שאלה אין קורצן ענין
#1558 - ווי אזוי קען איך ארויסקריכן פון עבירות?
קדושה, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, תשובה, עבירות, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאל ליידער דורך אסאך מאל אין די הארבע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, און אויך פארגעס איך אסאך מאל צו לייגן תפלין רחמנא ליצלן, איך שפיר אז איך האב שוין פארלוירן די פארבינדונג מיט'ן אייבערשטן.


ווי אזוי קען איך שטארקן צו געדענקען צו לייגן תפלין יעדן טאג, און נישט אראפפאלן אין הארבע עבירות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו אז די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה - איז זייער א הארבע עבירה, עד כדי כך אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", דער וואס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - איז חייב מיתה. נאך זאגן די הייליגע חכמים (שם): "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי ער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים. אזוי אויך: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


אז דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דו ליגסט אין שאול תחתית - איז נאר דא די איין עצה פון זאגן אסאך משניות און אסאך בלעטער גמרא. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס!" אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה - וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד"; דעריבער זאלסטו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות און אסאך גמרא, דאס וועט דיר געבן די כוחות זיך אפצולאזן פון די שרעקליכע עבירה.


נאך א עצה פון רבי'ן איז דא, די עצה פון תפילה והתבודדות; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן, אים דערציילן די גאנצע זאך; ווי שווער עס איז אים צו זיין ערליך, ווי שווער עס איז אים מיט די זאך, ווי דער יצר הרע ארבעט אויף אים און ווארפט אים אראפ נאכאנאנד. התבודדות איז, מען רעדט צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען רעדט צום אייבערשטן אויף מאמע לשון, מען בעט אים אזוי ווי מען בעט א חבר. נעם די עצה, גיי אין א שטילע פלאץ וואו קיינער הערט דיך נישט, עס קען זיין אין א ליידיגע שטוב וכדומה, און זאג די ווערטער:


"רבונו של עולם איך דארף דיין הילף, איך זינדיג אין די עבירה פון פגם הברית, איך בין מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך וויל דאס אבער נישט טון, איך פאל אראפ אין דעם אבער איך וויל נישט; איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, איך שפיר ווי איך פארליר מיינע כוחות; העלף מיר, ראטעווע מיר, הצלינו אב הרחמן. וואס וועט זיין מיט מיר, איך וויל נישט פארווארפן ווערן פון די וועלט און יענע וועלט. איך ברענג מיר צרות, איך ווייס אז די עבירה מאכט אלע צרות; אלע מחלוקות, אלע שלעכטס - אלעס קומט פון די עבירה, בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר!"


אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן; בעט אים, וויין צו אים; קודם וועסטו אראפנעמען פון דיר אלע דינים, ווייל ווען א מענטש קומט צום אייבערשטן און זאגט דעם אייבערשטן: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך" - נעמט ער אראפ אלע דינים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תורת כהנים, בחוקותי) דער אייבערשטער זאגט: "מִיַּד שֶּׁהֵם מִתְוַדִּים עַל עֲוֹנוֹתֵיהֶם, מִיַּד אֲנִי חוֹזֵר וּמְרַחֵם עֲלֵיהֶם", ווען א מענטש איז זיך מתודה אויף זיינע עבירות - בין איך אים גלייך מוחל און איך פיר זיך מיט אים מיט רחמנות; ווען א מענטש טוט תשובה - מעקט דער אייבערשטער אויס זיינע זינד.


זיי שטארק מיט די צוויי עצות: תורה, תפילה והתבודדות - וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט ארויסגיין פון די טומאה.

#1557 - ווי אזוי מאך איך זיכער אז עס הערשט דרך ארץ ביי מיין שיעור?
מורה דרך, דרך ארץ, דרשות, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זוכה ברוך ה' צו געבן יעדן טאג א שיעור פאר בחורים, מיט חיזוק פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א, די דיבורים זענען זיי זייער מחזק. איך דאנק זייער דעם ראש ישיבה שליט"א אויף די פילע עצות און שכל צום לעבן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט ביי די שיעורים, דאס איז מיר זייער מחזק, און זיכער אויך נאך פילע אידן איבער די גאנצע וועלט.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך קען טון אז עס זאל זיין דרך ארץ ביי מיין שיעור, אז די בחורים זאלן נישט שמועסן און זאלן זיך צוהערן. איך פרוביר צו רעדן שיינע דברי חיזוק, עס זאל זיין געשמאק צו הערן, עס פאסירט אבער צומאל אז טייל בחורים הויבן און רעדן און שמועסן און ווערן פארנומען מיט זייטיגע זאכן ביים שיעור, און דאן דארף איך זיי מעורר זיין נישט צו רעדן. עס איז מיר זייער נישט געשמאק צו דארפן אפשטעלן דעם שיעור און זיי אויפמערקן אויף דרך ארץ, און דאס איז זיכער אויך נישט געשמאק פאר זיי.


ווי אזוי קען איך מאכן אז די בחורים זאלן וויסן און פארשטיין אז ביי מיין שיעור רעדט מען נישט און מען שטערט נישט, אזוי וועל איך קענען רואיג רעדן און אריינברענגען אין זיי ריינע יראת שמים אן קיין הפסקות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, א): "דֶּרֶךְ אֶרֶץ קָדְמָה לַתּוֹרָה", דרך ארץ איז פאר תורה; כדי מען זאל קענען מקבל זיין תורה איז נאר אויב מען האט דרך ארץ, אן דרך ארץ איז גארנישט דא.


דאס איז די ערשטע לימוד וואס דו דארפסט אויסלערנען דיינע תלמידים, און שטיין אויף דעם זייער שטארק. עס מוז זיין דרך ארץ ווען מען לערנט, פאר דעם קען מען נישט רעדן; אז מען רעדט, מען לאכט - איז א שאד די ארבעט, עס איז אומזיסט די ארבעט.


ביי אלע צדיקים איז געווען א שטארקע דרך ארץ (דיסציפלין). מיר געדענקען זייער גוט ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט ביי מוהרא"ש, ווען מיר האבן געהערט אז מוהרא"ש קומט אראפ איז שוין געווארן שטיל, און ווען מוהרא"ש האט געעפנט די טיר האבן מיר זיך נישט גערירט פון פלאץ, מיר זענען אלע געשטאנען באימה ויראה כדי צו קענען מקבל זיין; אזוי איז געווען ביי אלע צדיקים, מען איז געזיצן מיט א שטארקע דרך ארץ.


ביי אונז אין ישיבה לערנט מען דאס מיט די בחורים, עס זאל זיין דרך ארץ ביי די שיעור, איך שטיי זייער שטרענג אויף דעם; נאר אזוי קען מען מקבל זיין. אזוי זאלסטו אויך טון, לערן מיט די בחורים, פארלאנג פון זיי זיי זאלן זיצן שטיל ביים שיעור; דארפסט נישט געבן קיין לאנגע שיעורים, קענסט אנהויבן מיט קליינע שיעורים, אבער אין די פאר מינוט מוזן זיי זיצן שטיל מיט דרך ארץ.


האב נישט מורא צו זיין שטרענג; קינדער און בחורים האבן ליב א שטרענגע סדר, אפילו דערוואקסענע מענטשן גלייכן צו זיין אין א פלאץ וואו מען פארלאנגט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין מיט דיינע תלמידים.

#1556 - ווי אזוי קען איך האבן הצלחה אין רוחניות אן האבן א לעבעדיגע רבי?
חסידות ברסלב, מורה דרך, צדיקים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אין די לעצטע פאר יאר האב איך זייער ליב די ברסלב'ע מהלך פון פשטות און תמימות, אבער איין זאך עגבערט מיר זייער, ווי אזוי קען איך האבן הצלחה אין רוחניות אן האבן א לעבעדיגע רבי וואס זאל מיר ווייזן דער וועג? קען איך נישט פארפארן פון די ריכטיגע וועג ווען איך לערן נאר ספרים און איך נעם מיין הדרכה פון דארט? דארף איך דען נישט איינער זאל מיר ווייזן "כזה ראה וקדש", מיר זאגן פונקטליך ווי אזוי זיך צו פירן? אויסער די כלליות'דיגע זאכן ווי התבודדות און דרך הלימוד און דאס גלייכן.


איך זוך באמת דעם ריכטיגן וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, און די קשיא דרוקט מיר שוין א לאנגע צייט און איך האב נישט קיין מנוחה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות שלוחין הלכה ה, אות יב): "צְרִיכִין לְהַאֲמִין שֶׁבְּוַדַּאי נִמְצָא אֶחָד אוֹ רַבִּים שֶׁהֵם תַּלְמִידָיו הָאֲמִתִּיִּים שֶׁקִּבְּלוּ תּוֹרָתוֹ, וּדְרָכָיו, וַעֲצוֹתָיו, וּרְמָזָיו הַקְּדוֹשִׁים שֶׁיְּכוֹלִים לְהַחֲיוֹת אֶת הַכֹּל", מיר דארפן גלייבן אז עס איז זיכער דא איינער אדער אסאך תלמידים פונעם צדיק וואס זיי האבן מקבל געווען די תורה פונעם צדיק, די וועג פונעם צדיק, די עצות פונעם צדיק, און זיי קענען דאס ווייטער איבערגעבן, "כִּי אֵין דּוֹר יָתוֹם וּבְוַדַּאי לֹא נִסְתַּלֵּק הַצַּדִּיק עַד שֶׁהִשְׁאִיר אַחֲרָיו בְּרָכָה", דער צדיק גייט נישט אוועק אן איבערלאזן זיין הייליגקייט אויף ווייטער, "שֶׁהֵם הַתַּלְמִידִים הָאֲמִתִּיִּים שֶׁלּוֹ, שֶׁהֵם בְּחִינַת הַחֲלִיפוֹת שֶׁלּוֹ", זיינע תלמידים וואס געבן ווייטער איבער זיין תורה, זיין עצה; עס איז כדאי דו זאלסט דורכלערנען די הלכה און זען אז מען קען טרעפן דעם הייליגן רבי'ן צווישן די תלמידים.


מען דארף אסאך זוכן און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ווערן מקורב צום צדיק. רבי נתן זאגט (שם, אות ה): "וְכָל אָדָם שֶׁבָּעוֹלָם מִקָּטָן וְעַד גָּדוֹל צָרִיךְ לִזָּהֵר בָּזֶה מְאֹד כָּל יָמָיו, לְבַקֵּשׁ וּלְחַפֵּשֹ רַבִּי אֲמִתִּי כָּזֶה", יעדער איינער, פון גרויס ביז קליין - דארף זיין גאנץ לעבן זוכן און נישטערן צו ווערן מקורב צום צדיק, "כִּי אֲפִלּוּ מִי שֶׁזּוֹכֶה לִמְצֹא לְעַצְמוֹ רַבִּי אוֹ חָבֵר אֲמִתִּי שֶׁקִּבֵּל מִצַּדִּיקֵי אֱמֶת דִּבְרֵי אֱמֶת הַמּוֹעִילִים לְנַפְשׁוֹ בֶּאֱמֶת, אַף עַל פִּי כֵן עֲדַיִן צָרִיךְ לְחַפֵּשֹ הַרְבֵּה בְּכָל יוֹם", ווייל אפילו דער וואס האט שוין זוכה געווען צו טרעפן א רבי אדער אן אמת'ער חבר וואס האט מקבל געווען פון צדיקי אמת דארף אויך זוכן יעדן טאג צו ווערן נענטער און צו קענען מער מקבל זיין, "כִּי יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהוּא יוֹשֵׁב אֵצֶל הַצַּדִּיק וַעֲדַיִן אוֹרוֹ חָשׁוּךְ אֶצְלוֹ וְאֵינוֹ מַרְגִּישׁ נְעִימוּת אֲמִתַּת עֲצוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים", מען קען זיצן נעבן צדיק און מען שפירט נישט די ליכטיגקייט, מען שפירט נישט די זיסקייט פונעם צדיק, עס איז נאך אלץ טונקל.


אז דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן - וועסטו טרעפן וועם צו פרעגן און ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1555 - תיקון הכללי איז אויך פאר פרויען?
חיזוק פאר פרויען, תיקון הכללי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט וויסן אויב תיקון הכללי איז אויך פאר פרויען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי; תיקון הכללי איז פאר אלעמען, סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען.


אינטערעסאנט, דער תיקון איז א גרינגע זאך, עס איז נישט שווער צו זאגן צען קאפיטלעך תהילים, עס נעמט נישט לאנג צו זאגן די קאפיטלעך - דאך קומט עס אן שווער צו טון; דאס איז ממש וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "צען קאפיטלעך איז א גרינגע זאך צו זאגן, אבער וויבאלד איך האב דאס געזאגט צו טון - וועט שוין זיין אויף דעם א מניעה".


עס איז באוויסט צווישן סאטמערע חסידים אז דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט מען זאל אריינדרוקן אין דער תהילים וואס ער האט ארויסגעגעבן, ביים ערשטן בלאט: "סגולה גדולה ותיקון הברית לומר אלו עשרה קאפיטל תהילים ט"ז, ל"ב, מ"א, מ"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ", א גרויסע סגולה און א תיקון הברית צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים.


וואויל איז דעם מענטש וואס זאגט די תיקון הכללי יעדן טאג, ער וועט האבן פרנסה בשפע און וועט אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1554 - וואס טוט מען ווען די ווייב קריגט זיך מיט איר משפחה?
שלום בית, מחלוקת, שלום, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואלט געוואלט פרעגן עפעס וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ און איך בין זייער צעמישט וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון. מיין ווייב איז ב"ה אן אשת חיל און א געטרייע מאמע אבער ביי איר משפחה האט זי זיך אייביג געפילט ארויסגעלאזט און דאס האט צוגעברענגט אז די קאלטקייט וואס איז געווען צו איר איז געווארן נאך קעלטער ביז אז מען רעדט שוין כמעט נישט און אויף שמחות געבט מען זיך א קאלטע מזל טוב.


אירע עלטערן האט זי זיך אבער יא געשטארקט מכבד צו זיין און אנרופן, אבער לעצטנס איז געווען א שמחה אין די משפחה וואס זי האט אויסגעפינען דערפון נאר פון די גאס, דאס האט איר זייער וויי געטון, און זי האט נאך צוריק געהערט אז אירע עלטערן האבן איר נישט געוואלט דערציילן דערוועגן, און דאס טוט איר גאר שטארק וויי, און זי וויל לכבוד דעם אפהאקן אינגאנצן שייכות אויך מיט די עלטערן.


איך פארשטיי זייער גוט איר ווייטאג, מיין שאלה איז נאר וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון אין אזא פאל, איך פרוביר איר מחזק צו זיין און שטארקן, אבער מעג איך איר מחזק זיין צו זיין אפגעהאקט פון די עלטערן? זי בעט מיר אז איך זאל נישט גיין צו די שמחה, ווייל אויב יא וועט דאס איר זייער וויי טון, זאל איך גיין אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרוביר צו זיין אהרן הכהן; ווען דו רעדסט מיט דיין ווייב זאלסטו איר זאגן ווי שטארק מען וויל איר, ווי שיין מען רעדט פון איר, און אזוי ווייטער, און ווען דו רעדסט מיט אירע עלטערן זאלסטו זיי זאגן ווי שטארק זי בענקט צו זיי און ווי שטארק איר ווילט קומען, זיין נאנט - ביז עס וועט ווערן שלום.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות דרבי נתן יב, ג) אהרן הכהן האט נאר עוסק געווען אין שלום, ער האט גענומען משפחות וואס זענען צעריסן און צעטיילט און מיט חכמה געמאכט שלום. ער האט געזאגט פאר איינעם: "יענער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון, ער וויל צוריק אנהויבן רעדן מיט דיר, ער האט דיך ליב", און די זעלבע ווערטער האט ער געזאגט פאר'ן צווייטן - ביז ווען די צוויי האבן זיך צאמגעטראפן, זענען זיי ארויפגעפאלן איינער אויפ'ן צווייטן, זיך ארום גענומען, און עס איז געווארן שלום.


ווען עס איז דא א רייבעריי צווישן דיין ווייב און אירע עלטערן, אדער די ווייב מיט'ן מאן'ס עלטערן - איז די ארבעט פונעם מאן צו זיין א ליגנער, אבי עס זאל ווערן שלום. מען זאגט פאר די ווייב: "מיין מאמע האט דיך זייער ליב", "מיין טאטע האט מיר פינקט געזאגט אז די בעסטע שניר ביסטו", אדער "דיין מאמע איז א קלוגע פרוי", "דיין טאטע איז אזא נארמאלער מענטש"; נאכדעם זאגט מען די עלטערן אויף צוריק, ביז עס ווערט שלום.


גלייב מיר, מיט אביסעלע שכל קען מען זיך אפלעבן דאס לעבן אן קיין מחלוקות, אן קיין קריגערייען, אן קיין עסעניש; א רחמנות אויף די וואס ווייסן נישט פון רבי'ן, זיי קריגן זיך טאג און נאכט, פארשטייט זיך יעדער איז גערעכט, און דאס לעבן גייט פארביי מיט מחלוקות; מיט'ן רבי'ן איז זיס, מיט'ן רבי'ן איז גוט.


לאמיר זינגען: "אשרינו מה טוב חלקינו, ומה נעים - ווי זיס איז - גורלינו, אז מיר ווייסן ווי אזוי אומצוגיין אין די וועלט אן ווייטאג".


 

#1553 - ווי אזוי ווייס איך ווער עס איז א גוטער חבר?
תפילות אויף אידיש, ניבול פה, חברים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אזויפיל ווי דער ראש ישיבה רעדט צו די בחורים איבער אכטונג געבן פון שלעכטע חברים, וויל איך פרעגן וועגן דעם, ווער איז א גוטער חבר? און אויב ווער איך געוואויר אז איינער וואס איך קען זיך מיט אים, איז נישט קיין גוטער חבר וואס זאל איך טון מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז געגעבן א סימן צו וויסן ווער איז ערליך און ווער נישט, מען זאל הערן ווי אזוי יענער רעדט; רעדן איז דער פענע פון הארץ. אן ערליכער איד קען נישט רעדן ניבול פה, אן ערליכער איד רעדט נאר גוטע זאכן, שיינע זאכן; ער רעדט דיבורי אמונה, דיבורי התחזקות, ער געבט יעדן איינעם גוטע ווערטער; ווידער א נישט ערליכער איד, ווען ער רעדט - הערט מען גלייך אויף זיין רעדן ווער ער איז. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה", ווער עס רעדט ניבול פה, "בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווייסט מען אז דער מענטש איז פול מיט שלעכטע מחשבות.


אז דו הערסט בחורים רעדן ניבול פה - זאלסטו אנטלויפן פון זיי אזוי ווי מען אנטלויפט פון א סכנה! ווייל חס וחלילה אויב מען הערט רעדן ניבול פה און מען שווייגט - איז דאס א גרויסע עבירה. דער רבי זאגט (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו", דער וואס רעדט ניבול פה, "אֲפִלּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", אפילו מען האט אים פארזיגלט א גוטע גזר דין, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דריידט מען עס איבער אויף שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנֹּם", אויך מאכט מען אים טיפער דעם גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", און דאס אלעס פאסירט אויך פאר די וואס הערן ניבול פה און שווייגן.


אינדערפרי ווען מען זאגט די ברכות דארף מען אינזין האבן צו בעטן דעם אייבערשטן: "וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם רָע, רבונו של עולם דערווייטער מיך פון א שלעכטער מענטש, וּמֵחָבֵר רָע, און דערווייטער מיר פון א שלעכטער חבר"; ווייל א שלעכטער חבר איז א גרויסע סכנה.


דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון אלעם שלעכטס.

#1552 - ווי אזוי בין איך מחנך מיין קליינע מיידל זיך צו פירן צניעות'דיג?
צניעות, חינוך הילדים, סקול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין פיר יעריגע טאכטער האט מיר דערציילט אז די מיידלעך שפילן דאקטאר אין איר סקול אויף א נישט צניעות'דיגע וועג, איך האב גערעדט צו די מנהלת און זי האט מיר געזאגט אז זי גייט עס אפשטעלן, אבער צוויי טעג שפעטער האט מיין טאכטער מיר געזאגט אז עס גייט נאך ווייטער אן, איך האב ווידער גערעדט מיט די מנהלת און איך טראכט איר נישט צו שיקן אין שולע ביז די זאך ווערט מסודר.


איך רעד צו מיין טאכטער אז דאס איז נישט צניעות'דיג, און ווי שיין עס איז ווען א אידיש מיידל פירט זיך מיט צניעות, זי פארשטייט און זי נעמט עס אן, זי ווייסט אז עס איז נישט ריכטיג דאס צו טון, אבער למעשה ווערט זי פארשפילט.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן שכל און הדרכה ווי דאס אפצושטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען דארף מחנך זיין די קינדער פון קליינערהייט אן זיי זאלן זיך פירן איידל, זיי זאלן זיך שפילן מיט חבר'טעס איידלערהייט; נאר אזוי איז מען זוכה צו ערליכע דורות, צו נחת.


חינוך איז א שווערע עבודה; איינע פון די שוועריקייטן איז, אז מען זעט נישט גלייך די פירות. עס קען זיך דאכטן ווי מען ארבעט אומזיסט, עס זעט אויס ווי די קינדער הערן נישט וואס מען רעדט צו זיי, די קינדער טוען ווייטער וואס זיי ווילן; דאס מאכט מען זאל מיד ווערן פון רעדן און זאגן וכו', אבער עס איז נישט אזוי; יעדעס ווארט וואס מען רעדט צו קינדער אויף די ריכטיגע וועג - טוט אויף, אמאל טוט עס אויף גלייך און אמאל שפעטער, אבער יעדעס ווארט וואס מען רעדט צו די קינדער טוט אויף.


איר זאלט ווייטער רעדן צו אייערע קינדער פון די שיינקייט פון זיין איידל, פון זיך שפילן מיט חבר'טעס נאר איידלערהייט. קליינע קינדער טאר מען נישט דערשרעקן, מען דארף רעדן ווייך און שיין, עס זאל אריינגיין אין זיי שיינערהייט; מען זאגט זיי "מען טאר נישט אויפהייבן די קלייד", "קיינער זאל דיך נישט אנרירן אונטער די קליידער", און אזוי ווייטער.


אויך אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1551 - איז דען דער רבי גרעסער פון רבי שמעון בר יוחאי?
אומאן, ראש השנה, צדיקים, מירון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א מעשה פון א געוויסער צדיק וואס פלעגט פארן יעדעס יאר קיין מירון אויף ראש השנה, און איינע פון זיינע תלמידים האבן אים געפרעגט אויב ער מעג פארן קיין אומאן, האט דער צדיק אים געענטפערט, "איך קען דיר נאר זאגן איין זאך, גיי דורך דעם קבר פון רבי שמעון בר יוחאי, און זאג מיר אויב דו קענסט טרעפן א בעסערער מליץ יושר פון אים", דאס הייסט אז מען קען נישט זאגן אז דער הייליגער רבי איז גרעסער פון רבי שמעון בר יוחאי, און דער איד האט שוין פארשטאנען וואס ער האט צו טון, און ער איז נישט געפארן קיין אומאן.


איך וויל וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן די מעשה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איך זאג צו די מעשה? איך ווייס נישט וואס דו ווילסט; ווער רעדט פון גרעסער קלענער? דו מאכסט א טעות, דא רעדט מען נישט ווער עס איז גרעסער, דא רעדט מען פון א צדיק וואס האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר - וועט ער מתקן זיין. עס איז נאכנישט געווען זייט בריאת העולם א צדיק וואס זאל צוזאגן מיט צוויי עדות דאס וואס דער רבי האט צוגעזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רכה) אז ווער עס וועט קומען צו זיין ציון זאגן דעם תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל - טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און געבן א פרוטה לצדקה פאר זיין זכות, אפילו ער האט געטון די הארבסטע עבירות: "וועל איך מיך לייגן אויף די לענג און אויף די ברייט אים א טובה צו טון, ביי די פיאות וועל איך אים ארויסציען פון שאול תחתית".


גרעסער, קלענער, - דו מאכסט מיך לאכן; מיר קליינע קעפעלעך, קליינע מענטשעלעך, - זענען זייער ווייט פון די זאכן, מיר ווייסן גארנישט וועגן דאס גרויסקייט פון צדיקים. אך און וויי פאר די וואס שטופן אריין די נאז אין די זאכן, עס קומט צו לאכן ווען מען הערט מענטשן וואס האבן פוגם געווען בברית - מעסטן צדיקים; דער צדיק איז גרויס ביזן דאך, דער אנדערער איז גרויס ביזן הימל; מיר דארפן תשובה טון, דער אייבערשטער זאל אונז מוחל זיין.


מיר פארן צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה ווייל דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תה): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי הוּא חִדּוּשׁ גָּדוֹל, וְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יוֹדֵעַ שֶׁאֵין הַדָּבָר הַזֶּה בִּירֻשָּׁה מֵאֲבוֹתַי, רַק הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ נָתַן לִי זֹאת בְּמַתָּנָה - שֶׁאֲנִי יוֹדֵעַ מַהוּ ראשׁ הַשָּׁנָה. לֹא מִבָּעֲיָא אַתֶּם כֻּלְּכֶם בְּוַדַּאי תְּלוּיִין בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי, אֶלָּא אֲפִילּוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ תָּלוּי בָּרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי", די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, און דער אייבערשטער האט מיר דאס געגעבן פאר א מתנה; נישט נאר איר - מיינע תלמידים זענט תלוי אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט שטייט אויף מיין ראש השנה.


נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט: "ווער עס קומט צו מיר אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר".


ווען עס ווארט דיר א משפט וואלסטו געגאנגען זוכן א לויער, אדער דו וואלסט געמאכט דעם וויץ און קודם אריבער אין מירון וכו'? ווען דו ביסט לא עלינו ולא עליכם נישט געזונט און דו דארפסט גיין זוכן א גרויסער דאקטער - וואלסטו אויך געזאגט די ליצנות, אדער דו וואלסט געגאנגען צום גרויסן דאקטער, און צום גרויסן לויער?!


ראש השנה איז דער גרויסער יום הדין; מען איז דן "מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בָּאֵשׁ וּמִי בַּמַּיִם", אלע שרעקליכע טראגעדיעס וואס מען הערט א גאנץ יאר השם ישמרינו - ווערט אלעס אנגעשריבן אום ראש השנה. יעדן טאג ווערן אוועקגעריסן יונגע מענטשן, מענער און פרויען, יונגע קינדער בלייבן אן עלטערן ה' ירחם, אלע שפיטעלער זענען לא עלינו אנגעפילט מיט אידישע קינדער; דא איז דא א צדיק וואס האט צוגעזאגט אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם העלפן, ער קען יעדן מתקן זיין; קוק וואס רבי נתן שרייבט - וואס דער רבי האט אים געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תז): "אָמַר, שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה - קען ער יעדן פאררעכטן; נו וואס איז בכלל די שאלה? א מענטש מיט אביסל שכל לויפט קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קענען זיין אין אומאן ראש השנה מיט גאנץ כלל ישראל.

#1550 - פארוואס איז ביי מיר אזוי אנגעצויגן אין דעם פרייליכן טאג פון פורים?
היכל הקודש, שמחה, משפחה, עצבות, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועגן פורים, איך האב קע"ה פינף קליינע קינדער און עס קומט מיר אן זייער שווער דאס ארומלויפן אום פורים פון איין באבע צו די אנדערע, איך טראכט אז פורים וואלט געדארפט זיין אזא פרייליכע טאג, מען זאל זיין אויף איין פלאץ, מאכן א פרייליכע סעודה, און טאנצן און זיך פרייען אויף אלע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון און טט נאכאלץ מיט אונז, אבער למעשה איז עס מיר אזא אנגעשטרענגטע טאג וואס מען דארף ארומלויפן צו אלע זיידעס און באבעס, און ביי יעדע הויז דארף מען נאכאמאל אויסטון די מאנטלען אז יעדער זאל זען ווי שיין די קינדער זענען פארשטעלט, און די קינדער אליין זענען אינגאנצן צעדרייט, און אזוי בלייבט נישט צופיל כח און מח צו זיין פרייליך.


אויסער דעם האב איך זייער שטארק חשק אנצוקומען אום פורים אווענט אין היכל הקודש צו טאנצן און זיך פרייען מיט אנשי שלומינו, איך פרוביר זייער שטארק נישט צו טרינקען קיין סאך וויין א גאנצן טאג אז איך זאל קענען העלפן מיין ווייב און נאך קענען אנקומען אין שול, אבער נאך אזא שווערע טאג דארף איך נאך אהיימגיין העלפן מיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער און נאכדעם פאל איך אריין אין בעט און אום שושן פורים האב איך אזוי חרטה פארוואס איך בין נישט אנגעקומען אין שול. יעדעס יאר ווען דער ראש ישיבה פארציילט די מעשה פון "צרות לבבי הרחיבו ממצוקותי הוציאני", ווי אזוי דער איד איז געהאלפן געווארן ביים טאנצן מיט אנשי שלומינו ביי רבי מאיר טעפליקער ז"ל, שטערט מיך עס נאכאמאל אזוי שטארק אז איך בין נישט אנגעקומען צו זיין פורים מיט אנשי שלומינו.


מיין שאלה אין קורצן איז צוויי זאכן: איינס אז עס א שווערע טאג בכלל, און צווייטנס אז איך קום נישט אן אין שול. אפשר קען דער ראש ישיבה שרייבן עפעס חיזוק און עצות אויף דעם? דער אייבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט דערויף; אז מען פארשטייט וואס עלטערן זענען, מען האלט די עלטערן טייער, - איז בכלל נישט שווער צו גיין צו זיי; אדרבה, מען פריידט זיך ווען עס קומט א יום טוב וכדומה, מען ווארט אויף א געלעגנהייט ווען צו גיין צו א זיידע, א באבע - זיי מחי' זיין און נעמען ביי זיי א ברכה. ביי די מענטשן וואס ווייסן דאס חשיבות פון עלטערן - איז דאס די גרעסטע שמחה, צו קענען גיין פורים מיט די משפחה; עס איז בכלל נישט שווער אנצוטון און אויסטון די מאנטלען, ווייזן פאר יעדע זיידע און באבע די פארשטעלאכטס, עס איז א שמחה און א פרייד.


נישט אלע זענען זוכה צו קענען גיין צו עלטערן, אסאך משפחות וואלטן געוואלט גיין פורים צו זיידעס און באבעס אבער זיי האבן ליידער נישט; אז דו האסט באבעס מיט זיידעס וואו צו גיין מיט דיינע קינדער - זאלסטו גיין מיט שמחה און פרייד. אויך איז דאס א גרויסע מצוה, מחי' זיין עלטערן; עס איז פון די גרעסטע מצוות אין די תורה.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו האבן א פרייליכן פורים, זאלסט קענען אויסניצן דעם טאג מיט גוטע זאכן און טון די מצוות מיט שמחה. פורים איז אזא גרויסע טאג, מען קומט צו די בחינה פון (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", מען ווערט געוואר אז אלעס איז דער אייבערשטער, סיי ווען עס גייט איבער אויפ'ן מענטש שווערע ביטערע נסיונות, בבחינת "אָרוּר הָמָן", און סיי ווען עס גייט אלעס גוט, בבחינת "בָּרוּךְ מָרְדְכַי"; אלעס איז דער אייבערשטער, מען קומט צו די העכסטע דרגא, מען וויל גארנישט - נאר דעם אייבערשטן.


ווען א מענטש איז זיך מבטל צום אייבערשטן, ער וויל גארנישט, ער דארף גארנישט; ער ווייסט ביי זיך 'איך בין גארנישט', ער דארף נאר דעם אייבערשטן, - דער מענטש איז פרייליך וואו ער געפונט זיך. מען קען שרייען (תהלים כה, יז): "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ, מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", - וואו אימער מען געפונט זיך, מען דארף נישט זיין דוקא צווישן אנשי שלומינו צו קענען זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן; דער רבי געבט אונז אזא שכל, א מענטש הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן איבעראל, ער איז זיך מחי' מיט אמונה וואו ער געפונט זיך.


אודאי איז א געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו אין אזא הייליגע טאג, מען טאנצט אינאיינעם, מען פריידט זיך אינאיינעם, מען וויינט אינאיינעם, מען דאנקט אינאיינעם וכו' וכו'; אבער דאס איז נאכן זיין מיט די משפחה, נאכן זיין ביי די עלטערן, עלטערן קומען פאר דעם; גיין צו עלטערן, זיי מחי' זיין - איז די העכסטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1549 - פארוואס האט מוהרא"ש גערעדט קעגן זיינע חולקים?
חסידות ברסלב, מחלוקת, קשיות, תשובה, עבירות, התנגדות, זיכוי הרבים, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר זיך אין גן עדן מיט די ליכטיגע עצות וואס דער ראש ישיבה לערנט מיט מיר, איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר געברענגט צום ראש ישיבה, און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל קיינמאל נישט נתרחק ווערן.


איך האב א שאלה; עס שטערט מיר זייער ווען איך הער דרשות ווי מוהרא"ש רעדט אויף זיינע חולקים, וואס אלע קענען זיי פאר ערליכע אידן און איך קען זיי אויך אביסל, איך קען נישט הערן ווי מען איז זיי מבטל, מען מאכט פון אים פאר א גארנישט.


דער אמת איז אז אויפ'ן רבי'ן האט מיר אויך אייביג געשטערט די קשיא, ווי קען זיין עס שטייט אזוי אויף זיין חולק, וואס ביי אנדערע צדיקים איז ער קודש קדשים.


איך בין דאך געקומען צום רבי'ן אויף צו זיין אן ערליכער איד, נישט אויף צו חולק זיין אויף צדיקים, פארוואס זאל איך נישט האלטן אז אלע זענען הייליג?


איך בעט כסדר דעם אייבערשטן איך זאל נישט האבן קיין שום קשיות אויף די צדיקים וואס ברענגען מיר צוריק צו אים. איך בעט דעם ראש ישיבה זאל מיר באלייכטן די אויגן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס באדערט דיר אויך אויף די אלע מענטשן וואס מען וואלט זיי געקענט ראטעווען מיט די זיסע עצות און חיזוק פון מוהרא"ש, און יעצט ווען זיי האבן געהערט לשון הרע פון די בעלי לשון הרע זענען זיי אינגאנצן פארפאלן – דאס טוט דיר אויך וויי? נאך א מזל מוהרא"ש האט גערעדט קעגן זיי, ווען נישט וואלט איך נישט געבליבן ביי מוהרא"ש.


ווען איך בין מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש - זענען צו מיר געקומען מיינע חברים, זיי האבן מיר געזאגט: "וויסן זאלסטו אז מוהרא"ש איז נישט עכט ברסלב, די זקנים האבן געזאגט אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך"; מיר איז דאס געווען זייער שווער צו הערן, פון איין זייט האב איך שוין זוכה געווען צו טרעפן די גאלדענע בארג מיט'ן פערלנעם שלאס, נאכן אזוי לאנג זוכן האב איך ענדליך געפונען את שאהבה נפשי, עס האט זיך מיר געעפנט די אויגן, איך האב אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן, אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, אנגעהויבן זיך פרייען מיט מצוות, און דא פון די אנדערע זייט רעדן מיינע חברים בשם די ברסלב'ער זקנים אז דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך.


עס איז מיר געווארן אין מיין קאפ א וועלט מלחמה. איך בין ווייטער געקומען צו די שיעורים פון מוהרא"ש, און מוהרא"ש ברוח קודשו האט דאס געזען, האט ער אנגעהויבן רעדן פון די עבירה פון לשון הרע, אז די אלע וואס רעדן קעגן די ספרים און קונטרסים זענען גרויסע בעלי עבירה, אנדערש וואלטן זיי נישט גערעדט; אן ערליכער איד רעדט נישט אויף ספרים און קונטריסם וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז:): "כל אדם שיש לו עזות פנים מותר לשנאותו", אז דו זעסט אן עזות פנים - מעגסטו אים פיינט האבן, "מותר לקרותו רשע", מען מעג אים רופן רשע, און דאס איז א סימן אז ער איז א נואף; עס האט נישט צוטון ווער דער מענטש איז, ווער עס פארשעמט ערליכע אידן, ער איז מבזה ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן - זאל ער זיין ווער ער איז, איז ער א שליח פונעם שטן.


דו שרייבסט אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים און די בריוו; דאס איז אלעס נאר בזכות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך בין גארנישט, וואס איך זאג - איז פון מוהרא"ש, און נאר בזכות דעם וואס מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן ביי די שיעורים, מגלה זיין די אלע וואס רעדן קעגן ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה מציאות השם - ווער זיי זענען, נאר בזכות דעם האב איך געהאט די כח צו פארבלייבן דא, און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון דעם הייליגן פלאץ, איך זאל שטענדיג געדענקען וואס דער צדיק געבט מיר.


דאס וואס דו שרייבסט אז עס שטערט דיר אויך פארוואס דער רבי האט גערעדט וכו'; טו תשובה, וועסטו נישט האבן די חוצפה צו האבן קשיות אויף צדיקים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו): "דְּזֶה הוּא כְּלָל גָּדוֹל", דאס איז א גרויסע כלל, "שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְשׁוּם אָדָם לְהַשִּׂיג וְלִתְפֹּס בְּדִבּוּרוֹ שֶׁל הַצַּדִּיק", מען קען נישט פארשטיין די ווערטער פונעם צדיק, "אִם לֹא שֶׁתִּקֵּן תְּחִלָּה אוֹת בְּרִית קֹדֶשׁ כָּרָאוּי", אויב מען האט נאכנישט מתקן געווען אות ברית קודש, "וַאֲזַי יָכוֹל לְהָבִין וְלִתְפֹּס דִּבּוּרוֹ שֶׁל הַצַּדִּיק", נאר נאכן מתקן זיין אות ברית קודש - קען מען פארשטיין די ווערטער פונעם צדיק. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", ווען א מענטש איז פוגם ביסוד גייט די פגם ביזן מח, "שֶׁהֵם בְּחִינַת חָכְמָה וּבִינָה, שֶׁהֵם י"ה, שֶׁהֵם מֹחִין, נִמְצָא כְּשֶׁתִּקֵּן אוֹת בְּרִית קֹדֶשׁ כָּרָאוּי אֲזַי הַמֹּחִין שֶׁלּוֹ בִּשְׁלֵמוּת, וְיָכוֹל לְהָבִין דִּבּוּרוֹ שֶׁל הַצַּדִּיק כְּפִי הַתִּקּוּן שֶׁל כָּל אֶחָד, כָּךְ הוּא הַשָּׂגָתוֹ", לויט וויפיל מען פאררעכט, מען טוט תשובה - נאר אזוי קען מען האבן אן השגה אינעם צדיק.


אז דו שרייבסט מיט חוצפה פארוואס דער רבי האט גערעדט אזוי וכו' - איז דא איין ענטפער: גיי וויין צום אייבערשטן, פאררעכט כאטשיג איין פגם, איין עבירה, כל שכן ווען מיר זענען איבער די אויערן מיט עבירות.

#1548 - מעג מען אראפלייגן א בעבי אויפ'ן טיש?
שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז נישטא קיין ווערטער צו דאנקען פאר אונזער לעבן און שלום בית.


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען מעג אראפלייגן א בעבי פאר א מינוט אויפ'ן טיש, כדי אנצוטון דאס קינד אדער אן אנדערע סיבה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען מעג אראפלייגן א קינד אויף א טיש אים אנצוטון אדער איבערצוגעבן פאר'ן מאן אדער פאר די ווייב וכו', אבער אז מען וויל טוישן דעם קינד וכו', - דאס זאל מען נישט טון אויפ'ן טיש, ווייל א טיש איז דומה צום מזבח, און דעריבער זאגן די פוסקים מען זאל נישט טון קיין מיאוסע זאכן אויפ'ן טיש, (עיין מגן אברהם סימן קסז, סעיף קטן יג, בשם דעם ספר חסידים, סימן קב - אז מען זאל נישט טון אויף א טיש מיאוסע זאכן).


אז מען האט נישט קיין ברירה, מען דארף צוקומען צו א הויכע פלאץ און מען האט נישט קיין לייטער - מעג מען ניצן א טיש צו לייגן אויף דעם א בענקל וכו', אבער סתם אזוי דארף מען אכטונג געבן צו ניצן די טיש נאר פאר מכובד'דיגע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1547 - קען איך זיך פארלאזן אויף מיין הרגשה, צו וויסן וואס צו טון?
הלכה, תפילה והתבודדות, ספיקות, יחודים, מדריגות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן איבער דעם וואס אסאך מאל ווען איך האב ספיקות וואס צו טון, האב איך דעמאלט אן הרגשה אז דער אייבערשטער וויל איך זאל טון אזוי און אזוי, אויב מען קען זיך פארלאזן אויף דעם.


מוהרא"ש האט געגעבן א סימן אז ווען דער שם הוי"ה שיינט פאר די אויגן בקביעות, זענען די מחשבות פון דעם מענטש אמת'דיג פונעם אייבערשטן, וויל איך פרעגן לעת עתה אז איך בין נאך זייער ווייט פון דעם, ווי אזוי קען איך וויסן אויב איז עס טאקע רצון השם אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער ענטפער איז, מוהרא"ש זאגט אז דורך התבודדות ווייסט מען וואס מען האט צו טון. התבודדות איז, מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט.


התבודדות קלארט אויס דעם מענטש און ווייזט אים וואס ער האט צו טון. יעדעס מאל מען האט א ספק, מען ווייסט נישט 'יא' אדער 'ניין', 'גיין' אדער 'נישט גיין', 'טון' אדער 'נישט טון', - בעט מען דעם אייבערשטן, מען שמועסט זיך אויס, מען שמועסט אויס אלע פרטים און נאכדעם באקומט מען רמזים פון הימל ווי אזוי מען זאל זיך פירן.


פארשטייט זיך אז דאס דארף זיין געבינדן מיט'ן שלחן ערוך; דאס הייסט, נאר אויב עס איז מיט די הלכה. חס ושלום צו זאגן אז מען האט א רמז צו טון עבירות, חס וחלילה צו זאגן 'איך האב געמאכט התבודדות און עס איז מיר קלאר אז איך דארף טון זאכן קעגן די תורה'; מען רעדט נאר זאכן וואס זענען מותר צו טון, מען שמועסט זיך אויס, מען בעט דעם אייבערשטן, און מען באקומט תשובות וואס מען האט צו טון.


דאס איז אויך די וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו זען שטענדיג די שם הוי"ה ברוך הוא; ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין און לויטער, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, ביז מען איז זוכה צו די מדריגה פון גרויסע צדיקים, צו זען שם השם פאר זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1546 - וואס קען א פרוי טון ווען איר מאן האט א סמארטפאון?
שלום בית, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אידישע שטוב, סמארטפאון, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה קען געבן חיזוק פאר פרויען וואס זייערע מענער האבן א סמארטפאון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אסאך פרויען דארפן חיזוק אויף דעם פרט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, מיט די שכל פון רבי'ן, און מיט אסאך סבלנות - קען מען זוכה זיין צו אן ערליכע שטוב, א ריינע שטוב.


איר ווייסט אודאי דאס וואס מען לערנט מיט אלע מיידלעך און פרויען, "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאַלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם" (סוטה יא.), בזכות די ערליכע פרויען זענען אונזערע עלטערן ארויס פון מצרים; וואס פאר א גרויסע זאכן האבן די ערליכע פרויען געטון אז זיי האבן געברענגט די גאולה? דערציילן די הייליגע חכמים (שם), די אידן אין מצרים האבן געארבעט זייער שווער און זיי האבן נישט געהאט קיין כח פאר גארנישט, זיי האבן בכלל נישט געוואלט אהיים קומען, ווער רעדט נאך פון האבן קינדער וכו' וכו', זייער קאפ איז געווען אויסגעברענט פון ארבעטן שווער; אזוי ווי היינטיגע טעג, די וואס האבן א טעלעפאן און זענען איינגעטונקען ראשו ורובו אינעם טעלעפאן, קאפ און הארץ אין די נייעס, די מח מחשבה אין די נארישקייטן; די אידן אין מצרים זענען געווען שמוציג פון די פעלד ארבעט, זיי האבן נישט געטראכט פון אהיים גיין.


די ערליכע פרויען, די נשים צדקניות - זענען ארויס אין פעלד צו זייערע מענער, זיי האבן מיט געברענגט וואסער, יעדע פרוי האט אפגעוואשן איר מאן, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, בשעת זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער איז אריין געשווימען קליינע פיש, דאס האבן זיי געגעבן פאר זייערע מענער, און יעדע פרוי האט גערעדט שיין צו איר מאן, מיט ליבשאפט, און זיך שיין געמאכט פאר אים וכו', ביז דער מאן האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו זיין ווייב, אזוי זענען זיי געווען צוזאמען וכו' וכו', און אזוי איז ארויסגעקומען כלל ישראל.


די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט רות, ד'): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין זכות פון די נשים צדקניות וועלן מיר ארויסגיין פון דעם לאנגן ביטערן גלות ; בזכות די ערליכע פרויען וואס טוען דאס זעלביגע וואס די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים, זיי ווארטן אפ דעם מאן, זיי גייען אנטקעגן דעם מאן, זיי קוקן נישט אויף גארנישט, זיי ארבעטן מיט חכמה, זיי רעדן שיין צום מאן, זיי האבן ליב דעם מאן, - ביז דער מאן וויל פון זיך אליינס שוין נישט די אלע נארישקייטן.


אז מען האט א גוטע ווייב, אן ערליכע פרוי, א קלוגע, וואס זי איז פון איין זייט שטארק ביי זיך נישט צו האבן קיין כלים וואס רבנים אסר'ן, און פון די אנדערע זייט זענען זיי גוט צום מאן, אפילו ער איז נאכנישט דערביי - אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן.


ביי די שבת ליכט דערמאלט איז א צייט וואס פרויען קענען פועל'ן גרויסע ישועות. מוהרא"ש זאגט, ווען פרויען וואלטן געוויסט וואס זיי קענען אויסבעטן ביי די ליכט - וואלטן זיי זיכער גע'פועל'ט אלעס וואס זיי דארפן.


מוהרא"ש דערציילט, רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער, ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; דאס דארפן אלע פרויען בעטן ביי די שבת ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן מַיין מַאן'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיךְ דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1545 - פארוואס דארף מיין בחור אויפשטיין אזוי פרי פארטאגס?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין זון איז אין א ישיבה וואס מ'גייט דארט אהיים שפעט ביינאכט, און אינדערפרי דארף איך אים שוין אויפוועקן גאר פרי פארטאגס, עס רעגט מיר זייער אויף, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס רעגט אייך אויף? דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער זון לערנט פלייסיג פון אינדערפרי ביז שפעט ביינאכט, דאס איז דאך די גרעסטע תענוג פאר עלטערן, צו זען די קינדער גיין אין ישיבה לערנען און דאווענען, דינען דעם הייליגן באשעפער! וויפיל עלטערן זעען זייער קינד גיין ארבעטן פון אינדערפרי ביז שפעט ביינאכט, זיי וואלטן ווען גע'חלש'ט אז זייער קינד זאל גיין אין ישיבה לערנען און דאווענען, וואס איז אייער פראבלעם?!


אז איר וועט אים אפווארטן מיט ווארעמקייט, מיט א גוט ווארט, מיט עסן וכדומה, און איר וועט אים אויפוועקן אינדערפרי ער זאל גיין לערנען - וועט איר זוכה זיין לחיי עולם הבא. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן?" פרויען האבן דאך נישט די מצוה פון לערנען די הייליגע תורה, וואס ברענגט זיי לחיי עולם הבא? "בְּאַקְרוּיֵי בְנַיְהוּ לְבֵי כְנִשְׁתָּא וּבְאַתְנוּיֵי גֻבְרַיְהוּ בֵּי רַבָּנַן, וְנָטְרִין לְגֻבְרַיְהוּ עַד דְּאָתוּ מִבֵּי רַבָּנַן", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער לערנען תורה, אויף דעם וועלן זיי באקומען שכר.


א גוט ווארט פון א מאמע איז שטערקער פון אלעס אויף די וועלט, א ווארעם ווארט וואס א מאמע געבט פאר'ן בחור, זי מאכט אים זיך גוט שפירן; זי רומט אים, סיי דירעקט און סיי אומדירעקט, דאס הייסט זי זאגט א גוט ווארט אויפ'ן קינד פאר'ן מאן גענוג הויך אז דער קינד זאל הערן - דאס איז אזוי שטארק, עס קען אים ראטעווען פון אלע שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1544 - מעג מען פארשטעלן קינדער אום פורים ווי א טמא'נע באשעפעניש?
פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב עס איז א פראבלעם צו פארשטעלן די קינדער אום פורים מיט א פארשטעלעכץ ווי א טמא'נע חיה, צום ביישפיל אן עלעפאנט, א לייב א בער, און דאס גלייכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו פארשטעלן די קינדער מיט פארשטעלאכטס פון א לייב, א בער – וכדומה; אזוי וועט דאך זיין ווען משיח וועט קומען.


דער נביא זאגט (ישעיה יא, ו-ז): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ", עס וועלן וואוינען א וואלף אינאיינעם מיט א בער, "וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", א לעמפערט וועט הויערן מיט א ציג, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו", א קעלבל, א יונגע לייב מיט א פעטע אקס - וועלן זיין אינאיינעם, "וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א קינד וועט זיי פירן אן מורא האבן, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה", א קו מיט א בער וועלן זיך פאשען; עס וועט אראפקומען אזא שטארקע ליכטיגקייט אויף די וועלט, עס וועט זיין שלום; אפילו צוויי פארקערטע זאכן וועלן לעבן בשלום.


דעריבער זאגט רבי נתן (לקוטי הלכות קרחה הלכה ג, אות כב) אז מען פארשטעלט זיך פורים ווי אראבער און ווי אנדערע פעלקער, ווייל פורים קומט אראפ אזא הייליגקייט, אזוי ווי עס וועט זיין ביי די גאולה, אזוי ווי עס שטייט (שם, ט): "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה' כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", - דאס קומט שוין אראפ פורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1543 - מעג מען זיך נאריש מאכן ביים לערנען עברי מיט קינדער?
חינוך הילדים, צדיקים, מלמדים, עברי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן א קליינע שאלה; איך בין אן עברי מלמד, און ווען מען לערנט א-ב און נקודות מיט קינדער, מאכט מען זיך נאריש מיט כל מיני קינדערישע סימנים, קינדערישע וויצן, און דאס גלייכן, אז די קינדער זאלן ליב האבן און געדענקען די אותיות און נקודות.


איך פיר זיך אז ווען איך ענדיג די צורות פון די נקודות כסדרן, זינג איך ווייטער מיט די נקודות ניגון, "א פינטל אינמיטן, איז א מלאפום", אזוי גייט אריין אין קאפ א סימן אויף די מלאפום. אבער אסאך מאל מאכט איך זיך נאריש און ווען איך זינג מיט די קינדער מאך איך בדוקא א טעות און איך זינג "א 'פימפל' אינמיטן, איז א מלאפום", און די קינדער לאכן. נאכדעם זאג אז ניין, ס'איז א טעות, מען דארף זאגן פינטל און נישט פימפל; איז דאס אויסגעהאלטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לאזט זיך אזוי אראפ צו די קינדער, דו מאכסט זיי אזוי אינטערעסאנט - זיי זאלן ליב האבן די א-ב, זיי זאלן ליב האבן צו לערנען.


ווען מוהרא"ש פלעגט רעדן פון א צדיק ווי ער לאזט זיך אזוי אראפ צו זיינע תלמידים, פלעגט מוהרא"ש אלץ געבן די משל פון א גוטער מלמד. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "א גוטער מלמד איז דער וואס לאזט זיך אראפ צו די קינדער, ער זיצט מיט די קינדער אויפ'ן ערד, ער מאכט מיט די שפילצייג אן אות אלף, אזוי גייט עס אריין אין די מח פון די קינדער. ווען מענטשן זעען דאס, זיי קוקן אריין אין פענסטער פון די כיתה און זעען ווי דער מלמד שפילט זיך אויף דער ערד, פרעגן זיי: 'וואס גייט פאר? דער איז א נארמאלער מלמד? ער שפילט מיט די קינדער?' דער מנהל ענטפערט זיי: 'ווארט, וועט איר אליינס זען, אייער קינד וועט אהיים קומען און וועט קענען די א-ב', - דעמאלט זעט מען אז דאס איז א גוטער מלמד, ער לאזט זיך אזוי אראפ צו די קינדער ביז זיי כאפן אויף גוט דעם לימוד. אזוי איז א צדיק, עס זעט אויס ווי ער איז נאריש, ער רעדט, ער שמועסט, ער לאכט, ער לאזט זיך אראפ צו די תלמידים, אבער שפעטער ווען די תלמידים גייען אהיים, זיי הויבן אן רעדן צום אייבערשטן, זיי הויבן אן לעבן מיט אמונה - דאס איז אלעס דער כח פונעם צדיק".


מוהרא"ש פלעגט אלץ מחזק זיין מלמדים מיט דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.) עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צוזאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט אים, אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הויבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א מלמד וואס לאזט זיך אראפ צו די קינדער זיי זאלן קענען לערנען.


פינטל, פימפל, סימפל און דימפל, - נישט קיין חילוק וואס דו זאגסט, דער עיקר די קינדער זאלן גוט אויפכאפן די הייליגע א-ב, זיי זאלן קענען גוט ליינען, אויסוואקסן גרויסע צדיקים וואס וועלן לערנען די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1542 - מעג איך ליינען א גוי'אישע בוך פאר מיין דייעט?
רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, דייעט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין איבערוואג אויף א שטארקע פארנעם, איז בין ממש צוגעקלעבט צו עסן, ווען איך זע עסן ווער איך ממש פארגליווערט, איך קען נישט הערן און זען עפעס אנדערש, און איך עס איבער די מאס.


איך האב זיך שטארק געמוטשעט מיט דעם פראבלעם, און איך בין געגאנגען צו א געוויסע פראגראם וואס העלפט מיט דעם פראבלעם אויף א געוויסע שיטה. איך דארף אבער ליינען א דיקער גוי'אישער בוך פון די פראגראם, כדי צו קענען מיטהאלטן. מעג איך דאס ליינען?


איך שפיר אז דאס זייער וויכטיג פאר מיין געזונט, פיזיש און גייסטיש, און אויך פאר מיין מאן און קינדער, מיין מאן האט מיר געזאגט אז ער זעט אז איך בין געווארן מער רואיג זייט איך האב אנגעהויבן גיין אויף דעם פראגראם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער וויכטיג צו גיין אויף א גוטע דייעט, עס איז א מצוה אכטונג צו געבן אויף די געזונט. די תורה זאגט אונז (דברים ד, טו): "וְנִשְׁמַרְתֶּם מְאֹד לְנַפְשֹׁתֵיכֶם", מען דארף היטן אויפ'ן געזונט; אז מען איז איבערוואגיג קען דאס ברענגען נישט גוטע זאכן.


בנוגע די דייעט וכו'; געבט אכטונג פון גוי'שע פאנטאזיעס, די בעסטע פראגראם איז אז מען עסט געזונט, מען עסט מיט א סדר יעדן אינדערפרי, נאכמיטאג און ביינאכט. נעמט די ברסלב'ער פראגראם, מוהרא"ש ענטפערט פאר א פרוי וואס וויינט אז זי הערט נישט אויף צו עסן און וויפיל זי מאכט אפ צו גיין אויף א דייעט - פאלט זי אלץ דורך, און איר מאן טשעפעט איר אז זי איז גראב.


מוהרא"ש זאגט (שאלות ותשובות ברסלב): "בוודאי את צריכה לדעת שריבוי אכילה וכו' בא מיאוש, וכשמתייאשים מהחיים וחושבים שאין לי כבר שום תקוה, זה מה שמכניס באדם תאוה לאכול ולאכול ולאכול ולהשמין ולהשמין וכו' וכו'", וויסן זאלסטו, ווען מען ווערט צעבראכן, מען איז דעפרעסט, מען זעט נישט קיין האפענונג - דאס מאכט מען זאל עסן און עסן, עס שלעפט אריין אין א תאווה, מען עסט און מען עסט, מען ווערט גרעבער און גרעבער, "אבל כשאדם תמיד שש ושמח ושולט על עצמו, על ידי זה הוא נפטר מכל הבעיות", אבער א פרייליכער מענטש קען זיך באהערשן, דער האט נישט קיין פראבלעמען.


נעמט די ברסלב'ער פראגראם, די ברסלב'ער דייעט; הויבט אן ארבעטן אויף שמחה, זוכט אויף נאך און נאך זאכן אויף וואס צו דאנקען דעם אייבערשטן. דאס וועט אייך אויפבויען, איר וועט ווערן שטארק, איר וועט זיך קענען באהערשן. די גוי'שע פראגראם קען טאקע העלפן פאר די זאך, אבער עס קען אמאל אראפשלעפן אין אנדערע פראבלעמען השם ישמרינו.


בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף די יצר הרע וואס מאכט מיך דעפרעסט, העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן, עסן מיט א סדר. איך וויל זיין געזונט, איך וויל אויסזען גוט, איך וויל נישט זיין איבערוואגיג. הייליגער באשעפער, דו האסט אונז מגלה געווען דורך די הייליגע צדיקים אז אלע פראבלעמען קומען פון עצבות, פון נישט זיין פרייליך, בעט איך דיר, העלף מיר איך זאל פון יעצט זיין זייער זייער פרייליך, איך זאל געדענקען אז דו ביסט דא, דו מאכסט אלעס און דו ביסט אלעס, גארנישט פאסירט פון זיך אליינס, העלף מיר מיין אמונה זאל זיין שטארק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1541 - וואס טוט מען מיט א קינד וואס רעדט זייער נישט קלאר?
רפואה, קינדער, טערעפי, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אלעמאל אז דער רבי האט אן עצה אויף אלעס, אויף יעדע פראבלעם. וויל איך וויסן אן עצה וואס צו טון אז מיין אינגל, וואס איז שוין כמעט פיר יאר אלט, רעדט שרעקליך נישט קלאר, ער איז ברוך ה' א געזונטער זיסער אינגל, עס איז אבער זייער זייער שווער אים צו פארשטיין, ער מוטשעט זיך זייער שטארק צו רעדן קלאר מען זאל פארשטיין וואס ער זאגט.


עס איז א שטיקל נסיון פאר אונז פון ביידע זייטן, סיי פאר אים אליין מאכט עס אים זייער נערוועז און אנגעצויגן אז מען ווייסט נישט וואס ער זאגט אדער וויל, און סיי פאר די עלטערן איז עס זיכער זייער שווער, איך פיל זייער שלעכט פאר אים און אויך ווער איך אסאך מאל צעפלאצט פון זיין נערוועזקייט אז ער זאגט איבער די זעלבע זאך אזוי סאך מאל און נאכאלץ פארשטייט מען אים נישט, איך שפיר ווי עס נעמט א ים מיט כוחות אז זיין אנגעצויגנקייט די גאנצע צייט זאל מיר נישט אנרירן און מאכן נערוועז און צעפלאצט.


איך בעט אסאך דעם אייבערשטן ער זאל אונז שוין העלפן מיט דעם. איך וויל וויסן וואס נאך איך קען טון צו דעם, אדער אפשר אביסל חיזוק. דאס איז א טאג טעגליכע שוועריקייט און עס טוט מיר וויי צו זען ווי מיין קינד מוטשעט זיך אזוי ביטערליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינט איז דא מומחים פאר די זאכן, מומחים וואס פארשטייען ווי אזוי אויסצולערנען רעדן; אמאל קען זיין מיט א קלייניקייט קען מען דאס פאררעכטן. נעם אים צו טערעפי און בעט דעם אייבערשטן מען זאל דאס קענען גרינג פאררעכטן.


העיקר גייט נישט אריין אין קיין לחץ, ווערט נישט פארלוירן; געבט זיך איבער צום אייבערשטן - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1540 - בין איך ראוי צו מאכן בתים פאר די הייליגע תפלין?
שידוכים, התחזקות, קדושה, פרנסה, מקוה, משניות, תיקון הכללי, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן א גרוש, פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, האב איך זיך אנגעהויבן שטארקן מיט אמונה, און דאס העלפט מיר אריבערגיין די שווערע דורכגאנג.


מען טראגט מיר אן צו ארבעטן אין א פאבריק וואו מען מאכט בתים פאר תפלין, פארשטייט זיך אז צו דעם דארף מען האבן יראת שמים, איך ווייס אבער ביי מיר אז איך קען אמאל פאלן אין קדושה, איז מיין שאלה אויב איך מעג גיין ארבעטן אין אזא פלאץ?


אויך וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען זיך שטארקן אריבערצוגיין די שווערע תקופה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט ארבעטן מיט תפילין.


געב אכטונג צו גיין אין מקוה יעדן טאג, אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו זאגן אינדערפרי נאך תפילת שחרית די צען קאפיטלעך תהילים, דעם "תיקון הכללי": קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ - וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען, און דער רבי האט געזאגט אז ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים דארף גארנישט זארגן.


נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): אסאך צדיקים האבן געוואלט דערגיין דעם תיקון, אבער זיי האבן עס נישט געקענט משיג זיין; א טייל זענען אוועק פון די וועלט פאר זיי האבן בכלל געקענט דערגיין דעם תיקון, און א טייל צדיקים האבן יא אנגעהויבן משיג צו זיין דעם תיקון, אבער זיי זענען נפטר געווארן אינמיטן, אבער מיר - זאגט דער רבי - האט דער אייבערשטער געהאלפן אז איך האב געקענט דערגיין דעם תיקון. נאך האט דער רבי געזאגט אז אפילו עס איז נישט קיין שווערע זאך צו זאגן צען קאפיטלעך תהילים, אבער וויבאלד ער האט דאס געהייסן טון - וועט עס אנקומען זייער שווער.


פארליר זיך נישט, האלט זיך מיט אלע דיינע כוחות. אז דו וועסט לערנען משניות - וועט דיר זיין גרינגער, משניות האט א כח צו ראטעווען דעם מענטש. אויב דו קענסט זאגן אכצן פרקים משניות - איז דאס א מורא'דיגע זאך, משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה" ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן און ער ווערט ריין.


איך קען מענטשן וואס זענען געלעגן אין טיפע בלאטעס און זיי האבן געפאלגט דעם רבי'ן, זיי האבן גענומען דעם משניות אין די הענט און נישט אפגעלאזט ביז זיי זענען געווארן גרויסע צדיקים. מוהרא"ש זאגט, משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, די ראשי תיבות פון הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז מִשְׁנָה, אז מען זאגט משניות - נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


זאג נישט אפ קיין שידוכים, נעם די ערשטע שידוך וואס מען טראגט דיר אן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1539 - מעג מען זאגן מיט די קינדער לעילוי נשמת נפטרים וועמען מען קען נישט?
חינוך הילדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א מלמד און זייער אסאך מאל שיקן די אנדערע מלמדים אריין צעטלעך מיט א נאמען צו זאגן פאר'ן לערנען לעילוי נשמת. איך ווייס אבער נישט אויב מען קען זאגן לעילוי נשמת א נאמען וואס איך קען בכלל נישט, איך ווייס נישט ווער דאס איז?


אפשר קען מען ענדערש זאגן סתם בכלליות לעילוי נשמת אלע נשמות וואס דארפן א תיקון?


איך האב זיך געמאכט א קליינע נוסח צו זאגן פאר'ן לערנען; הרינו לומד היום לעילוי נשמת כל הנשמות שאין להם תיקון השלם וכל הנשמות ערטילאין וכל הניצוצות הקדושות שנפלו לתוך הקליפות. א צייט שפעטער האב איך עס אבער דערציילט פאר מיין חבר, און ער זאגט מיר אז עס קען זיין אז מען טאר עס נישט טון ווייל עס קען זיין א סכנה. וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה אויב מען מעג אזוי זאגן? און אויב מען מעג עס זאגן מיט די קינדער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך געדענק מיט יארן צוריק ווען איך בין געווען א מלמד פלעגן מלמדים זיך אפרעדן אז די צעטלעך וואס מען ברענגט אריין אינמיטן לערנען, מען זאל בעטן פאר די נאמען, מען זאל אינזין האבן דעם חולה - דאס שטערט וכו'.


איך האב זיי געזאגט אז דאס איז זייער וויכטיג פאר די חינוך פון די קינדער; ווען דער מנהל שיקט אריין א נאמען, א חולה אדער איינער וואס דארף א ישועה, אדער א יארצייט; וואס פאסירט? די קינדער ווערן נתחנך וואס צו טון בעת צרה, ווען מען האט א צרה זאל מען בעטן דעם אייבערשטן, און בעטן אז אנדערע זאלן בעטן פאר מיר.


ווען מען האלט אינמיטן לערנען און עס קומט אריין א צעטל אז מען זאל בעטן פאר איינעם וואס עס ווארט אים א שווערע משפט, דער מלמד ווערט ערנסט, ער פארמאכט די אויגן, ער זאגט: "הייליגער באשעפער העלף", אלע קינדער זאגן אים נאך: "הייליגער באשעפער העלף אז פלוני אלמוני זאל ארויסגיין זכאי בדין" וכו'; אויסער די גרויסע נס וואס גייט יעצט פאסירן מיט יענעם, די תפילות גייען זיכער יענעם העלפן - געשעט יעצט נאך א זאך, די קינדער ווערן געלערנט וואס צו טון בעת צרה.


דער אומדירעקטער לימוד איז נאך שטערקער פון די לימוד וואס מען לערנט; עס זענען אלץ דא קינדער וואס זיי הערן נישט אויס די שיעורים פון מוסר וכדומה, אבער די אומדירעקטע לימודים גייען אריין אין זיי, ביז זיי ווערן ערליכע אידן.


מלמדים דארפן וויסן אריינצולייגן אין די קינדער אומדירעקט אמונה, אמונת חכמים און תפילה. ביי יעדע שמועס, ביי יעדע נייעס, קינדער רעדן, קינדער דערציילן - ווארפט מען אריין ברעקלעך אמונה; צווישן די קינדערישע שמועסן, די קינדערישע נארישקייטן - ווארפט מען אריין "דער אייבערשטער פירט די וועלט", "דער אייבערשטער הערט אויס תפילות ישראל".


וואויל איז די מלמדים וואס זייער ציל איז אריינצואווארצלען אמונה אין אידישע נשמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1538 - וואס טו איך אז א קרוב פירט זיך נישט צניעות'דיג מיט מיין קינד?
קדושה, קינדער, משפחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען מיין קינד קומט מיר דערציילן אז א פעטער, א יונגער בחור, לערנט אים אים אויס נישט צניעות'דיגע זאכן, וואס דארף איך אים ענטפערן און וואס דארף איך טון דערצו?


אויך וויל איך פרעגן ווי אזוי א מאמע קען באדן א קליין קינד, אז ס'זאל זיין צניעות'דיג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מיר מוחל, איך פארשטיי נישט די פראגע.


וואס וואלט איר געטון ווען איינער נעמט א מעסער און צעשניידט אייער קינד? וואס וואלט איר געטון ווען איינער נעמט פייער און בריט אפ אייער קינד? איר וואלט זיכער יענעם געווארענט איין מאל, און אויב דאס פאסירט נאכאמאל וואלט איר יענעם געשלאגן און גע'הרג'ט, און געווארענט אייער קינד נישט צו שטיין אין די הונדערט אמות פון יענעם, ניין? נישט אזוי?!


אויב אזוי וואס איז די פראגע בכלל? אז אייער קינד קומט זאגן אז זיין פעטער איז א מניוול - איז וואס ווארט איר? איר ווארט ער זאל אים אינגאנצן אראפווארפן?!


בנוגע באדן דעם קינד; מען וואשט נאר ארום און ארום וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1537 - דארף איך מורא האבן צו פארן יעצט אויף אומאן?
אומאן, נייעס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פאר אויף אויסלאנד קומענדיגע וואך צו א שמחה, איך האב געטראכט זיך אפצושטעלן אין אומאן אויפ'ן וועג צוריק, דארף איך מורא האבן צוליב די מלחמות וואס מען שמועסט יעצט אין די נייעס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט רואיג פארן קיין אומאן, נישטא וואס מורא צו האבן; מורא האבן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, צום רבי'ן קען מען אלץ פארן; ווען מען פארט צום רבי'ן איז מען בגדר שלוחי מצוה וואס די הייליגע חכמים זאגן (פסחים ח.): "אֵינָן נִיזוֹקִין", מען ווערט נישט געשעדיגט.


אז דו וועסט אפלאזן די נייעס; נישט קוקן קיין נייעס, נישט אויסהערן די נייעס - וועסטו נישט מורא האבן. די נייעס מאכט משוגע, עס דערשרעקט און צעברעכט. אין ענגליש זאגט מען: "ברעיקינ"ג ניו"ס", דאס מיינט די נייעס צעברעכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1536 - וואס טוט מען ווען די עלטערן לייגן זיך צופיל אן?
כיבוד אב ואם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען א יונגע פארפאלק, מיר וואוינען נעבן אונזערע עלטערן, און לעצטנס האבן זיי אונז אנגעהויבן בעטן אז זיי ווילן קומען עסן ביי אונז נאכטמאל, און צומאל קענען זיי שיקן צו אונז א קינד צו שלאפן אן פרעגן פריער, און דאס שטערט אונז אביסל.


מיר פרייען זיך צו העלפן און זיי ארייננעמען פון צייט צו צייט, אבער נישט ווען עס פאסירט אזוי אפט. אויך שטערט עס אביסל אונזער שלום בית, ווייל מיין מאן לויפט ארום איינקויפן אסאך אויפאמאל, אז ס'זאל זיין גענוג פאר א לאנגע צייט אינדערהיים, אבער עס נוצט זיך אויס פיל שנעלער ווייל מיר דארפן כסדר ארייננעמען די עלטערן. און בכלל ווילן מיר בויען אונזער אייגענע שטוב, מיט אונזער פריוואטקייט.


מיר שפירן אז מיר ווערן אויסגענוצט דורך זיי, פשוט ווען זיי זענען פויל צוצוגרייטן נאכטמאל, קומען זיי אריין צו אונז עסן. זיי לאדענען זיך אליין איין צו אונז, אן דעם וואס מיר זאלן זיי רופן פריער.


וואס קענען מיר טון דערוועגן? אדער אפשר דארפן מיר קוקן דערויף מיט אן אנדערן בליק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מכבד זיין עלטערן, ארייננעמען אין שטוב די עלטערן, - איז פון די גרעסטע מצוות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, "גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם, שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מכבד זיין טאטע מאמע מער ווי דעם אייבערשטן אליינס; געוואלד, מענטשן ווייסן נישט וואס דא גייט פאר, מען איז מזלזל אין די מצוה פון כיבוד אב ואם.


מענטשן פרעגן: "ביז וויפיל איז די שיעור וואס מיר דארפן ליידן פון די עלטערן?" חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי פאה ג.) מען האט געפרעגט די שאלה פון דער הייליגער תנא רבי אליעזר: "עַד הֵיכָן הוּא כִּיבּוּד אָב וָאֵם", ביז וויפיל איז א מענטש מחויב צו מכבד זיין זיינע עלטערן? האט רבי אליעזר געענטפערט: "וְלִי אַתֶּם שׁוֹאֲלִין", וואס פרעגט איר מיר, "לְכוּ שָׁאֲלוּ לְדָּמָה בֶּן נְתִינָה", גייט פרעגן דמה בן נתינה, "רֹאשׁ פְּטַרְבּוֹלֵי הָיָה", ער איז געווען פון די גרעסטע גענעראלן אין די מיליטער, "פַּעַם אַחַת הָיְתָה אִמּוֹ מְסֲטַרְתּוֹ", איינמאל האט אים זיין מאמע געשלאגן מיט א שיך, "בִּפְנֵי כָּל בּוּלֵי שֶׁלּוֹ", פאר אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אונטער אים, "וְנָפַל קוֹרְדְקוֹן שֶׁלָּהּ מִיָדָהּ", און די שיך איז אראפגעפאלן פון אירע הענט, "וְהוֹשִׁיט לָהּ שֶּׁלֹּא תִּצְטַעֵר", האט ער זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן די שיך און דאס געגעבן פאר זיין מאמע אז זי זאל זיך נישט דארפן אראפבייגן און זיך מצער זיין. מיט דעם האט זיי רבי אליעזר געענטפערט, "נישטא קיין שיעור, מען איז מחויב מכבד זיין טאטע מאמע אפילו עס איז שווער".


נאך אביסל ביסטו דער אלטער טאטע און דיין ווייב די אלטע פרוי; ווער וועט קוקן אויף ענק? ווער וועט טראכטן פון ענק? אייערע קינדער וועלן אויך פארמאכן די טיר און זאגן: "מיר ווילן לעבן פריוואט, מיר קענען נישט לעבן אזוי וכו' וכו'".


מאכט זיך נישט נאריש, עפנט אייער טיר פאר אייערע עלטערן; טוט עס מיט די גרעסטע שמחה. מאכט אייך א שיינע פריוואטע לעבן, איר, אייער מאן מיט זיינע עלטערן; עלטערן נעמען נישט אוועק פון די פריוואטקייט, עלטערן מאכן די לעבן מער זיס, מער קאוזי; זאגט אייער מאן זאל איינקויפן עסן פאר אייך און די קינדער, און פאר די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1535 - גיין צו חבורות היכל הקודש, קען שאטן פאר מיין שידוך?
שידוכים, חבורות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


געלויבט דער אייבערשטער אויף אלעס וואס איך האב באקומען דורך די שיינע שיעורים, איך האב באקומען א טעם אין תורה, א טעם צו רעדן צום אייבערשטן, פון ווען איך בין מקורב געווארן האב איך זיך אויפגעהערט טענה'ן מיט מענטש, איך לערן אסאך משניות, און איך לעב אסאך בעסער.


איך האב אנגעהויבן צו גיין צו א חבורה פון היכל הקודש און טון הפצה, אבער בחורים זאגן מיר אז עס איז נישט קלוג אזוי צו טון, דאס קען מיר שאטן פאר שידוכים. עס גייט מיר אבער נישט אריין אין קאפ, זאל איך אויפהערן צו לעבן צוליב זארג פאר שידוכים? וואס האב איך אין מיין לעבן אן די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס איך בין מקבל פונעם ראש ישיבה שליט"א?


איך וועל זיך פרייען צו באקומען אן ענטפער, אויב איך דארף זיך זארגן וועגן שידוכים, און אויפהערן צו גיין צו חבורות אדער מאכן הפצה?


דער אייבערשטער זאל געבן אסאך כח פאר'ן ראש ישיבה אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פון קומען צו די חבורות - וועסטו נישט דערלייגן דיין שידוך, פון טון גוטע זאכן פארלירט מען גארנישט; אז מען היט נישט די אויגן, מען פאלט אין פגם הברית - פארלירט מען די שידוך. פון זיך מחזק זיין מיט אנשי שלומינו, זיך באנייען אין תפילה, אין שיעורים כסדרן - וועסטו ווערן אן ערליכער איד.


זארג נישט פאר דיין שידוך, דער רבי איז דער שדכן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פט): "דער צדיק איז דער שדכן, ווען דער צדיק זאגט תורה איז ער משדך שידוכים"; זיי זיך מחזק מיט תלמידי היכל הקודש, עס וועט דיר גארנישט שאטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1534 - איך בין געווען ארויס פון געגנט, האב איך יוצא געווען ראש השנה אין אומאן?
אומאן, ראש השנה, מוהרא"ש, היכל הקודש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זוכה געווען צו זיין ראש השנה אין אומאן, איך בין איינגעשטאנען אינעם בנין היכל הקודש מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, איך בין געווען עטליכע מאל אום יום טוב ביים ציון, אבער נאכאלץ שפיר איך אזוי ווי איך בין נישט געווען אין אומאן, ווייל דער בנין איז אזוי ווייט ארויס פון געגנט, אז איך ווייס נישט אויב דאס ווערט נאך גערעכנט ווי אומאן. האב איך יוצא געווען דאס זיין אין אומאן אויף ראש השנה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאנץ פאר שמחה אז דו האסט זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל, וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר; כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה און עס איז מיר א וואונדער פארוואס מיינע מענטשן וואס גלייבן אין מיר, זאלן נישט רעדן צו אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ וּמְקֹרָב אֵלָיו יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ לֹא יֶחְסַר אִישׁ, וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט געהייסן מען זאל מאכן א כרוז, אז אלע זאלן קומען צו זיין ראש השנה. נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס קומט צו אים אויף ראש השנה דארף זיין פרייליך א גאנץ יאר.


דו האסט זוכה געווען צו זיין אין אומאן ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, מיט דעם אליינס דארפסטו זיך פרייען א גאנץ יאר; כל שכן אז דו ביסט געווען מיט תלמידי היכל הקודש, האסט געדאווענט די תפילות מיט אנשי שלומינו, האסט געהערט די תקיעות, די דרשות און די שיעורים ביי אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, - דארפסטו דאך זיין זייער זייער פרייליך און בעטן דעם אייבערשטן אז דעם קומענדיגן יאר און אלע יארן זאלסטו מיט דיינע קינדער און אייניקלעך זוכה זיין צו זיין מיט די הייליגע חבורה.


עס איז גאר אנדערש אין היכל הקודש ווען דער בעל תפילה זאגט (יוצר לשחרית, יום ב): "שֻׁלַּחְתִּי בְּמַלְאֲכוּת סֶגֶל חֲבוּרָה" איך בין געשיקט געווארן מיט א שליחות פון א חשוב'ע חבורה, "שׁוֹמְרֵי אֱמוּנָתְךָ וּמְיַחֲדֶיךָ בְּמוֹרָא", א חבורה וואס האבן א שטארקע אמונה, און זיי איינציגן דיין נאמען, דער בעל תפילה זאגט צום אייבערשטן: "איך שטייי דא בשליחות פון א גרופע פון אמונה, א גרופע וואס לעבט מיט דיר, א גרופע וואס האבן יראת שמים".


עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט דאס אין היכל הקודש, וואס די גאנצע מנין, די גאנצע קהל, כל הקהל הקודש - איז איין שטיק אמונה, א גרופע צדיקים. אזוי ווי מוהרא"ש זאגט (ספר ארך אפים, פרק ה): "הֵם הַצַּדִּיקִים הַגְּנוּזִים, צַדִּיקֵי אֱמֶת שֶׁבְּדוֹר הַזֶּה"; תלמידי היכל הקודש, זיי זענען די באהאלטענע אמת'ע צדיקי הדור; זיי לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיי לעבן בתמימות ובפשיטות און טוען דעם הייליגן רבינ'ס ווילן.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט ראש השנה שנת תשע"ב נאך תפילת שחרית: "וויסן זאלסטו, זייט עס איז דא א קיבוץ ביים רבי'ן, איז נאכנישט געווען אזא קיבוץ; דער רבי איז דא, רבי נתן איז דא, אלע צדיקים זענען דא"; עס איז געווען די ערשטע יאר וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן צו דאווענען פאר'ן עמוד און די בחורים זאלן העלפן דאווענען. מוהרא"ש איז געווען אזוי פרייליך, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט אזעלכע ווערטער וואס איך האב נישט געהערט, נישט פאר דעם און נישט נאכדעם.


זיי פרייליך.