שאלה אין קורצן ענין
#1 - וואס טוט א שמש אין שול מיט די פילע גליונות?
בית המדרש, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א שמש אין א שול, עס קומט אן יעדע וואך ביי מיר אין שול דער גליון היכל הקודש, די מתפללים זענען זיך זייער מחי' דערמיט, אזעלכע שיינע חיזוק און עצות און אזוי געשמאק צו ליינען.


מיין פראבלעם איז אבער ווען עס קומט נאך שבת און איך דארף אוועקלייגן די גליונות, עס הויפנט זיך אן יעדע וואך נאך און נאך גליונות און איך ווייס נישט וואס צו טון דערמיט. איך האב געוואלט וויסן אויב די גליונות האבן די זעלבע קדושה ווי א ספר און מען מוז דאס לייגן אין שמות, אדער קען מען דאס אוועקווארפן אויף א בכבוד'דיגע אופן?


יישר כח פאר אייער צייט.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א שמש; א שמש טראגט אויף זיך א גרויסער אחריות, ווייל א שול איז א פלאץ וואו אלע סארטן מענטשן קומען זיך צוזאמען. עס קומען צובראכענע מענטשן, אנגעצויגענע מענטשן וכו' וכו'; בדרך כלל אויף וועמען גיסט מען אויס אלע צרות? אויפן שמש.


אויב דער שמש איז זוכה, ער גרויסט זיך נישט אויף קיינעם, דאן איז ער זייער באליבט ביים אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה ה:): "תָּנוּ רַבָּנָן, שְׁלֹשָׁה - הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בּוֹכֶה עֲלֵיהֶן בְּכָל יוֹם", אויף דריי מענטשן וויינט דער אייבערשטער כביכול יעדן טאג, איינער פון זיי איז: "עַל פַּרְנָס הַמִתְגָּאֶה עַל הַצִּבּוּר", אויף איינער וואס גרויסט זיך אויפן צבור; איז דאך זיכער אז ווען עס איז פארקערט, ווען דער פרנס גרויסט זיך נישט אויפן צבור, נאר ער האט רחמנות אויף אלעמען, ער פארגינט יעדן איינעם, ער געבט א גוט ווארט פאר יעדן איינעם, איז ער זיכער זייער חשוב ביים אייבערשטן.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו זיין א שמש אין א שול; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג:): ווען דער ארון איז געווען אין שטוב פון עובד אדום פלעגט ער אויסקערן דעם פלאץ וואו דער ארון איז געלעגן און אויפוואשן ארום דעם ארון, האט אים דער אייבערשטער געבענטשט. אזוי ווי עס שטייט (שמואל-ב ו, יב): "וַיְבָרֶךְ ה' אֶת עֹבֵד אֱדֹם וְאֶת כָּל בֵּיתוֹ", אין דעם זכות וואס ער האט גערייניגט דעם פלאץ וואו דער ארון איז געליגן; איז דאס זעלביגע א שמש וואס איז מסדר א בית המדרש עס זאל זיין ריין און צוזאמגענומען, דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו געבענטש ווערן פונעם אייבערשטן.


אלע שול'ן מוטשען זיך מיט שמות לגניזה; סיי צוליב וואס מענטשן ברענגען דארט זייערע צעריסענע ספרים פון שטוב און סיי פון די גליונות וואס קומען ארויס מידי שבת בשבתו, אסאך שול'ן לאזן טאקע נישט אריין קיין שום גליון מיט'ן טענה אז עס מאכט אויפגעווארפן דעם שול און עס בלייבט נאכדעם גאנצע זעק מיט שמות לגניזה. פון די אנדערע זייט זענען דא שול'ן וואס האבן יא הנאה פון דעם, און לגבי שמות נעמען זיי אן די פסק פון די פוסקים וואס האלטן אז מען קען דאס אוועק ווארפן וכו' בדרך כבוד, דאס הייסט מען זאל דאס לייגן אין א זעקל און אזוי אוועק ווארפן.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סבלנות; א שמש דארף אסאך סבלנות און אסאך שכל צו וויסן ווי אזוי מען קען זיך אויסקומען מיט אלע מתפללים, ווי אזוי צו קענען נעמען טענות וכו' און נישט צו ווערן באליידיגט.


געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ב): "וְכָל הָעֲמֵלִים עִם הַצִּבּוּר, יִהְיוּ עֲמֵלִים עִמָּהֶם לְשֵׁם שָׁמַיִם", די אלע וואס זענען עוסק מיט מענטשן זאלן אינזין האבן לשם שמים; אויב מען האט אינזין דעם אייבערשטן, איז מען מצליח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.