שאלה אין קורצן ענין
#12 - ווי אזוי קען מען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, מדות טובות, תכלית, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די הערליכע שיעורים וואס זענען ממש מחיה נפשות.


איך וויל פרעגן ווי אזוי מ'קען זיך אויסארבעטן די מדה פון קנאה; איך האב זיך קיינמאל געקענט אלס א מענטש וואס האט די שלעכטע מדה, איך בין א מענטש וואס פארגינט יעדן, און איז באמת פרייליך מיט יענעמ'ס הצלחה און גוטס, לעצטנס איז אבער דא ביי מיין ארבעט א אינגערמאן וואס האט מיר געמאכט אנערקענען אז איך האב יא די שלעכטע מידה.


ער איז מורא'דיג א מוצלח, און ס'זעט מיר אויס ווי ער האט אלעס אין זיין לעבן, וואס איך חלום אויף דעם, און איך ווייס אז איך וועל קיינמאל נישט קענען צוקומען צו דעם, און איין טאג האב איך זיך פשוט געכאפט אז איך בין אים מקנא.


דאס איז פאר מיר א טאפלטע שווערע געפיל, איינס אז איך האב די שווערע שלעכטע מידה, און אויך אז איך קען נישט פטור ווערן פון די געפיל אז איך בין אים מקנא. וואס קען איך טאן צו דעם? ווי אזוי ארבעט איך אויס די שלעכטע מידה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין פראבלעם איז נישט אזוי געפערליך, דו ווייסט כאטשיג אויף וואס דו ליידסט. רוב מענטשן האבן די פראבלעם פון קנאה, אבער דער צרה איז אז זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן קנאה, זיי עסן זיך אויף פון אנדערע מענטשן אן דעם וואס זיי זאלן קענען קלאר ארויסזאגן: "איך לייד פון קנאה"; זיי מאכן מחלוקות, זיי בארעדן מענטשן, זיי טראכטן מען דארף דעם באגראבן און דעם אויסרייסן - אן דעם וואס זיי זאלן קענען זאגן די ווערטער וואס דו זאגסט: "איך לייד פון קנאה", "איך האב א צרה", "איך דארף הילף".


מוהרא"ש זאגט, אלע צרות און אלע פראבלעמען הייבט זיך אן מיט קנאה; מענטשן ווערן אויפגעגעסן פון קנאה. אלע מחלוקות צווישן משפחה, שכנים, חברים וכדומה - אלץ איז קנאה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט אז די וועלט פירט זיך מיט א בעל הבית. דאס וואס דער האט אזא ווייב און קינדער, געלט, א שיינע הויז, א שיינע קאר - איז מיט א חשבון פון הימל, עס האט גארנישט מיט'ן מענטש, און דאס וואס איך האב און וואס איך האב נישט - איז פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך קיין קנאה.


נאך אביסל וועלן מיר אלע צוריק גיין צום אייבערשטן, עס וועט אונז גארנישט נוצן. עס קומט א צייט וואס מען וועט אונז אלע צוריק לייגן פון וואו מיר זענען געקומען, מיר זענען באשאפן פון די ערד און דארט וועלן מיר צוריק גיין; דארט איז נישטא קיין קנאה, דארט איז יעדער פארנומען מיט זיך אליינס.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א חבד'סקער חסיד און משפיע רבי מענדל פוטערפאס זכרונו לברכה, די רוסן ימח שמם האבן אים פארשיקט קיין סיביר, דארט האט ער געארבעט אין די ביטערע פרעסטן, ער פלעגט נעמען די מתים, די טויטע אידן און זיי באערדיגן, האט ער דערציילט אז ער האט געזען אן אינטערעסאנטע זאך ביי די טויטע, קיינער קוקט נישט אויפ'ן צווייטן; אלע ליגן אויף דער ערד מיט'ן פנים ארויף, נישטא קיין קנאה, קיינער קוקט נישט אויפ'ן חבר; אלע ווארטן מען זאל זיי שוין ברענגען לקבורה.


דו ווייסט כאטשיג דיין פראבלעם - קענסטו דאך גלייך נעמען די רפואה פון רבי'ן. דער רבי האט אונז אלע פארשריבן א גרויסע רעצעפט, ווי נאר מען ווייסט אז מען איז נישט בסדר - קען מען גלייך אייננעמען דעם איינשפריץ און מען ווערט אויסגעהיילט, דער רבינ'ס רעצעפט איז: "התבודדות"; מען זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך אויסשמועסן אזוי ווי מען שמועסט מיט א נאנטער פריינט און אים בעטן מען זאל ארויסגיין פון די שלעכטע נאטורן.


יעצט אז דו ווייסט פונקטליך דיין פראבלעם זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, זאג פאר'ן אייבערשטן די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן מיט וואס איך האב און מיט וואס איך האב נישט, איך זאל געדענקען אז דו פירסט אלעס, אלעס וואס איך האב - איז פון דיר; מיין ווייב, מיינע קינדער, מיין געלט, מיין הויז, מיין קאר - אלעס אלעס איז פון דיר מיט א פונקטליכער חשבון, העלף מיר איך זאל געדענקען אז קיינער קען מיר גארנישט צונעמען און קיינער קען מיר גארנישט געבן.


רבונו של עולם, העלף מיר, הייל מיר אויס; העלף מיר איך זאל קענען אויסארבעטן מיינע מידות. איך בין אזוי פארדארבן, איך האב אזעלכע פארדארבענע מידות, איך בין מקנא אנדערע, איך פארגעס אז דו ביסט דא, איך פארגעס אז דו געבסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס, איך קוק אויף דעם און אויף יענעם, איך פארגעס פון דיר.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען פון תכלית, איך זאל געדענקען אז נאך אביסל גייט מען מיר אריינלייגן אין די ערד, דארט איז נישטא דער מיט יענער, דארט איז דא ווערים און מייז, דעמאלט וועט מען אפיר נעמען מיינע מעשים; מיין דאווענען, מיין לערנען און מיינע גוטע מעשים, נאר דאס וועט זיין חשוב, מען וועט אפציילן אלע פרקים משניות וואס איך האב גורס געווען, מען וועט אפציילן אלע קאפיטלעך תהילים און בלעטער גמרא, דאס וועט זיין חשוב; בעט איך דיר רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל נישט קוקן אויף אנדערע, איך זאל זיך פרייען מיט וואס איך האב, איך זאל אריינכאפן אביסל גוטע זאכן".


אזוי זאלסטו רעדן צום אייבערשטן; שעם זיך נישט, דערצייל דעם אייבערשטן פונקטליך וועם דו ביסט מקנא און מיט וואס דו ביסט אים מקנא, אזוי וועט עס ארויסגיין פון דיר.


די רעצעפט פון רבי'ן איז אזוי וואונדערליך; עס נעמט ארויס אלע שלעכטע מידות, מען ווערט א ריינער מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#11 - ווי אזוי נעמט מען אוועק קנאה צווישן חתונה געהאטע געשוויסטער?
צניעות, שבת טיש, משפחה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין טאכטער האט חתונה געהאט לעצטע יאר ברוך ה', זי איז זייער א שטילע און צוריקגעצויגענע, אבער מיין עלטערע טאכטער איז פונקט פארקערט, זי איז זייער לעבעדיג און רעדט א גאנצע צייט. און ווען עס קומט אויס אז זיי זענען ביידע ביי מיר אויף סעודות שבת, רעדט די עלטערע די גאנצע צייט און די יונגערע רעדט גארנישט, און איך זע אויף איר מאן אז עס טוט אים זייער וויי, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך פרוביר אז זיי זאלן נישט קומען צו די זעלבע סעודות צו מיר, אבער איך קען עס נישט אלץ אזוי אויסארבעטן, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א א וועג וואס צו טון וועגן דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אז דיין שטוב זאל זיין איידל, דיין שבת טיש זאל זיין מיט יראת שמים, ווען חתונה געהאטע געשוויסטער קומט זיך צאם זאל דאס זיין איידל און באשיידן. לערן דיינע קינדער זיי זאלן זיך אויפפירן איידל, לערן זיי ווי אזוי צו רעדן אין געגנווארט פון פרעמדע מענער; עס איז נישט קיין פראבלעם פאר טעכטער צו שמועסן מיט טאטע מאמע, אבער אז עס זיצן ביים טיש פרעמדע מענער, אפילו שוואגערס - דארפן זיי וויסן ווי אזוי זיך צו פירן וכו'.


דו דארפסט אויסלערנען דיינע טעכטער צניעות; עס האט נישט צו טון אויב איינער איז א שטילער און איינער איז מער רעדעוודיג, אפילו ביידע וואלטן געווען רעדעוודיג דארף מען זיי אויסלערנען ווי אזוי צו רעדן ביים טיש ווען עס זיצן שוואגערס. מענטשן זענען זיך טועה, מען מיינט אז מען מעג זיך האלטן נאנט מיט שוואגערס און שוועגערינס, עס איז גאר הארב, עס איז דא הלכות ביי הלכות יחוד ווען מען קען מקיל זיין, ווי צום ביישפיל ווען עס איז 'בעלה בעיר', אבער ביי נאנטע משפחה, שוועגערינס, שוואגערס, - דארט קען מען נישט נוצן דעם היתר, דארט איז הארבער.


וואויל איז דעם וואס היט זיין שטוב, ער איז מחנך די קינדער, זין און טעכטער - ווי אזוי זיך צו פירן ווען די משפחה קומט זיך צאם, מען זיצט איידל, דער שבת טיש איז פול מיט יראת שמים; וועט ער זוכה זיין צו די ברכה (תהלים קכח, ג): "בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים, סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - איז דער יום טוב פורים נאר פאר עשירים און נישט פאר ארימעלייט?
קנאה, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א יישר כח פאר די טייערע שיעורים.


איך וויל עפעס פרעגן, כאטש איך שעם זיך אביסל, איך פיל עפעס אז דער יום טוב פורים איז נישט פאר מיר, ס'איז מער א יום טוב נאר פאר די עשירים, זיי מאכן גרויסע חגיגות, טיילן אסאך געלט, דער יום טוב איז עפעס נאר פאר זיי און נישט פאר פשוטע אידן. וואס האלט איר וועגן דעם?


מרדכי 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס ביסטו מקנא א צווייטן? עס נישט דא וועמען מקנא צו זיין - בפרט א גביר; וואס ווייסטו וואס אן עושר מאכט מיט? מענטשן מיינען אז דער וואס האט עשירות דער איז גליקליך. אבער דער אמת איז אז די עשירים אויף זיי איז די גרעסטע רחמנות ווייל זיי האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט און זיי לעבן שטענדיג אין פחדים וכו', זיי האבן נישט קיין חברים, ווייל אלע וואס שמייכלען צו זיי דארפן נאר זייער געלט, קומט אויס זיי האבן נישט קיין אמת'ע חברים וכו' וכו' און זיי שפירן דאס זייער גוט.


גלייב מיר עס איז א גרויס רחמנות אויף עשירים; שלמה המלך זאגט (קהלת ה, יא): "מְתוּקָה שְׁנַת הָעֹבֵד, אִם מְעַט וְאִם הַרְבֵּה יֹאכֵל", אן ארימאן ער שלאפט גוט, ער האט נישט קיין דאגות וכו', "וְהַשָּׂבָע לֶעָשִׁיר אֵינֶנּוּ מַנִּיחַ לוֹ לִישׁוֹן", אבער דער עושר קען נישט שלאפן ביינאכט פון זיינע דאגות.


עס איז זייער נאריש מקנא צו זיין א צווייטן; דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' נחמן טולטשינער: "עס איז נישט דא וועמען צו מקנא זיין; אויב מקנא זיין, דארף מען מקנא זיין אן ערליכער איד, און אויב ביסטו דער ערליכער איד – זאגט ער פאר זיין תלמיד ר' נחמן - בין איך דיר מקנא".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר – הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", ווער איז אן עושר - א צופרידענער מענטש? דער וואס דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף וואס ער האט און ער קוקט נישט אויף א צווייטן.


פורים איז א יום טוב פאר יעדן איד, בפרט פאר מענטשן וואס ווארטן אויף א ישועה; מען זעט וואס דער אייבערשטער קען טון, ממש וואס דער רבי זאגט (עיין עלים לתרופה, מכתב יא): "וְיֵשׁ עִנְיָן שֶׁנִּתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", עס קען אויסזען פארן מענטש אז אלעס איז פארמאכט, אלעס איז דערנאך, און פלוצלינג ווערט א ישועה וואס מען האט זיך גארנישט געקענט פארשטעלן פארדעם; פורים ווייזט אונז אז עס איז נישט דא קיין יאוש.


מיר האבן א רבי וואס האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות', אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען זיך אויס צו רעדן זיין הארץ צום אייבערשטן. ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער זוכט זיך אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און ער שמועסט זיך דארט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס שטערט אים - דער מענטש לעבט אן אנדערע סארט לעבן, ער איז אן אמת'ער עושר. ער איז רייך ווייל ער לעבט מיטן אייבערשטן און דער אייבערשטער וועט אים אלעס געבן, ווייל דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען א מענטש פארציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) אז דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארימאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק. און ווען דוד המלך האט געזען דאס חשיבות פונעם ארימאן'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות און זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר, הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארימאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס איז ביי זיך צעבראכן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - איך בין זייער מקנא מיין שוואגער
מדות טובות, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א שאלה וואס שטערט מיך זייער. איך וועל דערציילן דברים כהוויתן, איך מיט מיין שוואגער האבן ביידע געלערנט אין כולל צוזאמען פאר 15 יאר צוריק, ער איז אויסגעוועלט געווארן צו זיין א מגיד שיעור און איך בין געבליבן אין כולל. ווען איך האב געדארפט מער געלט האב איך אנגעהויבן לערנען פריוואט מיט בחורים, א חלק וואס האלטן נישט ביים לערנען און די עלטערן ווילן נאר אז מ'זאל זיי האלטן אין די ראמען. נאכמיטאג לערן איך א שעה און א האלב יעדן טאג מיט איינעם א חסר דעה וואס דער טאטע צאלט מיך ער זאל ליינען אביסל.


ווען איך טרעף מיין שוואגער און איך זע ווי ער איז פארנומען מיט לערנען, שווימט מיר אויף די קשיא, וואו איז דער יושר? פארוואס דארף איך זיין פארנומען מיט שטותים, ווען ער איז פארנומען מיט גאלד? איך האלט אפילו אז איך בין אביסל מער א למדן פון אים, פארוואס האט דער אייבערשטער מיר פארטריבן?


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך.


דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א האניג'דיג וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צוזאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריין געקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף דער וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן. אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן, ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף נאך די פטירה, אז אויב א מענטש האט קיינעם נישט מקנא געווען, וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער?' 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם?' וואס באמת דארף א מענטש וויסן אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געגעבן די סארט לעבן; אזא ווייב, אזאלכע קינדער, וכו' וכו', דארף מען גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד): יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי  חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:): עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גריס פון הימל, יעדן ערב שבת פלעגט ער הערן א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיך רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס ער באקומט נאר איינמאל א וואך א בת קול, און אבא אמנא באקומט יעדן טאג א בת קול, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; אזוי ווי דער תם פלעגט זאגן: "דאס איז יענעמס מעשה, און דאס איז מיין מעשה".


עס איז געווען א פרוי וואס פלעגט זייער מקנא זיין אירע שכנים, און זי פלעגט שטענדיג מוטשען איר מאן: "קוק ווי אונזערע שכנים גייען ארויס פארברענגען צוזאמען צוויי מאל א וואך, פארוואס נעמסטו מיר קיינמאל נישט ארויס?" דער מאן פלעגט איר אלץ זאגן: "איך האב ליב צו זיין מיט דיר אין שטוב, וואס דארפסטו קוקן אויף די שכנים? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה", ער פלעגט איר זאגן: "איך בין גוט צו דיר, איך בין געטריי צו דיר, איך העלף דיר", אבער זיין ווייב האט געהאט אין זיך קנאה, זי פלעגט שטיין ביי די פענסטער קוקן ווי די שכנים גייען ארויס צוויי מאל א וואך; זי פלעגט ממש אויסגיין פאר קנאה זעענדיג ווי זיי זיצן אין זייער קאר און פארן אוועק וכו', און זי פלעגט זייער שטארק מוטשען איר מאן אז זיי דארפן אויך פארן וכו'. ביז איר מאן האט איר איינמאל געזאגט: "איך ווייס נישט וואו צו פארן, אפשר פרעגסטו די שכנים וואו זיי פארן צוויי מאל א וואך?" דעמאלט האט זי שוין געהערט וואו זיי פארן; "מיר גייען צוויי מאל א וואך צו א שלום בית מאכער" - האט די שכנ'טע איר געענטפערט...


דערפאר איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן און מקנא זיין א צווייטן; יעדער האט זיין נקודה וואס דער אייבערשטער האט הנאה פון אים, און צוליב דעם איז ער באשאפן געווארן.


אפילו ווען עס קומט צו רוחניות, טאר מען אויך נישט מקנא זיין א צווייטן. מוהרא"ש זאגט, אז דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כא.): "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה חָכְמָה", איז נישט פשט מען זאגט דעם מענטש: 'דו דארפסט מקנא זיין א צווייטן און אים נאכמאכן', ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן נישט קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה "סוֹפְרִים", נאר קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה "חָכְמָה", ווייל די נקודה איז נישט יענעם נאכצומאכן, נאר ווען איך זע ווי יענער איז זייער שיין מצליח, תַּרְבֶּה "חָכְמָה", דארף איך טראכטן צו מיר וואס קען איך טון אז איך זאל מצליח זיין אין מיין זאך.


ווען דער רבי האט געענדיגט צו דערציילן די מעשה פונעם חכם מיטן תם האט דער רבי אויסגעפירט: "און אז דאס דאווענען איז נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, איז עס א שיכעלע מיט דריי עקן"; זעט מען אז ביי רוחניות דארף מען זיך אויך נישט מבלבל זיין פון א צווייטנס עבודה.


עס איז וויכטיג דו זאלסט נאכקוקן וואס דער הייליגער ר' נתן זאגט אויף דעם (ליקוטי הלכות, הלכות פסח ט, אות כב): פונקט ווי א מענטש דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן קיין התפעלות פון שלעכטע מענטשן וואס מאכן חוזק פון אים ווען ער דינט דעם אייבערשטן, נאר מען דארף זיין זייער שטארק נישט צו ווערן צופאלן, אזוי אויך און נאך אסאך מער - זאגט ר' נתן – דארף א מענטש זיין ביי זיך זייער שטארק נישט צו ווערן צעבראכן פון זיינע ערליכע חברים, ווען ער זעט ווי זיי שטייגן און זענען מצליח בעבודת השם, בשעת ווען מען קוקט זיך אן און מען זעט ווי אזוי מען זעט אויס וכו', "וְכָל זֶה אִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר בִּכְתָב, רַק כָּל אֶחָד יָבִין בְּעַצְמוֹ כְּפִי עִנְיָנָיו, וּכְנֶגֶד כָּל מִינֵי מְנִיעוֹת וַחֲלִישׁוּת הַדַּעַת שֶׁבָּעוֹלָם צְרִיכִין לֵילֵךְ בַּדֶּרֶךְ הַנַּ"ל, בִּבְחִינַת אֶחָד הָיָה אַבְרָהָם, לַחֲשֹׁב כְּאִלּוּ הוּא יְחִידִי בָּעוֹלָם".


איך האף אז דו וועסט ארויס נעמען חיזוק פון מיינע ווערטער וואס איך האב דיר געשריבן און דו וועסט פארשטיין ווי אזוי מען קען לעבן א חיים טובים דורכן קוקן אויף זיך, און מען חזר'ט זיך איין די ווערטער פונעם הייליגן תם: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר, דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה; און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך האב פארדינט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - פאר יעדן גייט גוט, נאר נישט פאר מיר
קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב אייך שוין געשריבן אפאר מאל וועגן מיינע קינדער, די בחורים וועלכע פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין, און איך מוז אייך זאגן אז איך זע אביסל א ישועה ביי ביידע בחורים, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפען, איך האב מיט ביידע געמאכט א שיעור אין משניות, מיט'ן עלטערן האלט איך ביי מעשר שני, און מיט'ן צווייטן האלט איך ביי יומא.


דער דאנק קומט זיך פאר אייך וואס איר האט מיר אזויפיל מחזק געווען, און געגעבן הדרכה און עצות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי.


יעצט האב איך א קלענערע נסיון, איך דארף זיך אבער שטארקן אין דעם. מיינע צוויי בחורים זענען איינער כמעט 21 יאר, און דער צווייטער איז 18 יאר, אבער מ'טראכט נאך בכלל נישט פון קיין שידוכים. ווידער איז דא איינער ביי אונז אין די משפחה, מיין ווייב'ס יונגערע שוועסטער, וואס זי מאכט יעצט חתונה איר ערשטע קינד, מיט זייער א נארמאלע שיינע שידוך, אלעס גלאנצט און אלעס איז פיין.


איז יעצט דא צוויי זאכן וואס באדערן מיר, איינס די קנאה אז איך דארף זיך פרייען אז מיין בחור לערנט כאטש אביסל משניות, דארט וואו ער איז אין איטאליע, און ביי זיי מאכט מען אזא שיינער שידוך און אלעס איז פיין. און די צווייטע איז ווען איך דארף גיין צו די שמחה, יעדער וואונטש מיר אן "אי"ה ביי דיר אויף שמחות" יעדער טראכט אז איך בין א רחמנות, און איך פיל זיך זייער נישט בא'טעמ'ט.


אפרים

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אפרים נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און א גרויסן יישר כח פארן מיר מודיע זיין אז דו זעסט שוין א שינוי לטובה ביי דיינע קינדער. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען נחת ביי אלע דיינע קינדער.


עס איז זייער נאריש צו מקנא זיין א צווייטן, ווייל קיינער ווייסט נישט וואס טוט זיך ביי יענעם; עס קען אויסקוקן צומאל פון אינדרויסן אז ביי יענעם גלאנצט אלעס, עס דאכט זיך אז יענער איז מצליח אין אלעס, ער האט שלום בית, נחת וכו'; אבער באמת האט דער מענטש בכלל נישט קיין לעבן, עס זעט נאר אזוי אויס פון אינדרויסן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה, אז בפשטות מיינט דאס נאכן שטארבן, אבער באמת גייט דאס אויך ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; ווען א מענטש האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט נאך בחיים חיותו, זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף, טראכטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענער', 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער', 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענער', 'קינדער ווי יענער'; אבער באמת דארף א מענטש וויסן, אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא ווייב, אזעלכע קינדער, און אזא סארט שטוב וכו' וכו', איז דאס די בעסטע פאר אים, און בעסער קען נישט זיין.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו שפירסט זיך ווי א רחמנות ווען דו גייסט אויף שמחות און מען וואונטשט דיר וכו'; וויסן זאלסטו אז א רחמנות איז נאר איינער וואס טראכט אז ער איז א רחמנות. מען ווערט נישט א רחמנות ווען א צווייטער האלט דיר פאר א רחמנות, נאר די אלע מענטשן וואס מען איז מזלזל אין זיי, מען האלט זיי ווי א רחמנות, דאס קומט ווייל די מענטשן גייען אליינס ארום צעקלאפט און צעזעצט. אבער ווען א מענטש איז שטארק מיטן אייבערשטן, ער לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז מיט א פונקטליכע השגחה פונעם אייבערשטן - די סארט קינדער וואס איך האב, איז פונעם אייבערשטן; מיין ווייב; מיין פרנסה - אלעס איז פונעם אייבערשטן, און ער גלייבט אז דער אייבערשטער וועט אים העלפן מיט אלעס וואס ער דארף - אזא איינער גייט נישט אן וואס א צווייטער האלט פון אים, וואס א צווייטער קוקט און טראכט אויף אים. דערפאר אז דו גייסט צו א משפחה שמחה און מען וואונטשט דיר מזל טוב, זאלסטו ענטפערן 'אמן' בשמחה ובטוב לבב, וואס קען דען שאטן א ברכה פון א צווייטער איד?


איך זאג דאס שטענדיג פאר מיינע תלמידים; אסאך מאל זענען דא בחורים וואס עס גייט זיי נישט קיין שידוך, און עס ווערט זיי זייער אומבאקוועם ווען זיי דארפן גיין אויף שמחות פון יונגערע חברים. זיי זאגן מיר "איך בין נאך א בחור און מיין חבר רופט מיר צו א שלום זכור, צו א קידוש וכו'", אזוי אויך באדערט זיי ווען מענטשן געבן זיי חיזוק, מענטשן פרעגן זיי זייער נאמען און מאמעס נאמען צו מתפלל זיין פאר זיי, און דאס מאכט זיי שפירן זייער אומבאקוועם; זאג איך זיי אזוי: "קיינער קען דיר נישט מאכן פאר א רחמנות - נאר דו אליין. אז דו האלסט זיך פאר א רחמנות, אפילו דו וועסט זיך איינשפארן ביי דיר אין שטוב און נישט גיין צו קיין שמחות, וועסטו צעבראכן ווערן, דו וועסט זיך אויפעסן פון צער וכו', ווייל א רחמנות ווערט מען נישט דורכדעם וואס יענער קוקט אויף דיר, נאר ווי אזוי דו אליינס קוקסט זיך אן".


איך האף אז דו פארשטייסט וואס איך זאג דיר, און דו וועסט ארויס גיין פון דיין קטנות הדעת אז דו ביסט שולדיג, כאילו יענער האט עפעס מער געטון ווי דיר וכו' אז ביי אים גלאנצט אלעס אזוי שיין און אלעס קלאפט. דו דאנק דעם אייבערשטן אויף דיין ווייב און קינדער, און דאנק אים אויף די חסד אז דיינע קינדער לערנען מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין חתונה צו מאכן דיינע קינדער און שעפן נאר אידיש נחת פון זיי, אמן.

#7 - פארוואס איז מיין חבר מער מצליח פון מיר?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, חברים, קנאה, פירושים, הצלחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר כלל ישראל.


אלס בחור האב איך געהאט א שלעכטע חבר'שאפט מיט א געוויסער בחור, און מיר האבן אפגעהאקט און נישט געהאט קיין שייכות פאר דרייסיג יאר. א יאר צוריק האב איך אים געזען און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון אים, איך בין קראנק אים צו טרעפן נאכאמאל, און נאכאמאל ווערן גוט מיט אים. איך טראכט פון אים יעדע פאר מינוט אין טאג.


איך בין אים זייער מקנא, און שפיר אז ער "האט עס" אסאך בעסער פון מיר, איך פיל אז ער האט מער געלט, כבוד, חברים, און א שענערע משפחה. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים ארויסנעמען פון מיין קאפ. איך לערן, און דאווען, און איך גיי אין מקוה יעדן טאג.


איך זוך ליבשאפט, מיין ווייב האלט אין איין בעטן זאכן און קריטיקירן, איך האב געפילט ליבשאפט ווען מיר זענען געווען חברים, און איך בין אים אזוי מקנא, און איך וויל זיין זיין חבר, ער איז קאלט צו מיר, אבער ער איז פאפולער מיט חברים, געלט, מ'האלט אים פאר א עושר.


ביטע מיר שרייבן, איך זאל האבן חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, י' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינט סוקסעספול? אז מען האט געלט? וואס מיינט 'ער האט עס' - אז מען האט חברים? די תורה זאגט ביי יוסף הצדיק (בראשית לט, ב), ער איז געווען א סוקסעספולער מענטש, "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ"; די תורה זאגט עס נישט ווען זיין טאטע האט אים ליב געהאט מער פון די ברידער, נישט ווען ער האט געהאט א זיידענע קלייד, נישט ווען ער איז געווארן משנה למלך אין מצרים, די תורה זאגט יוסף איז געווען א סוקסעספולער מענטש ווען מען האט אים ארויסגעשלעפט פון גרוב און פארקויפט פאר די שמוציגע אראבער, ווען פוטיפר האט אים געקויפט פאר א קנעכט.


שטעלט זיך א קשיא, דאס איז סוקסעס? א קינד וואס איז געווען די באליבסטער ביי זיין פאטער און מען האט אים מיט רציחה אריינגעווארפן אין א גרוב, פארקויפט פאר א קנעכט, ער איז פארכאפט ביי א מצרי - דאס איז סוקסעס? אויף אזא מענטש זאגט די תורה ער איז געווען אן איש מצליח? ווען אלע ברידער זענען חתונה געהאט, אלע האבן זייער לעבן און נאר יוסף האט נישט קיין שידוך; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג", - דאס איז איש מצליח?


נאר וואס דען, די תורה זאגט (שם): "וַיְהִי ה' אֶת יוֹסֵף", יוסף האט געלעבט מיטן אייבערשטן, יוסף הצדיק האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן און זיך געשטארקט מיט אמונה, ער האט נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, דאס איז די גרעסטע הצלחה; ווען א מענטש גייט אריבער וואס ער גייט אריבער און ער רעדט זיך נישט אפ, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, ער איז נאכאלץ שטארק ביי די אמונה - דער איז אן איש מצליח, יוסף הצדיק האט געקענט פרעגן אן א שיעור קשיות 'פארוואס דארף איך ליידן? פארוואס האב איך נישט מיין שידוך? פארוואס האב איך די ביטערע נסיונות?' יוסף הצדיק האט נישט געפרעגט קיין קשיות, יוסף האט זיך זייער געשטארקט, ער האט געזינגען ניגוני אמונה, ער האט געטאנצן, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז) אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "'אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו'', זֶה יוֹסֵף".


נעם די עצה פון רבי'ן, תפילה והתבודדות; זוך א שטילע פלאץ, א ליידיגע צימער, אדער פאר מיט דיין קאר אין א ליידיגע פלאץ, אדער גיי אין א ליידיגע פעלד, און שמועס מיטן אייבערשטן, זאג אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים דיינע מחשבות, דערצייל אים אז דו זוכסט ליבשאפט, דערצייל אים אז דו ביסט נישט פרייליך מיט דיר אליין, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט אנהויבן שפירן די זיסקייט און איינגענעמע טעם פון שפירן דעם אייבערשטן, שפירן ליבשאפט פונעם אייבערשטן; דאס זאלסטו טון יעדן טאג, און מיט דער צייט וועסטו קיינעם נישט מקנא זיין, דו וועסט זיין זיכער מיט זיך.


מאך זיך שיעורים אין גמרא און אין משניות, דאס וועט דיך אויסגראדן דיין מח מחשבה, דו וועסט נישט זיין אנגעהאנגען אויף קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - צוזאגן אין מירון צו געבן דעם נאמען שמעון, כדי געהאלפן צו ווערן?
שלום בית, סיפורי צדיקים, קינדער, משפחה, סגולות, קנאה, מירון, ל"ג בעומר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס דערנענטערט זיך דער הייליגער טאג ל"ג בעומר, און עס איז באקאנט א סגולה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, אז מען זאל צוזאגן ביים ציון הקדוש אין מירון צו געבן דעם נאמען שמעון פאר'ן אינגל וואס מען וועט האבן.


שוין פארגאנגענע יאר האב איך דאס געוואלט טון, מיין ווייב האט אבער נישט מסכים געווען, זי שעמט זיך אז מען זען אז מיר זענען געווען אז אין לחץ געהאלפן צו ווערן. איינער האט מיר געזאגט אז איך זאל נאר צוזאגן צו מאכן די חאלאקע אין מירון, אבער עס איז שוין אריבער א יאר און מיר זענען נאכנישט געהאלפן געווארן.


יעצט בין איך נאך מער באזארגט, נאכדעם וואס מיינע יונגערע געשוויסטער האבן חתונה און אפשר וועלן זיי האבן קינדער פאר אונז.


זאל איך נאכאמאל ארויפברענגען דעם געדאנק צו טון די סגולה אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד .. נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צוויי זאכן דארפסטו וויסן; איינס, האבן קינדער איז נישט קיין פארמעסט. אז א יונגערער אין די משפחה האט ערשט קינדער, אדער מער קינדער - איז דאס נישט א צרה און נישט קיין פארמעסט; קינדער איז א מתנה פונעם אייבערשטן און עס איז נאריש צו האלטן חשבון ווען מען האט, ווער עס האט ערשט, וויפיל קינדער מען האט און ווער עס האט מער קינדער; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן און ווארטן מיט געדולד ביז די ישועה קומט.


צווייטנס, מען קען פועל'ן ביי רבי שמעון בר יוחאי קינדער אפילו מען זאגט נישט צו אז מען וועט געבן א נאמען שמעון. בפרט ווען עס איז נוגע אין דיין שלום בית, דיין ווייב וויל נישט געבן שמעון, זי שעמט זיך וכו' - איז דאך זיכער אז דו זאלסט ענדערש זיך מקבל זיין ל"ג בעומר אין מירון אז דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב און זיך נישט קריגן; וועסטו מיט דעם פועל'ן קינדער.


די הייליגע חכמים דערציילן פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי (שיר השירים רבה א, לא), א פארפאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי ווילן זיך גט'ן, היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאכנישט נפקד געווארן מיט קינדער. האט זיי רבי שמעון בר יוחאי געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה, ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין, האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן, וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.


דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריינלייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן אין שטוב, צומארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז - האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!"


זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה, האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר, זאג איך אייך צו אז איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער; אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.


דארפסט נישט ווארטן אויף ל"ג בעומר זיך דאס צו מקבל זיין, זיי זיך שוין מקבל צו מכבד זיין דיין ווייב און איר נישט וויי טון, און בעט דעם אייבערשטן פאר קינדער - וועט איר זוכה זיין צו זרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5 - בין איך מחויב צו טון אלעס אליין אינדערהיים?
שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, סבלנות, תודה והודאה, קאמפלימענטס, קנאה, עונשים, יענער, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך אביסל אויסרעדן איבער די שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער אינדערהיים, אונזער שלום בית טויג נישט, עס איז נישטא קיין שטארקע ליבשאפט ביי אונז.


וואס קען איך טון אז איך שפיר זיך ווי דער משרת אינדערהיים, איך שפיר אסאך מאל ווי איך בין סיי דער טאטע און סיי די מאמע אין הויז, איך פארשטיי אז עס איז יעצט שווער פאר מיין ווייב צו טון אלעס, אבער איך שפיר ווי איך ווער צופיל אויסגענוצט, איך דארף אלעס מסדר זיין, צושטעלן עסן, רייניגן, און אזוי ווייטער, אלע זאכן וואס א געווענליכע פרוי וואלט ווען געדארפט צו טון אינדערהיים.


ווען די קינדער דארפן גיין צום דאקטער, דארף איך זיי נעמען, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג. איך בעט איר זי זאל כאטש מאכן דעם אפוינמענט ביים דאקטער, אבער זי פייפט מיר אן. איך קום אהיים און דאס קינד איז שמוציג ביז ארויף און איך דארף זויבערן און אפבאדן. ווען איך רוים אויף העלפט זי מיר אביסל, אין די צייט וואס עס וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט, וואס איך טו ווערט געטון, און וואס נישט נישט. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך דארף פשוט א נארמאלע הויז, וואו מען געבט זיך אפ נארמאל מיט די קינדער און מיט די הויז.


איך קום פון א נארמאלע צוזאמגענומע שטוב, אלס בחור האב איך געהאט גרויסע השגות, איך האב געהאט חלומות פון א שיינע באלעבאטישע שטוב, און למעשה איז גארנישט געווארן דערפון, אבער איך דארף כאטש א מינימאלע נארמאלע הויז, איך פיל ווי זי איז גארנישט גרייט צי טון פאר מיר. איך האב זייער ליב צי זען מיין ווייב אמאל שיין אנגעטוען ווי א אידישע פרוי דארף אויסקוקן, אבער איך האב דאס נאר ווען מען מוז גיין צו א שמחה, זי איז גאר נישט גרייט צו טון, איין טאג איז געווען א שיינע וועטער האב איך איר געפרעגט אויב זי וויל זיך אנטוען און ארויס גיין מיט מיר אביסל שפאצירן, אבער דאס אויך נישט.


איך טו פאר איר זייער אסאך, און פאר די הויז און די קינדער טו איך דאס רוב, ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבייט קומט עס זי זאל מיר מאכן עפעס א טרינקען אדער עסן, אבער עס איז פארקערט איך מאך איר א קאווע, שפעטער מאך איך איר עסן, איך פיל ווי עס איז נישט יושר, עס איז נישט אז אמאל איז געווען גוט און פשוט יעצט ווייל זי פילט נישט גוט קען זי נישט, ווי איך געדענק זייט די חתונה האב איך נאר געגעבן און גארנישט באקומען.


עס קומט נארמאל אז א פרוי זאל האבן א געשמאק אין אהערשטעלן א שיינע געשמאקע סעודה, האבן א טאלאנט אראפצולייגן א געשמאקע שיינע טעלער עסן צום טיש, זי איז אבער בכלל נישט אינטערעסירט אין דעם, אלעס איז א גאנצע טובה געטון. איך דארף זיך בעטן ביי איר, און איך שפיר ווי איך האב יעצט אויפגעשטעלט אן אלטע באבע וואס רירט זיך מיט די לעצטע כוחות, ווען זי בעט אבער עפעס פון מיר מוז איך עס גלייך טון אויפ'ן ארט מיט'ן גרעסטן חשק.


לאמיר זאגן חס ושלום אז איינעמ'ס ווייב איז נעבעך קראנק געווארן, זי קען גארנישט טון, און דער מאן איז איר געטריי, דעמאלט איז אנדערש, ווייל למעשה איז זי געווען געטריי פאר אים אלע יארן, און יעצט נעבעך איז זי קראנק. איך האב אבער גארנישט באקומען פון מיין ווייב. עס איז מיר זייער שווער, אסאך מאל טראכט איך אז עס איז מיר שוין געווען גרינגער אלס בחור, איך האב זיך געדרייט און געפרייט, יעצט ארבעט איך ביטער שווער אויפצושטעלן א משפחה.


איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער איך טראכט צוריק פון אלע מיינע חברים, איך האלט נישט אז זיי האבן אזוי שלעכט חתונה געהאט, איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר דאס.


איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט מקנא אנדערע. קלאפ ארויס פון קאפ אז ביי אנדערע איז בעסער, בעסער איז אין ערגעץ נישט, בעסער קען ווערן ביי דיר אין מח; אז דו וועסט אויפבויען דיין ווייב, אז דו וועסט האבן סבלנות - וועט דיר גוט ווערן, ביי דיר אין קאפ קען ווערן גוט.


א נארישקייט צו קוקן אויף אנדערע. דיינע חברים האבן גארנישט בעסער פון דיר, אז איינער וועט דיר זאגן ער האט יא שלום בית - איז דאס ווייל ער ארבעט אויף זיינע מידות און ער לעבט מיט אמונה, און אז דו וועסט חזר'ן די הייליגע אמונה, דו וועסט גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער; דו, דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין געלונגענקייט און איר נישט געלונגענקייט, אלעס איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט וועט דיר ווערן גוט, און ווי לאנג דו וועסט זיך עסן דיינע קישקעס אז דיינע חברים האבן שיינע ווייבער, דיינע חברים האבן שיינע שטובער - ביסטו א גרויס רחמנות.


וואס ווייסט א מענטש וואס איז גוט פאר אים? מען דארף גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און אז דו האסט חתונה געהאט מיט איר - איז דאס דיין ווייב לויט דיין שורש נשמה און אויף דיר ליגט די ארבעט פון זוכן אין איר גוטס און איר פרייליך מאכן, דאס איז דיין מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, דו ביסט נישט גערעכט; מיט אלעס ווי אזוי דו לייגסט אראפ דיין ווייב, מיט אלע אירע שוואכקייטן - ביסטו נישט גערעכט. ווייל מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן. דער מאן קען מאכן א גוטע שלום בית, דער מאן קען אויפבויען די ווייב און איר מאכן פאר די געלונגענסטע פרוי.


טייערער ברודער הער א מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן אונז, (שבת נג:): "מעשה באדם אחד שנשא אשה גידמת", עס איז געווען א מעשה, איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "ולא הכיר בה עד יום מותה", און ער האט נישט געוויסט אז זי איז געלעמט ביז זי איז אוועק פון די וועלט, האט רבי חייא געזאגט, "כמה צנוע אדם זה שלא הכיר באשתו", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן; עס איז אביסל שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און נאך איז שווער, וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר קען זיין, פשט איז, אז זי האט יא געהאט הענט און ער האט געזען אירע הענט, אירע הענט האבן זיך געקענט ריקן, נאר זי האט נישט געמאכט און געטון, זי איז נישט געווען קיין באלעבאסטע, זי האט גארנישט געטון, און איר מאן האט דאס נישט געזען, ער האט געזען אירע מעלות. די גמרא רומט אויס דעם מענטש אז ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב; דאס איז א גרויסקייט, דאס אז א צנוע, אז מען זעט נישט די חסרונות, מען שפירט נישט ווי מען האט א טויטע געלעמטע ווייב.


ברודער, די תורה פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - איז דיין עצה. דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זוכט אויף גוטס, אפילו אין א רשע - ווערט יענער אויס רשע. דאס איז ביי יעדע זאך, אז מען זוכט אויף גוטס אין א צווייטן, אז מען זוכט גוטס אין די ווייב, מען קוקט נאר אויף די גוטס - וועט זי ווערן גוט. קוק אויף דיין ווייב ווי אויף א קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען קאכט, מען רוימט, מען מאכט און מען טוט, לערן איר אויס, בוי איר אויף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "ואינה כורתת ברית אלא למי שעשאה כלי", די ווייב ווערט איינס מיטן מאן וואס מאכט איר א כלי; א מאן וואס בויט אויף די ווייב, האט רחמנות אויף איר - וועט זי דיר ווערן געטריי, זי וועט דיר אלעס טון.


קלאפ דיין מויל, רעד נישט פון יענע מעשה, וואס ווייסטו וואס מענטשן ליידן אין לעבן מיט שווערע ביטערע מחלות? וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט דעם אלעם?! מוהרא"ש האט אונז דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל איינגעדרימלט און זיך גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף דער וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#4 - זאל איך צוריק אנטון מיין הוט און רעקל לכבוד מיין מאמע?
כיבוד אב ואם, קליידער, משפחה, משניות, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין נישט געגאנגען שבת מיט א הוט און רעקל און אינדערוואכן בין איך געגאנגען מיט קאלירטע קליידער. מיין מאמע האט מיר געבעטן איך זאל צוריק אנטון א הוט און רעקל, און איך האב טאקע צוריק אנגעטון מיין הוט און רעקל אויך אינדערוואכן לכבוד מיין מאמע.


מיינע עלטערע ברידער זענען אבער ליידער פריי, נישט קיין שומרי תורה רחמנא ליצלן, און זיי זענען געווען ביי אונז אויף שבת, און זיי האבן נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן פון מיר די גאנצע צייט, און עס איז מיר געווען זייער נישט בא'טעמ'ט.


וואס זאל איך טון? זאל איך צוריק אויסטון די הוט און רעקל, ווייל עס איז מיר באמת זייער נישט אנגענעם ווען מיינע ברידער לאכן אפ פון מיר, אדער זאל איך נישט קוקן אויף זייער זייט און מכבד זיין די רצון פון מיין מאמע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך א נחת רוח פאר דיין מאמע, טו זיך צוריק אן די חסידי'שע קליידער. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון מחי' זיין טאטע מאמע, די שכר וואס דער אייבערשטער באצאלט אויף די וועלט און שפעטער אויף יענע וועלט - ווען מען איז מחי' און משמח טאטע מאמע; ווער רעדט נאך ווען זיי ווילן גוטע זאכן, זיי ווילן זאלסט גיין אנגעטון מיט קליידער וואס ערליכע אידן גייען - זאלסטו דאס זיכער טון.


שעם זיך נישט פון קיינעם און אויך נישט פון דיינע ברידער. ווער עס לאכט אפ פון א צווייטן איז א סימן פון קנאה; דיינע ברידער לאכן פון דיר ווייל זיי ווילן אויך זיין גוט, טיף אין זייער הארץ ווילן זיי אלע תשובה טון; זאלסטו זיין שטארק און זיך נישט צוטון מאכן פון קיינעם אין די וועלט.


מאך זיך א שיעור אין משניות, לערן יעדן טאג כמה פרקים משניות - אפילו בלי הבנה כלל. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה", נאר זאגן די ווערטער; דאס וועט דיר געבן כח צו זיין ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - שלום בית האט מיט'ן מאן אדער מיט די פרוי?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט מוז איך זיך באדאנקען פאר די שיעורים, עס האט ממש געראטעוועט מיין לעבן, שוין עטליכע יאר וואס איך בין צוגעבינדען צו ברסלב, איך הער די שיעורים און איך ליין אלע גליונות און קונטרסים, ספעציעל די עצתו אמונה, און דאס געבט מיר אזויפיל שכל, עצות, און חיזוק, און עס שטעלט מיר ממש אויף די פיס.


איך האב געוואלט פרעגן איבער שלום בית, אויב עס האט מיט'ן מאן אדער מיט די פרוי, ווייל איך ווייס אז מיין מאן גייט קיינמאל ווערן א ברסלב'ער, וויפיל מאל איך האב שוין פרובירט צו רעדן מיט אים וועגן דעם זאגט ער אז עס פעלט נישט אויס, מען קען זיין א איד, האבן שלום בית, און מצליח זיין אין לעבן, אויך אן ברסלב. ער ווייסט בכלל נישט וויפיל איך האב געטון און איך טו כסדר, נאר ווייל איך נעם די חיזוק פון ברסלב, און דאס איז וואס העלפט אז די שטוב זאל שטיין אויפ'ן פלאץ.


איך וויל אזוי שטארק אז מיין מאן זאל אויך מקורב ווערן, ער איז ברוך ה' זייער וואויל און ערליך, אבער איך בין אזוי מקנא די ברסלב'ע ווייבלעך וואס זייערע מענער זענען מקורב צום רבי'ן, הלואי אויף מיר געזאגט, ווי אזוי קען איך דאס באווייזן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שלום בית האט מיט די ווייב. די תורה זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ" א קלוגע פרוי בויט אויף די שטוב; א קלוגע פרוי זוכט נאר מעלות ביי איר מאן, א קלוגע פרוי טוט אלעס אז די שטוב זאל זיך שיין אויפבויען.


א פרוי מיט שכל קען זיך מאכן איר לעבן פאר א גן עדן, זי וועט פרייליך מאכן איר מאן, זי וועט נישט ווארטן אויף אים ער זאל אנהויבן פרייליך צו מאכן און געבן גוטע ווערטער וכו', זי הויבט אן מיט אירע גוטע ווערטער, זי מאכט פרייליך; אזוי ווערט די גאנצע שטוב פרייליך, אזוי בויט זיך א שטוב.


זייט נישט מקנא א צווייטן, נישטא וועם מקנא צו זיין; יעדער איינער בזה העולם האט זיינע נסיונות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט זיינע נסיונות. דעריבער איז נישטא וועם מקנא צו זיין, אפילו פון אינדרויסן זעט אויס ווי דער האט א שענערע און בעסערע לעבן, דארף מען וויסן נישט צו מקנא זיין, ווייל יענער האט זיך זיינע שוועריקייטן אפילו מען זעט דאס נישט ארויס.


מען דארף נישט האבן א מאן א ברסלב'ער - צו האבן א זיס לעבן, מען דארף נישט האבן א מאן א ברסלב'ער - צו זיין גליקליך. אז מען לעבט פאר זיך מיט'ן רבי'ן, מען נעמט חיזוק פון רבי'ן, שכל פון רבי'ן - איז די לעבן זיס און מען איז גליקליך. די עצה פון התבודדות און תפילה - דאס ראטעוועט דעם מענטש; ווער עס לעבט מיט תפילה - דער איז גליקליך; דער ווייסט וואס צו טון אין יעדע צייט, און ווען עס ווערט גאר ביטער - ווייסט ער צו אנטלויפן צום אייבערשטן.


בעטס דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס איר דארפט, מיט תפילה והתבודדות קען מען אלעס פועל'ן; ווער עס איז אן עקשן און בעט איבער און איבער, ער בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן - ביים סוף באקומט מען א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אויף וועלכע וועג זאל איך אנהויבן יעצט לערנען גמרא?
לימוד התורה, סיום הש"ס, מלמדים, היטן די צייט, קנאה, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אויך דאס יאר בין איך זוכה צוצוגיין צום שמחת תורה מיט אסאך שיינע סיומים וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען אין לויף פון דעם פארגאנגענעם יאר, איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער איך קוק זיך צו מיט קנאה צו אנדערע תלמידים וואס זענען זוכה צו לערנען און מסיים זיין פיל מער פון מיר, איך בין אבער א פארנומענער מענטש, איך בין א מלמד און איך לערן מיט די קינדער א גאנצן טאג, און איך קום אן נאר וויפיל איך קום אן.


אזוי ווי דעם קומענדיגן שמחת תורה הויבט זיך ביי מיר אן די פרישע יאר פון לימודים און שיעורים, און איך האב שוין זוכה געווען ברוך ה' מסיים צו זיין איינמאל ש"ס, וויל איך פרעגן אויב איך זאל נאכאמאל אנהויבן ש"ס כסדרן א בלאט נאך א בלאט, אדער זאל איך ענדערש נעמען איין מסכתא און עס איבערגיין 101 מאל?


איך מוז זיך נאכאמאל באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה, איך בין אריבער און איך גיי נאכאלץ אריבער פילע שוועריקייטן און עגמת נפש אין לעבן, און נאר אין זכות פון די שיעורים און חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א קען איך זיך שטארקן און ווייטער אנגיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קוק נישט אויף אנדערע, זיי נישט מקנא אנדערע; מוהרא"ש זאגט, עס שטייט נישט קנאת סופרים תרבה 'סופרים' נאר (בבא בתרא כא.): "קִנְאַת סוֹפְרִים תַּרְבֶּה 'חָכְמָה'"; אז מען זעט אן ערליכער איד ווי ער איז פלייסיג אין זיין זאך - תרבה חכמה, נישט יענעם נאכמאכן, נאר תרבה חכמה; עס דארף מיר געבן א שטופ איך זאל באקומען א פרישקייט צו דינען דעם אייבערשטן אין מיין נקודה.


בנוגע דיין שאלה, אדער אנהייבן לערנען נאכאמאל ש"ס כסדרן און ענדיגן א צווייטע מאל אדער נעמען איין מסכתא און דאס איבער חזר'ן הונדערט און איין מאל; טו ביידע, האב א שיעור אין ש"ס כסדרן און אויך נעם א מסכתא און גיי דאס איבער מאה פעמים ואחד, וועסט זען אז עס איז דא צייטן וואס דאס ציט מער און צייטן וואס די אנדערע וועג ציט מער; א מענטש דארף האבן אלע וועגן אין לערנען אז אין יעדע צייט און אין יעדע מצב זאל ער האבן א וועג ווי אזוי צו לערנען.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, לערנען מיט קינדער; היינטיגע צייטן איז דאס די גרעסטע עבודה וואס איז נאר שייך, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי לערנען מיט קינדער און אריינשיינען אין זיי א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א חתימה טובה.

#1 - מיינע קאלעגעס ביי די ארבעט רעדן אויף מיר, וואס טו איך?
חינוך הילדים, פרנסה, קנאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מיידל וואס ארבעט מיט'ן זיך אפגעבן קליינע קינדער, איך האב צוויי קינדער מיט וועמען איך דארף זיך אפגעבן, און אזוי זענען דא דארט נאך מיידלעך וואס יעדער האט צוויי קינדער זיך אפצוגעבן מיט זיי.


לעצטנס האב איך צוריק געהערט אז א געוויסע מיידל וואס ארבעט דארט רעדט צו די עלטערן פון די קינדער מיט וועמען איך געב זיך אפ, און זי זאגט זיי אז איך טו גארנישט מיט זיי א גאנצן טאג, זיי קלאצן סתם אוועק. דאס איז נישט אמת, איך געב זיך ברוך ה' זייער גוט אפ מיט זיי, און עס טוט מיר שרעקליך וויי אז זי לאזט סתם אזוי ארויס א שלעכטע נאמען אויף מיר.


איך וויל וויסן אויב איך מעג רעדן צו די עלטערן און צו די אנפירער פון דעם פלאץ דערוועגן, אדער עפעס אנדערש וואס איך קען טון איבער דעם, ווייל ס'טוט מיר באמת זייער שטארק וויי.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געווענליך גייט עס אזוי צווישן ארבעטער, ווען מען זעט איינעם מצליח זיין מיט די ארבעט ווערט א שטיקל קנאה, איינער פרובירט אויפצועסן דעם צווייטן; די אלע וואס רעדן אויף א צווייטן און זוכן אונטערצוברענגען א צווייטן - אלץ נעמט זיך פון די שלעכטע מדה פון קנאה. די מדה פון קנאה איז די עקלדיגסטע מדה וואס איז דא, מען ווערט געבוירן מיט דעם, מען לעבט מיט דעם און מען שטארבט מיט דעם; אלע צרות וואס מענטשן ליידן אין לעבן איז אלץ פון קנאה, ווען מען איז מקנא א צווייטן, מען טראכט שטענדיג אז א צווייטער האט א בעסערע לעבן.


עס הייבט זיך נאך אן ווען מען ווערט געבוירן; ווען א קינד ווערט געבוירן ווערט א גרויסע שמחה, אלע שפילן זיך מיט'ן קינד, מען געבט אים כבוד איבער'ן קאפ, ביז ווען עס קומט א צווייטע קינד און די משפחה הייבט אן געבן כבוד און אויפמערקזאמקייט פאר'ן צווייטן, דעמאלט קען מען זען ווי דער עלטערער קינד ווערט פשוט משוגע, ער קען עס נישט נעמען, ער איז מקנא דעם יונגערן, דאס מאכט אז דער עלטערער זוכט נאר ווי ער קען טשעפען דעם יונגערן, ער ציפט און שלאגט.


נאכדעם ווען מען ווערט עלטער וואקסט מיט די קנאה, מען טראכט שטענדיג 'דעם גייט גוט, יענעם גייט גוט', מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף נאך די פטירה, אז אויב א מענטש האט קיינעם נישט מקנא געווען וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם?' 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער?' 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם?' וואס באמת דארף א מענטש וויסן אז אויב דער אייבערשטער האט דיר געגעבן די סארט לעבן; אזא ווייב, אזעלכע קינדער, וכו' וכו', דארף מען גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


אינטערעסאנט איז, די מדה פון קנאה גייט מיט מיט'ן מענטש אפילו נאכן שטארבן, דער רבי האט געזאגט: "ווען א נפטר וואלט זיך ווען געקענט אויפשטעלן אינמיטן די לוי' ציילן וויפיל מענטשן זענען געקומען צו זיין לוי' וואלט ער נישט אויסגעהאלטן פארוואס א צווייטער האט געהאט א גרעסערע לוי' פון אים", אזוי שטארק גייט די טפשות פון קנאה.


די גאנצע גלות וואס מיר ליידן איז נאר פון קנאה; מען קריגט זיך, מען טוט שלעכטס איינער פאר'ן צווייטן, אלץ ווייל מען טראכט: 'יענער האט מער', 'יענער איז מער געלונגען'; דעריבער זאגט דער רבי (ספר המדות, אות קנאה, סימן א): "כְּשֶׁיִּתְבַּטֵּל הַקִּנְאָה, אֲזַי יִהְיֶה קִבּוּץ גָּלֻיּוֹת", ווען עס וועט זיך ענדיגן קנאה, קיינער וועט נישט גליסטן אויף א צווייטן, וועלן מיר צוריק גיין אלע אינאיינעם קיין ארץ ישראל.


מען דארף זייער אסאך ארבעטן אויסצורייסן די שלעכטע מדה, דאס קען מען נאר אז מען ווערט מקורב צום צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם, סימן ה): "עַל יְדֵי בִּיאָתְךָ לַצַּדִּיק יִתְבַּטֵּל מִמְּךָ הַקִּנְאָה", אז מען קומט צו א צדיק ווערט בטל די שלעכטע מדה פון קנאה; דער צדיק עפנט אויף די אויגן, מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הייבט אן לעבן מיט'ן אייבערשטן, מען טראכט נישט פון א צווייטן, מען קוקט נישט אויף א צווייטן; מען איז שמח בחלקו, מען פריידט זיך מיט וואס דער אייבערשטער געבט.


נעמט זיך נישט צום הארצן וואס מען רעדט אויף אייך, איר זאלט ווייטער טון אייער ארבעט מיט א געטריישאפט, איר זאלט אפילו נישט פרובירן זיך פארענטפערן ווייל איר וועט סיי ווי נישט קענען. געדענקט וואס דער הייליגער תנא עקביא בן מהללאל האט געזאגט פאר זיין זון ווען ער האט אים געבעטן ער זאל רעדן און מסביר זיין מען זאל אים העלפן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (עדיות ה, ז): ווען עקביא בן מהללאל האט געהאלטן פאר'ן נפטר ווערן, האט אים זיין זון געבעטן: "אַבָּא, פְּקּוֹד עָלַי לְחֲבֵרֶיךָ", זאג פאר דיינע חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין. האט אים עקביא בן מהללאל געענטפערט: "אֵינִי מַפְקִיד", איך זאג זיי גארנישט וועגן דיר; האט ער געפרעגט: "שֶׁמָּא עַוְלָה מָצָאתָ בִּי", טאטע, ביסט ברוגז אויף מיר? האסט געטראפן אין מיר א זאך וואס איך טו נישט גוט, אז דו ווילסט נישט בעטן די חברים זיי זאלן מיר מקרב זיין? האט ער אים געענטפערט: "ניין, איך בין נישט ברוגז אויף דיר, נאר 'מַעֲשֶׂיךָ יְקָרְבוּךָ וּמַעֲשֶׂיךָ יְרַחֲקוּךָ', דיינע גוטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מקרב זיין, און דיינע שלעכטע מעשים וועלן מאכן מען זאל דיר מרחק זיין".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.