שאלה אין קורצן ענין
#1 - כ'האב נישט באקומען די ריכטיגע הדרכה פאר די חתונה
שלום בית

תוכן השאלה‎

 לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט צוגעפירט מיט א געוואלדיגע השגחה פרטית אז איך זאל אנהויבן צו הערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, די שיעורים האבן מיר ממש געעפנט די אויגן און געוויזן דעם ריכטיגן ערליכן וועג אין לעבן, אין לערנען, אין דאווענען, אין אמונה, אין שבת קודש, און אין יעדן הינזיכט אין לעבן.


איך בין א אינגערמאן וואס האט שוין חתונה געהאט פאר א שיינע פאר יאר, און איך האב ב"ה ליכטיגע קינדערלעך קע"ה. אזוי ווי ביי רוב חסידישע בחורים און אינגעלייט, האב איך אויך חתונה געהאט מיט דעם געדאנק אין קאפ אז מ'דארף זיין א פרוש, זיין ווי ווייניגער נאנט אין שטוב, וכו' וכו'. איך האב דאס טאקע מקיים געווען, איך האב נישט צופיל גערעדט און פארברענגט מיט מיין ווייב, און דערפאר האבן מיר קיינמאל נישט געהאט עכט קיין קירוב לבבות צווישן זיך. פארשטייט זיך אז דאס האט מיר גארנישט געהאלפן אין מיין ערליכקייט, איך האב זיך געמוטשעט מיט פילע שווערע נסיונות, מיט אסאך עליות און ירידות אין לויף פון די יארן.


א צייט צוריק בין איך אנגעקומען צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און דאן האט זיך מיט פלוצלינג געעפנט די אויגן, איך האב אנגעהויבן צו פארשטיין אז דוקא מיט'ן לעבן בשלום אחוה ואהבה מיט די ווייב, דוקא דאס וועט מיר ברענגען נענטער צום אייבערשטן און דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל. איך האב אנגעהויבן הערן אז מ'דארף געבן גוטע ווערטער און קאמפלימענטס פאר די ווייב, און מ'דארף איר אפילו זאגן אז מ'האט איר ליב. איך בין זייער ווייט פון דעם און איך קען דאס נאכנישט טון, נאך אזויפיל יארן וואס אונזערע הערצער זענען אזוי ווייט איינער פון צווייטן. מיר דאכט זיך אז מיין ווייב האט אויך נישט קיין געפיל צו מיר, און מיט רעכט, מיר האבן קיינמאל נישט געהאט געהעריג קיין נאנטשאפט צווישן זיך.


איך בין אבער נאך זייער צעמישט אין די נושא, איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען יעצט אנהויבן צוריק צו ווערן נאנט מיט מיין ווייב און האבן צוזאמען אן ערליכע און גוטע לעבן אן קיין פרישות. איך וואלט זייער מכיר טובה געווען אויב דער ראש ישיבה קען מיר אויסקלארן אין דעם נושא.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"א אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס קענען מיר טון אז (דברים לב, יז): "חֲדָשִׁים מִקָּרֹב בָּאוּ - לֹא שְׂעָרוּם אֲבֹתֵיכֶם";  מען איז מדריך חתנים און כלות מיט חומרות און פרישות, זאכן וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט תורה, קיין שום שייכות מיט הלכה. מען פארדרייט דעם קאפ פון די אומשולדיגע חתנים און כלות מיט פאלשע לימודים.


דו זאלסט נישט אויסהערן איינער וואס וויל דיר אריין ברענגען אין שטוב פרישות, ווייל דאס איז עצת היצר; ער קומט מיט א פארשטעלטן פנים כאילו ער איז א פרומער און מענטשן מיט ווייניג שכל כאפן זיך גלייך צו צו פרומע משוגעת'ן. מען כאפט נישט אז דאס איז א תחבולה פונעם שטן אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין גראבע עבירות; ווייל אז מען לייגט צו צום שלחן ערוך לאזט מען נאכדעם אלעס אפ און מען ווערט א פורק עול. דער אייבערשטער האט אונז געגעבן תרי"ג מצוות, איינמאל מען לייגט צו - זאגט דער הייליגער ווילנער גאון - ווערט פון תרי"ג תרי"ד, וואס די תורה זאגט (בראשית כז, מ): "וְהָיָה כַּאֲשֶׁר 'תָּרִיד' וּפָרַקְתָּ עֻלּוֹ", אז מען לייגט צו מצוות צו די תורה ווערט מען א פורק עול.


א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי'ן פרעגן ווען און וויפיל וכו'; זיין ווייב האט געהייסן חוה. האט אים דער רבי געזאגט: "עס שטייט דאך (תהלים יט, ג): וְלַיְלָה לְּלַיְלָה - יְ'חַוֶּה".


ביים רבי'ן איז נאר געווען וואס דער שלחן ערוך זאגט; דער רבי האט געזאגט פאר איינעם וואס איז געקומען ווייזן זיינע חידושים וואס ער האט מחדש געווען אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן: "דו קענסט קנייטשן מיין ספר ווי אזוי דו ווילסט, דו קענסט זאגן פשטים אויף מיינע תורות, בתנאי אז דו זאלסט נישט אפטרעטן פון שלחן ערוך"; ווען א מענטש איז מחדש חידושים, אדער ער לערנט פאר הדרכות פאר חתנים, כלות און אינגעלייט אין ענינים פון שלום בית אדער חינוך וכדומה, דארף מען אכטונג געבן אז מען זאל נישט ווערן פארפירט און אוועק גיין פונעם דרך התורה - פון די ווערטער וואס די הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אויף די אלע מדריכים וואס לערנען חומרות און פרישות פאר חתנים, אז זיי זענען עתיד ליתן את הדין; רוב גט'ן קומען פון דעם וואס מען איז מדריך מיט פאלשע לימודים. זיי האבן א תאוה צו זאגן חומרות פאר א צווייטן וכו'; דער רבי זאגט אויף דעם זייער שארף (ספר המידות, אות הוראה, סימן ה): "מִי שֶׁמַּחְמִיר לַאֲחֵרִים וּמֵקֵל לְעַצְמוֹ", ווער עס לערנט פאר א צווייטן חומרות ווען ער אליינס איז ווייט פון דעם אלעם, "עַל-יְדֵי-זֶה אֵינוֹ זוֹכֶה לִרְאוֹת בִּיפִי הַמֶּלֶךְ", וועט ער נישט זוכה זיין צו זען ווען משיח וועט קומען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה כה, ח): "אַל תְּהֵא אוֹמֵר עַל מַה שֶׁלֹא שָׁמַעְתָּ, שָׁמָעְתִּי, וְלֹא תְהֵא אוֹסֵר לַאֲחֵרִים וּמַתִּיר לְעַצְמוֹ, אֶלָּא יִהְיוּ יוֹצְאִין מִפִּיךָ נֶאֱמָנִין כְּשֵׁם שֶׁיָּצְאוּ מִפִּי משֶׁה, וַאֲנִי מַרְאֶה לְךָ יֹפִי פָּנִים אֶל פָּנִים" עיין שם; וויפיל אינגעלייט פאלן נעבעך אראפ אין הארבע עבירות רחמנא לצלן נאר צוליב די פאלשע חתנים און כלה טיטשערס וואס זיי פארקויפן זייערע אייגענע פארקרומטע וועגן?! מען דארף זיך זייער היטן פון זיי.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ווען איך לערן מיט חתנים זאל איך נאר לערנען אינעווייניג וואס די שלחן ערוך זאגט און נישט חס ושלום צולייגן וכו', ווייל ווער עס לייגט צו צום שלחן ערוך איז אזוי ווי דער נחש הקדמוני וואס האט צוגעלייגט צום צווי פונעם אייבערשטן; דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אדם הראשון (בראשית ג, ג): "לֹא תֹאכְלוּ מִמֶּנּוּ", מען זאל נישט עסן פונעם עץ הדעת, איז געגאנגען דער נחש און ער האט צוגעלייגט: 'לֹא תִגְּעוּ בּוֹ'. און איינמאל ער האט צוגעלייגט וכו' האט ער אראפ געווארפן דורכדעם אדם וחוה און גורם געווען אלע שלעכטס.


איך קען נישט שרייבן בפרטיות אין דעם ענין מפני הצניעות; אז דו ווילסט וויסן ווי אזוי צו לעבן וכו' - אין די תורה קען מען אלעס טרעפן. אז דו וועסט צולייגן קאפ און מח ווי אזוי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געלעבט, וועסטו אלעס אליינס פארשטיין, דו וועסט זען אז דער אייבערשטער איז אין שטוב, דו וועסט זען ווי אזוי אמת'ע ערליכע אידן לעבן מיט ליבשאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.