שאלה אין קורצן ענין
#1 - וועט "מסכת תענית" העלפן אויך פאר פרנסה?
פרנסה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים וואס איך הער שוין אויס פאר די לעצטע יאר צייט, דאס העלפט מיר ממש אויף טריט און שריט אין לעבן.


איך בין ב"ה חתונה געהאט, איך האב איין קינד ב"ה, אבער איך מוטשע זיך געפערליך מיט פרנסה. איך וויל וויסן אויב די סגולה וואס מוהרא"ש זי"ע האט געגעבן פאר די בחורים פאר א שידוך, צו זאגן מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, צי דאס העלפט אויך פאר פרנסה.


א גרויסן יישר כח, יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.) אז די שליסל פון פרנסה איז נאר אין די הענט פונעם אייבערשטן; קיינער קען נישט צו נעמען פון א מענטש זיין פרנסה און קיינער קען נישט געבן פרנסה - נאר דער אייבערשטער אליינס וואס ער איז דער זן ומפרנס לכל.


אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן זאלסט קענען מפרנס זיין דיין ווייב און קינדער.


מוהרא"ש האט דערציילט, אין ירושלים איז געווען א באוואוסטער מגיד רבי בנציון יאדלער זכרונו לברכה וואס ער פלעגט ארום גיין אין שול'ן האלטן דרשות; איינמאל איז צו אים געקומען א איד און אנגעהויבן וויינען: "איך האב נישט קיין פרנסה, מיינע קינדער גייען אויס פאר הונגער, זיי וויינען פאר ברויט וכו' וכו'", זאגט אים ר' בנציון ז"ל: "וָואס וִוילְסְטוּ פוּן מִיר? דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר", דער איד קוקט אן דעם ר' בנציון מיט וואונדער און זאגט: "מיין טאטע וואס וואוינט אין צפת? וואס קען ער מיר שוין העלפן? ער האט קוים פאר זיך צו לעבן?" און ער הייבט אן וויינען: "פארוואס מאכט איר חוזק פון מיר?!" זאגט אים ר' בנציון: איך מיין נישט דיין טאטע פון צפת, איך מיין דיין טאטע אין הימל - דער גרויסער באשעפער - ער קען דיר העלפן! בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר".


דאס זעלבע זאג איך דיר: "דוּ הָאסְט דָאך אַ רַייכֶער טַאטֶע, בֶּעט אִים עֶר זָאל דִיר הֶעלְפְן אוּן רַחְמָנוּת הָאבְּן אוֹיף דִיר"; פרנסה האט נישט צו טון צי מען איז געלונגען אדער אויב מען האט א גוטן קאפ; פרנסה קומט פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט א מעשה, אמאל זענען געווען צוויי גרויסע עשירים וואס זענען געווען שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א גרויסער קמצן - א קארגער מענטש, און דער צווייטער איז געווען גאר א גרויסער בעל צדקה; איינמאל איז געקומען אן ארימאן אין געבעטן צדקה פון דעם קמצן, האט דער קמצן אים געזאגט אזוי: "איך האב דא ביי מיר אין גארטן אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן, אז דו וועסט מיר צעשניידן די אלע גרויסע ביימער אויף קליינע שטיקלעך האלץ וועל איך דיר געבן עסן", אומר ועושה, דער ארימאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער און זיי פארוואנדלט אין שפענדלעך, ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - און זאגט אים: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'", דער ארימאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; ער קלאפט אריין און תיכף ומיד האט מען אים אויף גענומען מיט א מורא'דיגע שמחה, מען האט אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארימאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", פרעגט מען אים: "וואס הייסט?" ענטפערט ער: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


מוהרא"ש זאגט, וואס האט אונז דער רבי געוואלט לערנען מיטן דערציילן די מעשה? אז מען האט אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", דאס מיינט מען צו זאגן דו האסט גארבעט פאר דיינע עבירות; אז א מענטש האט געזינדיגט דארף ער ארבעטן ביטער שווער און מיט דעם קומט ער אפ זיינע עבירות, אבער פרנסה געבט דער אייבערשטער פאר יעדן איינעם בחינם.


די מעשה דארף אונז זייער שטארקן אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן, דעריבער אז דו גייסט יעצט אריבער שווערע צייטן מיט דיין פרנסה וכו', זאלסטו נאר טראכטן פונעם אייבערשטן, און נאר רעדן און בעטן פונעם אייבערשטן, וועסטו געהאלפן ווערן.


אז דו ווילסט האבן פרנסה בריווח זאלסטו זאגן יעדן טאג - גלייך נאך שחרית - די צען קאפיטלעך תהילים, דעם "תיקון הכללי", ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט) אז זאגן דעם "תיקון הכללי" איז א סגולה אויף פרנסה; נעם די סגולה פון הייליגן רבי'ן און זאג דעם "תיקון הכללי", וועסטו זוכה זיין צו האבן ישועות, רפואות און פרנסה בריווח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן פרנסה בשפע.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.