר אלע דינים און דער אייבערשטער וועט דיר מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב די תפילות פון א בחור איז אין הימל; דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.): ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך דארף נישט בית דין של מעלה זאל זיך אריין מישן, "אָנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליינס מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס - די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן און דער אייבערשטער ענטפערט פאר'ן צעבראכענעם הארץ שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


אז דו לערנסט אין ארץ ישראל איז כדאי דו זאלסט זיך אריבער כאפן קיין יבניאל צו מוהרא"ש'ס ציון, מוהרא"ש האט מבטיח געווען (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְ'ן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#15 - מיינע עלטערן זוכן א ספעציעלע באמבע שידוך, אבער איך וויל שוין חתונה האבן
שידוכים, יבנאל, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, איך האב יעצט אנגעהויבן מיין צענטע זמן אין ישיבה גדולה אין ארץ ישראל, און ס'איז מיר שווארץ און ביטער פאר די אויגן.


וואס קען איך טון אז מיינע עלטערן ווילן מיר נישט חתונה מאכן? זיי זוכן עפעס גאר א ספעציעלע שידוך אז יעדער אין שול זאל מאכן א גרויסער מצב דערפון, און זיי ווייסן נישט אז איך דארף בכלל נישט די גאנצע פראפעגאנדע, און דארף א פשוטער שידוך, איינע וואס איז גרייט חתונה צו האבן מיט מיר. און ס'איז מיר זייער שווער דאס מסביר צו זיין פאר זיי.


ס'איז מיר זייער א שווער צו זיין א בחור, און ווער רעדט נאך ווען מ'האלט שוין ביים צענטן זמן אין ישיבה גדולה, די נסיונות זענען זייער גרויס, און נישט אלעמאל קען איך בייקומען די נסיונות. וואס קען איך טון אויף הלכה למעשה?


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק, כ'האב זייער הנאה פון זיי, און ס'געבט מיר אסאך חיזוק אין לעבן. דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשע"ט לפ"ק


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר.


דיין געשריי האב איך ערהאלטן.


דיין צער איז זייער גרויס; עס איז נישט דא אויף די וועלט אזא צער ווי דער צער וואס א בחור גייט אריבער. א בחור איז צעבראכן כחרס הנשבר אויף צענדליגער טויזנטער שטיקלעך, און כל זמן מען האט נישט חתונה איז מען א פלג גוף אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (האזינו רצו.): "מַאן דְּלָא אִשְׁתְּכַח דְּכַר וְנוּקְבָּא, אִקְרֵי פְּלַג גּוּפָא", פאר מען האט חתונה איז מען נישט קיין גאנצער מענטש, מען איז האלב, "וְלֵית בִּרְכָתָא שַׁרְיָא בְּמִלָּה פְּגִימָא וַחֲסֵירָא, אֶלָּא בַּאֲתָר שְׁלִים", עס פעלט די ברכות פונעם אייבערשטן וואס קומט נאר ווען א מענטש האט חתונה.


קיינער אויף די וועלט פארשטייט נישט די צער וואס א בחור גייט אריבער; זיינע נסיונות און זיינע יסורים וואס ער האט. פון איין זייט וויל ער זיין ערליך און הייליג, ער וויל זיין אפגעהיטן בקדושה און פון די אנדערע זייט האלט ער אין איין אראפפאלן, ווער רעדט נאך ווען מען זעט זיך אראפפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית, מען איז מוצא זרע לבטלה רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן, דעמאלט ווערט אים גאר ביטער; זיין גאנצע לעבן ווערט אים חרוב, ובעיקר אז ער האט נישט פארוועם צו דערציילן זיין הארץ, קיינער פארשטייט אים נישט, ביז ער ווערט מיאוש און פארדרייט מיט שלעכטע מחשבות השם ירחם.


בעט איך דיר טייערער ברודער, שטארק זיך מיט סבלנות; האב געדולד און ווארט אויס ביז דיין שידוך וועט אנקומען. אפילו עס איז דיר זייער שווער, דו שפירסט אז דיינע עלטערן וועלן זיך מיט שידוכים, זיי ווארטן און ווארטן וכו' וכו' - דאך זאלסטו געדענקען און נישט פארגעסן אז 'דיין שידוך האט מיט קיינעם נישט נאר מיט'ן אייבערשטן'. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


פארליר זיך נישט און ווארט אויס אויף דיין שידוך וואס וועט קומען גאר שנעל. ביז דערווייל, ביז דיין שידוך וועט קומען זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן פון התבודדות. גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן און בעט אים פאר א שידוך, בעט אים ער זאל דיר געבן כח זיך צו שטארקן; ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער גייט אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, ער שמועסט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער דערציילט אים אלעס וואס שטערט אים, ער שמועסט אויס פאר'ן אייבערשטן זיין הארץ ווי שטארק ער וויל זיין אן ערליכער איד אבער עס גייט אים נישט, ער דערציילט פאר'ן אייבערשטן ווי ער פאלט אריין אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן און ער וויינט זיך אויס אז ער וויל זיין ערליך, דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע דינים און דער אייבערשטער איז אים מוחל אויף זיינע זינד.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (עיין ספר ארך אפים, פרק ד): "וְיֶשׁ מַלְאָךְ נוֹרָא עֶזְרִיאֵ"ל שְׁמוֹ", עס איז דא א מלאך אין הימל וואס זיין נאמען איז עזריא"ל, "שֶׁהוּא מְמוּנָה עֲלֵיהֶם", ער איז ממונה ארויף צו טראגן די תפילות פון בחורים וואס פאלן נעבעך אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, "וּבוֹנֶה מְשִׂיחָתָם וּתְפִלָּתָם הֵיכָלוֹת חֲדָשׁוֹת וְנִשְׁפַּע עֲלֵיהֶם אוֹר וָדַעַת וְשֶׁפַע וְחַיּוּת", ער נעמט די תפילות און שמועסן צום אייבערשטן און בויט דערמיט אין הימל הערליכע פאלאצן, און ברענגט אראפ אויף די נשמות א פרישע חיות און א פרישע מוט.


כאפ זיך אריבער קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך בקרוב.

#14 - ווער איז דער רשע פון יבנאל?
יבנאל, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן אסאך דעם הייליגן ספר "אשר בנחל", די חיזוק וואס איך באקום פון דארט איז ממש פלאי פלאים.


איך האב געזען אז מוהרא"ש שרייבט דארט אויך וועגן א רשע פון יבנאל וואס האט גע'רודפ'ט מוהרא"ש און די גאנצע קהלה קדושה דארט אין יעדע הינזיכט אין אידישקייט, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א דערציילן אביסל מער איבער דעם?


א גרויסן יישר כח.


נחמן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד נחמן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען מוהרא"ש איז זיך געקומען באזעצן אין יבניאל האט ער זיך אנגעטראפן מיט דעם ס.מ. וואס דינט אלץ דער רב דארט מטעם די מדינה הטמאה. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט גלייך געזען אז דער איז אן איש טמא ומטמא; ער האט דארט געהאט א מקוה וואס ער געבט כלומר'יש דעם הכשר דערויף, אבער עס איז נישט געווען קיין רעגן וואסער אינעם אוצר וואו די מי גשמים דארף זיין, עס איז געווען טריקן וכו'; אין אזא פאל איז דאס נישט מער ווי א פשוט'ע וואנע, קומט אויס אז אלע וואס האבן זיך דארט גע'טובל'ט זענען נעבעך נכשל געווארן מיט אסורי כריתות. ער האט יארן לאנג פארקויפט נבילות וטריפות רחמנא לצלן דורך עפעס א שוחט וואס איז געווען א קל וריק וכו' און ער האט אויסגעריסן דאס גאנצע אידישקייט פון אלע איינוואוינער דארט.


ער האט געלערנט אלץ בחור אין סערט וויזניץ; מען האט אים ארויס געווארפן אלץ בחור פון ישיבה ווייל ער איז געווען א שמוציג יונגל וכו'. עס איז דא א גאנצע סיפור פארוואס זיי האבן אים אויפגענומען פאר א רב ואין כאן המקום להאריך.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג נאכזאגן פונעם הייליגן סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו, וואס האט געזאגט: "פארוואס דארפן זיי רבנים, זיי גלייבן דאך אין גארנישט? נאר ווער עס קען די טייערע ספרד'ישע אידן ווייסט אז ביי זיי איז דא א גרויסע תמימות. ביי זיי, אויב א רב זאגט א ווארט איז דאס קודש קדשים, דאס געווען א חכמה פון די רשעים, אז דורך רבנים וועלן זיי קענען אויס'שמד'ן אלע ספרד'ישע אידן, השם ישמרינו".


פון ווען מוהרא"ש ז"ל האט דארט אויפגעשטעלט די הערליכע קהלה און מוסדות התורה, האט דער שטראף וואס וואוינט דארט, וואס ער איז רב מטעם מדינת ישראל געשטערט און גע'מסר'ט אויף יעדן טריט אין שריט וואס מען האט נאר געקענט. וויפיל מיר וועלן שרייבן וואס מוהרא"ש האט זיך צוזאמגעליטן פון דעם שטראף וועלן מיר נישט אנהייבן צו דערציילן ווער ער איז.


ווער עס גייט קיין יבניאל קען זען וואס הייסט א צדיק; מוהרא"ש האט זיך אוועק געגעבן זיין גאנצע לעבן פאר אידישע קינדער, ער האט גארנישט געהאט פון דעם נאר צרות און יסורים. עס איז אים געגעאנגען אין לעבן אז נאך א איד זאל וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. ער האט געדרוקט זיין גאנץ לעבן מיליאנען ספרים, נאר כדי אז נאך א איד זאל וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצות און קענען לעבן מיט דעם.


איך מיין אז יבניאל איז די איינציגסטע פלאץ אין ארץ ישראל וואו מען שרייט נישט "שבת"; מוהרא"ש האט געזאגט אז מען זאל נישט שרייען שבת ווען מען זעט ווי איינער איז מחלל שבת, נאר מען זאל שיין גריסן: "שבת שלום", אזוי וועט מען זיי אלע צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


מוהרא"ש איז געווען זייער קעגן הפגנות; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז די אידן וואס האלטן נישט די תורה השם ישמרינו, זענען חשוד אויף שפיכות דמים. און אזוי ווי קיין שום מענטש וואלט נישט געגאנגען טשעפען מיט גוים, ווייל ער ווייסט אז דאס איז סכנות נפשות, דאס זעלבע איז מיט זיי. זיי זענען נעבעך שוין אפאר דורות אוועק פון דרך התורה, דארף מען זיך זייער היטן ווייל מען קען געשעדיגט ווערן פון זיי.


ווען איך בין אין ארץ ישראל גיי איך קיין יבניאל; דארט איז א מקום נפלא, א וואונדערליכע פלאץ. מוהרא"ש האט גענומען א וויסטע פלאץ, א פלאץ וואו מען האט אויסגע'שמד'ט צוויי גאנצע עדות'ן - די תימנ'ער אידן און די טוניס'ער אידן. ווען מען האט זיי ארויף געברענגט קיין ארץ ישראל האט מען זיי גענומען קיין יבניאל און זיי דארט נעבעך אויסגע'שמד'ט. דארט האט מוהרא"ש אויפגעשטעלט הערליכער מקום וואס בליהט מיט תורה און תפילה, קדושה וטהרה. עס זענען דא דארט עטליכע כוללים וואו אינגעלייט זיצן א גאנצן טאג און לערנען. און ביי די פרויען גייט מען אנגעטון זייער צניעות'דיג; אלע פרויען שערן זיך די האר אזוי ווי מען פירט זיך ביי ערליכע אידן. ווען מען דרייט זיך דארט קען זיך דאכטן אז מען איז אין א חסידי'שער שטעטל וכו'.


איך געדענק ווען איך בין געווען א בחור און איך האב געהאט די זכיה צו משמש זיין מיין זיידע'ן דער קארלסבורגער רב שליט"א, בין איך אמאל געווען מיט אים ווען ער איז געפארן קיין יבניאל מחזק זיין מוהרא"ש מיט די קהילה. מיין זיידע האט דארט געגעבן א דרשה און בשעת'ן דרשה האט ער געוויינט פון התרגשות, צו זען אז א פלאץ וואו מען האט אויסגעריסן אידישקייט זאל ווערן איבערגעדרייט צו א מקום פון קדושה און טהרה.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אונז געלאזט צוואה, מיר זאלן דרוקן און דרוקן די ספרים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן. נאר דאס איז אונזער זאך און דאס וועט ברענגען די גאולה.

#13 - געענדיגט תהלים ביים ציון מוהרא"ש, פארוואס איז די ישועה נאכנישט דא?
שידוכים, יבנאל, צדיקים, מוהרא"ש, קשיות, סגולות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א שווערע שאלה וואס שטערט מיך זייער. איך בין געווען פאר עטליכע וואכן צוריק אויף א שבת אין יבנאל מיט אפאר בחורים, און איך האב זייער געבעטן די בחורים, זיי זאלן מסיים זיין גאנץ ספר תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש, און ברוך ה' אז נאך אסאך בעטן האבן אלע מסיים געווען, דער פראבלעם איז אבער אז זייט דעמאלט קומען זיי מיר כסדר פארהאלטן, זיי האבן מסיים געווען תהלים, און קיינער פון זיי איז נאכנישט א חתן געווארן, ווי אזוי קען דאס זיין? און דאס שטערט מיר זייער, עס איז מיר נישט אנגענעם, איך פרוביר זיי צו זאגן אז דער צדיק איז מזרז דעם שידוך, אבער עס העלפט גארנישט.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן וואס איך קען זיי ענטפערן? ברוך ה' אז איך גלייב באמונה פשוטה, איך האב שוין געענדיקט מער פון דרייסיג מאל תהלים ביי מוהרא"ש'ס ציון, און מיט דעם אלעם גלייב איך ווייטער, איך ווייס אז מוהרא"ש טוט דאס בעסטע פאר מיר, וואס קען איך אבער זאגן פאר זיי וואס זענען נאכנישט מקורב?


איך וועל זיך זייער פרייען צו באקומען אן ענטפער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי רעדט פון די שווערע שאלה, און ענטפערט די שווערע שאלה; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכן צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן צדיק, וואס איז גלייך צום אייבערשטן.


אלע דרייען זיך ארום מיט די סארט קשיות, 'פארוואס האב איך נישט קיין שידוך?' 'פארוואס האב איך נישט קיין פרנסה?' 'איך דאווען, איך לערן, איך טו מצוות - און עס פעלט מיר, און עס גייט מיר נישט ווי איך וויל', אלע האבן קשיות; דער הייליגער רבי זאגט (שם) דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


מוהרא"ש זאגט, יעדע קשיא איז א קליפה, "לָמָה? יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן און אין די ווערטער פון צדיקים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט – 'אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ', וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: 'שֶׁכָּכָה לוֹ'".


אז מוהרא"ש האט צוגעזאגט ווער עס וועט קומען קיין יבנאל צו זיין ציון אויסזאגן תהלים - וועט ער אים א טובה טון מיט א שידוך - איז עס אזוי, און מען דארף גלייבן אין די ווערטער פון א צדיק. מוהרא"ש האט געזאגט (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


וואיל איז דעם וואס גלייבט אין די ווערטער פון די צדיקים און ווארט אויס אויף זיין ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - ענדערש נעמען א שידוך פון היכל הקודש, אדער א כלה וואס שערט זיך?
שידוכים, יבנאל, צניעות, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, היכל הקודש, התנגדות, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן, מען רעדט מיר א שידוך א מיידל פון היכל הקודש, זייער א גוטע זאך, אלעס זעט אויס פיין, אבער זיי זאגן אז ביי זיי שערט מען נישט די האר נאך די חתונה, פון די אנדערע זייט טראגט מען אן נאך א שידוך, א וואוילע משפחה, א גוטע מיידל, וואס ביי זיי שערט מען זיך יא, אבער זיי ווילן איך זאל אפלאזן היכל הקודש, איך זאל נישט האבן קיין שייכות מיט'ן ראש ישיבה, זיי ווילן איך זאל דאס צוזאגן און אינטערשרייבן.


מיינע עלטערן ווילן ענדערש די שידוך וואס מען שערט זיך די האר, זיי האבן געפרעגט זייער רבי און ער האט אויך געזאגט מען זאל נישט גיין צום שידוך מיט די משפחה וואס שערט זיך נישט, אבער מיך איז זייער שווער צו גיין צו א שידוך וואס איך דארף צו זאגן אז איך לאז אפ היכל הקודש. ביטע אויב דער ראש ישיבה קען מיך זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ענדערש זאלסטו נעמען די שידוך פון די משפחה וואס ביי זיי שערט מען זיך אפ די האר, אפילו זיי ווילן זיך אויסנעמען דו זאלסט אפלאזן היכל הקודש, ווי איידער די שידוך פון א משפחה וואס מען שערט זיך נישט אפ די האר.


מוהרא"ש האט זייער אסאך געשריבן און גערעדט צו אנשי שלומינו איבער דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן. אפילו אין יבנאל וואס רוב רובם פון די איינוואוינער זענען אפשטאמיגע פון ספרדי'שע משפחות - האט מוהרא"ש גע'פועל'ט זיי זאלן זיך אפשערן, מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען מיט דעם. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה - איז געגאנגען אמאל קיין יבנאל מחזק זיין די אינגעלייט, איינע פון די זאכן וואס מיין זיידע זכרונו לברכה איז ארויס פון התפעלות, איז געווען פון די הייליגקייט, די צניעות ביי די פרויען, ער האט זיך נישט געקענט אפוואונדערן אז עס איז דא א שטעטל וואס אלע משפחות זענען אפגעשוירן; איז אודאי זאלסטו ענדערש גיין צום שידוך וואס דו וועסט האבן א הייליגע שטוב.


קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה ווען מען האט חתונה און די פרוי שערט זי אפ די האר, מען איז זוכה אויפצושטעלן ערליכע דורות, מען איז זוכה אז די שכינה הקדושה רוט אין שטוב, און חס ושלום אויב מען לאזט די האר וואקסן און עס זעט זיך ארויס די האר - איז זייער שרעקעדיג. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; זאגט ווייטער דער הייליגער זוהר: 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


גיי צום שידוך מיט שמחה, האב נישט מורא; וואס מיינט 'אפלאזן'? ווי איז שייך אפלאזן דעם רבי'ן? בלייב לערנען די ספרים פון רבי'ן, העכסטנס וועסטו פאר א שטיק צייט נישט קומען דאווענען אין היכל הקודש; וועסט ווייטער לערנען דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה און זיין דבוק צום אייבערשטן, רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן.


היכל הקודש איז שכל, היכל הקודש איז נישט א פלאץ. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נט) דער צדיק ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן, אבער נישט אלע זענען זוכה צו בלייבן שטארק, "יֵּשׁ כַּמָּה וְכַמָּה שֶׁנָּפְלוּ מִקְּדֻשָּׁתָם", עס זענען דא וואס פאלן צוריק, "אַף עַל פִּי כֵן מֵאֵלּוּ שֶׁנִּשְׁאֲרוּ בְּיִרְאָה שָׁלֵם", פון די בויט זיך היכל הקודש, עיין שם. היכל הקודש איז חיזוק צו בלייבן שטארק מיט אמונה, מיט תפילה וכו'; דעריבער זאלסטו חתונה האבן און נישט קוקן אויף דעם, און אז דו וועסט זיך פירן מיט די וועג פון היכל הקודש - וועסטו גאר מקרב זיין די גאנצע משפחה; אלע וואס מיינען עפעס איז שלעכט אין היכל הקודש, אלע וועלן מקורב ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ווי אזוי דארף מען אויסזאגן גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש?
שידוכים, יבנאל, מוהרא"ש, קברי צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מוהרא"ש זי"ע שרייבט אין זיין צוואה אן הבטחה אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר אין יבנאל און דארט אויסזאגן גאנץ ספר תהלים "אן קיין הפסק" וועט ער זען א ישועה. האב איך געוואלט פארשטיין וואס מיינט די ווערטער "אן קיין הפסק"?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט אין די צוואה (אות ה): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז יֶעדֶע וָוארְט וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן פַאר מַיין מַצֵבָה אִיז אֱמֶת. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צוּבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צוּבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר. אוּן אִיךְ הָאף אַז מִיט דֶעם וָואס מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן מֶען וֶועט דָארְט דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ הָאבְּן אַ תִּיקוּן פַאר מַיין נֶפֶשׁ רוּחַ אוּן נְשָׁמָה.


אַזוֹי וִוי בַּיי מַיין לֶעבְּן זֶענֶען אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן נִתְעוֹרֵר גֶעוָוארְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן דוּרְךְ מִיר, אַזוֹי וֶועט זַיין אוֹיךְ נָאךְ מַיין הִסְתַּלְקוּת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, וֶועט מֶען נִתְעוֹרֵר וֶוערְן צוּ תְּשׁוּבָה טוּן.


אוֹיךְ וֶועט מֶען מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס הִילְף קֶענֶען פּוֹעְלְ'ן בַּיי מַיין קֵבֶר אַלֶע עֶרְלֵיי יְשׁוּעוֹת. וֶוען מֶען וֶועט קוּמֶען מִתְפַּלֵל זַיין בַּיי מַיין קֵבֶר, וֶועל אִיךְ זַיין אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוּן אִיךְ וֶועל נִישְׁט רוּעֶן בִּיז אִיךְ וֶועל זֶען צוּ בְּרֶענְגֶען דִי יְשׁוּעָה פַאר דֶעם וָואס אִיז גֶעקוּמֶען אוֹיף מַיין קֵבֶר.


אוּן סְפֶּעצִיעֶל אַ בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ, אוֹיבּ וֶועלְן זֵיי קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן דָארְט אוֹיסְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים אָן קַיין הֶפְסֵק, זָאג אִיךְ זֵיי צוּ אַז זֵיי וֶועלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר רִיכְטִיגֶע בַּאשֶׁערְטֶע שִׁידוּךְ, אוּן אִיךְ בִּין זֵייעֶר שְׁטַארְק מִיט דֶעם".


ער זאל גיין קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש, וועט ער זיך דאס איבערצייגן, ער וועט דארט שפירן אזעלכע הרהורי תשובה, ער וועט שפירן עפעס וואס מען שפירט נישט ערגעץ אנדערש, און ער זאל זאגן תהילים לזכות מוהרא"ש אן קיין הפסק; 'אן קיין הפסק' מיינט מען אן אויסרעדן, און אן עסן און טרינקען, נאר זאגן תהילים פון אנהויב ביזן ענדע, וועט ער בקרוב טרעפן זיין שידוך.


דא האסטו א בילד פון די כתב יד פון מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש האט געהייסן אויפשרייבן אויף די מציבה:



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - איז די סגולה פון מקוה מלכה אין יבנאל איז אן אמת'ע סגולה?
יבנאל, קינדער, מוהרא"ש, קברי צדיקים, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען שוין מתפלל א לאנגע צייט געהאלפן צו ווערן מיט נאך קינדער, ספעציעל אז מיר האבן דערווייל נאר אינגלעך.


איך האב געוואלט פרעגן אויב די סגולה פון מקוה מלכה אין יבנאל איז אן אמת'ע סגולה? איז דא באקאנטע מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זענען דארט געהאלפן געווארן?


מיר ווילן די וואך פארן קיין יבנאל, אבער איך וויל וויסן אויב ס'איז טאקע באמת דא אזא סגולה.


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א זאל מתפלל זיין פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי איז דאס א אמת'ע סגולה; מוהרא"ש האט געבויט די מקוה טהרה מקוה מלכה אין יבנאל - מיט מסירת נפש. מען האט דאס געבויט שטילערהייט מיט מסירת נפש, ווייל דארט אין יבנאל איז דא א רב, א מסור - וואס האט טאג און נאכט גע'מסר'ט מוהרא"ש. דער רב איז א רב מטעם הערב רב, ער האט דארט א מקוה טהרה אן קיין מי גשמים, ער האט מכשיל געווען אלעמען מיט איסורי כריתות רחמנא לצלן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר קדושתן וטהרתן של ישראל און געבויט די מקוה, און געזאגט אז די מקוה איז מסוגל פאר קינדער.


אויך ביים ציון פון מוהרא"ש קען מען פועל'ן ישועות, און מען קען דארט זייער תשובה טון. עס איז א וואונדערליכע פלאץ, אלע זאגן עדות אז ווען מען קומט אהין עפנט זיך דאס הארץ, מען קען תשובה טון. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, סימן ה): "וּכְמוֹ בַּחַיִּים חַיּוּתִי נִתְעוֹרְרוּ עַל יָדִי אֲנָשִׁים בִּתְשׁוּבָה" אזוי ווי ווען איך האב געלעבט זענען דורך מיר נתעורר געווארן מענטשן תשובה צו טון, "כְּמוֹ כֵּן עַכְשָׁיו לְאַחַר הִסְתַּלְקוּתִי לְעֵילָא כְּשֶׁיָבוֹאִי אֶל קִבְרִי יִתְעוֹרְרוּ בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵימָה" אזוי אויך נאכדעם וואס איך וועל אוועקגיין פון די וועלט, ווען מען וועט קומען צו מיין קבר - וועט מען אויך נתעורר ווערן צו תשובה טון, "וְיַמְשִׁיכוּ לְעַצְמָם יְשׁוּעוֹת וּפְלָאוֹת בְּעֶזְרָתוֹ יִתְבָּרַךְ, וְאֶהְיֶה לָהֶם לְמֵלִיץ יוֹשֶׁר בַּשָׁמַיִם, וְלֹא אָנוּחַ וְלֹא אֶשְׁקוֹט עַד שֶׁיִּהְיֶה לְמִי שֶׁבָּא אֶל קִבְרִי לְהִתְפַּלֵּל וְלִלְמוֹד יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה מִן הַשָּׁמַיִם" און איך וועל נישט רוען ביז איך וועל פועל'ן פאר דעם מענטש וואס איז געקומען צו מיר א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי קען איך ענדיגן ש"ס פאר מיין בר מצוה?
יבנאל, מוהרא"ש, סיום הש"ס, יונגע יארן, גמרא, יענער, בר מצוה, לחץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין יבנאל, איך גיי בר מצוה האבן בקרוב, און איך וויל זייער שטארק ענדיגן ש"ס אויף מיין בר מצוה, אבער דאס איז מיר זייער שווער, איך דארף לערנען זייער אסאך בלעטער גמרא יעדן טאג עס צו קענען אויספירן, און עס איז דא טעג וואס איך קום בכלל נישט אן צו לערנען גמרא אויף מיין סדר אין ש"ס.


מיינע צוויי עלטערע ברודער האבן זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס פאר זייער בר מצוה, און איך וויל אויך זייער שטארק.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט זייער גוטע רצונות, דו ווילסט ענדיגן ש"ס צו דיין בר מצוה; מוהרא"ש פלעגט זיך אלץ בארימען מיט די קינדער פון יבנאל, אלע גייען צו די בר מצוה מיט א סיום הש"ס.


אבער וויסן זאלסטו, דער רבי האט אונז געלערנט זייער א וויכטיגע כלל אין לעבן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כז): "אף על פי שהאדם צריך להיות זריז גדול מאד מאד בעבודת ה', להזדרז מאד בכל עת ובכל שעה לעשות הרבה בעבודת ה', כי עיקר הוא העשיה, ללמוד הרבה ולעשות מצוות הרבה, ולהתפלל ולהתחנן הרבה, לשפוך לבו לפניו יתברך, וכיוצא בזה שאר עניני עבודת ה'", אפילו א מענטש מוז אלץ טון אין עבודת השם, מען מוז אסאך לערנען, מען מוז אסאך דאווענען און טון אסאך מצוות און מעשים טובים, און אזוי אויך אנדערע עבודת השם, "אף על פי כן אל תהי נבהל כשאתה רואה בספרים קדושים עניני עבודות הרבה, אל תהי נבהל מפני זה לאמר מתי אוכל לקיים אחת מהנה מכל הענינים הללו, מכל שכן כולם", דארף מען אבער וויסן אז מען קען נישט ווערן דערשראקן און צעדרוקט ווען מען זעט אין הייליגע ספרים די אלע שווערע עבודות, מען טאר נישט ווערן פארלוירן און טראכטן 'ווען וועל איך דאס קענען טון?' "כי צריך לבל יהיה מבוהל לחטוף הכל בבת אחת", מען קען נישט אלעס כאפן אין איין מאל, מען דארף גיין צוביסליך, "רק לילך בנחת בהדרגה מעט מעט", מען גייט רואיג, שטייטליך, צוביסליך, "ולא שיהא מבהל ומבולבל שרוצה לקיים ולחטוף הכל בבת אחת", נישט ווערן אנגעצויגן און דערשראקן פון די סאך עבודות השם און דאס אלעס וועלן מקיים זיין אויף איין מאל, "ומחמת זה נתבלבל לגמרי", דאס ברענגט מען זאל גארנישט טון, "כמו שיש בשרפה חס ושלום שמחמת הבהלה חוטפין מה שאין צריכין", אזוי ווי ווען עס פאסירט א פייער חס ושלום, פון פארלוירנקייט און צעטומלטקייט כאפט מען ארויס פון די פייער נישט וויכטיגע זאכן, "רק צריך לנהוג בהדרגה בנחת מעט מעט", אזוי דארף מען זיך פירן בעבודת השם, מען דארף זיין רואיג און טון נאך אביסל און נאך אביסל, "ואם לפעמים אין האדם יכול לעשות כלל בעבודת ה', מה לעשות, אונס רחמנא פטריה", און אז מען קען גארנישט טון און עבודות השם, טאר מען זיך אויך נישט פארלירן, "וירגיל עצמו לכסוף ולהתגעגע ולהשתוקק תמיד אליו יתברך, כי ההשתוקקות והכסופין בעצמם הם דברים גדולים מאד ורחמנא לבא בעי", מען זאל ווייטער בענקען, וועלן און האפן צום אייבערשטן; דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס האפן צום אייבערשטן - איז זייער זייער חשוב, דער אייבערשטער וויל אונזער הארץ, מיר זאלן האפן צו אים.


פרוביר צו לערנען וויפיל דו קענסט; וועסטו ענדיגן אויף די בר מצוה גאנץ ש"ס - מה טוב ומה נעים, און אז נישט - איז אויך זייער גוט, וועסטו ענדיגן נאך דיין בר מצוה. נעם נישט קיין לחץ פון דיינע ברידערס אז זיי האבן יא געענדיגט צו די בר מצוה גאנץ ש"ס, פון הימל ווארט מען נישט דו זאלסט זיין אזוי ווי דיינע ברידערס, דער אייבערשטער וויל דו זאלסט זיין דו, דו זאלסט ענדיגן ש"ס פאר דיר, ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס מיט דיר, נישט צוליב דיינע ברידערס.


זיי נישט קיין בטלן, דו וואוינסט אין אזא הייליגע שטאט יבנאל, גיי יעדן טאג ארויף צום ציון פון מוהרא"ש, זאג דעם יום תהילים און זיי זיך מתבודד. דער ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל איז א פלאץ וואס איז מסוגל פאר תשובה, אלע וואס קומען אהין זאגן אז זיי הויבן אן טראכטן פון זיך אמת'דיג צוריק צו קערן צום אייבערשטן, מען הויבט אן וויינען אויף די טעג און יארן.


אויך בעט איך דיר זאלסט מתפלל זיין פאר מיר יואל בן רייצא רעכיל, זיי מיך מזכיר ביי מוהרא"ש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - ווי אזוי איז מען מצליח צו מאכן שמחות אן הארץ ווייטאג און חובות?
חובות, יבנאל, חתונה, אידיש געלט, שמחות, מלכות הרשעה, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


איך זע אן אינטערעסאנטע זאך; אזויפיל עסקנים פרובירן צו העלפן אידישע קינדער צו קענען מאכן שמחות מתוך שמחה, אז מ'זאל נישט דארפן אריינפאלן אין שווערע חובות ביים חתונה מאכן א קינד, מ'פרובירט אזויפיל סארט עצות און תקנות, אבער עס ארבעט זיך נישט אויס אינגאנצן ווי עס דארף צו זיין. נישט לאנג צוריק האבן יחידים זיך געוואלט אליין שטעלן אויף די פיס און אנהויבן מאכן שמחות מיט א גראדן שכל, ס'האט זיך אבער אויך נישט אויסגעארבעט, מענטשן האבן זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו. איך זע אבער אז דער ראש ישיבה שליט"א איז יא מצליח אין זיין קהלה אראפצוברענגען דעם הויכן סטאנדארט, איר האט יא הצלחה מיט אייערע תקנות, די מחותנים זוכן נישט אויסצושפילן דעם סיסטעם, איר גייט אן מיט א שטארקייט, איז מיין שאלה ווי אזוי מאכט מען דאס? וואס איז דער סוד פון הצלחה אונטער דעם? איז דא אן האפענונג אז אנדערע וועלן דאס אויך קענען נאכמאכן נאכ'ן דורכפאלן אזוי סאך מאל? איך טראכט פשוט ווי אזוי איך וועל זיך קענען ספראווען ביי די חתונות פון מיינע קינדער, איך ציטער פון די חובות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט אנגערירט א פארווייטאגטע נושא; ווען עס קומט צו רעדן פון אויסגעבן געלט פאר שמחות איז דאס זייער ווייטאגליך.


אויסגעבן געלט פאר שמחות איז א זאך וואס גייט נישט אריין אין קאפ, דער שכל פארנעמט דאס נישט, עס איז א הימל געשריי וואס גייט פאר היינטיגע טעג; די גרויסע הוצאות וואס עלטערן גייען אריבער ווען מען מאכט א שמחה, גלייך אין אנהייב ווען מען מאכט א שידוך, נאך פאר וואס, ווען, ווי - איז מען שוין א בעל חוב פון שווערע טויזנטער דאלער השם ישמרינו.


מחותנים גייען צוגרינד, מחותנים ווערן שווערע בעלי חובות; אנשטאט זיך פרייען מיט זייער שמחה - גייען זיי ארום פאר'דאגה'ט וואו זיי קענען שאפן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט צו קענען אונטער פירן דעם קינד אונטער די חופה שטאנגען, זיי ווערן קראנק השם ישמרינו, די הארץ פון פלייש און בלוט קען דאס נישט פארנעמען, עס הערט אויף קלאפן; מען הערט ליידער אזויפיל מעשיות ווי מחותנים לייגן זיך צוזאמען בעת שמחתם השם ישמרינו.


אויך איז דאס גורם אז מען זאל נישט טון שידוכים מיט די קינדער; עלטערן זענען מפקיר די טעכטער, מען שיקט זיי אין אן אפיס ארבעטן זיי זאלן אהיים ברענגען געלט פאר טייערע שמחות, פאר דמיונות און כבוד המדומה; ענדערש ווארטן און נישט טון שידוכים כדי צו קענען חתונה מאכן ווי א רייכער מענטש, ווי איידער צו טון וואס איז גוט פאר די קינדער, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


דאס וואס מיר טוען אין די לעצטע יארן, מיר מאכן חתונה אונזערע קינדער בחנם, עס קאסט נישט קיין געלט פון אנהייב שידוך ביז נאך די חתונה, הכל בכל מכל כל קומט אויס זיבן אכט טויזנט דאלער; דאס איז נישט קיין נייע זאך, דאס האט מוהרא"ש איינגעפירט מיט צענדליגער יארן צוריק אין יבנאל - די ברסלב'ער שטאט אין ארץ ישראל, מען זאל קענען חתונה מאכן בחנם. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען, אוועק געגעבן זיין לעבן פאר דעם, ער איז קראנק געווארן פאר דעם; ער האט געבויט א זאל אונטער דעם גרויסן בית המדרש אין יבנאל פאר אנשי שלומינו זיי זאלן קענען חתונה מאכן אומזיסט. עס איז אויסגעשטעלט אז מען בעט נישט קיין געלט פאר'ן זאל; די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך משפחות פון אנשי שלומינו, די נאנטע און באקאנטע ברענגען די עסן, יעדער עפעס אנדערש; איינער א קוגל, א צווייטער אביסל רייז, א דריטער אביסל לאקשן מיט מזונות, עס איז גענצליך בחנם, צענדליגער אנשי שלומינו האבן חתונה געמאכט דארט בחנם, לאנגע יארן האבן אנשי שלומינו געקענט חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות, אן קיין דאגות, אן גארנישט; מען דארף נישט בארגן, מען דארף נישט זארגן, מען טוט זיך אן די שטריימל און בעקיטשע, און מען גייט פרייליכערהייט צו די שמחה.


ביז עס איז געקומען דער רב וואס איז געשטעלט מטעם מדינת ישראל אין יבנאל, ער האט אנגעהויבן מסר'ן אנשי שלומינו - דעמאלט האט זיך אלעס אפגעשטעלט, דער רב האט געשטערט יעדע הייליגע זאך; וואס מוהרא"ש האט געטון - האט ער חרוב געמאכט, נישט געווען א זאך אין יבנאל וואס ער האט נישט געשטערט; ער איז א געלט רב, די מדינה שטעלט רב'לעך אין אלע דערפער אין שטעט וואס זיי זענען אונטער געקויפט פאר די מדינה הציונות אויסצורייסן די תורה און מצוות פון אידישע קינדער; פון דעמאלט האט מען אויפגעהערט מאכן שמחות אין יבנאל, לעצטנס הייבט מען צוריק אן צו מאכן שמחות בחנם.


ווען אנשי שלומינו אין אמעריקע האבן זיך דערזען מיט זין און טעכטער אין די יארן פון שידוכים, מען האט געזען וואס ווארט אונז אפ, מען האט געשפירט אז אט אט גייען מיר גיין צו די שחיטה, מיר גייען אנהייבן מיט חתונות, מיר גייען דאס נישט קענען נעמען; האבן מיר מחליט געווען אז מיר גייען טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, מיר האבן נאכגעמאכט וואס מוהרא"ש האט מתקן געווען אין יבנאל און מיר מאכן חתונות אין ישיבה גענצליך בחנם.


אלע וואס באטייליגן זיך ביי די שמחות אין ישיבה זאגן בפה מלא: "וואס פעלט פאר די שמחה? פארוואס מאכט דאס נישט מיין רב? פארוואס טוט דאס נישט מיין קהילה? פארוואס זאלן מיר זיך נישט פרייען ביי אונזער קינדער'ס שמחות?" דאס איז א קשיא וואס אלע פרעגן און דאס איז טאקע א גרויסער קשיא, פארוואס זאלן מענטשן ליידן אזויפיל פלאג ווען מען מאכט שמחות?!


אפילו עלטערן וואס האבן יא געלט מעגן אויך נישט טון וואס מען וויל; מיר זענען אידן, מיר האבן א תורה וואס זאגט אונז וואס צו טון. אז מען האט געלט איז מען נאכנישט בארעכטיגט צו פארשוועמען די געלט פאר אביסל כבוד, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און טון מיט דעם צדקה, ענדערש זאל מען נעמען די אוועקגעלייגטע געלט און דאס געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן מיט מנוחת הנפש, זיי זאלן נישט דארפן א טאג נאך זייער חתונה אריינפאלן אין די געיעג פון דעקן זייער דירה וכו'.


וואויל איז די וואס האבן ישוב הדעת, זיי מאכן זיך נישט נאריש מיט טייערע שמחות, זיי גייען צו די שמחה מיט גדלות המוחין; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, זיי לעבן פאר'ן אייבערשטן; וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#7 - קען מען צעטיילן דאס אויסזאגן תהלים ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש?
שידוכים, יבנאל, לימוד התורה, מוהרא"ש, סגולות, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, זיי זענען מיר זייער מחזק, און געבן מיר אסאך האפענונג אין לעבן, און אויך די בריוו זענען מיר זייער מחזק, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פאר לאנגע געזונטע יארן.


איך ווארט שוין לאנג געהאלפן צו ווערן מיט מיין ריכטיגע שידוך, איך האב שוין זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבנאל, און יעצט וויל איך נאכאמאל פארן אין די נאנטע טעג. מיין שאלה איז, אזוי ווי איך זאג שטייט און שווער תהלים, האב איך געטראכט מיטצונעמען מיין ברודער, און מיר זאלן זיך צעטיילן מיט'ן ספר תהלים, איז די שאלה אויב דאס איז געווען די כוונה פון מוהרא"ש, אדער איז דוקא אז איך אליין זאל אויסזאגן דעם גאנצן ספר תהלים?


אויך וויל איך פרעגן איבער'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אויב דאס איז א לכתחלה צו לערנען אויף דעם וועג, אדער איז נאר געמאכט געווארן פאר ווען ס'איז שווער צו פארשטיין דאס לערנען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אויסזאגן תהילים איז זייער שווער, אבער זיין אליין, נישט חתונה געהאט - איז אסאך שווערער; בכן זאלסטו זיכער גיין נאכאמאל און נאכאמאל אויסזאגן תהילים און זיך מתבודד זיין דארט ביים ציון, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך.


בנוגע דעם דרך הלימוד פון רבי'ן; דער רבי רעדט צו יעדן איינעם, סיי צו דער וואס פארשטייט און סיי צו דער וואס פארשטייט נישט, אויב מען לערנט אן קיין לחץ פון וועלן גלייך אלעס פארשטיין, דעמאלט איז מען זוכה צו פארשטיין דאס לערנען אסאך מער ווי ווען מען וויל גלייך פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", ווען מען לערנט דארף מען נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, שפעטער וועט מען פארשטיין, "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט דאס לערנען, ווייל דאס אליין אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט שווערער דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, "יָבִין אַחַר כָּךְ", וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, "וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ", און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל, "מַה בְּכָךְ" - איז וואס? איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת סג ע"א; עבודה זרה יט.): "לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר", אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד – לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל לערנט מען דאך זייער אסאך, דורכדעם איז מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


דער רבי האט זייער אסאך גערעדט צו אונז פון לערנען אויף דעם וועג, מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין. ווייל דאס איז א גאר א גוטע עצה צו קענען לערנען, דורך דעם וועג קען מען זוכה זיין צו לערנען און אנקומען צו די גאנצע תורה, און ביים סוף איז מען זוכה צו פארשטיין אסאך מער ווי ווען מען לערנט מיט'ן ציל גלייך צו פארשטיין מיט אלע דקדוקים.


ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ מִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; ער וועט זוכה זיין דורכצולערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה (עיין שיחות הר"ן, סימן כח), עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - איז דא נאך סגולות א חתן צו ווערן?
שידוכים, יבנאל, סגולות, בחור, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון אכצן יאר, איך האב געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די סגולה פון מוהרא"ש צו זאגן פערציג מאל גאנץ מסכת תענית פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, עס איז מיר אבער זייער שווער דאס צו טון אן אויסלאזן איין טאג, איך וויל אבער זייער שטארק א חתן ווערן, איז דא עפעס אנדערע סגולות צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביז'ן סוף, (די קריאה פון חנוכה). נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט, איך האב געזאגט די קרבנות הנשיאים; העלף מיר אייבערשטער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


אז דו קענסט זיך אריבער כאפן קיין יבניאל אויסזאגן תהלים ביים ציון פון  מוהרא"ש ציון וועסטו זוכה זיין צו די הבטחה וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#5 - פארוואס האט מוהרא"ש איינגעפירט אין יבנאל צו גיין שבת מיט ווייסע בעקיטשעס?
יבנאל, שבת קודש, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן פארוואס מוהרא"ש האט איינגעפירט אין יבנאל צו גיין שבת מיט ווייסע בעקיטשעס, אין די צייט וואס אין אנדערע קהלות גייט מען אנגעטון שווארץ. און אפילו אין ירושלים, וואו אסאך גייען יא ווייסע בעקיטשעס, איז עס נאר געשטרייפט, נישט אינגאנצן ווייס.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס ווערט געברענגט פונעם הייליגן אריז"ל (פרי עץ חיים שער השבת, פרק ד): "צָרִיךְ שֶׁיִּלְבּוֹשׁ בְּכָל שַׁבָּת בְּגָדִים לְבָנִים", מען זאל גיין שבת מיט ווייסע קליידער, און רבי חיים וויטאל זכר צדיק לברכה זאגט דארט: "וְקִבַּלְתִּי מִמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁכְּפִי הַגִּווּן הַמּלְבּוּשִׁין שֶׁאָדָם לוֹבֵשׁ בְּשַׁבָּת בָּעוֹלָם הַזֶּה, כַּךְ מַלְבִּישִׁין אוֹתוֹ אַחַר פְּטִירָתוֹ בִּימֵי הַשַּׁבָּת תָּמִיד", ווי אזוי מען גייט אנגעטון שבת דא אויף די וועלט אזוי טוט מען אן דעם מענטש אויבן אין הימל נאך זיין פטירה אין די שבת טעג, און דער אר"י הקדוש האט דערציילט: "לָכֵן רָאָה לְחָכָם אֶחָד לָבוּשׁ שְׁחוֹרִים אַחַר פְּטִירָתוֹ בִּימֵי הַשַׁבָּת, וְהִגִּיד כִּי כַּךְ הָיָה לָבוּשׁ בָּעוֹלָם הַזֶּה, וְהוּא נֶעֱנַשׁ בְּמִדָּה זוּ", אז ער האט געזען א חכם אויבן אין הימל אנגעטון שווארץ, און ער האט געזאגט אז ווייל ער פלעגט גיין אויף די וועלט אנגעטון שווארץ שבת דערפאר האט ער באקומען די עונש פון גיין אנגעטון שווארץ, דעריבער זאל מען גיין מיט פיר ווייסע קליידער, "וְאַרְבָּעָה בִּגְדֵי לָבָן אֵלּוּ, נֶגֶד אַרְבַּע אוֹתִיוֹת הֲוָיָ"ה", און די פיר ווייסע קליידער זענען אנקעגן די פיר אותיות פונעם אייבערשטנ'ס נאמען, עיין שם.


ווען מוהרא"ש האט אנגעהויבן בויען די ברסלב'ע שטאט יבנאל האט ער איינגעפירט אז מען זאל זיך פירן דארט אזוי ווי דער אריז"ל. היות דארט איז א פלאץ וואו מען איז אפגעזונדערט פון אלעמען און עס איז נישט דא פון ווען זיך צו שעמען, דאס איז די סיבה פארוואס מיר גייען נישט מיט ווייסע קליידער, ווייל מיר זענען אויסגעמישט צווישן מענטשן וואס אלע גיין שווארץ, וועט זיך עס אנזען זייער אינטערעסאנט, אלע וועלן לאכן וכו'.


מוהרא"ש האט דערציילט אז דער הייליגער צדיק רבי יצחק פון דראביטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "אויב אלע וואלטן געגאנגען שבת מיט ווייסע קליידער, בפרט די וואס וואוינען אין ארץ ישראל וואלט שוין געווען די גאולה". דער צדיק רבי יצחק פון דראביטש זכותו יגן עלינו פלעגט ארום פארן אין אלע שטעט רעדן איבער דאס גרויסקייט פון צו גיין שבת מיט ווייסע קליידער, ביז דער ס"מ אליינס איז געקומען צו אים און אים געווארנט אז אויב ער וועט ווייטער ממשיך זיין צו רעדן פון דעם וועט ער זיך נעמען צו זיינע קינדער וכו', דעמאלט האט ער אויפגעהערט רעדן פון דעם.


דערפאר האט מוהרא"ש זייער מקפיד געווען אז אלע וואס וואוינען אין יבניאל און געהערן צו די קהלה זאלן גיין מיט ווייסע בעקיטשעס אום שבת און יום טוב, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זוהר חדש נח, דף כג): "דְּאִי יַחְזְרוּן בִּתְשׁוּבָה רֵישֵׁי כְּנִישְׁתָּא, אוֹ חָדָא כְּנִישְׁתָּא, בִּזְכוּתָם יִתְכְּנֵשׁ כָּל גָּלוּתָא"; אפילו נאר איין קהלה אדער איין בית המדרש וועלן תשובה טון - וועט זיין די גאולה; אזוי אויך מיט ווייסע קליידער - האט מוהרא"ש געזאגט, אז מען וועט גיין אין יבנאל מיט דעם וועט מען ברענגען די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה, אמן.

#4 - פארוואס בין איך נאכנישט קיין חתן?
שידוכים, יבנאל, קדושה, מוהרא"ש, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור, 21 יאר אלט, און איך בין נאכנישט א חתן געווארן. איך האב נישט קיין שום פראבלעם וואס איך קען טראכטן אז דאס זאל שטערן מיין שידוך, און פון דעסט וועגן האב איך נאכנישט געטראפן מיין שידוך.


ס'מוז זיין אז ס'דא עפעס וואס שטערט דא, וואס קען איך טון דערצו? זאל איך איבערבעטן די גאנצע וועלט ווייל אפשר האב איך איינעם געטשעפעט? זאל איך גיין צו מקובלים פאר א תיקון? וואס נאך קען איך טון?


איך האב זיך פארגענומען נישט פוגם צו זיין בברית פאר 40 טעג, איך האלט שוין ביים פערטן טאג, אבער איך ציטער אז איך גיי דורכפאלן, וואס קען איך טון?


איך האף איר וועט מיר קענען ארויסהעלפן און געבן אן עצה.


א גרויסן יישר כח, יוסף

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד יוסף נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן די צער וואס דו גייסט אריבער אז דו האסט נאך נישט געטראפן דיין שידוך, בשעת וואס אלע חברים פון דיין כיתה האבן שוין זוכה געווען חתונה צו האבן; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט טרעפן דיין זיווג בקרוב.


דאס וואס דו פרעגסט צי דו זאלסט איבער בעטן די גאנצע וועלט וכו'; אויב האסטו וויי געטון א צווייטן זאלסטו אים אודאי איבער בעטן. מאך זיך א חשבון הנפש, גיי אדורך דיינע יארן און דערמאן זיך אויב דו האסט איינעם וויי געטון און זאלסט יענעם איבער בעטן, ווייל אז מען טוט וויי א צווייטן באצאלט מען זייער א טייערע פרייז.


דאס וואס דו ווילסט וויסן צי דו זאלסט גיין צו מקובלים וכו'; איך וואלט דיר גע'עצה'ט דו זאלסט פארן קיין יבניאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "אִיךְ זָאג צוּ אַז יֶעדֶער בָּחוּר אָדֶער מֵיידְל וָואס דַארְף אַ שִׁידוּךְ אוּן זֵיי וֶועלְן קוּמֶען דָא אוֹיף מַיין קֵבֶר אוּן דוּרְכְזָאגְן גַאנְץ סֵפֶר תְּהִלִים פוּן אָנְפַאנְג בִּיזְן סוֹף פַאר מַיין זְכוּת, וֶועל אִיךְ טוּן אַלֶעס וָואס אִיךְ קֶען, אַז זֵיי זָאלְן טְרֶעפְן זֵייעֶר שִׁידוּךְ. אוּן דָאס זָאג אִיךְ צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג".


מען זעט אפענע ניסים און ישועות יעדן טאג ביים ציון פון מוהרא"ש; בחורים און מיידלעך קומען צו פארן אהין פון די גאנצע וועלט אויסזאגן תהילים צו טרעפן זייער שידוך.


דעריבער זאלסטו וואס שנעלער פארן קיין יבניאל און דארט אויסזאגן תהילים לזכות רבינו אליעזר שלמה בן מנחם זאב זכותו יגן עלינו, וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


מוהרא"ש האט געטייטש דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): מען האט געפרעגט רבי חנינא בן דוסא: "מִנַּיִן אַתָּה יוֹדֵעַ", פון ווי קען מען וויסן אויף איינעם אויב ער איז אן אמת'ער מקובל אדער נישט? "אָמַר לָהֶם, אִם שְׁגוּרָה תְּפִלָּתִי בְּפִי", האט ער זיי געענטפערט: אויב לייגט ער אריין אין מיר תפילה, ער רעדט פון תפילה און שטארקט מיר צו מתפלל זיין, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְקֻבָּל", דעמאלט ווייס איך ער איז א מקובל, "וְאִם לָאו", אבער אויב רעדט ער נישט פון תפילה, "יוֹדֵעַ אֲנִי שֶׁהוּא מְטֹרָף", ווייס איך אז ער איז א ווייט פון זיין א מקובל; אז דו זוכסט מקובלים איז דער גרעסטער מקובל מוהרא"ש וואס האט זיין גאנצע לעבן נאר גערעדט פונעם אייבערשטן און פון תפילה, ער האט נישט פארנארט קיינעם מיט קבלה לשונות אזוי ווי אלע בלאפערס וואס נארן אפ אידישע קינדער מיט קבלה; דעריבער זאלטו זיך אריבער כאפן קיין יבניאל וועסטו זיכער טרעפן דיין שידוך בקרוב.


בנוגע פערציג טעג וכו'; מיר דארפן טון דעם רצון השם נישט ווייל נעכטן האב איך געדינט דעם אייבערשטן אדער צוליב מארגן, נאר יעדן טאג דארף מען טון מצוות ומעשים טובים און זיך היטן פון עבירות. אז מען איז אראפגעפאלן אין עבירות דארף מען תשובה טון און אז מען טוט תשובה נעמט דער אייבערשטער אן די תשובה און איז מוחל דעם מענטש אויף וואס ער האט געטון, נאכדעם דארף דער מענטש זיך ווייטער היטן פון עבירות. עס קומט נישט ארויס קיין גוטס פון האלטן חשבון און נאר אויף דעם תנאי זיין א איד.


שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן אז דו האסט נאך נישט דיין שידוך; טו די סגולות וואס דער רבי זאגט אז דאס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, דאס איז די קריאה וואס מען ליינט חנוכה. נאכדעם זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג בזכות וואס איך האב געפאלגט וואס דער הייליגער רבי זאגט אז מען זאל זאגן די קרבנות הנשיאים; העלף מיר באשעפער איך זאל שוין זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, און עס איז מיר זייער שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליינס, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בקרוב טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

#3 - בדרך הטבע זעט נישט אויס אז איך וועל נאך א כלה ווערן
שידוכים, יבנאל, חיזוק פאר מיידלעך

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס ווארט אויף א שידוך, איך האב דריי געשוויסטער עלטער פון מיר, די עלטסטע איז שוין 27 יאר, און מיינע עלטערן ווילן נישט אויסלאזן די עלטערע און חתונה מאכן קודם די יונגערע, און איך ווייס נישט וואס צו טון.


איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן, אבער עס רוקט זיך גארנישט. איך בין זייער צעבראכן פון מיין מצב, ווייל בדרך הטבע זעט מיר אויס אז איך וועל קיינמאל נישט חתונה האבן, אויב מיינע עלטערן ווילן נישט אויסלאזן די עלטערע. און ווען איך הויב טראכטן די מחשבות ווער איך זייער דעפרעסט.


איך וואלט געפארן קיין יבנאל אויסצוזאגן תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש זי"ע אז איך זאל געהאלפן ווערן, אבער מיין משפחה איז נישט ברסלב, און זיי זענען בכלל נישט צופרידן אז איך בין אנגעקומען קיין ברסלב.


ביטע געבט מיר אן עצה וואס צו טון, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


כאטשיג בדרך הטבע זעט אייך נישט אויס אז איר וועט אמאל קענען חתונה האבן, זאלט איר וויסן אז עס איז דא א זאך וואס איז העכער פון 'טבע', דאס איז 'תפילה' וואס איז העכער פון די טבע. אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע; עס איז נישט שייך צו זאגן: 'בדרך הטבע וועל איך קיינמאל נישט חתונה האבן' ווייל תפילה איז העכער פון די טבע. מיט תפילה וועט איר אויסבעטן פאר אייערע געשוויסטער און פאר אייך גוטע שידוכים.


די גאנצע זאך פון שידוכים איז א פארבארגענע זאך, דאס איז פארהוילן פון אלעמען און ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט; עס האט נישט צו טון צי די עלטערן ווילן יא צי נישט, עס האט נאר מיטן אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן.


וועגן פארן קיין יבניאל; רעדט שיין צו אייערע עלטערן, זאגט זיי: "טייערע טאטע, טייערע מאמע, איך האב אסאך חיזוק פון ברסלב און איך וויל זייער שטארק פארן קיין יבניאל צו מוהרא"ש'ס ציון אויסבעטן א שידוך"; אז איר וועט רעדן שיין וועט איר פועל'ן.


נעמט אן דעם כלל אין אייער לעבן: יעדע זאך קען מען פועל'ן אויב מען רעדט שיין, הארציג און ווייך. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי טו, א): "מַעֲנֶה רַךְ, יָשִׁיב חֵמָה", דער וואס רעדט שיינע רייד נעמט אוועק כעס; אז מען רעדט שיינע ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען ביים סוף.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע פון אייך זאלן בקרוב טרעפן אייערע שידוכים.

#2 - ווי אזוי ווייס איך ווער ס'איז דער אמת'ער צדיק?
יבנאל, חינוך הילדים, מחלוקת, צדיקים, מוהרא"ש, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


יישר כח פאר די ענטפער וואס איר האט מיר געגעבן, איך בין אבער נאכאלץ זייער צומישט אין דעם ענין פון אמונת חכמים ווי ווייט דאס גייט, דארף איך טאקע אינגאנצן אויפהערן צו טראכטן מיט מיין אייגן שכל און זיך אינגאנצן אוועקגעבן פאר א צדיק, איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט ווי אזוי מ'טוט דאס.


איך בין מקורב צו מוהרא"ש ז"ל, איך וואוין אין יבנאל, און איך פרובירט מחנך צו זיין מיינע קינדער אויף דעם וועג, אבער אין דעם ענין פון אמונת חכמים בין איך נישט קלאר, יעדער שרייט אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי קען איך וויסן וועמען איך דארף נאכגיין, ווי אזוי קען מען זיך אוועקגעבן דעם שכל און פאלגן נאר איין צדיק?


יעדער שרייט דאך אז א צווייטער איז דער צדיק, ווי אזוי ווייס איך וועמען צו טראסטן, ווי אזוי ווייס איך צו וועמען איך דארף האבן אמונת חכמים, און ווי אזוי בין איך מחנך די קינדער נישט צו ווערן אריינגעמישט אין מחלוקת חס ושלום?


יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה - זכור, ח' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי ווייסט מען וועם צו טראסטן וכו'; אויף דעם דארף מען אסאך וויינען און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן אפנארן פונעם יצר הרע, ווייל דער יצר הרע פרובירט מיט אלע וועגן אוועקצושלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער ר' נתן האט געזאגט: "ווען איך ווייס שוין אלע עצות און אלע תחבולות ווי אזוי ניצול צו ווערן פונעם יצר הרע, קומט דער יצר הרע מיט א פרישע וועג וואס איך האב נישט געטראכט אז דאס וועט קומען וכו'"; דערפאר דארף א מענטש שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך נישט לאזן נארן.


היינט איז ליידער א וועלט מיט גרויסע שקרנים און פאפערס וואס זוכן צו פארנארן מענטשן און ארויס קוועטשן פון זיי געלט און געניסן פון זייער כבוד וכו'. מען רעדט אויף א הויכע שפראך און מען באנוצט זיך מיט לשונות פון קבלה וואס דער צוהערער האט נישט קיין אנונג וואס ער זאגט און דער וואס זאגט דאס ווייסט נאכמער נישט וואס ער זאגט און עולם גולם לויפט דאס נאך וכו'.


א מענטש דארף זיך שטענדיג מאכן א חשבון הנפש, מען דארף זיך כסדר פרעגן מיטן לשון פון ספורי מעשיות (מעשה א' מאבדת בת מלך): "וואו בין איך אויף דער וועלט?" "וואס טו איך אויף דער וועלט?" האב איך היינט געעפענט א חומש? האב איך היינט געלערנט אפאר פרקים משניות? האב איך היינט געזאגט אביסל תהילים? דאס דארף א מענטש זען אריינצוכאפן יעדן טאג, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים, און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דער שיחה און מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף זיין דער קאמפוס פונעם מענטש; פונקט אזוי ווי ווען א מענטש פארט אין א שיף אויפן וואסער האלט ער מיט זיך די גאנצע צייט א קאמפוס, כדי ער זאל וויסן צי ער פארט אינעם גוטן ריכטונג, ווייל ווען מען איז אויפן וואסער זעט מען נישט דעם סוף און עס קען אמאל אויסקומען אז מען זאל פארן א לאנגע צייט אין וואסער און באמת איז מען אויפן זעלבן פלאץ, מען האט זיך גארנישט גערוקט נאר מען איז געפארן די גאנצע צייט רינגס און ארום, אבער אז מען קוקט אויפן קאמפוס וואס איר מאגנעט ציט צו צפון זעט ער וואו ער פארט. דאס זעלבע דארף א מענטש לעבן מיט א חשבון הנפש; א מענטש דארף זיך משפט'ן יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך?" "רבונו של עולם, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין רצון".


אזוי אויך דארף א מענטש שטענדיג קוקן אויף זיך; אזוי ווי מען זעט אז בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, א מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים. ער קוקט ווי אזוי ער קען מצליח זיין און ווי ער קען עפעס פארדינען, דאס זעלבע - און נאך מער - דארף א מענטש קוקן ברוחניות: 'וואו קען איך פארדינען?' 'וואו קען איך מצליח זיין?' א מענטש וואס לעבט מיט א חשבון מאכט זיך א פשוט'ער חשבון: 'איך גיי צו א רבי, וואס געבט מיר דער רבי? וואס באקום איך פון דעם רבי'ן? אויב באקום איך נישט קיין תורה ותפילה, וואס האב איך אז דער רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז דער רבי האט רוח הקודש? וואס האב איך אז דער רבי רעדט א הויכע שפראך, ער רעדט צו נשמות?!' און פארקערט אויך, א מענטש דארף זיין זייער שטארק ביי זיך און טראכטן: 'אויב איך דריי זיך ביי אן ערליכער איד און ער ברענגט מיר צו די הייליגע תורה, ער ברענגט מיר צו צו לעבן מיטן אייבערשטן, קען מיר קיינער נישט אוועק נעמען פון אזא פלאץ, אז איך האב געטראפן א רבי וואס קלעבט מיר צו צום אייבערשטן וועל איך דעם רבי'ן קיינמאל נישט אפלאזן'.


מענטשן פרעגן א קשיא: "וואו איז דער אמת? ווער כאפט אן דעם אמת? יעדער איינער שרייט דאך מיר האבן דעם אמת?!" פרעג א ברסלב'ער חסיד: "וואו איז דער אמת? וועט ער דיר גלייך זאגן: "ביי אונז!" פרעג א חב"ד'סקער חסיד: "וואו איז דער אמת?" וועט ער אודאי ענטפערן: "ביי אונז"; זיצט א ראש ישיבה מיט זיינע תלמידים און קאכן זיך און לויבן זיך: "אה, מיר זענען ביים אמת", ווען אין די זעלבע צייט איז דא א חבורה אין די אנדערע עק וועלט וואס פרייען זיך: "מיר זענען ביים אמת"; נו, פרעג איך אייך: "וואו איז דער אמת? ווי אזוי ווייסט א מענטש אז ער איז ביים אמת? אזוי זיכער ווי דו ביסט אז דו ביסט ביים אמת און דו האסט רחמנות אויף יענעם אז ער ווייסט נישט פון דיין אמת, פונקט אזוי זיכער איז יענער אז ער איז ביים אמת און דו ביסט ביים שקר, נו וואו איז טאקע דער אמת?!"


פלעגט מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגן, אז דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן נא): אמת איז נאר דער אייבערשטער, אזוי ווי עס שטייט א פסוק (ירמיהו י, י): "וַה' אֱלֹקִים אֱמֶת", דער אייבערשטער איז אמת; אויב דו דרייסט זיך ביי א רבי, רב, גוטער איד, וכו' וכו' און ער רעדט צו דיר פונעם אייבערשטן, ער ברענגט אריין אין דיר אמונה און דו הייבסט אן לעבן מיטן אייבערשטן, דו הייבסט אן רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף דיר פארציילסטו פארן אייבערשטן, ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי דו ווילסט לעבסטו ווייטער מיט אמונה אין בורא כל עולמים - דאס איז אמת, אבער אויב מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן איז דאס נישט אמת. און אויב אין די זעלבע צייט וואס דו דרייסט זיך ביי א פלאץ וואו מען רעדט פון אמונה און אין די זעלבע צייט איז דא נאך א פלאץ אין דער וועלט וואו מען רעדט פונעם אייבערשטן זענען זיי אויך ביים אמת, און אויב ביי א דריטע פלאץ רעדט מען אויך פונעם אייבערשטער איז שוין דא דריי פלעצער אויף דער וועלט וואס זענען ביים אמת.


נאך פלעגט מוהרא"ש זאגן: "וואס איז אמת?" אֶמֶת איז די ווערטער: "אֶ'הְיֶה מֶ'ת" - איך גיי זיין א נפטר; איך גיי איין טאג ליגן מיט די פוס צום טיר. קיינער וועט דעמאלט נישט קוקן אויף מיר און קיינער וועט נישט טראכטן מער פון מיר; איך גיי ארויף גיין צום אייבערשטן און נאר די גוטע זאכן וואס איך האב אריינגעכאפט וועל איך מיטנעמען אויף יענער וועלט.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג מעורר זיין די תלמידים מען זאל גיין מפעם לפעם אין שפיטאל באזוכן חולי ישראל – ה' ירחם עליהם. קודם כל אלץ די מצוה פון ביקור חולים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים מ.): "ווער עס איז נישט מבקר חולים איז כאילו שופך דמים"; נאך זאגן חז"ל (נדרים לט:) "כָּל הַמְבַקֵּר אֶת הַחוֹלֶה נִיצוֹל מְדִינָה שֶׁל גֵיהִנָם", ווער עס איז מבקר חולים ווערט ניצול פון גיהנום; צווייטנס - פלעגט מוהרא"ש זאגן - ווען א מענטש גייט אין שפיטאל מבקר חולה זיין אידישע קינדער, זעט ער וואס דער גאנצע מענטשעלע איז... דער גרויסער שטארקער מענטש וואס קומט און גייט און מאכט און טוט, אין איין סקונדע קען ער ווערן אויס מאכער, אויס טוער און אויס קנאקער וכו' וכו', איז פארוואס זאל מען זיך קריגן און זיך פיינט האבן איינער דעם צווייטן?


אז איר שרייבט אז איר זענט "מקורב צו מוהרא"ש ז"ל"; דארפט איר וויסן אז היכל הקודש איז א פלאץ פון תורה, תפילה און שלום בית. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר אריינגערופן ביי זיך אין שטוב אין אומאן א טאג פאר ערב ראש השנה תשע"ג און געלערנט מיט מיר תורה ב' אינעם צווייטן חלק וואו דער רבי זאגט: "וְהָאֱמֶת מֵאִיר בְּרִבּוּעַ הַדִּבּוּר הַנַּ"ל עַל יְדֵי שְׁלשָׁה שֵׁמוֹת הַנַּ"ל, שֶׁהֵם: אֵל, אֱלֹהִים, יְיָ; שֶׁהֵם בְּחִינַת: תְּפִילָּה, וְתוֹרָה, וְשִׁדּוּכִים וְזִוּוּגִים". און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "דער רבי זאגט דא: וואס איז אמת? אמת איז די דריי זאכן: תורה, תפילה, שידוכים און שלום בית; כל זמן מען רעדט פון תורה תפילה און שלום בית איז עס אמת, אבער אז מען רעדט אנדערע זאכן - דאס איז שוין נישט קיין אמת"; און מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ווען איך רעד זאל איך שטענדיג רעדן פון די דריי זאכן.


דאס האבן מיר געהערט אלע יארן ביי מוהרא"ש נאכאמאל און נאכאמאל: "תורה, תפילה און שידוכים – שלום בית"; איך האב זוכה געווען צו זיין ביי די ליל שישי שיעורים פון מוהרא"ש יעדע וואך פאר איבער צען יאר, יעדע וואך פלעגט מוהרא"ש איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל אז מען דארף לערנען די הייליגע תורה, מיר האבן דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן קענען מיר דאס באווייזן. און אז א מענטש זאל זיך נאר ווענדן צום אייבערשטער ווען ער האט א צרה; עס איז נישט געווען קיין איין שיעור וואס מוהרא"ש ז"ל זאל נישט רעדן פון רעדן צום אייבערשטן.


איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט וועגן אוועק ווארפן די שכל; דער רבי זאגט בפירוש (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנה): "כְּשֶׁהָאָדָם הוּא מַאֲמִין בְּהַצַּדִּיק בְּלִי שׁוּם דַּעַת אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל מֵהָאֱמוּנָה, כִּי מֵאֱמוּנָה לְבַד אֶפְשָׁר לִפֹּל, אֲבָל אִם יֵשׁ לוֹ גַּם דַּעַת שֶׁמֵּבִין גַּם בְּהַדַּעַת, אֲזַי אִי אֶפְשָׁר לוֹ לִפֹּל", ווען א מענטש גלייבט אין א צדיק אן קיין שום שכל קען ער אוועק פאלן פונעם צדיק, ווייל מיט אמונה אליינס אן שכל, קען מען אוועקפאלן, אבער אויב מען קומט צום צדיק מיט דעת, בנוסף צו די אמונה נוצט ער אויך זיין שכל, פון אזא אמונה קען מען נישט אוועק פאלן; דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז אלע יארן געלערנט: 'איך קום צו א צדיק ווייל דער צדיק ברענגט מיר צום אייבערשטן, ער איז מיר מחזק מיין אמונה, ער שטארקט מיר איך זאל זיך צוגעוואוינען רעדן צום אייבערשטן'.


בנוגע קינדער; אויב עלטערן מישן זיך אין מחלוקת וועלן זיי צאלן א טייערע פרייז מיט זייערע קינדער. מחלוקת איז א סכנה און עס הרג'עט גוטע און שלעכטע. די ערשטע וואס פאלן ביי מחלוקת זענען קינדער; עלטערן וואס ווילן מצליח זיין מיט זייערע קינדער טארן נישט רעדן אין שטוב קיין שום ליצנות און פאליטיק אויף קיין שום איד, נישט קיין חילוק צי ער איז פון דיין חסידות צו פון די אנדערע, קינדער זענען ריין און הייליג און אויב הערן זיי ווי דער טאטע און מאמע זיצן און שמועסן און לאכן פון איין רבי אויפן צווייטן וועלן זיי מאכן א סך הכל אז ביידע זענען גארנישט און זיי קינדער וועלן אינגאנצן אפלאזן אידישקייט.


עס איז געווען א צייט וואס ביי אונז אין שול אין היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געווען חלוקי דיעות צווישן די מתפללים, עס האט געריסן דאס הארץ פון מוהרא"ש אז מען קריגט זיך. געדענק איך אז מען איז אריין צו מוהרא"ש פרעגן וואס מען זאל טון וכו', דער וואס האט פארגעלערנט האט געפרעגט פון וואס זאל ער רעדן, האט מוהרא"ש געענטפערט: "עס איז דאך דא זאכן וואס ביידע זענט איר איינשטומיג; אלע פון אייך האלטן אז מען דארף בענטשן מיט כוונה, אלע האלטן אז מען דארף זיין פרייליך שבת, נו, רעדט פון זאכן וואס ביידע האלטן אייניג". רעדט פון בענטשן אין א בענטשער; מוהרא"ש האט געזאגט אויב מען בענטשט אין א בענטשער איז דאס א סגולה אויף עשירות. רעדט פון זיין פרייליך שבת; אויב מען איז פרייליך שבת איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות. פארוואס דארף מען זיך קריגן ווען עס איז דא אזויפיל זאכן וואס אלע האלטן אייניג?


דאס זעלבע איז מיט קינדער; אז די קינדער פרעגן שאלות וכו', רעדט מען נאר פאזעטיוו (חיובי), מען רעדט פון רבי'ן; רעדטס פון מוהרא"ש, פארציילט זיי אביסל וואס מיר האבן געהאט אין אונזער דור; פארציילט זיי וואס מיינט א צדיק, אז עס גייט אים גארנישט אן וואס מיט אים וועט זיין, ער וויל נאר איין זאך: 'ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן', אזוי ווי משה רבינו וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער האט געזאגט פארן אייבערשטן (שמות לב, לב): "מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ", מעק מיר אויס, אבי אידישע קינדער זאלן נישט פארלוירן גיין. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (תנחומא ואתחנן, סימן ז): ווען משה רבינו האט געוואלט אריינגיין אין ארץ ישראל האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "אדער דו אדער די אידן", האט משה רבינו געזאגט: "יֹאבַד מֹשֶׁה וְאֶלֶף כָּמוֹהוּ, וְאַל יֹאבַד אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל"; דאס איז א צדיק, ער קוקט נישט אויף זיך; ער וויל נאר אז נאך א בחור זאל געראטעוועט ווערן פון עבירות, נאך א פאר-פאלק זאלן זיך פארשטיין, עס גייט אים נישט אן וואס מען וועט זאגן אויף אים וכו', דאס זאלט איר פארציילן פאר אייערע קינדער.


מוהרא"ש פלעגט וויינען ביי אלע שיעורים אויף די מחלוקת וואס איז דא אין ברסלב: "מיר טרינקען דאך פון איין קוואל, מיר נעמען דאך חיזוק פון איין רבי, פארוואס דארף מען זיך בייסן איינער דעם צווייטן?" מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אין הכי נמי, דער רבי זאגט טאקע (חיי מוהר"ן, סימן שיט): 'אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת', איך וועל מאכן פון אייך אסאך גרופעס; אבער דער רבי האט נישט געזאגט אז איין גרופע זאל רעדן אויפן צווייטן און איינער זאל פיינט האבן דעם צווייטן".


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך וועל מסיים זיין מיט איין קליינע זאך. מוצאי שבת נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן מוהרא"ש, בין איך געפארן קיין בארא פארק צום טשאפל וואו מוהרא"ש איז געלעגן איבער שבת, מען האט מלוה געווען מוהרא"ש מוצאי שבת פרשת יתרו און מען האט געטראגן די מטה קיין ארץ ישראל, דעמאלט בין איך געזיצן אינעם אמבולאנס וואו מוהרא"ש איז געלעגן און איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש צוויי זאכן: איינס, אז איך וועל נישט מאכן קיין מחלוקת צווישן תלמידי היכל הקודש און איך וועל נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת. צווייטנס, אז איך וועל אים מפרסם זיין פאר די גאנצע וועלט; געלויבט דעם אייבערשטן אז ביידע זאכן בין איך מקיים און מיטן אייבערשטנס הילף וועל איך ווייטער אנהאלטן די הבטחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - דארף מען אוועקווארפן דעם שכל פאר א צדיק?
יבנאל, חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד הרה"ג ר' יואל ראטה שליט"א,


שלום וברכה, איך בין א פרוי פון יבנאל, מיט א שיינע משפחה. איך בין שוין חתונה געהאט מיט מיין חשובער מאן פאר 17 יאר, און מיר האבן ב"ה א שיינע שטוב מיט ליכטיגע קינדערלעך קע"ה. איך דאנק דעם אייבערשטן אויף אלעס גוטס וואס ער האט מיר געגעבן און ער געבט מיר נאכאלץ.


מיר זענען געקומען וואוינען קיין יבנאל מיט עטליכע יאר צוריק, מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו ווערן בעלי תשובה דורך ברסלב, מיר האבן אבער נישט געהאט קיין רב און צדיק וועמען מיר האבן אויסגעהערט און געפאלגט אויף א רעגעלמעסיגן פארנעם. ווען מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל זענען מיר ב"ה געווארן מקורב צו מוהרא"ש, מיר זענען אריין צו אים און געשריבן צו אים עטליכע מאל, מיר זענען געווען ביי דרשות און טישן, אבער ליידער איז מוהרא"ש נסתלק געווארן נישט צו לאנג נאכדעם וואס מיר זענען אנגעקומען קיין יבנאל.


די לעצטע דריי יאר האבן מיר ב"ה ווייטער געוואוינט דא אין יבנאל, מיר זענען ב"ה זייער מצליח ברוחניות ובגשמיות, איך שפיר אבער נישט אז מיר זענען געשטיגן צופיל ברוחניות אין די יארן. דער מצב דא, מיט אזויפיל לשון הרע'ס פון אלע זייטן, אזויפיל מחלוקת און קריגערייען, איינער רעדט אויפ'ן צווייטן, דער מצב איז זייער שלעכט משפיע אויף אונז. איך וויל ממש נישט ארויסגיין פון דערהיים, ווייל איך שפיר אז אויב יא קען איך אויך ווערן אריינגעשלעפט אין די פייער פון מחלוקת און לשון הרע.


אונזער שלום בית איז ב"ה זייער פיין, איך פארשטיי זיך ב"ה זייער גוט מיט מיין מאן, ווען עס קומט אבער צו גיין צו א צדיק בין איך נישט אויף די זעלבע מיינונג ווי מיין מאן. ער האלט אז מ'איז האבן א צדיק פון היינט, איך האב אבער נישט מסכים געווען דערצו, איך האב זיך קעגנגעשטעלט, און דאס האט שטארק געשטערט די שלום בית ביי אונז אינדערהיים.


איך האלט אז מיר קענען ווייטער אנגיין בלויז מיט די לימודים פונ'ם רבי'ן און מוהרא"ש, מיין מאן האלט אבער אז מ'דארף אויך האבן א לעבעדיגע רבי און זיך מבטל זיין צו אים, איך פארשטיי אבער נישט צו די זאכן, איך ווייס נישט ווי אזוי מ'ווארפט אוועק דעם שכל פאר א צדיק. איך בין שוין געווען ביי אסאך צדיקים פאר א ברכה און הדרכה, איך האב אבער קיינמאל נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט זיך מבטל צו זיין פאר א צדיק.


און אויב וועט מיין מאן מקבל זיין פון איין צדיק, און איך פון א צווייטן צדיק, וועט דאס זיכער נישט טויגן.


אלנפאלס, איך ווייס נישט דער ריכטיגער וועג ווי אזוי צו גיין, דאס אז אונזער שטוב איז נישט אינגאנצן בשלום, איז זיכער זייער נישט גוט פאר די קינדער, איך ווייס אבער נישט וואס איך דארף יא צו טון. איך וועל זיך זייער פרייען אויב איר וועט אונז קענען מדריך זיין וואס צו טון אין אונזער מצב. מיר זענען זיך אסאך מחזק מיט אייערע שיעורים און חיזוק יומי, דאס שטארקט אונז אין אמונה און צו רעדן צום אייבערשטן, אפשר וועט איר אונז קענען מייעץ זיין אין אונזער פראבלעם.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווי איך פארשטיי קען דער ס"מ נישט דערליידן אז איר לעבט אזא שיינע לעבן מיט אייער מאן שוין 17 יאר און איר האט א שטוב מיט ליכטיגע קינדער וכו' וכו'; דערפאר זוכט ער מיט אלע כוחות צו צעשטערן אייער לעבן, ער זוכט ווי ער קען מאכן א פירוד צווישן אייך און אייער מאן. ווייל איינמאל ער צעברעכט די ליבשאפט צווישן מאן און ווייב האט ער נאכדעם א גרינגע וועג ווי אזוי ער קען כאפן דעם מענטש אין זיין נעץ און אים מכשיל זיין מיט עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", דאס וואס מען זעט אינגעלייט צוטיילן זיך פון די ווייב זיך און זיי זענען צעטיילט פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "זֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דאס איז דער ארבעט פונעם יצר הרע וואס ער מאכט אז מען זאל זיך צוטיילן. ווייל ווען מאן און ווייב זענען צעטיילט קען ער זייער גרינג אריינכאפן דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד - לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


מיר טוט זייער וויי אז עס איז דא מחלוקת צווישן אנשי שלומינו וכו', אבער עס איז נישט אזוי פשוט ווי איר לייגט עס אראפ, נאר ווער עס וויל לעבן בשלום קען לעבן ווייטער אין יבנאל זייער שיין. איך אליינס האב תלמידים וואס וואוינען אין יבנאל און זיי ווייסן גארנישט פון קיין מחלוקת צו זאגן, זיי לעבן מיטן אייבערשטן, זיי לעבן מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, זיי דאווענען און לערנען, זיי גייען הפצה און זענען פרייליך וכו'. איך פרעג זיי אסאך מאל אויב מען קריגט זיך דארט וכו', ענטפערן זיי מיר אייביג דעם זעלבן תירוץ: "ווער עס וויל זיך קריגן קריגט זיך וואו ער זאל נאר זיין, ווער עס וויל שלום איז זיך מחי' דא אין יבנאל".


איך געדענק ווען איך בין געקומען דאס ערשטע מאל קיין יבניאל, פאר איבער צען יאר צוריק, בין איך ממש געווען פארגאפט און ערשטוינט אז עס איז דא אזא זאך אויף דער וועלט; איך האב דארט געזען מענטשן לעבן שוין אין גן עדן, איך האב געזען מענטשן לעבן אזוי פשוט, אזוי פרייליך, מיט א לויטערע אמונה אזוי ווי מוהרא"ש האט אין אונז אריינגעבאקן. איך בין איינגעשטאנען ביי א משפחה און איך האב זיך צוגעקוקט מיט שטוינונג ווי פשוט'ע מענטשן לעבן מיט אזא אמונה, מיט אזא שמחה, מיט אזא צופרידנקייט. ביז איך בין אנגעקומען אין שול, דארט האב איך געטראפן אינגעלייט און איך הייב אן שמועסן מיט זיי פון דאס שיינקייט פון יבניאל; זאגט מיר איינער: "זה לא כל כך פשוט", "עס איז נישט אזוי פשוט ווי דו מיינסט", "פרעג נישט וואס טוט זיך, עס איז געפערליך" וכו' וכו', האב איך פון איין זייט געזען מענטשן וואס לעבן ממש אין גן עדן און פון דער אנדערער זייט מענטשן וואס ווילן נאר רעדן לשון הרע און זוכן פון אונטער דער ערד זיך אפצורעדן.


אין יעדע פלאץ זענען דא מענטשן וואס זוכן מחלוקת, זוכן עקשאן וכו', דאס איז דער גלות און פון דעם ליידן מיר אזוי פיל, ביז דער אייבערשטער וועט אונז שיקן אליהו הנביא וואס ער וועט שלום מאכן אויף דער וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עדויות ח, ז): "אֵין אֵלִיָּהוּ בָּא לֹא לְרַחֵק וְלֹא לְקָרֵב אֶלָא לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם", ווען אליהו הנביא וועט קומען אויף דער וועלט וועט ער מאכן שלום צווישן אלע אידן.


אן ערליכער איד קריגט זיך נישט מיט קיינעם; אן ערליכער איד גייט זיך זיין וועג און עס גייט אים גארנישט אן, ער זוכט נישט קער צו נעמען פון די וועלט, ער וועט זיך מיט קיינעם נישט קריגן. ער וועט נאר זען צו העלפן און מחי' זיין א צווייטן.


ווער עס וויל טון די ווילן פון מוהרא"ש און וועם עס גייט אין לעבן די כבוד פון מוהרא"ש וכו', דארף מקיים זיין וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן אין די צוואה; קוקט אריין אין צוואת מוהרא"ש (אות י): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן"; אין צוגאב צו דעם איז דא א בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן דעם לעצטן טאג פון זיין לעבן אז מען זאל זיך היטן פון מחלוקת, אזוי אויך האט מוהרא"ש געשריבן פון שפיטאל בעט אפאר טעג פאר ער איז נסתלק געווארן אין א בריוו: "וְלָכֵן זֶה עִקַּר רְצוֹנִי שֶׁיִּהְיֶה רַק אַהֲבָה בֵּין אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ, כִּי הַרְבֵּה צָרוֹת בָּאוּ וְיָצְאוּ מִמַּחְלֹקֶת וּמְרִיבוֹת". זעט מען ווי שטארק מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן זיך מיט קיינעם נישט קריגן.


דערפאר בעט איך אייך, אנטלויפט פון מחלוקת און רעדט נישט מיט קיינעם וועגן מחלוקת. איר זאלט לעבן בשלום מיט אייער מאן; אז אייער מאן האט געטראפן איינעם פון וועם ער נעמט חיזוק וכו', וואס דארף דאס אייך אנגיין?! אז אייער מאן האט געטראפן א פלאץ וואו מען איז אים מחזק אויף תורה ותפילה, פארוואס זאלט איר אים שטערן?! פארקערט, זייט אים מחזק און מעודד! זאגט אים: "מיר וועלן אייביג זיין צוזאמען, מיר וועלן לעבן בשלום ובשלוה!"


דאס וואס איר שרייבט "מען דארף אוועק ווארפן די שכל"; ווער הייסט אוועק ווארפן די שכל? חס ושלום, מען טאר נישט אוועק ווארפן די שכל און נאר א מענטש מיט שכל וועט נעמען אן ערליכער איד זאל אים ווייזן די וועג ווי אזוי צו לעבן. די שכל זאגט אז מען דארף גיין צו אן ערליכער איד, די שכל זאגט אז אויב דער מאן האט אן ערליכער איד וואס איז אים מחזק זאל אים די ווייב נישט שטערן. פארקערט, אויב מען מאכט מחלוקת - דאס הייסט אוועק געווארפן די שכל; אויב איינער וועט  אייך קומען זאגן עס איז א מצוה יענעם צו רודפ'ן, דארף מען יענעם זאגן: "אויב איז עס אזא גרויסע מצוה זאלט איר אליין טון די מצוה - מצוה בו יותר מבשלוחו", דאס הייסט שכל.


דאס זעלבע איז מיט ביטול וכו'; א ביטול דארף מען האבן צום הייליגן באשעפער און צו די הייליגע תורה. און ווער זאגט אונז וואס שטייט אין די תורה? דיינים און רבנים. די אלע וואס שרייען: "היינט איז שוין נישט דא קיין צדיקים וכו'"; דאס איז נישט עפעס א נייע זאך, דאס האט מען געשריגן אין אלע צייטן. אין הייליגן רבינ'ס צייטן האט מען דאס אויך געשריגן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח): "כִּי עַכְשָׁיו נִתְפַּשֵּׁט הָאֶפִּיקוֹרְסוּת שֶׁהֻתְּרָה הָרְצוּעָה לְדַבֵּר סָרָה עַל כָּל הַצַּדִּיקִים וְעַל כָּל יִרְאֵי ה'", עס איז זייער פארשפרייט אז מענטשן רעדן אויף צדיקים, באמת ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן אליינס, נאר זיי האבן מורא אז אויב זיי וועלן רעדן אויפן אייבערשטן וועט מען זיי אנשרייען וכו', דערפאר רעדן זיי אויף צדיקים, אבער זיי מיינען דעם אייבערשטן; זעט מען אז אין אלע צייטן זענען פארהאן וואס שרייען דעם זעלבן ניגון: "היינט איז שוין גארנישט דא"; אבער דאס איז נישט אמת, נאר אין יעדע דור זענען דא צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער זיי צו מאכן לערנען און דאווענען און אריין ברענגען אין זיי די אמונה ברורה ומזוככת.


פארשטייט זיך אז ווען א מענטש גייט צו איינעם, דארף ער שטענדיג זען אויב יענער איז אים מחזק צו גיין בדרך התורה, ער טרעט נישט אפ פון שלחן ערוך, ער רעדט צו מיר פון דאס גרויסקייט פון שלום בית; דעמאלט איז א סימן אז ער איז אויף א גוטע פלאץ. אבער ווי נאר מען רעדט פון אנדערע זאכן, מען רעדט נישט פון תורה, תפילה און שלום בית, איז עס איין שטיק שקר.


נעבעך וויפיל מענטשן ווערן פארפירט פון פאלשע מנהיגים וואס לערנען נישט מיט זייערע מענטשן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב וכו'; מען דארף זיך זייער היטן נישט אנצוקומען צו א פארפירער. קוקט וואס מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות טו) א סימן ווי אזוי מען קען וויסן צי מען איז ביי אן אמת'ער פלאץ אדער נישט, עיין שם.


אשריך אז איר האט נישט קיין שייכות מיט די מחלוקת, אבער געבט אכטונג אז אין אייער שטוב זאל נישט אריין קומען דער ס"מ. אז אייער מאן האט חיות אויף א פלאץ, דער מענטש איז אים מעורר צו עבודת השם, דער פלאץ וואו ער גייט איז אים מעורר צו לערנען און דאווענען און נישט האבן קיין שייכות מיט מחלוקת, פארוואס זאלט איר אים שטערן?


איך זאג אייך צו אז אויב איר וועט לעבן מיט אייער מאן בשלום וועט איר האבן נחת פון אייערע קינדער; דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך און איר וועט נישט חרטה האבן.