שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס איז דער סדר ווי אזוי איר פירט אייער ישיבה?
בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פיר א ישיבה, און איך וואלט געהאט חשק איר זאלט מיר שרייבן דער סדר היום ביי אייך אין ישיבה, כאטש וואס איך האב אנדערע סארט בחורים ווי אייך, וואלט איך זיך אבער געוואלט אויך לערנען פון אייך. אויך אויב איר קענט מיר שרייבן ווי אזוי איר האט אן איינפלוס אויף די בחורים אז זיי זאלן זיך פירן ווי מ'דארף, איך רעד אויסער דעם חלק פון ליבשאפט און גוטסקייט וויל איך וויסן אויב איר האט נאך וועגן ווי אזוי איר מאכט אז די בחורים זאלן אייך פאלגן. דאס וועט מיר זייער ארויסהעלפן אין מיין ישיבה.


יישר כח, בעריש

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הרב ר' בעריש שליט"א


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט תורה מיט בחורים, דו ביסט זיי מחנך זיי זאלן זיין ערליכע אידן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס מסביר, אז פונקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט, אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים דער וואס לערנט תורה מיט תלמידים קויפט זיך איין. אז מען פלאנצט איין אין קינדער און אין בחורים תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, ווערט דאס טיף איינגעווארצלט און זיי, און שפעטער ווען זיי וואקסן אויף און טוען גוטע זאכן גייט אלעס אויפן חשבון פונעם מלמד/מגיד שיעור, און עס איז אוממעגליך צו ציילן זייערע זכותים אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס.


געלויבט דעם אייבערשטען אז שוין פופצן יאר האב איך די זכיה צו לערנען תורה ויראת שמים מיט תלמידים; יעצט ווערט צען יאר פון ווען מיר האבן געעפנט די ברסלב'ע ישיבה אין וויליאמסבורג.


מיר הייבן אן דעם טאג מיטן דף גמרא; אינדערפרי פארן דאווענען לערנען מיר דעם דף, יעדן טאג א דף גמרא, וואס קומט אויס דריי הונדערט פינף און זעכציג דפים א יאר. מוהרא"ש האט געלייגט א שטארקער דגוש אויף דעם לימוד, מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער דף גמרא איז דער חיות פונעם טאג.


נאך שחרית לערנט יעדער בחור פאר זיך זיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; דער ערשטער לימוד וואס מען לערנט איז מקרא – שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג – ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער.


נאכדעם קומט משניות; יעדער בחור האט א שיעור אין ח"י פרקים משניות, פארשטייט זיך אויב עס איז שווער פארן בחור גלייך אנצוהייבן מיט ח"י פרקים לערנט ער וויפיל ער קען.


נאכדעם לערנט יעדער זיין שיעור אין ש"ס כסדרן, ביז מען ענדיגט ש"ס. און ווען מען ענדיגט ש"ס הייבט מען אן נאכאמאל ש"ס, אדער איז דא וואס זיי נעמען איין מסכתא און חזר'ן דאס איבער איינמאל נאכן צווייטן ביז זיי ענדיגן דאס הונדערט און איין מאל, נאכדעם נעמט מען א צווייטע מסכתא, און אזוי ווייטער.


אויך דארף יעדער בחור זאגן תהילים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו', ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים; יעדער בחור זאגט דעם יום תהילים יעדן טאג, אזוי איז מען מסיים תהילים יעדע וואך און אזוי פירט מען זיך א גאנץ לעבן.


נאכמיטאג איז דא א שיעור גמרא והלכה, און פארנאכטס איז דא א שיעור בספרי רבינו; חיזוק און עצות ווי אזוי מען קען זוכה זיין זיך צו דערהאלטן מיט אלע שוועריקייטן וואס מען גייט דורך. דאס איז אביסל דער סדר היום אין ישיבה.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי מען קען האבן א השפעה אויף בחורים וכו'; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט ווערטער און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט, הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט. אבער ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד): "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים - בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם". וואס איז דער סוד אז מען זאל וועלן אויסהערן דעם מענטש ווען ער רעדט? זאגט דער רבי: "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער הערט מען צו וואס מען רעדט, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל, אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער וועט מען דאס נישט אנעמען.


דאס איז די הצלחה פון א מלמד, מגיד שיעור און ראש ישיבה; אויב מען רעדט שיינע ווערטער צו תלמידים, מען רעדט צו זיי פון אמונה, מען ווייזט זיי א וועג ווי אזוי זיי קענען לעבן מיטן אייבערשטן, מען הייבט זיי אויף, דאן וועלן די ווערטער אריין גיין אין זיי, ווייל עס איז אנגעפילט מיט גוטס, אבער אז מען רעדט נישט קיין גוטס צו זיי, דעמאלט איז א שאד די צייט, א שאד זיך צו אמפערן, ווייל די ווערטער גייט זיי נישט אריין אין די אויערן.


‏וועסטו דאך פרעגן: "ווי אזוי קען מען צוקומען צו רעדן גוטע ווערטער?" דער רבי אליינס פרעגט דאס: "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, ווי אזוי קען מען מאכן מען זאל רעדן איינגענעמע ווערטער? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אז נישט זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת, הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: "ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים".


דאס איז דער גאנצער סוד ווי אזוי מען קען האבן א השפעה אויף תלמידים, דורכדעם וואס מען רעדט צו זיי וועגן די גרויסקייט פון צדיקים, מען דערציילט זיי פון הייליגן רבי'ן, ווי אזוי דער רבי האט זוכה געווען דורך תפלה והתבודדות צוצוקומען צו אלע מדריגות. דער רבי האט אויך געהאט שווערע ביטערע נסיונות, אבער ער האט זיך דערהאלטן, ער האט אסאך געוויינט צום אייבערשטן אויף יעדע מידה און מידה ביז ער האט דאס מבטל געווען; מען לייגט אריין אין תלמידים אז זיי קענען אויך זוכה זיין צו ווערן גרויסע צדיקים, וועלן די תלמידים דערהערן וואס מען רעדט צו זיי און זיי וועלן אויסוואקסן גרויסע צדיקים.


מען ווערט נישט באליבט ביי תלמידים דורכדעם וואס מען זאגט זיי גארנישט; פארקערט, א מלמד וואס לאזט די תלמידים טון וואס זיי ווילן האבן אים די תלמידים פיינט. מען דארף יא רעדן צו תלמידים, מען דארף זיי מחנך זיין, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי איינצופאקן די מוסר און אסאך חיזוק; אזוי ווי ווען מען געבט מעדעצין פאר א קינד און דער קינד וויל דאס נישט אראפשלינגען ווייל עס איז זייער ביטער, געבט מען אים די מעדעצין מיט א זיסע טרינק וכו', דאס זעלבע איז ווען מען פארלאנגט פון א תלמיד זיך צו פארבעסערן דארף מען דאס איינפאקן מיט אסאך חיזוק, אז ער זאל דאס קענען אראפשלינגען.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות למוד, סימן ע): "צָרִיךְ לְהִתְפַּלֵּל, שֶׁיִּזְכֶּה לְתַלְמִידִים הֲגוּנִים", א ראש ישיבה, מגיד שיעור און מלמד, דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו ערליכע תלמידים, וואוילע תלמידים; מען קען וויסן אלע עצות און אלע חכמות, אבער אן תפילה, אן דעם אייבערשטן קען מען גארנישט טון, דערפאר דארף מען אסאך דאווענען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן תלמידים הגונים.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין מיט אלע תלמידים.