שאלה אין קורצן ענין
#1958 - קען מען איינטיילן די ח"י פרקים משניות אין לויף פונעם טאג?
קדושה, לימוד התורה, תשובה, משניות, שכל, שובבי"ם, תיקונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געראטעוועט דאס לעבן מיט די עצות, דרשות, און חיזוק; ווען איך האב זיך אנגעטראפן אין די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א בין איך געווען ממש אויפ'ן שוועל אריינצופאלן אין תהום פון טומאה, און איך בין געראטעוועט געווארן ממש די לעצטע מינוט, און אנגעהויבן אביסל זיך אויפצוהויבן.


איך האב געוואלט פרעגן וועלכע תיקונים איך דארף טון יעצט אין די טעג פון שובבי"ם, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן א וועג מתקן צו זיין.


אויך האב געוואלט פרעגן איבער'ן זאגן ח"י פרקים משניות, אויב דאס דארף זיין אויף איינמאל, אדער קען מען עס איינטיילן אין עטליכע מאל א טאג, יעדעס מאל אביסל, אויב דאס העלפט אויך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערנען תורה איז די גרעסטע תיקון צו מתקן זיין וואס מען האט פוגם געווען, בפרט לערנען משניות; דאס לויטערט און רייניגקייט די נשמה. ווער רעדט נאך אז מען קען זאגן אכצן פרקים משניות; דאס נעמט אראפ יעדע פלעק, יעדע פגם - פון די נשמה.


עס דארף נישט זיין אין איין צי, מען קען צעטיילן די אכצן פרקים משניות; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר די בחורים אין ישיבה, אויב איז שווער צו זאגן אין איין צי קען מען דאס צעטיילן אויף זעקס, זעקס, זעקס; אינדערפרי זעקס, נאכמיטאג זעקס און ביינאכט זעקס. מוהרא"ש זאגט דאס איז מרומז אין רבינ'ס ווערטער אין די ערשטע תורה, דער רבי זאגט: "עִיקָר הַכְנָעָתוֹ שֶׁל יֵּצֶר הָרָע, הוּא עַל יְדֵי הַתּוֹרָה", דער עיקר עצה ווי אזוי מען קען פטור ווערן פונעם יצר הרע איז דורך לערנען תורה, "וְהַתּוֹרָה הִיא בְּחִינַת וָי"ו", די תורה איז אזוי ווי די אויסזען פונעם אות ו', ווייל די לוחות איז געווען ברייט זעקס טפחים און לאנג זעקס טפחים, "וְהַוָי"ו הוּא צוּרַת מַקֵּל", די אות ו' זעט אויס ווי א שטעקן, "כִּי הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה מַכְנִיעַ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֶת הָאָדָם מְשׁוּגָע מַמָּשׁ חַס וְשָׁלוֹם", די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, פונקט ווי א משוגע'נער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן, אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, וואס ער איז אויך א משוגע'נער, פארשטייט אויך נאר ווען מען שלאגט אים מיט די תורה, נאר די תורה וועט אים מאכן אויפהערן זינדיגן; דאס איז משניות וואס איז זעקס סדרים, דאס איז די אות ו', און אויך איז דאס די אכצן פרקים משניות וואס מען צעטיילט אין דריי מאל זעקס.


זאג יעדן טאג משניות און בלעטער גמרא, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון אלע בלאטעס, דאס וועט דיך אפוואשן פון אלע פלעקן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס"; אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן, וועט די תורה אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1957 - ווי אזוי האלט איך אויס די יסורים וואס איך לייד פון מיין ווייב?
שלום בית, סיפורי צדיקים, אמונה, צרות, קשיות, בזיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער זייער אסאך שיעורים פונעם ראש ישבה שליט"א אויף שלום בית, איך פרוביר צו טון וואס איך קען נאר, סיי צו העלפן אין שטוב, סיי צו געבן גוטע ווערטער און רעדן שיין, און אלע אנדערע זאכן וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים, אבער איך זע אז עס איז דא נאך זייער אסאך זאכן וואס איז מיר נישט פארענטפערט, אין איך זע נישט אז זאכן זאלן זיך טוישן.


איך וויל פרובירן צו שרייבן באריכות מיט די פרטים, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיך פארשטיין און מיר זאגן וואס איך האב צו טון.


גלייך נאך מיין חתונה, נאך אינמיטן די שבע ברכות, האט מיין ווייב אנגעהויבן זאגן אז די שידוך האט מען איר אריינגענארט, מען האט איר נישט געזאגט קיין סאך פרטים פון די משפחה, און זי וויל אוועקגיין. איך האב פרובירט צו רעדן צו איר שיין וויפיל איך האב געקענט, אבער זי האט זיך געהאלטן ביי איר'ס.


למעשה האט מיין שוויגער פארגעשלאגן אז מיר זאלן אריינמופן צו זיי, און מען האט אזוי געטון, מיר האבן דארט געוואוינט פאר א האלב יאר, זי האט בכלל נישט געוואלט גיין צו מיינע עלטערן און כסדר געזאגט אז זיי זענען נעבעכדיגע מענטשן, יעדע חבר וואס איז געווען נאנט צו מיר סיי פון ישיבה אדער פון כולל האט זי געזאגט אז זי האט זיי פיינט, אן קיין שום סיבה, און זי פלעגט יעדן טאג קוקן אויף מיין טעלעפאן אויב איך האב גערעדט צו איינעם פון זיי, און אויב יא פלעגט זי שרייען, און דאס גייט נאך אן ביז היינט, און אזוי האט איך שוין אויפגעהערט צו רעדן צו איבער צוואנציג נאנטע חברים, ווייל איך האב איר נישט געוואלט אויפרעגן.


יעדע ארבעט וואס איך האב געוואלט טון פאר פרנסה האט זי נישט געלאזט מיך נעמען, יעדעס מאל פאר אן אנדערע אויסרייד, ביז איך האב נישט געהאט קיין ברירה און גענומען א דזשאב צו ברענגען פרנסה, האט זי יעדע וואך ביים אהיימברענגען דאס געלט פארפירט אז אויב איך ארבעט דארף איך מאכן מער געלט און עס איז איר נישט גענוג. נאך א שטיק צייט האב איך נישט געקענט נעמען די דרוק און געזוכט אן אנדערע דזשאב, און דארט האט זי ווייטער פארפירט, און אזוי גייט עס אן יעדע וואך, און אפילו איך האב שוין היינט צוויי זייטיגע ארבעט און איך פארדין מער ווי א געווענליכער אינגערמאן, איז זי נאכאלץ נישט צופרידן, און זי נעמט די גאנצע געלט און קויפט זיך וואס זי וויל, אבער אויב קויף איך עפעס פאר מיך שרייט זי אז איך עס איר אויף די גאנצע געלט.


איך גיי מאכן בר מצוה פאר מיין עלטסטע זון, און זי וויל דוקא נעמען א טייערע זאל, ממש ווי א חתונה, און צאלן פאר א פארטי-פלענער און רופן די גאנצע ארומיגע משפחה. אויב בעט איך איר שיינערהייט אז איך קען עס פשוט נישט באצאלן, שרייעט זי אויף מיר.


זי האט נישט קיין שום פראבלעם מיר צו פארשעמען אין פארנט פון איר גאנצע משפחה, און זי פילט זיך זייער גוט צו שרייען אויף מיר אין פארנט פון אנדערע.


זי לאזט מיר זיך נישט אפגעבן מיט די קינדער, אויב איך וויל זיי אנגרייטן נעגל וואסער שרייט זי אז עס גייט מאכן א חורבן ווייל עס גייט זיך אויסגיסן, און אויב איך וויל זיי דערציילן א מעשה זאגט זי אז מען קען נישט ווייל זיי דארפן שוין שלאפן, און אויב איך פרעג זיי אויס ווי אזוי עס איז געווען אין חדר זאגט זי אז איך דארף טראסטן די חדר און נישט מאכן משוגע.


ביי יעדע שמחה וואס איינער פון די משפחה מאכט, מוז זי שיקן שיינע און טייערע קעיקס, און איך דארף זיין פארנומען עס איינצוקויפן און באצאלן און עס שיקן צו יענעם. און אפילו ווען די הויז איז איבערגעדרייט וועט זי ענדערש זיין פארנומען מיט שיקן יענעם די מיניטשורס.


זי האלט אינאיין זאגן אז זי איז אויסגעמוטשעט און זי מוז פארן זיך אפרוען, אבער ווען איך צאל געלט פאר א וואקאציע איז זי קיינמאל נישט צופרידן און זי האלט זיך אינאיין אפרעדן א גאנצן צייט אז איך פארשטיי נישט צו וואקאציע און עס איז איר בכלל נישט ווערד געווען די גאנצע קומען.


יעדע זאך וואס איך טו, וועט זי אלץ זאגן אז איך בין א שלימזל און איך האב נישט גוט געטון, נישט קיין חילוק וואס איך טו איז עס איר קיינמאל נישט גוט, אין איך וואלט ווען געדארט טון פארקערט.


זי לאזט מיר נישט גיין צו קיין שום מסיבות אדער שמחות פון חברים אדער פון מיין משפחה, יעדעס מאל וועט זי טרעפן אן אנדערע סיבה פארוואס זי וועט מיך נישט לאזן גיין, איך פיל זיך ממש איינגעשפארט, אין די צייט וואס זי גייט יעדע צווייטע נאכט ארויס צו שמחות אדער פארטיס.


בכלל איז אלץ די אטמאספער אינדערהיים אנגעצויגן, און וואס איך טו צו מאכן פרייליך און געשמאק העלפט נישט, זי איז מיר א גאנצע צייט חושד אויף אלע סארט ערגסטע זאכן אן קיין שום סיבה, איך קען עס אפילו נישט שרייבן וויפיל זי איז מיך חושד טאג אין נאכט, אז איך שפיר אז איך האלט עס נישט אויס און איך קען נישט מער אנגיין.


שבת ביי די סעודה, אויב וויל איך זאגן א תורה אדער א מעשה, וועט זי אלץ חוזק מאכן פון מיר אז איך ווייס נישט וואס איך רעד און עס מאכט נישט קיין סענס.


זי וויל איך זאל איר טראגן שאפינג מיט אירע שוועסטערס וואס איך טו זייער גערן, אבער זי מאכט מיר שפירן ווי א גארבעדזש, ווייל זי גייט מיט זיי אבער איך דארף זיי א גאנצן צייט נאכגיין, און אויב איך בעט איר שיינערהייט אז איך וויל בלייבן אין די קאר, שרייעט זי אויף מיר אז איך בין איר נישט געטריי.


איך האב פרובירט אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט ביי די שיעורים, אבער עס ארבעט נישט ביי מיר, אויב זאג איך איר שיינערהייט אז עפעס שטערט מיר, נעמט זי זיך שרייען, און אסאך מאל בלאזט זי פאר עטליכע טעג אין א צו, און זי האט מיך שוין אסאך מאל אויסגעשפארט פון די דירה.


יעדעס מאל וואס זי רעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט שוועסטערס אדער חבר'טעס, רעדט זי זיך אפ אויף מיר, מיט זאכן וואס איז בכלל נישט אמת, און זי מאכט זיך פאר א רחמנות אז איך פייניג איר און איך געב איר נישט קיין געלט און איך העלף איר גארנישט, און מען האלט מיך פאר זייער אסאך פארוואס איך פייניג איר, ווען באמת טו איך אלעס וואס איך קען איר צו העלפן.


ווען עס קומט א יום טוב איז מיין הויז ממש א גיהנום, יעדע זאך וואס מען דארף טון איז א גאנצע פרעשור, און אלעס איז נאר א גאנצן טאג טענות און שרייען.


זי זאגט א גאנצן צייט אז די דירה איז צו קליין און מען דארף נעמען א גרויסע דירה, איך האב איר שוין גענומען צו איבער דרייסיג דירות אבער קיין איינס וויל זי נישט פאר אן אנדערע סיבה.


יעדע ספר וואס איך לערן וועט זי טרעפן עפעס פארוואס מען טאר עס נישט לערנען, אויב וויל איך הערן סיי וועלכע שיעור פון סיי וועם, וועט זי זאגן אז יענעם טאר מען נישט הערן.


איך האב נאר געשריבן א קליינע חלק פון די יסורים וואס איך גיי דורך, איך האב שוין פרובירט אלעס וואס איך קען אבער איך זע נישט קיין עק צו די צרות, איך פיל ווי מיין לעבן איז שווארץ, איך קען עס מער נישט נעמען, איך שפיר אז עס טרעט מיר צו מיין געזונט, איך בעט דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר ארויסהעלפן, איך בין גרייט צו טון סיי וואס פעלט אויס צו טוישן די מצב.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון האב נישט קיין טענות אויפן אייבערשטן, מיר ווייסן גארנישט, עס איז דא זאכן וואס מיר דארפן פאררעכטן פון יעצט און פון פריערדיגע גלגולים; קשיות און טענות טאר מען נישט האבן אויף די אמונה, מען דארף גלייבן אז דער אייבערשטער איז גוט און מאכט אלעס מיט א פינקטליכער חשבון.


שנית, ביסט נישט דער ערשטער וואס ליידט פון די ווייב; מיר געפינען ביי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה וואס האבן זייער געליטן פון די ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א ווייב וואס האט אים זייער וויי געטון, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיך מצער?!" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


שלישית, דו פון דיין זייט זאלסטו איר מכבד זיין, געב איר גוטע ווערטער, און אז זי שפעט און זי טוט דיך וויי זאלסטו נישט ענטפערן, מיט דעם וועסטו אפקומען אלע גיהנום, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין מא:) ווער עס האט א שלעכטע פרוי וועט נישט זען די פנים פון גיהנום, ווייל ער האט שוין אפגענומען די גיהנום דא אויף די וועלט. אזוי ווי דער הייליגער רבי רבי זושא זכותו יגן עלינו, וואס האט געהאט א שלעכטע פרוי; זי האט אים אויסגעזויגן זיין בלוט, זי האט אים נישט אויפגעהערט צו טשעפען, שרייען, אוועק מאכן און וואס נישט, טאג און נאכט האט זי געשפעט. איין טאג איז ער געווען אזוי צעבראכן ביי זיך, ער האט געשפירט ווי ער קען מער נישט, ער האט געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים געבן אביסל ווארעמקייט, אביסל ליבשאפט, ער קען מער נישט אזוי אנגיין איינער אליין.


ער איז איינגעשלאפן, און ער חלומ'ט זיך ווי זיין נשמה גייט ארויף אויבן אין הימל אין די עולמות עליונים, מען פירט אים אריבער די ברענעדיגע גיהנום און ער זעט ווי די נשמות פון די רשעים פייניגן זיך, דארט הערט מען קולות, עס טוט זיך א געשריי. דער צדיק, דער הייליגער רבי זושא האט זיך זייער דערשראקן, ער האט דאס נישט געקענט צוקוקן, פלוצלונג קומט צו פליען א מלאך און זאגט אים: "זושא דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א שווערע ווייב און ארעמקייט, דאס איז שוין גענוג; פאר דיר איז אנגעגרייט א פלאץ אין גן עדן וואס (ישעיה סד, ג) 'עַיִן לֹא רָאָתָה אֱלֹקִים זוּלָתְךָ'".


ווען רבי זושא האט זיך אויפגעוועקט האט ער אנגעהויבן טאנצן, ער טראכט צו זיך: 'זאל מיין ווייב מיר געבן וויפיל בזיונות עס גייט, זאל מיר אלעס גיין שווער - פארט וויל איך זיך נישט טוישן מיט די צער פון גיהנום'; די מעשה האב איך געהערט פון מוהרא"ש און עד היום לעב איך מיט די מעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1956 - זאל איך נאכגעבן מיין ווייב און זיך אפשערן אויף א מאדערנע וועג?
שלום בית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגן, מיין ווייב וויל זייער שטארק איך זאל זיך אפשערן אויף א מאדערנע וועג, מיט א גלייכע ליניע פון הונטערן קאפ, און דאס איז א זאך וואס איז נישט איינגעפירט ביי אונז.


איך שפיר אז איך האב עס נישט ליב, און זי האט מיר שוין אפאר מאל געבעטן, און איך פיל אז איך וועל זיך נישט פילן גוט מיט דעם, אבער מיין ווייב פאדערט עס זייער שטארק, און עס איז א שאלה פון שלום בית, וואס זאל איך טון? זאל איך איר דאס נאכגעבן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן אויף שלום בית; מכבד זיין די ווייב, איר געבן גוטע ווערטער. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


שלום בית איז נישט אז ביידע זאלן טראכטן אייניג, שלום בית איז ווען צוויי פארקערטע מענטשן לעבן אינאיינעם בשלום. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ): "שֶׁמְּחַבֵּר תְּרֵי הֲפָכִים", ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערט זאכן - דאס איז שלום, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן צוויי מלאכים, זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", זיי זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", גייט דער אייבערשטער און מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען וואס איז שלום, מחבר זיין צוויי פארקערט זאכן, עיין שם.


אז דיין ווייב וויל זאלסט זיך שערן אויף א געוויסע סארט וועג, און דו ווילסט גיין א צווייטע וועג - זאלט איר דאס אדורכשמועסן מיט ליבשאפט.


עס איז ביי יעדן איינעם אנדערש, עס איז נישט א כלל וואס מען קען זאגן מען זאל טון אזוי און אזוי, אבער די כלל קען מען יא זאגן פאר אלעמען אייניג, 'מען דארף זייער אכטונג געבן נישט טשעפען, נישט שרייען'; ווייל דאס איז דער עיקר פון שלום בית, מען זאל נישט טשעפען די ווייב און איר געבן אסאך גוטע ווערטער.


בעט דעם אייבערשטער זאלסט וויסן ווי זיך צו פירן, בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום און ליבשאפט צווישן אייך, ווייל נאר מיט תפילה און התבודדות, נאר אז מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין לעבן - קען מען לעבן א זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#1955 - איך בין טיף אין חובות, ווי אזוי קען איך זיך אויסלאכן?
חובות, תפילות אויף אידיש, פרנסה, דאווענען, אינשורענס, תיקון הכללי, מנין, צדקה, דרייוון, קאר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטנס געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו, "בנוגע דיין פרנסה וכו'; געלט האט קיינער נישט, עס איז א גרויסע שפיל, שפיל דו אויך דעם שפיל - כאילו דו האסט אסאך געלט; טראכט 'איך האב זייער אסאך געלט, איך האב עס יעצט אינוועסטירט', און לאך זיך גוט אויס. אלעס איז דמיון, נאר דער אייבערשטער איז אמת; יעדע מחשבה וואס מען טראכט, אויב איז עס נישט פון אמונה - איז עס דמיון".


איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר עס אביסל בעסער מסביר זיין, איך האב חברים וואס האבן וויפיל געלט זיי ווילן, זיי האבן אן אייגענע הויז, א שיינע קאר, און זיי קענען קויפן אלעס וואס זיי וויל און דארפן. איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער למעשה בין איך שולדיג געלט פאר א האלבע שטאט, איך קען נישט גיין אין אסאך שולן דאווענען כדי נישט צו טרעפן די בעלי חובות, איך קען נישט איינקויפן אויף שבת ווייל קיין איין גראסערי וויל מיר מער נישט געבן אויף בארג, איך פאר ארום מיט א קאר אן אנשורענס ווייל איך האב נישט דאס געלט עס צו כאצאלן, איך האב אפילו נישט צו קויפן געז אנצופילן מיין קאר, איך מאך חתונה אין אפאר חדשים ארום, מיין ווייב בעט געלט און איך האב נישט וואס צו געבן, ווי אזוי לאכט מען זיך פאקטיש אויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו נישט נוצן דיין קאר ביז דו האסט אינשורענס; עס איז נישט קיין שפיל, מען טאר נישט פארן מיט א קאר אן קיין אינשורענס.


צווייטנס, אז דו ווילסט ארויסגיין פון דעם טיפן גרוב - זאלסטו די ערשטע זאך פון היינט און ווייטער מער נישט בארגן קיין איין פרוטה, און אז דו דארפסט אהיימברענגען געלט - זאלסטו גיין נאך געלט. דעם וועם דו ווילסט פרעגן: "קענסט מיר בארגן?" זאלסטו אנשטאט די ווארט 'בארגן' נוצן די ווארט 'העלפן'; פרעג: "קענסט מיר העלפן?" געענדיגט מיט בארגן, השמר והזהר, גראב נישט דעם גרוב טיפער; בארגן איז א קללה, אז מען האט חובות איז זייער זייער ביטער.


זאג יעדן טאג נאכן דאווענען די צען קאפיטלעך תהילים – די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], ווייל חובות קומט פון פגם הברית. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיב): "הִנֵּה יֵשׁ עֲבֵרָה, שֶׁעָנְשָׁהּ שֶׁל עֲבֵרָה הַהִיא, שֶׁיְּהֵא בַּעַל חוֹב תָּמִיד, וַאֲפִילּוּ יַעֲשֶׂה כָּל טַצְדְּקִי דְּאֶפְשָׁר, וְהִתְפַּעֲלוּת, לא יוֹעִיל כְּלָל, וְיִהְיֶה בַּעַל חוֹב תָּמִיד", עס איז דא אן עבירה וואס דער עונש פון דעם איז אז דער מענטש ווערט א גרויסער 'בעל חוב'. און אפילו דער מענטש וועט טון אלעס אויף די וועלט נישט צו זיין א בעל חוב - וועט ער אייביג בלייבן אין חובות; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה - פגם הברית רחמנא לצלן.


אז דו ווילסט זיך ארויסזען פון דיינע חובות, זוך א שטילע ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, זאג: "רבונו של עולם, איך דערטרענק זיך אין שווערע חובות, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך קען נישט גיין צווישן מענטשן, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, איך בין זיך אליינס שולדיג, איך בין דורכגעפאלן מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אוי וויי איז מיר, אוי וויי איז פאר מיין נשמה, איך האב אזויפיל געזינדיגט, איך האב נישט געהיטן מיינע אויגן, איך האב זיך צוגעברענגט צו עבירות.


אנא רחום, איך בעט דיר דערבארעמדיגער טאטע, דו ביסט דאך א רחום וחנון, דו ביסט דאך דער חנון המרבה לסלוח, אז מען טוט תשובה ביסטו מוחל אויף אלע עבירות, בעט איך דיר, זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע שלעכטע מעשים, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע, נעם אן מיין תשובה און העלף מיר ארויסקריכן פון מיינע חובות".


אויך זאלסטו יעדן טאג גיין אין שול דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, זיי זיך מוסר נפש אויף דעם. נאך תפילת שחרית זאלסטו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, און ווען דו דאווענסט שחרית מיטן טלית, זאלסטו זיך איינוויקלען אונטער די טלית און שטילערהייט שעפשען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ווי אזוי זע איך זיך ארויס פון מיינע חובות, איך ווייס נישט וואו צו גיין, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך בין שולדיג פאר אזויפיל מענטשן, העלף מיר טאטע".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1954 - ווי אלט דארף מען זיין צו קענען אנהויבן לערנען זוהר הקדוש?
לימוד התורה, סדר דרך הלימוד, זוהר הקדוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א זענען באמת א גרויסע חיזוק פאר מיר. יישר כח


איך האב געזען אז מוהרא"ש זי"ע שרייבט אז מען זאל לערנען יעדן טאג אביסל זוהר הקדוש. איך האב געוואלט פרעגן ווי אלט, און וויפיל חכמה דארף מען האבן, צו קענען אנהויבן לערנען זוהר הקדוש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג יעדן טאג אביסל זוהר, עס איז נישט קיין חילוק ווי אלט מען איז, מען קען שוין זאגן זוהר אלס קליין קינד. מוהרא"ש ברענגט פון דעם הייליגן צדיק פון קאמארנא זכותו יגן עלינו (נוצר חסד אבות, פרק ד): "לו עמי שומע לי", הלואי זאל מען מיך אויסהערן, "בדור הרע הזה", אין דעם היינטיגן דור, "שהמינות גובר", וואס עס איז דא אזויפיל שלעכטס - "היה למדים עם תינוק בן תשעה שנים ספר תיקוני זוהר להגות בה", וואלט מען געדארפט צוגעוואוינען קינדער פון די ניין יאר זיי זאלן עוסק זיין אין לערנען דעם הייליגן זוהר, "והיה אז יראת חטאו קודמת לחכמתו", וואלט דאס זיי געהאלפן זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון דעם יצר הרע; קוק נאך אינעם ספר.


אויך זאלסטו זאגן אסאך משניות און אסאך בלעטער גמרא, אפילו בלי הבנה כלל, ווייל די כח פון תורה איז זייער גרויס, עס ברענגט דעם מענטש זייער נאנט צום אייבערשטן; דורך תורה ווערט מען זייער א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1953 - וואס איז דער מקור פון נישט זאגן תחנון אום פרייטאג?
שבת קודש, הלכה, שמחה, מנהגים, דאווענען, תחנון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך השם איך האב שוין געענדיגט צוועלף מאל משניות, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט פרעגן, איך האב געדאווענט עטליכע פרייטאגס אין היכל הקודש, ווען מען זאגט נישט קיין תחנון, און מען האט אויך נישט געזאגט "תפלה לדוד", איך האב געוואוסט אז נאר ווען מען זאגט נישט תחנון על פי הלכה זאגט מען אויך נישט תפילה לדוד, האט דאס א מקור?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי אסאך צדיקים איז אזוי געווען, זיי האבן נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת. דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, דער הייליגער צדיק רבי הערשלע זידיטשובער זכותו יגן עלינו האט נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, אזוי אויך דער ייטב לב, דער קדושת יום טוב און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותם יגן עלינו האבן נישט געזאגט קיין תחנון ערב שבת, אויך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט זיך אזוי געפירט, נישט צו זאגן ערב שבת תחנון.


זיי זיך נישט מבלבל פון דעם, דער עיקר זאלסטו זיך גרייטן ערב שבת מיט א שטארקע הכנה, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת. דער הייליגער רבי פלעגט אלס קינד אסאך וויינען ערב שבת ער זאל זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת.


אויך זאלסטו בעטן אסאך אויף שמחה, ווייל שמחה ברענגט דעם מענטש צו די העכסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1952 - מעג מען אפכאפן בילדער פון חתן כלה פאר פרנסה?
חתונה, צניעות, פרנסה, בילדער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך טו פאטאגראפיע פאר פרנסה, צו כאפן בילדער ביי שמחות וכדומה. איך האב געוואלט פרעגן אויב איז אויסגעהאלטן פאר מיר צו כאפן פריוואטע בילדער פון חתן כלה אין יחוד שטיבל?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו אפכאפן בילדער פון חתן כלה, פארקערט, עס איז א גרויסע זאך פרייליך צו מאכן חתן און כלה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות בנים, סימן צ): "מִי שֶׁמְּשַׂמֵּחַ חָתָן וְכַלָּה, יִזְכֶּה שֶׁתֵּלֶד אִשְׁתּוֹ זְכָרִים", ווער עס מאכט פרייליך א חתן און כלה - וועט זוכה זיין צו האבן קינדער אינגלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1951 - ווי אזוי רעדט מען זיך אויס צום אייבערשטן ביי די חנוכה ליכט?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חנוכה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך געדענק פון אלע יארן ווי דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אין די טעג ארום חנוכה איבער די גרויסקייט פון זיך אויסרעדן די גאנצע הארץ און זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן ווען מען זיצט ביי די חנוכה ליכט, און יעדעס יאר ווען עס קומט חנוכה האב איך נאכאמאל די חלישות הדעת, ווייל א גאנצן טאג ווען איך גיי אריבער א שוועריגקייט אדער איך דערמאן זיך אינמיטן טאג א זאך וואס איך דארף אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, טראכט איך גלייך אז באלד ביי די חנוכה ליכט גיי איך עס שיין אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט אינמיטן טאג האב איך דאך נאכנישט דעם יצר הרע פון שפעטער, אבער ווען עס קומט למעשה, מען זיצט שוין ביי די חנוכה ליכט, מען האט שוין געענדיגט זינגען די זמירות, עס איז נאך דא אפאר מינוט צוצוענדיגן די האלבע שעה, יעצט איז דאך די ריכטיגע צייט זיך צו עפענען דאס מויל און רעדן אביסל צום אייבערשטן, און פונקט דעמאלט ווערט מיין מויל פארשלאסן, מיין מח פארהאקט, די געפילן פארמאכט, און איך קען ממש נישט רעדן צום אייבערשטן, עס קומט ארויס א ווארט דא און א ווארט דארט, אבער גאר ווייט פון זיך אויסשמועסן געהעריג מיט'ן אייבערשטן.


יעצט קומט חנוכה האב איך זיך דערמאנט פון דעם, אבער באמת איז עס כסדר אזוי, די הארץ איז אנגעלייגט, און איך ווייס אז די איינציגסטע עצה פאר מיר איז זיך אויסצורעדן צום אייבערשטן, און איך טראכט אז באלד גיי איך טרעפן א רואיגע צייט און א רואיגע פלאץ און זיך אויסגיסן די גאנצע הארץ פאר'ן אייבערשטן, מארגן צופרי גיי איך אויפשטיין פארטאגס און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און ווען עס קומט למעשה איז אזוי שווער זיך אויסצושמועסן מיט'ן אייבערשטן ווי מיט א גוטער חבר, עס קומט קוים ארויס אפאר אויסגעקראצטע ווערטער, און די הארץ בלייבט ווייטער אנגעלייגט.


עס מאכט זיך פון מאל צו מאל וואס די הארץ איז מיר אפן און איך קען זיך גוט אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, געווענליך פאסירט עס ווען דער גלעזל איז שוין ממש איבערגעפילט, איך שפיר ווי איך פלאץ שוין, און נאכדעם ווען איך האב זיך גוט אויסגערעדט און דערציילט פאר'ן אייבערשטן אלעס מיט אלע פרטים, שפיר איך זיך אזוי גוט, די בעסטע געפיל וואס איך האב נאר אין לעבן, איך שפיר אז איך בין ביים אייבערשטן אין די הענט און ער געבט זיך אפ מיט מיר ווי אן אייגן קינד, ווי אזוי קען איך אבער מאכן אז דאס זאל פאסירן מער אפט, און אפילו ווען איך גיי נישט אריבער אזויפיל שוועריגקייטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, דאס אליין אז מען וויל רעדן צום אייבערשטן, מען זיצט ביי די חנוכה ליכט און מען וויל ארויסזאגן ווערטער צום אייבערשטן, אבער די מויל איז פארשטאפט - דאס אליין איז זייער זייער חשוב ביים אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה): "וַאֲפִלּוּ אִם לִפְעָמִים נִסְתַּתְּמִין דְּבָרָיו וְאֵינוֹ יָכוֹל לִפְתֹּחַ פִּיו לְדַבֵּר לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", אפילו אויב מען האט נישט קיין ווערטער וואס ארויס צו רעדן ביי התבודדות, "אַף עַל פִּי כֵן זֶה בְּעַצְמוֹ טוֹב מְאֹד, דְּהַיְנוּ הַהֲכָנָה שֶׁהוּא מוּכָן וְעוֹמֵד לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ וְחָפֵץ וּמִשְׁתּוֹקֵק לְדַבֵּר", דארף מען וויסן אז דאס אליין, אז מען קומט צום אייבערשטן, מען וויל און מען ווארט צו קענען ארויסרעדן א ווארט, "אַךְ שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל", אבער עס גייט נישט, די מויל איז פארמאכט - "זֶה בְּעַצְמוֹ גַם כֵּן טוֹב מְאֹד", דאס אליין איז אויך זייער גוט.


דעריבער זאלסטו ווייטער גליסטן, בענקען און האפן אויף די הייליגע חנוכה טעג צו קענען זיך אויסשמעסן ביי די ליכט, און ווען דו צינדסט די מנורה זאלסטו ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; זאג: "טאטע איך וויל זיין גוט, טאטע זיי מיך מקרב צו דיר, ווען וועל איך שוין זוכה זיין לערנען און דאווענען, לעבן מיט דיר?" אפילו איין ווארט וואס מען זאגט ארויס צום אייבערשטן איז בוקע רקיעים, עס שפאלט הימלען, אויבן אין הימל איז א שמחה גדולה ווען א איד זאגט נאר דאס ווארט: "טאטע"; עס ווערט א חתונה, א זיווג, א יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה.


אויף די צווייטע פראגע, וואס דו קענסט טון צו רעדן מער אפט צום אייבערשטן, אפילו ווען מען איז נישט איבערגעפילט מיט ווייטאג; די עצה אויף דעם איז, פאלגן דעם רבי'ן; זיך מאכן א קביעות, רעדן אפאר מינוט יעדן טאג צום אייבערשטן באופן קבוע. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כה): "וְיִזָּהֵר מְאֹד לְהַרְגִּיל עַצְמוֹ לְהַתְמִיד בָּזֶה מִדֵּי יוֹם בְּיוֹם שָׁעָה מְיֻחֶדֶת", אזוי ווי די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב איז באופן קבוע, נישט קיין חילוק אויב מען האט יעצט א געפיל, און אויב מען גייט יעצט אריבער שווערע צייטן, א איד גייט אין שול דאווענען די דריי תפילות; אזוי דארף מען טון מיט התבודדות.


מאך זיך א קביעות, יעדן טאג א געוויסע צייט - ווען דו גייסט אין א ווינקל, אין א שטילע פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך. בעט אים ער זאל דיך העלפן, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען מאכט התבודדות מיט א קביעות - דעמאלט איז מען זוכה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מען איז זוכה אנצוקומען צו די העכסטע מדריגה וואס איז נאר שייך.


אז דו האסט נישט קיין דיבורים וואס צו רעדן צום אייבערשטן - קענסטו פון דעם אליין מאכן א געשריי און א געוואלד. דער רבי זאגט (שם): "וְגַם יוּכַל לַעֲשׂוֹת לוֹ שִׂיחָה וּתְפִלָּה מִזֶּה בְּעַצְמוֹ", מען קען פון דעם אליין מאכן א שמועס מיטן אייבערשטן, און בעטן דעם אייבערשטן, "וְעַל זֶה בְּעַצְמוֹ יִצְעֹק וְיִתְחַנֵּן לְפָנָיו יִתְבָּרַךְ שֶׁנִּתְרַחֵק כָּל כָּךְ, עַד שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל אֲפִלּוּ לְדַבֵּר", און מען קען אויף דעם אליין שרייען: רבונו של עולם, קוק ווי ווייט איך בין פון דיר, אז איך קען שוין נישט רעדן צו דיר, "וִיבַקֵּשׁ מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ רַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים שֶׁיַּחֲמֹל עָלָיו וְיִפְתַּח פִּיו, שֶׁיּוּכַל לְפָרֵשׁ שִׂיחָתוֹ לְפָנָיו", און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און עפענען די מויל, ער זאל קענען רעדן און בעטן אלעס וואס ער דארף פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1950 - ווען זאל מען לאזן וויסן פאר'ן שדכן אז ס'איז דא א געזונט פראבלעם?
שידוכים, רפואה, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, סגולות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א ברודער, אן עלטערער בחור וואס ווארט אויף א שידוך. איך האב געוואלט פרעגן, אזוי ווי ער ליידט אויף צוקער, ווען איז די ריכטיגע צייט צו לאזן וויסן פאר די אנדערע זייט איבער דעם? און ווער זאל זיין דער וואס זאגט זיי עס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געזען פונעם גרויסן גאון וצדיק רבי חיים קנייבסקי זכר צדיק לברכה זייער א קלארע גאנג פאר א בחור און מיידל וואס האבן א געזונטהייט קאמפליקאציע, ווי צום ביישפיל מען ליידט אויף צוקער וכדומה; מען זאל נישט זאגן אין אנהויב ווען מען רעדט די שידוך - אז מען האט דאס, נאר ערשט זאל מען ארויסגיין, זיך באקענען איינער מיטן צווייטן, און פאר מען וויל שליסן די שידוך זאל מען זיך אוועק זעצן ביידע זייטן און אויסשמועסן די געזונט צושטאנד.


פון איין זייט טאר מען נישט מאכן א שידוך ווען עס איז דא א געזונטהייט קאמפליקאציע - אן דערציילן, און פון די אנדערע זייט, זאגן אין אנהויב פארן שדכן - וועט מען נישט אנטראגן די שידוך, אבער אז מען הויבט אן זיך באקענען און ערשט שפעטער דערציילן - אזוי האט דער גאון וחכם געראטן, און אזוי ענטפער איך אויך ווען מען פרעגט מיך.


דער עיקר איז תפילה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים. אויך זאל מען טון די סגולות פון רבי'ן, דער רבי זאגט (שם אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ", וועם עס איז שווער צו טרעפן זיין שידוך, "יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן די פרשה פון קרבנות הנשיאים, זאגן יעדן טאג די פרשה וואס מען ליינט חנוכה, די פרשה פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת משֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן"; עס זאגן מיט אמונה, בתמימות ובפשיטות, און נאכן זאגן זאל מען בעטן דעם אייבערשטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר א שידוך. עס איז מיר אזוי שווער צו זיין אליין, א פלג גוף. איך וויל זיין ערליך, איך וויל אויפשטעלן א אידישע שטוב, איך וויל חתונה האבן, זיין אפגעהיטן בקדושת הברית, זיין הייליג און ריין.


רבונו של עולם, איך האב געזאגט קרבנות הנשיאים, איך האב געטון די סגולה פון הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, העלף מיר איך זאל שוין יעצט טרעפן מיין שידוך, אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1949 - עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, וואס טו איך?
סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, נסיונות, עבירות, משניות, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין יעצט אין א קיאסק, און דער יצר הרע ברענט אין מיר אז איך זאל זוכן שמוץ, איך זוך און זוך, און איך זע זיך נישט ארויס פון דעם.


ס'איז דא א פילטער, אבער מיין מח איז אזוי שוואך אז איך זוך שוין אויף קליידער, איך וויל זיין גוט, איז נאך דא פאר מיך א וועג ארויס?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג אסאך משניות, דאס וועט דיר רייניגן דיינע מחשבות, און געב זייער אכטונג אויף דיינע אויגן און דיין מחשבה. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז נאך ערגער פון טון עבירות, אז מען היט נישט די אויגן קומט מען צו טראכטן פון שלעכטס ביז מען פאלט אראפ און מען ווערט טמא, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (סוטה ח.): "אֵין יֵצֶר הָרָע שׁוֹלֵט אֶלָּא בַּמֶה שֶׁעֵינָיו רוֹאוֹת", דער יצר הרע איז מצליח אראפ צו ווארפן דעם מענטש נאר אז מען היט נישט די אויגן; אז מען היט נישט די אויגן פאלט מען אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן, נאך זאגן די הייליגע חכמים (עיין במדבר רבה י, ב; תנחומא שלח, טו): "עֵינָא וְלִבָּא תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַעֲבֵירָה", די אויגן און די הארץ זענען די סעילעסלייט (מעקלער) צו עבירות, "עַיִן רוֹאֶה", עס הייבט זיך אן אז מען קוקט עבירות, "וְהַלֵּב חוֹמֵד", נאכדעם גליסט מען צו טון עבירות, "וּכְלֵי הַמַּעֲשֶׂה גּוֹמְרִים", ביז מען פאלט אראפ, מען זינדיגט רחמנא לצלן; דערפאר דארף מען זייער שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן, נישט צו קוקן קיין שום קוק וואס ברענגט צו טראכטן פון עבירות.


דו ווייסט אוודאי די מעשה וואס האט פאסירט אמאל ביים רבי'ן אין שטוב פאר פסח ווען מען האט איבערגעפארבט די דירה, און דעם רבינ'ס טאכטער די צדיקת אדל האט געהאלפן מסדר זיין די דירה און איבערדעקן די מעבל וכו' אז עס זאל נישט ווערן שמוציג. אויפן וואנט האט געהאנגען א טייערע זייגער, האט אדל גענומען א פרויען טיכל און איבערגעדעקט דערמיט דעם זייגער אז עס זאל נישט שמוציג ווערן, האט איר דער רבי געזאגט: "מיט דעם דעקסטו איבער די זייגער? דו ווייסט נישט אז עס זענען דא אזעלכע שוואכע מוחות, וואס ווען זיי זעען נאר א פרויען טיכל באקומען זיי שוין שלעכטע מחשבות?! נעם עס אראפ און דעק עס איבער מיט א צווייטע זאך".


איין עצה איז דא, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, עס פלאקערט אין מיר דער יצר הרע, עס פלאקערט אין מיר תאות ניאוף, ראטעווע מיך פון עבירות, היט מיך מיינע אויגן, העלף מיר איך זאל האבן ריינע מחשבות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1948 - מעג מען נוצן חנוכה די צוגעגרייטע אויל מיט קנויטן, זיך גרינגער צו מאכן?
חנוכה, שמחה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך מעג קויפן פאר חנוכה די קליינע באטלעך אויל וואס קומט שוין גרייט מיט די קנויטן, זיך צו גרינגער מאכן, אדער עס איז דא אן ענין דוקא אליין אנצוגרייטן די אויל מיט די קנויטן?


יישר כח פאר מיין לעבן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט קויפן די געמאכטע קנויטן וכו'; דער עיקר זאלסטו זיך פארלייגן צו צינדן די הייליגע חנוכה ליכט מיט שמחה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה", ווען א מענטש טוט די מצוות מיט שמחה - "זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", איז א סימן אז זיין הארץ איז גאנץ מיטן אייבערשטן; עס ווייזט אז דער מענטש האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, ער האט ליב דעם אייבערשטן; דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף זיך פארלייגן ביים טון א מצוה, דאס צו טון מיט א פרייליכקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1947 - וואס איז מיט די דריידלעך וואס שטייט דערויף "נ, ג, ה, פ"?
אמונה, חנוכה, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס טרעפט זיך דריידלעך פון נישט היימישע פלעצער וואס עס שטייט דערויף "נ, ג, ה, פ", אנשטאט "נ, ג, ה, ש"; דארף מען זען עס זאל יא שטיין "נגהש", אדער איז עס נישט געפערליך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א מנהג ישראל צו שפילן אום חנוכה – דריידל, וואס איז אויפגעשריבן דערויף די אותיות נ' ג' ה' ש', עס איז א גאר אלטער מנהג, די ראשי תיבות איז נ'ס ג'דול ה'יה ש'ם. אויך איז דא אין דעם זייער גרויסע סודות, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מ) די גאנצע לעבן איז אזוי ווי א דריידל, עס דרייט זיך מיטן מענטש; אט איז ער אויבן, אט איז ער אונטן, און דער אייבערשטער מאכט מיט יעדן איינעם גרויסע ניסים; קוק אריין דארט די ווערטער פון רבי'ן.


עס זענען דא וואס מאכן א טעות און זאגן אז אין ארץ ישראל שרייבט מען נ' ג' ה' פ', אבער עס איז נישט ריכטיג, נאר די ריכטיגע אותיות איז נ' ג' ה' ש', ווייל די ניסים האט פאסירט אין די גאנצע וועלט. די אותיות זענען מרומז אינעם פסוק (בראשית מו, כח): "וְאֶת יְהוּדָה שָׁלַח לְפָנָיו אֶל יוֹסֵף לְהוֹרֹת לְפָנָיו 'גֹּשְׁנָה', וַיָּבֹאוּ אַרְצָה גֹּשֶׁן", דאס לערנט דעם מענטש אז דאס גאנצע לעבן איז א דריידל שפיל; יעדער איינער דרייט זיך, אמאל פאלט מען אויפן נ', אמאל אויפן ג', דער עיקר איז - זיך דראפען און דערהאלטן, מען טאר זיך נישט פארלירן.


מוהרא"ש זאגט, דער טעם פארוואס מען שפילט חנוכה די דריידל שפיל; ווייל די יוונים האבן געוואלט אויסרייסן די הייליגע אמונה פון אידישע קינדער, זיי האבן געפרעדיגט כפירה ואפיקורסות, מען זאל לעבן מיט טבע, מקרה און מזל, מען זאל זיך מייאש זיין, זיי האבן געזאגט 'מען קען זיך נישט טוישן, אויב מען איז געבוירן געווארן אין א שלעכטע מזל - קען מען גארנישט טון', 'אויב אלעס גייט מיטן קאפ אראפ - איז דאס די מזל', אבער די הייליגע צדיקים, די חשמונאים האבן געלערנט מיט אידישע קינדער זיך צו שטארקן מיט אמונה; עס איז נישטא טבע, מקרה אדער מזל, אלעס איז דער אייבערשטער, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס און טוט אלעס, ער האט אלעס באשאפן, און יש ענין שיתהפך הכל לטובה, אלעס קען זיך אין איין מינוט איבערדרייען לטובה.


דעריבער שפילט מען חנוכה דריידל, צו ווייזן אז עס איז נישטא קיין יאוש, נישטא אזא זאך 'איך בין שוין דערנאך', נאר מען דארף גלייבן 'אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה, אט בין איך אונטן, אט בין איך אויבן, אט בין איך ארעם, אט ווער איך רייך'; מיט אמונה זעט מען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1946 - וואס טו איך ווען מיין אינגל איז צופיל באשטראפט געווארן אין חדר?
חינוך הילדים, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס טו איך אז מיין כיתה ב' אינגל קומט אהיים און דערציילט אז זיין רבי האט אים באשטראפט דריי מאל אינעם זעלבן טאג, און איין מאל האט ער געכאפט א ציפ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער וויכטיג זאלסט האבן א פריוואטע קשר מיט די מלמדים פון דיינע קינדער; עס איז גאר אנדערש די צוגאנג וואס דער מלמד האט צום תלמיד ווען ער קען די עלטערן.


גיי אריבער צום מלמד און געב אים גוטע ווערטער, זאג אים ווי צופרידן דו ביסט און ווי דיין קינד בליעט, אויך זאלסטו אים פרעגן צי ער איז צופרידן און אויב דער קינד איז דרך ארץ'דיג. אזוי צוביסליך זאלסטו אים פרעגן אויב עס פעלט אויס ציפן; זאג אים מיט שיינעם אז אויב ער האט א פראבלעם מיטן קינד זאל ער דיך רופן און דו וועסט רעדן צום קינד.


מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי שווער מלמדים ארבעטן, און דער עיקר שוועריקייט איז - אז מען איז זיי נישט מחשיב און מען אינטערעסירט זיך נישט. דער מלמד זיצט מיט א גאנצע כיתה קינדער, די ארבעט איז זייער זייער שווער, די קינדער פרובירן אויף אלע וועגן ווי אזוי אים ארויסצונעמען פון די גלייזן, ביז ער פארלירט זיך; וואלטן די עלטערן געהאט הכרת הטוב, געקומען זאגן שכוח, געקומען זיך אינטערעסירן - וואלט דער מלמד געארבעט גרינגער.


וואיל איז פאר די עלטערן וואס אינטערעסירן זיך שטענדיג אויף די קינדער און ארבעטן מיטן מלמד; וועלן זיי זען שיינע פירות, די קינדער וועלן אויסוואקסן געזונט און ערליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1945 - וואס טו איך אז מיין מאן רעדט קעגן אונזער רבי אין פארנט פון די קינדער?
שלום בית, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, קינדער, תפילה והתבודדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מאן האט לעצטנס אנגעהויבן מזלזל זיין און רעדן קריטיק אויף אונזער רבי צו וועמען מיר גייען. איך וויל זייער מחנך זיין אונזערע קינדער מיט תמימות, נישט מיט'ן רעדן אויף רבי'ס און צדיקים, אבער מיין מאן טענה'ט אז ער איז גערעכט און ער טוט ריכטיג, ווייל אויב דער רבי טוט אן עוולה דארף מען עס פארשרייבן, דער עיקר איז נאר צו גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט אין א צדיק, און עס מוז נישט זיין אז וואס דער צדיק טוט איז זיכער גוט.


פארשטייט זיך אז אין די געגנווארט פון די קינדער בין איך שטיל און איך בין מכבד מיין מאן, נישט קיין חילוק וואס ער זאגט נאר, אבער עס טוט מיר וויי אז ער רעדט קעגן אונזער צדיק. וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט גוט צו רעדן צו די קינדער פון די זאכן וכו'; בפרט ווען די קינדער דאווענען דארט און זיי לערנען דארט - איז זיכער נישט גוט אז מען רעדט צו די קינדער, מען שפעט פון די הנהגה וכו'; די קינדער ווערן צעמישט און נאכדעם זענען זיי גארנישט מקבל. א קינד'ס מח איז זייער הייקל, אז מען צעמישט זיי - פאלן זיי אוועק השם ישמרינו, זיי ווייסן נישט וואס יא אנצונעמען און וואס נישט, זיי ווייסן נישט וואס איז יא וויכטיג און וואס נישט.


געבט אכטונג אויף אייער שלום בית, דאס איז נאך וויכטיגער פאר די הצלחה פון די קינדער. איר קענט שיין רעדן צו אייער מאן אז מען זאל נישט אריינמישן די קינדער אין מחלוקות, אבער אין די זעלבע צייט זאלט איר נאך מער אכטונג געבן אויף די ליבשאפט צווישן אייך און אייער מאן. דער סמ"ך מ"ם זאל דאס נישט קאליע מאכן, ווייל דאס איז נאך וויכטיגער פאר די הצלחה פון די קינדער.


בעטס דעם אייבערשטן פאר די קינדער, עלטערן דארפן אסאך בעטן פאר גוטע קינדער; עס איז נישט קיין גרינגע זאך, גוטע קינדער וואקסט נישט אויפן בוים, אויף גוטע קינדער דארף מען אסאך בעטן. אזוי ווי מוהרא"ש דערציילט, א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהילים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זאלט איר אסאך בעטן דעם אייבערשטער אז איר זאלט זוכה זיין צו קינדער ערליכע אידן תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1944 - דארף מען זאגן תיקון הכללי ווי פריער?
קדושה, קליידער, מקוה, תיקון הכללי, ריינקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב נאכ'ן דורכפאלן אין מקרה לילה רחמנא ליצלן דארף מען זאגן תיקון הכללי דוקא פאר'ן דאווענען, אדער איז גוט אויך אויב מען זאגט עס נאכ'ן דאווענען?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז מען איז אדורכגעפאלן מיט מקרה לילה - זאל מען וואס פריער לויפן אין מקוה, און איידער מען טובל'ט זיך זאל מען זיך אפוואשן, מען זאל זיין ריין.


בעסער איז ווי פריער צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רה; חלק ב', סימן צב): "תִּקּוּן לְמִקְרֵה לַיְלָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווי אזוי פאררעכט מען די פגם פון מקרה לילה? "לוֹמַר עֲשָׂרָה קַפִּיטְל תְּהִלִּים בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם שֶׁאֵרַע לוֹ חַס וְשָׁלוֹם", מען זאל זאגן די צען קאפיטלעך תהילים אין די טאג וואס עס האט פאסירט די זאך; די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט: מִכְתָּם לְדָוִד – טז, לְדָוִד מַשְׂכִּיל – לב, אַשְׁרֵי מַשְׂכִּיל אֶל דָּל – מא, כְּאַיָּל תַּעֲרֹג – מב, לַמְנַצֵּחַ אַל תַּשְׁחֵת – נט, לַמְנַצֵּחַ עַל יְדוּתוּן – עז, תְּפִלָּה לְמשֶׁה – צ, הוֹדוּ לַה' קִרְאוּ בִּשְׁמוֹ – קה, עַל נַהֲרוֹת בָּבֶל – קלז, הַלְלוּ-יָהּ הַלְלוּ קֵל בְּקָדְשׁוֹ - קנ, און דער רבי האט געזאגט: "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לְאָמְרָם בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם", ווער עס איז זוכה צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים - "אֵין צָרִיךְ לִפְחֹד עוֹד כְּלָל מִפְּגָם הַנּוֹרָא שֶׁל הַמִּקְרֶה, חַס וְשָׁלוֹם", דארף מער נישט מורא האבן פון די שרעקליכע פגם פון מקרה לילה, "כִּי בְּוַדַּאי נִתְתַּקֵּן עַל יְדֵי זֶה", ער האט דאס זיכער פארראכטן.


אויך איז וויכטיג צו אכטונג געבן נישט צו גיין מיט די קליידער וואס איז שמוציג, סיי די בעט געוואנט און סיי די קליידער אויף זיך. אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (הנהגת האדם, סימן יא): "ויזהר שיהיו בגדיו, הכתונת ומכנסים, מנוקים מלכלוך וצואה ושכבת זרע חס ושלום", מען זאל זיך אכטונג געבן אז די העמד און הויזן - זאלן זיין זויבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1943 - וואס קען מיר העלפן בייקומען מיינע נסיונות?
קדושה, לימוד התורה, נסיונות, עבירות, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגערמאן מיט גאר אסאך נסיונות צו טראכטן און טון וואס מען טאר נישט. איך לערן יעדן טאג אבער עס העלפט מיר נישט צופיל, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג פון עבירות, מען קען אלעס פארלירן אויב מען טוט עבירות. רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן שד): "פַּעַם אַחַת הִתְלוֹצֵץ מִזֶּה", דער רבי האט אמאל זייער חוזק געמאכט פון די עקלדיגע עבירה, "וְאָמַר", און דער רבי האט געזאגט: "שֶׁעַל זֶה מְבַקְּשִׁים בְּכָל יוֹם אַל תְּבִיאֵנִי לִידֵי נִסָּיוֹן וְלֹא לִידֵי בִּזָּיוֹן, וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן, 'אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן'", ווייל אז עס ווערט אויס נסיון ווערט בזיונות; א מענטש באהאלט זיך מיט עבירות, און נאכדעם ווערט ער פארשעמט; די ווייב ווערט געוואר און זי לאזט אים אפ, נאכדעם ווען די קינדער ווערן געוואר - דערווייטערן זיי זיך, מען בלייבט אליין.


עבירות מאכט נישט זאט, עבירות מאכט נישט פרייליך, עבירות מאכט דאס פארקערטע; עס מאכט מרה שחורה, מען פארלירט אלעס. מען פארלירט די געלט, ביז מען האט נישט א שטיקל ברויט. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ו, כו): "כִּי בְעַד אִשָּׁה זוֹנָה", וועגן די פרעמדע פרוי – "עַד כִּכַּר לָחֶם", וועט ער קומען צו בעטלערן פאר א שטיקל ברויט.


מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, דער רבי זאגט צו אז דאס נעמט אויס פון אלע בלאטעס. ווער עס פאלגט דאס - זעט גרויסע וואונדער, אין אנהויב וועט עס זיין אביסל שווער, אבער מיט די צייט וועסטו ווערן א נייער מענטש, עס וועט דיך ארויסנעמען פון אלע טומאות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


עס איז וויכטיג צוצולייגן צו די ווערטער פון רבי'ן - וואס רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1942 - ווי אזוי האלט איך צוריק מיין מאן פון עסן נישט געזונטע זאכן?
שלום בית, רפואה, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואס קען איך טון אז מיין מאן האט לעצטנס אנגעהויבן צו עסן גאר אסאך צוקערלעך און אנדערע נישט געזונטע נאשערייען? איך בין זייער באזארגט פאר זיין געזונט און פאר זיין בלוט-דרוק. איך האב פרובירט אויף אלע וועגן אים מסביר צו זיין אויף א שיינעם אופן אז דאס איז נישט גוט און נישט געזונט פאר אים, אבער עס העלפט נישט. אויך זיך צו בעטן ביי אים האט נישט געהאלפן, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז נישט אייער פראבלעם, לאזט דעם דאקטער אכטונג געבן אויף די זאכן.


איר זאלט האלטן פאר די אויגן איין זאך: "עס זאל זיין שמחה אין שטוב"; אויף דעם זאלט איר זיך אנשטרענגען מיט אלע כוחות, עס זאל זיין זייער פרייליך אין שטוב, ווייל שמחה איז נאך וויכטיגער פארן געזונט מער פון אלעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", און אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִּׂמְחָה הִיא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אפילו די דאקטורים זענען מודה אז שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1941 - וואס האט פאסירט מיט מיר? פארוואס לייג איך נישט קיין תפלין?
סיפורי צדיקים, דאווענען, מלמדים, סדר היום, תפלין, מנין, יראת שמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך שפיר ווי איך באגראב זיך פאר בושה, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט אזא ירידה אין רוחניות ווי יעצט, איך דאווען נישט, און איך לייג נישט קיין תפלין, רחמנא ליצלן.


יעדער האלט מיך פאר א חשובער אינגערמאן, קיינער ווייסט אבער נישט אז איך לייג נישט קיין תפלין. איך בין א מלמד אין א תלמוד תורה, איך לייג אריין אין די קינדער אמונה און קדושה, אין די צייט וואס איך בין אזוי טיף אין דער ערד.


וואס מיינט דאס? וואס האט פאסירט מיט מיר? וואס גייט פאר מיט מיר? איך קען זיך נישט מוחל זיין אז דאס איז געשען צו מיר. ביז איך כאפ זיך אז איך האב נישט געלייגט היינט תפלין - איז שוין נאך די שקיעה; ביז איך באמערקט אז איך האב נאכנישט געדאווענט שחרית - איז שוין צייט צו דאווענען מעריב.


איך לויף אין חדר אן גארנישט, איך כאפ א מקוה און איך לויף אריין אין קלאס. איך פרוביר אפילו נישט אויפצושטיין פריער. איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, פשוט עס אינטערעסירט מיר נישט קיין שחרית, מנין, תפלין, און קיין שום זאך.


איך וויין, וואס טו איך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט דאס גרויסקייט פון אנטון תפילין - וואלסטו אויפגעשפרינגען אינדערפרי אנטון די הייליגע תפילין. תפילין קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, תפילין היט דעם מענטש ער זאל נישט זינדיגן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁא יֶחֱטָא", ווער עס גייט מיט תפילין וועט זיכער נישט צוקומען צו עבירות; ווייל ווען מען פרייט זיך מיט די תפילין - ווערט מען צוגעקלעבט צום אין סוף ברוך הוא.


הויב נישט אן דיין טאג מיט קיין שום זאך, דאס ערשטע זאך זאלסטו לויפן אין שול אנטון טלית ותפילין, טו אן די הייליגע תפילין של יד און די הייליגע תפילין של ראש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמות, רמז רכב): "אמרו ישראל לפני המקום אנו רוצים ליגע בתורה יומם ולילה אבל אין לנו פנאי", אידישע קינדער זאגן פארן אייבערשטן, 'וואס זאלן מיר טון? מיר ווילן אזוי שטארק לערנען תורה א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, אבער מיר האבן נישט קיין צייט, מיר דארפן ברענגען פרנסה', "אמר להם הקדוש ברוך הוא, קיימו מצות תפילין ומעלה אני עליכם כאילו אתם יגעים יומם ולילה", זאגט דער אייבערשטער: 'טוט אן די הייליגע תפילין, און איך וועל דאס רעכענען אזוי ווי איר לערנט פאר מיר א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט'.


מוהרא"ש דערציילט, אין טברי' האט געוואוינט דער הייליגער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין ארץ ישראל, אין טברי' - האבן זיי זיך געטראפן. אמאל איז צוגעקומען צום צדיק אן אלטער מענטש, קרוב צו די ניינציג יאר, און זיך אויסגעקרעכצט: "רבי, עס איז מיר פארעקלט צו לעבן, איך וויל שוין שטארבן", האט דער צדיק רבי אברהם אים געזאגט: "די טיפש וואס דו ביסט, עס לוינט זיך דיר נישט דאס לעבן אז דו וועסט קענען נאך איין טאג אנטון די הייליגע תפילין?!"


בעט איך דיר זייער, הויב נישט אן דיין טאג איידער דו גייסט אין שול אנטון טלית ותפילין, און זיכער זאלסטו זיך נישט דערוואגן צו זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא - אן לייגן טלית ותפילין. קענסט זיין א מלמד נאר אז דו גייסט אין שול אינדערפרי דאווענען; אז דו ווילסט זיין א מלמד, עוסק זיין מיט נשמות ישראל - דארפסטו האבן יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1940 - ווי אזוי ווערט מען מקורב צו ברסלב?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס וויל מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן און צו זיינע תורות. איך הויב יעצט אן זיך באקענען מיט ברסלב, און איך ווייס נישט וואו איך קען לערנען און געוואויר ווערן די מנהגים פון ברסלב.


איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, איך שפיר אז די וועג פון מוהרא"ש איז די ריכטיגע וועג אין לעבן, עס געבט מיר שמחה און מאטיוואציע אין לעבן, אבער איך דארף הילף צו וויסן ווי אזוי צו גיין ווייטער מיט דעם, וואו קען איך באקומען הדרכה צו ווערן א ברסלב'ער חסיד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים; אין רבינ'ס ספרים וועסטו טרעפן וואונדערליכע עצות ווי אזוי צו ווערן אן ערליכע איד און ווי אזוי צו קענען אנגיין אין לעבן מיט די שווערע נסיונות.


לערן אסאך די שיחות פון רבי'ן, ספר שיחות הר"ן און ספר חיי מוהר"ן. רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. אז דו וועסט לערנען די שיחות פון רבי'ן - וועסטו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", לערן צום ערשט חיי מוהר"ן חלק ב', דארט וועסטו זען הערליכע שמועסן פון רבי'ן; לערן דאס אפאר מאל און נאכדעם זאלסטו לערנען חלק א'.


אז דו ווילסט וויסן פון מוהרא"ש - זאלסטו לערנען זיינע ספרים און בריוו. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפינט זיך אין זיינע ספרים; מוהרא"ש האט געשריבן זייער אסאך בריוו, דארט קען מען אים טרעפן און וויסן ווי זיך צו פירן; אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך געשטופט אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט בשעת מען האט געטאנצן נאך קידוש לבנה: "ווילסט מיך אנכאפן? לערן מיינע בריוו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1939 - איז דא עפעס אן סגולה אדער עצה פאר פוילקייט?
אמונה, ספרי ברסלב, שמחה, עצות, ישוב הדעת, פוילקייט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן אויב דער רבי שרייבט ערגעץ עפעס אן עצה זיך צו שטארקן אויף עצלות און פוילקייט, עפעס א סגולה אדער עצה וואס צו טון אינאיינעם מיט תפלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי רעדט דער רבי פון עצלות; פון יעדע זאך רעדט דער רבי, און דער רבי געבט אן עצה אויף יעדע זאך. מען דארף לערנען לקוטי מוהר"ן אן א שיעור מאל, אזוי ווייסט מען ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קנה): "כִּי עִקַּר הָעַצְבוּת וְהָעַצְלוּת, הוּא מֵחֲמַת חֶסְרוֹן אֱמוּנָה", פון וואס קומט פוילקייט און טרויעריקייט? פון ווייניג אמונה. דער רבי איז דאס מסביר מיט א משל, ווען מען פלאנצט איין א ווייצל אין א גוטע ערד, דעמאלט וואקסט עס זייער שיין, עס ווערט נישט געשטערט פון קיין שום ווינט, דינערן און בליצן, "מֵחֲמַת שֶׁיֵּשׁ כֹּחַ הַצּוֹמֵחַ וְכֹחַ הַגּוֹדֵל, עַל כֵּן אֵינוֹ מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", ווייל עס האט א כח וואס מאכט איר וואקסן, קיין שום זאך קען דאס נישט אפשטעלן, אבער אז מען לייגט דאס ווייצל אין ערד וואס איז נישט גוט צו וואקסן, ווערט דאס קערנדל פארפוילט.


"וֶאֱמוּנָה הִיא בְּחִינַת כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ", אזוי איז מיט אמונה, אמונה איז א זאך וואס געבט כח פארן מענטש אנצוגיין אין לעבן, עס מאכט דעם מענטש זאל וועלן וואקסן. אזוי ווי עס שטייט (אסתר ב, ז): "וַיְהִי אוֹמֵן אֶת הֲדַסָּה", זאגן חכמינו זכרונם לברכה (מדרש תהלים כב, כג) מרדכי האט אויפגעצויגן אסתר המלכה; דער פסוק באציט זיך מיט דאס ווארט 'אמונה' פאר די ווארט 'אויפברענגען', נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת לא.): "אֱמוּנָה זֶה סֵדֶר זְרָעִים", זאגט דער רבי, ווען א מענטש האט אמונה - האט ער א כח פון וואקסן און ווערן גרעסער, "אֲזַי אֵין מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", קיין שום זאך קען אים נישט שטערן, "וְאֵינוֹ יָרֵא מִשּׁוּם אָדָם", ער האט נישט קיין שרעק פון קיין שום מענטש, "וְשׁוּם דָּבָר", און פון קיין שום זאך. "וּמִתְפַּלֵּל בַּחִיּוּת", אז מען האט אמונה דאווענט מען מיט א געשמאק, "כָּרָאוּי", אזוי ווי מען דארף דאווענען. "וְנוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק", מיט אמונה פארט מען צום צדיק, "כִּי אֵינוֹ מִתְיָרֵא וּמִתְפַּחֵד מִשּׁוּם עִנְיָן שֶׁבָּעוֹלָם", ווייל מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך און קיין שום מענטש אויף די וועלט, "אֲבָל כְּשֶׁיֵּשׁ חִסָּרוֹן בָּאֱמוּנָה אֲזַי אֵין לוֹ כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ וַאֲזַי הוּא נִרְקָב מַמָּשׁ, כְּמוֹ הַחִטָּה הַנַּ"ל", אבער ווען מען האט נישט קיין אמונה - דעמאלט האט מען נישט קיין כח אנצוגיין, מען וואקסט נישט, מען ווערט פארפוילט; ממש אזוי ווי א קערנדל וואס פוילט אין נישט גוטע ערד, עיין שם די גאנצע תורה.


עס איז כדאי זאלסט לערנען די תורה און זאגן די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות, סימן קנה), אזוי וועסטו ארויסקריכן פון דיין עצלות ועצבות.


אויך שמחה - זאגט דער רבי - איז אן עצה פאר פוילקייט און טרויעריקייט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת, וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט פון תכלית; זאגט אבער דער רבי, ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו ישוב הדעת און צו א קלארע מח, צו וויסן וואס מען האט צוטון אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען מען איז נישט פרייליך קען מען נישט טראכטן גוטע זאכן, מען קען נישט טראכטן גוט, מען טראכט א גאנצן צייט נאר שלעכטע מחשבות. "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", אבער אז מען איז פרייליך - דעמאלט קען מען בייגן די מחשבות צו טראכטן גוט, "כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אז א מענטש איז בשמחה איז ער א פרייער מענטש און דער מח איז אים נישט מצומצם. אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס, "שֶׁעַל יְדֵי שִׂמְחָה נַעֲשִׂין בֶּן חוֹרִין, וְיוֹצְאִין מִן הַגָּלוּת", ווייל א פרייליכער מענטש איז פריי, פריי פון אלע פארמאכטקייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1938 - זאל איך ווייטער דרייוון, אז מיינע עלטערן זענען ברוגז?
כיבוד אב ואם, דרייוון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע עלטערן זענען זייער ברוגז אויף מיר, זיי זענען זייער אנטוישט, אז איך האב אנגעהויבן דרייוון, און זיי האבן מיר געבעטן איך זאל דאס נישט טון. איך האב באמת נישט געטראכט אז עס גייט זיי אזוי שטארק שטערן.


איך האב אויפגעהערט דרייוון צו מיינע עלטערנ'ס הויז, איך גיי נאר ווען מיין מאן קען מיך נעמען אהין. איך האב געזאגט פאר מיינע עלטערן אז איך וועל פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל דרייוון אז עס שטערט זיי אזוי. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס שטערט אייערע עלטערן - זאלט איר ענדערש נישט דרייווען; עס לוינט נישט צו טון זאכן פאר די באקוועמליכקייט, ווען די עלטערן האבן צער.


איר וועט אויך וועלן אייערע קינדער זאלן גיין אין אייערע וועגן און אייך ברענגען נחת.


וואויל איז דעם וואס געבט אכטונג אויף די עלטערן זיי זאלן האבן נאר נחת און שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1937 - זאל מען נישט בעטן דעם אייבערשטן, אויב מען קען זיך אליין אן עצה געבן?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, צדיקים, נסים, השתדלות, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי שרייבט אין ספר המדות, (ערך צדיק, סימן ע"א) "אל תתפלל ואל תטריח את קונך, כל זמן שאתה יכול לעשות בפעולה", זאלסט נישט מתפלל זיין און מטריח זיין דעם אייבערשטן, ווי לאנג טו קענסט עפעס טון צו דעם. דער שטיקל איז מיר זייער שווער צו פארשטיין, וואס הייסט מען זאל נישט מתפלל זיין? וואס דען זאל איך טון? דער רבי לערנט אונז דאך אז עס איז נישטא א זאך אויף וואס תפלה זאל נישט העלפן.


אויסער דעם, דארף דען א מענטש כסדר מאכן דעם חשבון, 'יעצט קען איך עפעס טון, וועל איך יעצט נישט מתפלל זיין; און יעצט אז איך קען גארנישט טון דערצו, זאל איך יא בעטן דעם אייבערשטן', מען קען דאך נישט זאגן אזוי.


איינער האט מיר געוויזן אז מוהרא"ש ברענגט דעם שטיקל אין שו"ת ברסלב, אויף דעם וואס איינער פרעגט אן איבער א געוויסע מעדעצינישע באהאנדלונג, און מוהרא"ש ענטפערט אז מען זאל עס מאכן, און ער ברענגט צו דעם שטיקל ספר המדות אויף דעם. און עס איז מיר זייער שווער געווען, אפילו מען דארף טאקע מאכן די מעדעצינישע פראצעדור, קען מען דען נישט מתפלל זיין אויף דעם? אפילו עס וועט דארפן פאסירן א נס אז דער מענטש זאל געהיילט ווערן, איז דאך תפלה שטערקער פון אלעס.


אגב, האב איך זיך געוואונדערט פארוואס דער שטיקל איז אין ערך "צדיק", וואו קומט עס דארט אריין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי דארף מען אויף יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי אויף א גרויסע זאך און סיי אויף א קליינע זאך - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) אויפן פסוק (תהילים לב, ו): "עַל זֹאת יִתְפַּלֵּל כָּל חָסִיד אֵלֶיךָ לְעֵת מְצֹא", מען זאל בעטן אויף א שידוך, און מען זאל בעטן מען זאל מצליח זיין אין לערנען. אויך אויף מיתה; מען זאל שטארבן מיט א גרינגע מיתה, אויך אויף קומען צו קבורה, און אויך אויף בית הכסא; זעט מען אז מען דארף בעטן אויף גרויסע זאכן, ווי א שידוך און מצליח זיין אין תורה, מיתה און קבורה, און סיי אויף קליינע זאכן - ווי אויף בית הכסא.


אזוי אויך האט רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלג) ער האט אמאל געדארפט עפעס, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם", און רבי נתן האט געטראכט צו זיך 'וואס הייסט, אויף דעם דארף מען אויך בעטן?' האט אים דער רבי פארגעהאלטן און געפרעגט: "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?" אויף יעדע זאך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן.


אבער ווען עס קומט צו טוישן די טבע - דארף מען טון וואס מען קען, און נאר אז מען קען גארנישט טון - דעמאלט בעט מען אויף א נס. אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (עבודה זרה, יח) דער הייליגער רבי מאיר בעל הנס איז געגענגען ארויסכאפן זיין שוועגערין פון די רויבער וואס האבן איר געפאנגען. ער האט מיטגענומען א זעקל געלט צו געבן פאר די שומרים, כדי זיי צו משחד זיין זיי זאלן איר שטילערהייט באפרייען. ער האט געבעטן דעם שומר: "געב מיר אהער מיין שוועגערין", האט דער שומר געזאגט: "איך האב מורא מען וועט מיך פארהאלטן וואו זי איז", האט רבי מאיר אים געגעבן די זעקל געלט, אז אויב מען וועט אים פארהאלטן זאל ער זיי געבן געלט. האט דער שומר געפרעגט: "וואס וועל איך טון ווען די געלט וועט זיך ענדיגן?" האט רבי מאיר געזאגט: "זאלסטו זאגן 'אלקא דמאיר ענני' און דו וועסט זיך ראטעווען פון זיי".


זאגט דער מהרש"א, וואס האט אויסגעפעלט אז רבי מאיר זאל געבן געלט, ער האט דאך גלייך געקענט אויסלערנען די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני'?! נאר "כל כמה דהוה מצי לאצולי בממון", ווי לאנג ער האט זיך געקענט ראטעווען מיט געלט – "לא הוה בעי לאצולי על ידי נס", האט ער זיך נישט געוואלט ראטעווען מיט א נס, "באלקא דמאיר ענני", מיט די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני', נאר נאכן נישט האבן מער קיין געלט האט ער זיך באנוצט מיט א נס. אויף דעם זאגט דער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן סז): "כָּל זְמַן שֶׁתּוּכַל לְהִנָּצֵל עַל יְדֵי מָמוֹן, אַל תְּשַׁמֵּשׁ בִּתְפִלּוֹת", ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען דורך געלט - זאלסטו זיך נישט באנוצן מיט תפילות, דאס זעלבע זאגט דער רבי (שם אות ישועה, סימן ח): "אַל תִּסְמֹךְ עַל הַנֵּס, כָּל זְמַן שֶׁאֶפְשָׁר לְךָ לְהִנָּצֵל בְּמָמוֹן אוֹ בְּדָבָר אַחֵר", פארלאז זיך נישט אויף א נס ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען מיט געלט, און א דריטע מאל זאגט דער רבי (שם אות צדיק, סימן עא): "אַל תִּתְפַּלֵּל וְאַל תַּטְרִיחַ אֶת קוֹנְךָ, כָּל זְמַן שֶׁאַתָּה יָכוֹל לַעֲשׂוֹת בִּפְעֻלָּה", דאווען נישט און באמוטשע נישט דעם אייבערשטן ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט צו טון עפעס זיך צו העלפן; דעריבער זאגט מוהרא"ש, 'וואס גייסטו נישט צום דאקטער אראפנעמען די האר', ווייל אז מען קען עס היינט טון גרינגערהייט - דארף מען טון און נישט בעטן אויף ניסים.


אויף די פראגע, וואס האט דאס מיט צדיק; ווער לערנט אונז אויס דאווענען? ווער לערנט אונז אויס מיר זאלן נישט אפלאזן די זאך פון תפילה? נאר דער צדיק; דאס איז דאך די גאנצע זאך פון צדיק, ער איז מחזק צוריק צו גיין נאכאמאל און נאכאמאל צום אייבערשטן, און ער לערנט אונז וואס צו בעטן און ווי אזוי צו בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1936 - זוכן א שידוך דוקא נאר וואס וועט בלייבן לערנען אין כולל נאך די חתונה?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, מורה דרך, מדות טובות, יראת שמים, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ליטווישע מוסדות, וואו מען לייגט א שטארקע דגוש אז דער מאן זאל לערנען אין כולל, מיט א שאיפה צו בלייבן ביים לערנען א גאנץ לעבן. איך האב פארשטאנען די גרויסקייט און חשיבות פון לערנען די הייליגע תורה, און איך האב באשלאסן אז דאס איז טאקע וואס איך גיי קוקן ווען איך וועל זוכן א שידוך, איך וועל זוכן א בחור וואס פלאנט צו בלייבן לערנען אין כולל.


ווען איך בין אבער געווארן מקורב צו ברסלב, האב איך פארשטאנען אז מען קען לערנען תורה אויך ווען מען גייט ארויס ארבעטן, איך האב געהערט ביי א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט געהאלטן אז יעדער זאל בלייבן לערנען אין כולל, אויך האב איך געלערנט אין ספר הקדוש אשר בנחל אז אויך מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט פאר אינגעלייט אז זיי זאלן גיין ארבעטן גלייך נאך די חתונה.


יעצט בין איך שוין צעמישט צווישן די צוויי זייטן, איך בין אויפגעוואקסן מיט דעם אז דער עיקר איז תורה און דער מאן דארף בלייבן אין כולל, און ס'איז מיר מאדנע צו טראכטן אנדערש, אבער פון די אנדערע זייט בין איך מקורב געווארן צו חסידישקייט וואו עס איז מער אנגענומען אז דער מאן גייט ארבעטן נאך די חתונה און די פרוי בלייבט אינדערהיים פארנומען מיט די קינדער.


יעצט ווען איך שטיי אין שידוכים, דארף איך באשליסן וועלכע סארט שידוך צו הערן, מעג איך קוקן נאר אויף שידוכים וואס מען טראגט אן פון בחורים וואס פלאנען צו בלייבן לערנען אין כולל, אדער איז דער עיקר צו קוקן אויף מידות טובות און יראת שמים.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען ענטפערן, ווייל איך בין זייער נערוועז פון דעם און ס'איז מיר וויכטיג זיך אויסצוקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען גייט צו א שידוך דארף מען קוקן אויף צוויי זאכן, אויף די מידות פונעם מענטש און אויף די יראת שמים; אויב איז דא גוטע מידות אינאיינעם מיט יראת שמים - איז כדאי צו ענדיגן די שידוך, דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן. אזוי ווי עס שטייט (קהלת יב, יג): "אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא וְאֶת מִצְוֹתָיו שְׁמוֹר, כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מורא האבן פון אייבערשטן און טון די מצוות - דאס איז דער עיקר, דאס איז דער גאנצער מענטש.


בנוגע לערנען נאך די חתונה; דאס קען מען נישט וויסן, אזויפיל מאל שטעלט זיך ארויס אז מען הויבט אן לערנען נאך די חתונה, און אמאל דעם וועם מען מיינט אז ער גייט בלייבן לערנען - שטעלט זיך ארויס אז נישט.


אויך איז וויכטיג מען זאל זיך אינטערעסירן אויב דער בחור האט א מורה דרך, אויב ער איז זיך מכניע פאר אן ערליכער רב, ער פרעגט זיינע שאלות און ער פאלגט.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייער שידוך. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; נישטא נאך עפעס וואס מען קען טון אויסער תפילה, תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, בעטן די פאר ווערטער דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג"; נאר מיט תפילה קען מען פועל'ן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1935 - וואס טו איך אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, טעלעפאן, חברים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, עס איז מיר זייער מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן וואס צו טון אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך זייער אכטונג איר זאלט נישט אנקומען צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות רחמנא לצלן. איר דארפט נישט אפהאקן די פריינדשאפט, מען קען ווייטער בלייבן פריינד אבער נישט קוקן אינעם טעלעפאן קיין שום זאך, אפילו נישט שלעכטע זאכן.


א רחמנות אויף אונזער דור, עס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות; יונגע קינדער פאלן אראפ נאך איידער זיי באקומען דעת, יונגערהייט ווערט מען צוגעקלעבט צום טעלעפאן און נאכדעם האט מען שוין נישט די אויסוואל, מען קען שוין נישט אויסוועלן צו זיין גוט, מען איז שוין צוגעקלעבט צו קוקן און זיך שרייבן נישט גוטע זאכן.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון שלעכטס, געב מיר כח צו קענען היטן מיינע אויגן און מיין מחשבה, געב מיר כח נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך נישט גוטע זאכן, העלף מיך און מיינע דורות אלע זאלן בלייבן ביי די אמונה".


נאר מיט תפילה און אסאך התבודדות קען מען בלייבן ערליך און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1934 - זאל איך מאכן א גרויסע סיום ביים ענדיגן די פערטע מאל ש"ס?
כיבוד אב ואם, משפחה, סיום, סיום הש"ס, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, צום פערטן מאל.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך זאל מאכן פאר די סיום? זאל איך מאכן עפעס קליין ביי מיר אינדערהיים, אדער איז יא כדאי צו מאכן עפעס גרעסער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט די הייליגע תורה, דו לערנסט גמרא, און דו האלסט שוין ביי די פערטע מאל ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי.


מאך א סיום אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דאס וועט אריינלייגן אין זיי א חשק צו לערנען תורה. זיי וועלן געדענקען זייער גאנץ לעבן אז לערנען איז גוט, לערנען איז טייער, זיי וועלן אויך לערנען און מאכן סיומים.


אויך קענסטו רופן דיינע עלטערן, דאס וועט זיי צוגעבן געזונט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים, רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער מאכט געזונט די עלטערן; ווען עלטערן זעען די קינדער לערנען און פירן זיך מיט יראת שמים - דאס געבט זיי צו א שטיק געזונט, דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.