שאלה אין קורצן ענין
#1 - דער אלבוים "קום צוריק" האט מיר ארויסגעשלעפט פון תאוות ממון
אידיש געלט, ניגונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך הארציג באדאנקען פאר אלעס, ובפרט פאר די ניגונים און די אלבוימ'ס פון "טאנץ מיט אמונה", און ספעציעל פאר די נייע אלבוים "קום צוריק", פון וואס איך האב געשעפט פיל חיזוק.


אלע ניגונים זענען זייער באלערנט, פאר מיר פערזענליך האט אבער געהאט די גרעסטע השפעה דער אכטער ניגון "דעם לעצטן טאג", וואס רעדט זיך איבער די מיאוס'קייט פון געלט און עשירות וכו'.


תאוות ממון איז געווען א שטארקער טייל אין מיין לעבן, שוין אפילו נאכדעם וואס איך האב שוין געהערט פילע דרשות און זיך באקענט מיט היכל הקודש, האב איך זיך זייער געמוטשעט מיט דעם, און דאס האט מיר זייער געקרענקט, און איך מוז זאגן אז דער ניגון האט מיר ממש ארויסגעשלעפט פון מיין בלאטע.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן איר זאלט זיין געזונט און שטארק, און זען פיל אידיש נחת פון אייערע קינדער און תלמידים.


א גרויסן יישר כח, זאב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד זאב נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן און מיר זענען פון דעם בעל תפילה'ס לייט, וואס ער חזר'ט מיט אונז די הייליגע לויטערע אמונה אז געלט איז גאר קיין תכלית נישט, געלט העלפט נישט און קען ניטאמאל העלפן, אדרבה, דורך געלט האט מען א מפלה.


ווער עס האט נאר אביסל טועם געווען דעם הייליגן רבי'ן - דער טראכט שוין נישט פון געלט; ער לויפט נישט נאך קיין מענטשן וואס האבן געלט און זיכער רעדט ער נישט אזוי פיל פון געלט.


דער רבי האט דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפילה (סיפורי מעשיות, מעשה יב) אז די תאוה פון געלט איז נאך ערגער פון אלע תאוות. אזוי ווי דער גיבור האט געזאגט פארן בעל תפילה: "איך האב געהערט פונעם קעניג אז פון אלע תאוות קען מען ארויס נעמען דעם מענטש חוץ א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין תאוות ממון", אזוי אויך האט דער בעל תפילה געזאגט: "נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן".


מוהרא"ש זאגט (נהרי אפרסמון, עמוד תקי): וּצְרִיכִים לְשַׁנֵּן דָּבָר זֶה הַרְבֵּה מְאֹד "שֶׁעֲשִׁירִים הֵם מְשֻׁגָּעִים וּמְטֹרָפִים", מען דארף שטענדיג חזר'ן אז אלע עשירים זענען משוגעים און מטורפים, "וּמִי שֶׁחוֹנֵף אוֹתָם מַרְאֶה שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל", און ווער עס חנפ'ט זיי ווייזט אז ער האט בכלל נישט קיין אמונה.


עס איז כדאי צו פארן קיין יבניאל און גיין קוקן דעם בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט; מוהרא"ש האט געשריבן אויפן טיר פונעם בית המדרש די פאלגענדע ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר: עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן"; ווען איך גיי קיין יבניאל גיי איך קוקן דעם טאוול, דאס ברענגט אין מיר אריין א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי שטארק מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.