שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי ציעט מען אויף ערליכע קינדער ווען זיי זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט?
שלום בית, חינוך הילדים, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האבן באקומען אייער ענטפער ווי אזוי זיך אומצוגיין ווען דער זיידע פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, ער האט אפענע אינטערנעט אויף זיין טעלעפאן, און נאך זאכן, א גרויסן יישר כח פאר די ענטפער, למעשה זענען מיר אבער נאכאלץ נישט אינגאנצן קלאר וואס מיר דארפן צו טון.


מיר שפירן אז מיט דעם וואס מיר זענען מכבד דעם זיידן, און מיר רעדן נישט חס ושלום קעגן אים אין פארנט פון די קינדער, דאס וועט מאכן אז די קינדער זאלן אים וועלן נאכמאכן און נאכטון זיינע שלעכטע וועגן. ווי אזוי קען מען גיין צווישן די טראפן? פון איין זייט צו מכבד זיין יעדן איינעם אין די משפחה, און פון די אנדערע זייט ווי אזוי זיכער צו מאכן אז די קינדער זאלן בלייבן ערליכע אידן, זיי זאלן נישט וועלן זיך אויפפירן אזוי ווי זיי, ווען זיי פירן זיך נישט ווי מ'דארף?


און אויך וועגן זיך באטייליגן ביי א שבתון פון די פאמיליע, ווען מ'גייט זיך טרעפן מיט די קרובים וואס מיר ווילן נישט אונזערע קינדער זאלן אויסקוקן אזוי ווי זיי? מיר ווילן וויסן א קלארע הדרכה, זאלן מיר גיין אהין אדער נישט?


נאכאמאל א גרויסן יישר כח, און מיר האפן אז איר וועט נעמען די צייט אונזער ארויסצוהעלפן און אונז לערנען די ריכטיגע וועג וואס צו טון.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הגם איך האב אייך שוין געענטפערט אויף אייערע פראגעס אינעם פריערדיגן תשובה וואו איר וועט טרעפן א קלארע וועג ווי אזוי צו לעבן וכו' אזוי ווי איר וועט זען ביים איבערליינען די תשובה, און איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין אין דעם ענין, דאך וועל איך אייך נאכאמאל שרייבן מער באריכות. ווייל דער ענין איז נוגע פאר זייער אסאך משפחות; זייער אסאך אינגעלייט האבן די פראגע ווי אזוי מען קען אויפציען קינדער על טהרת הקודש ווען די קינדער זעען ביי די ארומיגע משפחה פארקערט ווי מען לערנט זיי.


די ערשטע עצה פאר עלטערן אז זיי זאלן זוכה זיין צו זען ערליכע דורות - איז תפילה. מוהרא"ש פלעגט אונז זייער אסאך מאל דערציילן די מעשה פון א איד וואס איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און אים געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער; האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום; זי פלעגט יעדן טאג זאגן תהילים און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו ערליכע קינדער, אז דו וועסט זאגן תהילים און וויינען צום אייבערשטן וועסטו אויך זוכה זיין צו גוטע קינדער"; אז עלטערן נעמען אראפ אפאר מינוט יעדן טאג צו מתפלל זיין צום אייבערשטן אויף ערליכע דורות וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


צווייטנס, די שענסטע מתנה וואס עלטערן קענען געבן פאר זייערע קינדער איז זיי ווייזן ווי אזוי מען לעבט מיט אהבה און כבוד איינער צום צווייטן; ווען קינדער זעען ווי טאטע מאמע האבן זיך ליב, זיי רעדן שיין צווישן זיך און קיינער גרויסט זיך נישט אויפן צווייטן - דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען זיי געבן, דאס געבט זיי מח, דאס מאכט זיי זאלן וואקסן און זיך ערנערן געזונט און שטארק, און בלייבן אויפן וועג פון זייערע עלטערן.


דאס איז די ערשטע יסוד ביים בויען א אידישע שטוב, ווייל איינמאל עס איז דא ליבשאפט צווישן די עלטערן - דעמאלט קען מען גיין א טריט ווייטער, מען קען נאכדעם פארלאנגען פון די קינדער זיך צו פירן מיט יראת שמים וכו' וכו', אבער אז עס איז נישט דא קיין ליבשאפט אין שטוב איז נישט דא קיין כלי, און אז עס איז נישט דא קיין כלי איז א שאד אויף אלעס וואס מען לייגט אריין אין זיי.


קינדער וואס האבן א ווארימע היים און ווארימע עלטערן - וואקסן געזונט; דער עיקר פון א קינד איז זיין היים און זיינע עלטערן. קינדער וואס האלטן מיט ווי זייערע עלטערן קריגן זיך איינער מיטן צווייטן בלייבן מיט א וואונד; קינדער וואס קומען פון א שטוב וואו עס איז נישט דא קיין דרך ארץ וכו', די עלטערן שרייען און שעלטן וכו', בלייבן איבער מיט וואונדן.


דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו לערנען מיט אידישע קינדער תורה; במשך די אלע יארן וואס איך האב די ישיבה וכו' האב איך געזען אז די אלע קינדער וואס קומען פון גוטע שטובער - גוטע שטובער מיין איך צו זאגן געזונטע שטובער, וואס די עלטערן זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן און עס איז דא ליבשאפט איינער צום צווייטן - מיט אזעלכע קינדער איז גרינג צו ארבעטן, ווייל זייער מח בדרך כלל איז געזונט, אבער קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב וואס דער שטוב איז נישט קיין שטוב - דאס איז שוין א צווייטע מעשה; זיי וואקסן אויף צעקלאפט און פארמאכט און זיי דערקייקלען זיך ביז זיי זוכן זיך שלעכטע חברים, און נעמען דראגס השם ישמרינו.


אוודאי וועלן די קינדער אלץ וועלן נאכמאכן משפחה, שכנים, חברים און חבר'טעס וכו' וכו', דערפאר דארפן די עלטערן זיין שטארק מיט וואס מען פארלאנגט און נישט נאך געבן; עלטערן טארן נישט שפירן ביי זיך שולד געפילן ווען מען זאגט 'ניין' פאר די קינדער, ווען די קינדער קומען מיט טענות: "פארוואס זיי מעגן און אונז טארן נישט?" "פארוואס די שכנים שפילן מיט די סארט שפילן און אונז מעגן נישט?" "פארוואס די קאזינס גייען אנגעטון אזוי און אזוי, און אונז טארן נישט?" עס איז זייער נארמאל פאר קינדער אזוי צו רעדן; קינדער זענען קינדער, די אויפגאבע פון די עלטערן איז צו זיין זייער שטארק מיט זייערע פרינציפן און נישט נאך געבן, ענטפערן פאר די קינדער רואיג מיט א שמייכל: "מיר האבן א וועג ווייזער; א רב, רבי, דיין - וואס לערנט אונז ווי אזוי זיך צו פירן; איינער עסט דעם הכשר, א צווייטער איז מקפיד אויף א בעסערע הכשר; אונזער רבי, אונזער מורה דרך זאגט אז מען זאל נישט שפילן מיט די סארט שפיל". אזוי אויך לגבי ווי אזוי צו גיין אנגעטון: "מיר גייען נישט אזוי, מיר גייען מער איידל, מער באשיידן"; אז מען רעדט אזוי צו די קינדער, ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי זיך האלטן צו די וועג לויט ווי אזוי די עלטערן האבן זיי מחנך געווען.


אויב עס איז נישט דא אין שטוב קיין לופט צו אטעמען, דאס הייסט טאטע מאמע קריגן זיך ארום, מען שרייט איינער אויפן צווייטן; אדער טאטע מאמע קלאפן אראפ די קינדער, מען זוכט נאר זיי אראפ צו קלאפן: "דו טויגסט נישט", "דו ביסט נישט", "דו בטלן", "דו שלימזל", און אזוי ווייטער - דעמאלט וועלן די קינדער זוכן א וועג פטור צו ווערן פון די עלטערן, זיי וועלן דאס מלביש זיין אין דעם וואס מען לאזט גארנישט טון, זיי וועלן ווייזן מיט די פינגער אויף די משפחה ארום און ארום וואו מען איז יא ערלויבט צו שפילן מיט אלע סארט שפילן, גיין אנגעטון מיט אלעס און עסן אלעס וואס גלוסט זיך, כאילו דאס איז דער פראבלעם, אבער באמת האט דאס נישט צו טון מיט דעם.


נאכאמאל לגבי אייער שווער וכו'; ווען קינדער זעען ווי זייערע עלטערן רעדן מיט שעצונג אויף זייערע עלטערן וועלן זיי אויך מכבד זיין די עלטערן, אבער אויב קינדער באקומען די געפיל אז זייערע עלטערן שעצן נישט זייערע עלטערן דאן ווערן זיי צעמישט און דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען.


לגבי גיין אויף שבתון'ס וכו'; עס זענען פארהאן צוויי וועגן ווי אזוי נישט צו גיין, איינער גייט נישט און מאכט זיכער אז יעדער זאל וויסן אז ער גייט נישט און פארוואס ער גייט נישט וכו', א צווייטער גייט נישט אבער ער מאכט זיכער קיינעם נישט וויי צו טון, ער דריידט זיך ארויס מיט כל מיני תירוצים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער געזונטערהייט מיט אייער מאן אינאיינעם.