שאלה אין קורצן ענין
#1939 - ווי אזוי ווערט מען מקורב צו ברסלב?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס וויל מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן און צו זיינע תורות. איך הויב יעצט אן זיך באקענען מיט ברסלב, און איך ווייס נישט וואו איך קען לערנען און געוואויר ווערן די מנהגים פון ברסלב.


איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, איך שפיר אז די וועג פון מוהרא"ש איז די ריכטיגע וועג אין לעבן, עס געבט מיר שמחה און מאטיוואציע אין לעבן, אבער איך דארף הילף צו וויסן ווי אזוי צו גיין ווייטער מיט דעם, וואו קען איך באקומען הדרכה צו ווערן א ברסלב'ער חסיד?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך שיעורים אין הייליגן רבינ'ס ספרים; אין רבינ'ס ספרים וועסטו טרעפן וואונדערליכע עצות ווי אזוי צו ווערן אן ערליכע איד און ווי אזוי צו קענען אנגיין אין לעבן מיט די שווערע נסיונות.


לערן אסאך די שיחות פון רבי'ן, ספר שיחות הר"ן און ספר חיי מוהר"ן. רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. אז דו וועסט לערנען די שיחות פון רבי'ן - וועסטו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", לערן צום ערשט חיי מוהר"ן חלק ב', דארט וועסטו זען הערליכע שמועסן פון רבי'ן; לערן דאס אפאר מאל און נאכדעם זאלסטו לערנען חלק א'.


אז דו ווילסט וויסן פון מוהרא"ש - זאלסטו לערנען זיינע ספרים און בריוו. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", די פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק - געפינט זיך אין זיינע ספרים; מוהרא"ש האט געשריבן זייער אסאך בריוו, דארט קען מען אים טרעפן און וויסן ווי זיך צו פירן; אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט פאר איינעם וואס האט זיך געשטופט אנצוכאפן מוהרא"ש'ס האנט בשעת מען האט געטאנצן נאך קידוש לבנה: "ווילסט מיך אנכאפן? לערן מיינע בריוו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1938 - זאל איך ווייטער דרייוון, אז מיינע עלטערן זענען ברוגז?
כיבוד אב ואם, דרייוון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיינע עלטערן זענען זייער ברוגז אויף מיר, זיי זענען זייער אנטוישט, אז איך האב אנגעהויבן דרייוון, און זיי האבן מיר געבעטן איך זאל דאס נישט טון. איך האב באמת נישט געטראכט אז עס גייט זיי אזוי שטארק שטערן.


איך האב אויפגעהערט דרייוון צו מיינע עלטערנ'ס הויז, איך גיי נאר ווען מיין מאן קען מיך נעמען אהין. איך האב געזאגט פאר מיינע עלטערן אז איך וועל פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב איך זאל דרייוון אז עס שטערט זיי אזוי. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז עס שטערט אייערע עלטערן - זאלט איר ענדערש נישט דרייווען; עס לוינט נישט צו טון זאכן פאר די באקוועמליכקייט, ווען די עלטערן האבן צער.


איר וועט אויך וועלן אייערע קינדער זאלן גיין אין אייערע וועגן און אייך ברענגען נחת.


וואויל איז דעם וואס געבט אכטונג אויף די עלטערן זיי זאלן האבן נאר נחת און שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1937 - זאל מען נישט בעטן דעם אייבערשטן, אויב מען קען זיך אליין אן עצה געבן?
סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, צדיקים, נסים, השתדלות, פירושים, ספר המידות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס דער רבי שרייבט אין ספר המדות, (ערך צדיק, סימן ע"א) "אל תתפלל ואל תטריח את קונך, כל זמן שאתה יכול לעשות בפעולה", זאלסט נישט מתפלל זיין און מטריח זיין דעם אייבערשטן, ווי לאנג טו קענסט עפעס טון צו דעם. דער שטיקל איז מיר זייער שווער צו פארשטיין, וואס הייסט מען זאל נישט מתפלל זיין? וואס דען זאל איך טון? דער רבי לערנט אונז דאך אז עס איז נישטא א זאך אויף וואס תפלה זאל נישט העלפן.


אויסער דעם, דארף דען א מענטש כסדר מאכן דעם חשבון, 'יעצט קען איך עפעס טון, וועל איך יעצט נישט מתפלל זיין; און יעצט אז איך קען גארנישט טון דערצו, זאל איך יא בעטן דעם אייבערשטן', מען קען דאך נישט זאגן אזוי.


איינער האט מיר געוויזן אז מוהרא"ש ברענגט דעם שטיקל אין שו"ת ברסלב, אויף דעם וואס איינער פרעגט אן איבער א געוויסע מעדעצינישע באהאנדלונג, און מוהרא"ש ענטפערט אז מען זאל עס מאכן, און ער ברענגט צו דעם שטיקל ספר המדות אויף דעם. און עס איז מיר זייער שווער געווען, אפילו מען דארף טאקע מאכן די מעדעצינישע פראצעדור, קען מען דען נישט מתפלל זיין אויף דעם? אפילו עס וועט דארפן פאסירן א נס אז דער מענטש זאל געהיילט ווערן, איז דאך תפלה שטערקער פון אלעס.


אגב, האב איך זיך געוואונדערט פארוואס דער שטיקל איז אין ערך "צדיק", וואו קומט עס דארט אריין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי דארף מען אויף יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי אויף א גרויסע זאך און סיי אויף א קליינע זאך - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.) אויפן פסוק (תהילים לב, ו): "עַל זֹאת יִתְפַּלֵּל כָּל חָסִיד אֵלֶיךָ לְעֵת מְצֹא", מען זאל בעטן אויף א שידוך, און מען זאל בעטן מען זאל מצליח זיין אין לערנען. אויך אויף מיתה; מען זאל שטארבן מיט א גרינגע מיתה, אויך אויף קומען צו קבורה, און אויך אויף בית הכסא; זעט מען אז מען דארף בעטן אויף גרויסע זאכן, ווי א שידוך און מצליח זיין אין תורה, מיתה און קבורה, און סיי אויף קליינע זאכן - ווי אויף בית הכסא.


אזוי אויך האט רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן רלג) ער האט אמאל געדארפט עפעס, האט אים דער רבי געזאגט: "בעט דעם אייבערשטן אויף דעם", און רבי נתן האט געטראכט צו זיך 'וואס הייסט, אויף דעם דארף מען אויך בעטן?' האט אים דער רבי פארגעהאלטן און געפרעגט: "עס פאסט דיר נישט צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם?" אויף יעדע זאך דארף מען בעטן דעם אייבערשטן.


אבער ווען עס קומט צו טוישן די טבע - דארף מען טון וואס מען קען, און נאר אז מען קען גארנישט טון - דעמאלט בעט מען אויף א נס. אזוי ווי מיר געפינען, די הייליגע חכמים דערציילן (עבודה זרה, יח) דער הייליגער רבי מאיר בעל הנס איז געגענגען ארויסכאפן זיין שוועגערין פון די רויבער וואס האבן איר געפאנגען. ער האט מיטגענומען א זעקל געלט צו געבן פאר די שומרים, כדי זיי צו משחד זיין זיי זאלן איר שטילערהייט באפרייען. ער האט געבעטן דעם שומר: "געב מיר אהער מיין שוועגערין", האט דער שומר געזאגט: "איך האב מורא מען וועט מיך פארהאלטן וואו זי איז", האט רבי מאיר אים געגעבן די זעקל געלט, אז אויב מען וועט אים פארהאלטן זאל ער זיי געבן געלט. האט דער שומר געפרעגט: "וואס וועל איך טון ווען די געלט וועט זיך ענדיגן?" האט רבי מאיר געזאגט: "זאלסטו זאגן 'אלקא דמאיר ענני' און דו וועסט זיך ראטעווען פון זיי".


זאגט דער מהרש"א, וואס האט אויסגעפעלט אז רבי מאיר זאל געבן געלט, ער האט דאך גלייך געקענט אויסלערנען די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני'?! נאר "כל כמה דהוה מצי לאצולי בממון", ווי לאנג ער האט זיך געקענט ראטעווען מיט געלט – "לא הוה בעי לאצולי על ידי נס", האט ער זיך נישט געוואלט ראטעווען מיט א נס, "באלקא דמאיר ענני", מיט די זאך פון זאגן 'אלקא דמאיר ענני', נאר נאכן נישט האבן מער קיין געלט האט ער זיך באנוצט מיט א נס. אויף דעם זאגט דער רבי (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן סז): "כָּל זְמַן שֶׁתּוּכַל לְהִנָּצֵל עַל יְדֵי מָמוֹן, אַל תְּשַׁמֵּשׁ בִּתְפִלּוֹת", ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען דורך געלט - זאלסטו זיך נישט באנוצן מיט תפילות, דאס זעלבע זאגט דער רבי (שם אות ישועה, סימן ח): "אַל תִּסְמֹךְ עַל הַנֵּס, כָּל זְמַן שֶׁאֶפְשָׁר לְךָ לְהִנָּצֵל בְּמָמוֹן אוֹ בְּדָבָר אַחֵר", פארלאז זיך נישט אויף א נס ווילאנג דו קענסט זיך ראטעווען מיט געלט, און א דריטע מאל זאגט דער רבי (שם אות צדיק, סימן עא): "אַל תִּתְפַּלֵּל וְאַל תַּטְרִיחַ אֶת קוֹנְךָ, כָּל זְמַן שֶׁאַתָּה יָכוֹל לַעֲשׂוֹת בִּפְעֻלָּה", דאווען נישט און באמוטשע נישט דעם אייבערשטן ווילאנג דו האסט די מעגליכקייט צו טון עפעס זיך צו העלפן; דעריבער זאגט מוהרא"ש, 'וואס גייסטו נישט צום דאקטער אראפנעמען די האר', ווייל אז מען קען עס היינט טון גרינגערהייט - דארף מען טון און נישט בעטן אויף ניסים.


אויף די פראגע, וואס האט דאס מיט צדיק; ווער לערנט אונז אויס דאווענען? ווער לערנט אונז אויס מיר זאלן נישט אפלאזן די זאך פון תפילה? נאר דער צדיק; דאס איז דאך די גאנצע זאך פון צדיק, ער איז מחזק צוריק צו גיין נאכאמאל און נאכאמאל צום אייבערשטן, און ער לערנט אונז וואס צו בעטן און ווי אזוי צו בעטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1936 - זוכן א שידוך דוקא נאר וואס וועט בלייבן לערנען אין כולל נאך די חתונה?
שידוכים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, מורה דרך, מדות טובות, יראת שמים, כולל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ליטווישע מוסדות, וואו מען לייגט א שטארקע דגוש אז דער מאן זאל לערנען אין כולל, מיט א שאיפה צו בלייבן ביים לערנען א גאנץ לעבן. איך האב פארשטאנען די גרויסקייט און חשיבות פון לערנען די הייליגע תורה, און איך האב באשלאסן אז דאס איז טאקע וואס איך גיי קוקן ווען איך וועל זוכן א שידוך, איך וועל זוכן א בחור וואס פלאנט צו בלייבן לערנען אין כולל.


ווען איך בין אבער געווארן מקורב צו ברסלב, האב איך פארשטאנען אז מען קען לערנען תורה אויך ווען מען גייט ארויס ארבעטן, איך האב געהערט ביי א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אז הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט געהאלטן אז יעדער זאל בלייבן לערנען אין כולל, אויך האב איך געלערנט אין ספר הקדוש אשר בנחל אז אויך מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט פאר אינגעלייט אז זיי זאלן גיין ארבעטן גלייך נאך די חתונה.


יעצט בין איך שוין צעמישט צווישן די צוויי זייטן, איך בין אויפגעוואקסן מיט דעם אז דער עיקר איז תורה און דער מאן דארף בלייבן אין כולל, און ס'איז מיר מאדנע צו טראכטן אנדערש, אבער פון די אנדערע זייט בין איך מקורב געווארן צו חסידישקייט וואו עס איז מער אנגענומען אז דער מאן גייט ארבעטן נאך די חתונה און די פרוי בלייבט אינדערהיים פארנומען מיט די קינדער.


יעצט ווען איך שטיי אין שידוכים, דארף איך באשליסן וועלכע סארט שידוך צו הערן, מעג איך קוקן נאר אויף שידוכים וואס מען טראגט אן פון בחורים וואס פלאנען צו בלייבן לערנען אין כולל, אדער איז דער עיקר צו קוקן אויף מידות טובות און יראת שמים.


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען ענטפערן, ווייל איך בין זייער נערוועז פון דעם און ס'איז מיר וויכטיג זיך אויסצוקלארן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען מען גייט צו א שידוך דארף מען קוקן אויף צוויי זאכן, אויף די מידות פונעם מענטש און אויף די יראת שמים; אויב איז דא גוטע מידות אינאיינעם מיט יראת שמים - איז כדאי צו ענדיגן די שידוך, דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן. אזוי ווי עס שטייט (קהלת יב, יג): "אֶת הָאֱלֹקִים יְרָא וְאֶת מִצְוֹתָיו שְׁמוֹר, כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מורא האבן פון אייבערשטן און טון די מצוות - דאס איז דער עיקר, דאס איז דער גאנצער מענטש.


בנוגע לערנען נאך די חתונה; דאס קען מען נישט וויסן, אזויפיל מאל שטעלט זיך ארויס אז מען הויבט אן לערנען נאך די חתונה, און אמאל דעם וועם מען מיינט אז ער גייט בלייבן לערנען - שטעלט זיך ארויס אז נישט.


אויך איז וויכטיג מען זאל זיך אינטערעסירן אויב דער בחור האט א מורה דרך, אויב ער איז זיך מכניע פאר אן ערליכער רב, ער פרעגט זיינע שאלות און ער פאלגט.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייער שידוך. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; נישטא נאך עפעס וואס מען קען טון אויסער תפילה, תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, בעטן די פאר ווערטער דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג"; נאר מיט תפילה קען מען פועל'ן א שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1935 - וואס טו איך אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, טעלעפאן, חברים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, עס איז מיר זייער מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן וואס צו טון אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך זייער אכטונג איר זאלט נישט אנקומען צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות רחמנא לצלן. איר דארפט נישט אפהאקן די פריינדשאפט, מען קען ווייטער בלייבן פריינד אבער נישט קוקן אינעם טעלעפאן קיין שום זאך, אפילו נישט שלעכטע זאכן.


א רחמנות אויף אונזער דור, עס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות; יונגע קינדער פאלן אראפ נאך איידער זיי באקומען דעת, יונגערהייט ווערט מען צוגעקלעבט צום טעלעפאן און נאכדעם האט מען שוין נישט די אויסוואל, מען קען שוין נישט אויסוועלן צו זיין גוט, מען איז שוין צוגעקלעבט צו קוקן און זיך שרייבן נישט גוטע זאכן.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון שלעכטס, געב מיר כח צו קענען היטן מיינע אויגן און מיין מחשבה, געב מיר כח נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך נישט גוטע זאכן, העלף מיך און מיינע דורות אלע זאלן בלייבן ביי די אמונה".


נאר מיט תפילה און אסאך התבודדות קען מען בלייבן ערליך און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1934 - זאל איך מאכן א גרויסע סיום ביים ענדיגן די פערטע מאל ש"ס?
כיבוד אב ואם, משפחה, סיום, סיום הש"ס, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, צום פערטן מאל.


איך האב געוואלט פרעגן וואס איך זאל מאכן פאר די סיום? זאל איך מאכן עפעס קליין ביי מיר אינדערהיים, אדער איז יא כדאי צו מאכן עפעס גרעסער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט די הייליגע תורה, דו לערנסט גמרא, און דו האלסט שוין ביי די פערטע מאל ענדיגן גאנץ תלמוד בבלי.


מאך א סיום אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, דאס וועט אריינלייגן אין זיי א חשק צו לערנען תורה. זיי וועלן געדענקען זייער גאנץ לעבן אז לערנען איז גוט, לערנען איז טייער, זיי וועלן אויך לערנען און מאכן סיומים.


אויך קענסטו רופן דיינע עלטערן, דאס וועט זיי צוגעבן געזונט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים, רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער מאכט געזונט די עלטערן; ווען עלטערן זעען די קינדער לערנען און פירן זיך מיט יראת שמים - דאס געבט זיי צו א שטיק געזונט, דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1933 - ווי אזוי זאגט מען דעם הדרן, ווען מען ענדיגט א מסכתא צוויי מאל?
סיום, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב מען ענדיגט א מסכתא צוויי מאל אויפאמאל, למשל אז איך לערן יעדע בלאט צוויי מאל, אויב דארף מען זאגן צוויי מאל הדרן עלך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, די הייליגע גמרא, און דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין די מסכתא.


מוהרא"ש ברענגט פון פריערדיגע אז "מסכת" איז די אותיות: "כ"ת ס"מ", מיטן לערנען גמרא און מאכן א סיום אויף א מסכתא איז מען מכניעה זיין כח; ווייל די סטרא אחרא און די קליפות ווערן אויס דורך לימוד התורה, בפרט לימוד גמרא. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


מען קען זאגן "הדרן עלך מסכת ... ב' פעמים", אדער קען מען צוויי מאל מסיים זיין די מסכתא און באזונדער זאגן די תפילה פון הדרן עלך, און אזוי אויסרייסן די טומאה וואס וויל נישט מען זאל מאכן א סיום, אזוי ווי עס איז מרומז אין זיין טמא'נע נאמען: ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1932 - מעג איך פארן קיין ארץ ישראל ווען יעצט איז דארט א מצב מלחמה?
צרות, סכנה, ארץ ישראל, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר וואוינען אין אייראפע, און מיר האבן א נאנטע משפחה חתונה אין ארץ ישראל אין בערך צוויי חדשים ארום, אבער אזוי ווי דער מצב אין ארץ ישראל איז דערווייל נישט זיכער, עס איז א מצב מלחמה, האב איך געוואלט פרעגן אויב מען מעג הלכה'דיג אהינפארן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קענסט פארן קיין ארץ ישראל.


וואו איז דען נישט קיין סכנה? איבעראל דארף מען רחמי שמים; אין חוץ לארץ איז מען גארנישט פארזיכערט, אידישע קינדער זענען אזוי ווי א שעפעלע צווישן זיבעציג פארציקנדע וועלף, וואס בדרך נס בלייבט די שעפעלע גאנץ, דער אייבערשטער היט אונז. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנחומא תולדות, סימן ה) אַדְרִיָּאנוֹס האט געזאגט פאר רבי יהושע: "גְּדוֹלָה הַכִּבְשָׂה הָעוֹמֶדֶת בֵּין שִׁבְעִים זְאֵבִים", די שעפסעלע וואס שטייט צווישן די זיבעציג וועלף איז זייער גרויס און שטארק; ער האט געוואלט אויסלויבן די אידן אז אידן מוזן זיין זייער א שטארקע פאלק, אז מיט דעם וואס אלע פעלקער ווילן איר אויסרייסן, אזוי ווי וועלף וואס ווילן פארציקן א שעפעלע, איז די שעפעלע נאכאלץ דא, "אָמַר לוֹ", האט רבי יהושע אים געזאגט: עס האט נישט צוטון מיט אונזער שטארקקייט, "גָּדוֹל הוּא הָרוֹעֶה שֶׁמַּצִּילָהּ וְשׁוֹמְרָהּ וְשׁוֹבְרָן לְפָנֶיהָ", דער פאסטוך איז א שטארקער, דער פאסטוך היט איר; דער אייבערשטער היט די אידישע פאלק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1931 - מוז מען זאגן "סיפורי מעשיות" פונקטליך אזוי ווי עס שטייט?
אחדות, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, תפילה והתבודדות, בית המדרש, היכל הקודש, שלום, סיפורי מעשיות, נערווען, גבאי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב די זכיה צו זיין א גבאי אין איינע פון די בתי מדרשים היכל הקודש, איך לערן נישט פאר, דער אנדערער גבאי לערנט פאר, און ווען ער לערנט פאר סיפורי מעשיות איז ער זייער מקפיד (נישט אין א שלעכטע וועג, נאר פאר מיר קראצט עס אין אויער) צו זאגן פונקטליך די אידישע לשון פון סיפורי מעשיות, אסאך מאל וועט ער אפילו איבערזאגן א ווארט צוויי דריי מאל שטייטערהייט צו מאכן זיכער אז ער האט גוט געזאגט דאס ווארט.


וויל איך פרעגן אויב עס איז דא א ענין צו פונקטליך ארויסזאגן יעדעס ווארט אזוי ווי עס שטייט? אדער אויב עס שטייט א ווארט וואס קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, אדער ווען אין די היינטיגע אידיש זאגט מען דאס ווארט אביסל אנדערש, מוז מען עס זאגן פונקטליך אזוי ווי עס שטייט? אדער צום ביישפיל די ווערטער, "כנ"ל, הנ"ל, דהיינו, מחמת", און דאס גלייכן, מוז מען דאס זאגן ווי עס שטייט?


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס דארף דיך נישט שטערן די זאכן, דו פארלייג זיך אויף איין זאך, עס זאל זיין ליבשאפט אין שול, און אז דו ווערסט נערוועז פון עפעס - זאלסטו צוריקלויפן אין פעלד שרייען: "אייבערשטער וואס גייט מיך אן דאס, וואס גייט מיך אן יענץ? איך בין דאך א גאסט, איך גיי נאך אביסל זיין א גוסס, א נפטר - וואס איז מיט מיר? וואס ווער איך נערוועז פון יעדע זאך?!" טייערער ברודער, איין עצה איז דא, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן; אים דערציילן די אלע נערווען זאכן, די אלע נארישקייטן וואס שטערט.


דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש האט מיט אונז גע'חזר'ט טויזנטער מאל אין די בריוו, די ווערטער וואס דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב אויפן וועג זיך צו באזעצן אין אומאן, און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן; אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים טיר, ער האט געהאלטן די האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צוזאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין (חיי מוהר"ן, סימן קפה).


אין די לעצטע בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן אין שפיטאל פאר אונז אפאר שעה פארן הסתלקות, האט ער געשריבן: "עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט"; האלט די ווערטער פאר דיינע אויגן, וועסטו נישט נערוועז ווערן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1930 - א גוטער וואס פאלט אמאל אראפ, אדער א שלעכטער וואס טוט אמאל גוטס?
התחזקות, תשובה, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די עצות און חיזוק אויפ'ן לעבן וואס רינען ארויס פון די שיעורים, פון די בריוו, און פון די טייערע חברים תלמידי היכל הקודש.


איך וויל פארשטיין וואס איך בין באמת, בין איך א שלעכטער מענטש מיט שלעכטע מחשבות, וואס טוט אויך תורה און מצוות? אדער בין איך באמת א גוטער מענטש, וואס פאלט נאר אראפ אין שלעכטע זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עכט ביסטו א וואוילער און א גוטער, אזוי גייט עס ווען מען דינט דעם אייבערשטן, מען דארף דאס אלץ אריבערגיין. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודות השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל, רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודות השם און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפ גיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפגעפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה.


עכט ביסטו א גוטער מענטש, נאר פון הימל איז א תענוג און הנאה צו זען ווי עס קומט אריין אין דיר נאכאמאל שלעכטע מחשבות און ווי דו שטארקסט זיך אויף זיי. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שם, סימן רלג): "כְּשֶׁמִּתְגַּבְּרִים עַל הָאָדָם מַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת וְהִרְהוּרִים וְהוּא מִתְחַזֵּק וּמִתְגַּבֵּר עֲלֵיהֶם וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם, יֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִזֶּה, וְהוּא יָקָר מְאֹד בְּעֵינֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווען א מענטש טראכט נישט גוטע מחשבות און ער שטארקט זיך אויף די מחשבות און איז זיי מנצח, האט דער אייבערשטער א גרויסע תענוג און נחת רוח פון אים, "כְּמָשָׁל שֶׁיֵּשׁ אֵצֶל הַמְּלָכִים, לִפְעָמִים בְּיוֹמָא דְּפַגְרָא הֵם מַנִּיחִין כַּמָּה חַיּוֹת שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה, וְהֵם עוֹמְדִים וּמִסְתַּכְּלִים, וְיֵשׁ לָהֶם תַּעֲנוּג גָּדוֹל מִן הַנִּצָּחוֹן", אזוי ווי עס איז דא ביי די קעניגן, אין געוויסע טעג ברענגען זיי חיות זאלן זיך קריגן איינער מיט'ן צווייטן, אלע שטייען און קוקן ווער עס גייט מנצח זיין, זיי האבן א גרויסע תענוג ווען די חיות זענען מנצח איינער דעם צווייטן, "כְּמוֹ כֵן מַחֲשָׁבוֹת קְדוֹשׁוֹת הֵם חַיּוֹת טְהוֹרוֹת וּמַחֲשָׁבוֹת רָעוֹת הֵם חַיּוֹת טְמֵאוֹת", אזוי איז מיט די מחשבות פונעם מענטש, די מחשבות פונעם מענטשן זענען אזוי ווי חיות, גוטע מחשבות זענען אזוי ווי טהור'ע חיות און שלעכטע מחשבות זענען אזוי ווי טמא'נע חיות, "וּמַנִּיחִים בְּכַוָּנָה מִלְּמַעְלָה שֶׁיְּנַצְּחוּ זֶה עִם זֶה", מען ברענגט די שלעכטע מחשבות פון אויבן זיך צו קריגן מיט די גוטע מחשבות, "וְיֵשׁ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא תַּעֲנוּג גָּדוֹל כְּשֶׁהָאָדָם מִתְגַּבֵּר עַל הַחַיּוֹת טְמֵאוֹת וּמְנַצֵּחַ אוֹתָם", דער אייבערשטער האט א געוואלדיגע תענוג און נחת רוח ווען מען שטארקט זיך אויף זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1929 - מעג מען זיך אויס'משל'ן א געשטאלט פונעם אייבערשטן?
אמונה, שמחה, מחשבות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, איך און מיין ווייב האבן זייער הנאה און באקומען חיזוק אסאך פון די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס מיר הערן ביי די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א.


מיין ווייב האט מיר נאר געזאגט אז זי האט א פראבלעם אז ווען זי טראכט פונעם אייבערשטן, האט זי א פאנטאזיע אין קאפ ווי אזוי דער אייבערשטער זעט אויס, עפעס אזוי ווי א געשטאלט פון א קעניג אויף פייער. איך וואלט געוואלט וויסן אויב עס איז א פראבלעם צו טראכטן אזוי, און אויב איז עס א פראבלעם, וואס איז די עצה אויף דעם?


איך האף אז דער ראש ישיבה וועט ענטפערן אויף מיין שאלה, ווייל עס שטערט איר זייער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט זיך אויסמאלן א געשטאלט וכו', ווייל דער אייבערשטער איז נישט קיין געשטאלט.


געב דיין ווייב צו זאגן די אני מאמינ'ס, זי זאל דאס חזר'ן - אזוי וועט ארויסגיין די מחשבות.


די בעסטע עצה צו פטור ווערן פון נישט גוטע מחשבות - איז דורך שמחה; ווי מער מען פרייט זיך מיט די מצוות וואס מען טוט און מיט 'שלא עשנו גוי' - פאלן אוועק אלע קליפות וואס דאס איז די נישט גוטע מחשבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1928 - גיין מיט ציצית, ווען מ'ווייסט אז עס גייט פסול ווערן פון די ארבעט?
קדושה, פרנסה, מנהגים, סגולות, ציצית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל נאכאמאל זיך באדאנקען פאר אלע שיעורים, ווען איך בין ביי די ארבעט הער איך כסדר אויס די שיעורים, אנשטאט אויסצוהערן נייעס און אנדערע שטותים.


אזוי ווי מיין ארבעט איז מיט בויען און דאס גלייכן, מאכט זיך כסדר אז מיינע קליידער ווערן שנעל צעריסן און ווערן זייער שמוציג, און דעריבער גיי איך נישט מיט ציצית ביי די ארבעט. איך שפיר אבער אז עס איז נישט ריכטיג, איך וויל יא גיין מיט ציצית אויך ביי די ארבעט, מיין שאלה איז נאר אויב מען מעג אנטון ציצית ווען איך ווייס אז לכאורה גייט די ציצית ווערן פסול, און מען וועט עס נישט קענען מער נוצן, נאך איין חודש אדער ווייניגער. איך ווייס אז דאס וועט פאסירן צוליב די סארט ארבעט וואס איך טו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס הייסט נישט גיין ציצית? ביים ארבעט דארף מען אויך גיין ציצית; קענסט אריינלייגן די ציצית אונטערן העמד עס זאל זיך נישט צערייסן, און אז די ציצית ווערט שמוציג ביים ארבעט - קענסטו האבן א באזונדערע ציצית פאר די צייט פון ארבעט, אבער זיכער זאלסטו גיין מיט ציצית א גאנצן טאג.


אויסער די גרויסע מצוה פון ציצית - איז דאס אויך א שמירה פאר ניאוף. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ז) אז ציצית איז א שמירה פאר ניאוף. אויך איז מען זוכה צו קבלת פני השכינה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות פרק א, הלכה ב): "וראיתם אותה אין כתיב כאן, אלא וראיתם אותו, מגיד שכל המקיים מצות ציצית כאלו מקבל פני שכינה", ווער עס קוקט אויף די ציצית איז זוכה ורואה פני השכינה.


אונזער מנהג איז, מיר מאכן א ברכה באזונדער אויפן טלית קטן און באזונדער אויפן טלית גדול; מען פרייט זיך, מען קושט די ציצית, און מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף די זכיה צו קענען גיין מיט די הייליגע טלית קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1927 - געענדיגט די אכצנטע מאל משניות, ברוך ה'
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיינע שיעורים, עס איז מיר ממש מחזק.


איך וויל זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיר מחזק זיין צו לערנען תורה, איך האב ברוך ה' געענדיגט די וואך די אכצנטע מאל משניות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיר אזוי מחי' געווען, איך האב אזא הנאה צו הערן אז דו לערנסט פלייסיג, דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו), האסט מסיים געווען די אכצנסטע מאל ששה סדרי משנה.


מוהרא"ש זאגט, משנה איז די שטערקסטע זייף וואס וואשט די נפש, רוח, נשמה – פון עבירות און פגמים. דורך לערנען און זאגן משניות – ווערט מען זייער ריין.


בעט דעם אייבערשטן אויף שמחה, דאס זאל זיין דער עיקר פון דיינע תפילות: "רבונו של עולם, מאך מיך פרייליך, מאך מיך צופרידן, איך זאל זען נאר דאס גוטס פון יעדע זאך".


 

#1926 - וואס טוט מען ווען א קינד קריכט נישט געהעריג?
חינוך הילדים, רפואה, קינדער, תפילה והתבודדות, טערעפי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אונזער טאכטער איז שוין א יאר און צוויי חדשים, געזונט און שטארק ברוך ה', אבער זי קריכט נישט אויף די הענט און פיס, זי רוקט זיך נאר זיצעדיגערהייט, און זי קען אויך שטיין אליין.


מענטשן וואס טוען אין דעם ענין פון די אנטוויקלונג פונעם קינד, האבן געזאגט פאר מיין ווייב אז דאס קריכן אויף פיר העלפט פאר די אנטוויקלונג פונעם מח, און ס'איז נישט ראטזאם אז א קינד זאל איבערהיפן דעם שטאפל אין לעבן, פון קריכן אויף די הענט און פיס.


די שאלה איז אויב מיר זאלן נעמען דאס קינד צו א פלאץ וואו מען ארבעט אויף די סארט זאכן? וואס ווי פארשטענליך קאסט עס אויך א שיינע סומע געלט, אדער זאלן מיר איר לאזן זיך אליין אנטוויקלען אויף איר אייגענע וועג, אן זיך אריינמישן פון אינדרויסן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מאכט נישט אויס אויב א קליין קינד קריכט אויף אלע פיר פיס אדער עס ריקט זיך פון איין פלאץ צום צווייטן פלאץ אזוי זיצעדיג; עס זענען דא קינדער וואס קריכן, און קינדער וואס ריקן זיך אזוי וכו', עס פעלט נישט אויס צו טון דערוועגן, ווייל די וואס קריכן - זענען נישט מער אויסגעשארפט ווי די וואס קריכן נישט.


אז דו ווילסט דיין קינד זאל אויפוואקסן דאס בעסטע און שענסטע - זאלסטו יעדן אינדערפרי בעטן פאר דריי מינוט אויפן זייגער פאר זיי, וועלן זיי אויפוואקסן געזונט און ערליך. אזוי ווי מיר ווייסן די מעשה וואס מוהרא"ש האט אונז אזויפיל דערציילט, וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבא, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדֵי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד, וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם. לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּךְ נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1925 - ווי אזוי שטארקט מען זיך, נאכ'ן כאפן קלעפ פונעם אייבערשטן?
התחזקות, רפואה, חיזוק פאר פרויען, אמונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פון וואו נעמט מען די כוחות ווייטער אנצוגיין? אין די לעצטע האלבע יאר האב איך צוויי מאל אנגעהויבן ווארטן, און ביידע מאל פארלוירן לא עלינו. איך האב נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, איך ווייס אז אלעס וואס ער טוט איז גוט, פון וואו נעמט מען אבער די כוחות ווייטער אנצוגיין? פארוואס זאל איך וועלן נאכאמאל אנהייבן ווארטן? איך האב מורא נאכאמאל צו פארלירן. עס איז יסורי הגוף והנפש וואס קיינער קען נישט פארשטיין, מען קען עס פאר קיינעם נישט דערציילן, און מען דארף ווייטער אנגיין כאילו גארנישט האט פאסירט, און דאס קאסט אסאך אסאך כוחות. איך בין בסך הכל א קליין מענטשעלע מיט א הארץ פון פלייש, וויפל קען איך פארנעמען?


איך שרייב די בריוו און איך וויין, ביטע אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען אראפנעמען פון זיין טייערע צייט און מיר געבן אביסל חיזוק, ווייל איך קען נישט מער כאפן קלעפ.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קלעפ? ווער כאפט קלעפ? פארוואס זאלט איר דאס אנקוקן ווי קלעפ? דער אייבערשטער איז אזוי גוט, ער מאכט נאר גוט, ער היט דעם מענטש פון אזויפיל שלעכטס, און אנשטאט מיר זאל אים דאנקען - קוקן מיר אויף די חסדים ווי דאס איז קלעפ?!


אז איר האט צוויי מאל פארלוירן אין איין צי - איז דאס קלעפ? דאס איז רחמים וחסדים; וואס ווייסן מיר קליינע מענטשעלעך דרכי המקום ברוך הוא? וואס ווייסט איר וואס מען היט אייך אפ פון הימל? עס איז אלעס רחמים וחסדים גדולים.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די שיינע שטוב וואס איר האט, און ווי מער איר וועט דאנקען - וועט קומען נאך און נאך חסדים


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1924 - זאל איך ווייטער גיין אין מקוה?
תפילות אויף אידיש, נסיונות, מקוה, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרישער אינגערמאן, איך האב אלץ בחור אסאך געליטן פון פגם הברית רחמנא ליצלן, איך בין געלעגן טיף טיף אין בלאטע, אבער ברוך ה' נאך די חתונה האב איך זיך זייער שטארק פארבעסערט.


איך האב אבער איין גרויסע און ערנסטע פראבלעם, אז עס איז מיר זייער שווער צו גיין אין מקוה, ווייל עס א פלאץ וואו עס פאסירט אסאך מכשולות און נישט גוטע זאכן.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל נישט נכשל ווערן, אבער למעשה איז מיר עס זייער שווער. וואס זאל איך טון? זאל איך ווייטער גיין אין מקוה אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין אין מקוה, מקוה איז מטהר דעם מענטש; מאך א שנעלע מקוה, רעד נישט אין מקוה, און הייב נישט אויף דיינע אויגן אין מקוה.


מאך זיך א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אסאך פרקים משניות, משנה איז מטהר ומזכך את הנפש, עס איז משנה דעם מענטש, עס וואשט אפ און רייסט אוועק די שלעכטס. עס וועט דיר זיין שווער אין אנהויב צו פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל זינד און אזויפיל פוגם זיין בברית - פארלירט מען די כח פון זיך קענען קאנצעטרירן און פארשטיין לערנען, זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, נאר דו זאג די ווערטער פון משניות אפילו אן פארשטיין; ווייל אז מען זאגט אסאך משניות - באקומט מען מיט דער צייט א נייעם ריינעם מח, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין די הייליגע תורה.


גיי יעדן טאג אין מקוה, פארפאס נישט קיין איין טאג מקוה. די נסיונות הויבן זיך נישט אן אין מקוה, די נסיונות איז דא טאג און נאכט, און מקוה איז מטהר את הטמאים. קענסט גיין אין די צייט וואס עס איז ליידיג, אזוי וועט דיר עס זיין גרינגער, און אז דו ווילסט פטור ווערן פון די שווערע ביטערע נסיונות - זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות, גיי אין א שטילע פלאץ און גיס אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט: "רבונו של עולם העלף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד, עס איז מיר אזוי שווער, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך קען נישט טראכטן גראד, איך טראכט שלעכטס, הייליגער באשעפער, געב מיר כח זיך צו קענען היטן פון שלעכטע מחשבות, שלעכטע הסתכלות"; אזוי זאלסטו בעטן, ביז דו וועסט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1923 - איז וויכטיג צו מאכן א מצוה טאנץ ביי די חתונה?
שלום בית, חתונה, כיבוד אב ואם, שווער און שוויגער, מחלוקת, ספרי ברסלב, צדיקים, שלום, מנהגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר מיין שידוך, און פאר אלעס גוטס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געטון, און טוט אלץ פאר מיר.


ש'כח אייבערשטער אז מיין חתונה דערנענטערט זיך שוין, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. איך האב געוואלט פרעגן בנוגע די "מצוה טאנץ", אזוי ווי ביי מיין שווער פירט מען זיך אז מען מאכט נישט קיין מצוה טאנץ און ביי מיין טאטע איז מצוה טאנץ ממש אן עיקר, וויל איך פרעגן וואס איז דער ענין פון א "מצוה טאנץ", און אויב איך זאל בעטן מיין שווער אז מען זאל יא מאכן א מצוה טאנץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם ספר יום הנשואין, א הערליכע ספר פאר חתנים, ווי אזוי אויסצוניצן די הייליגע טאג, דעם יום החופה. מוהרא"ש האט זייער שיין אויסגעשטעלט דעם גאנצן טאג, פון אינדערפרי ביז ביינאכט, יעדע פרט הערליך שיין, א וועג ווי זיך צו פירן.


קוק אריין אין אות יז, וואו מוהרא"ש רעדט פון דאס גרויסקייט פון מצוה טאנץ, אז עס איז דא אין דעם העכערע סודות, רזי דרזין, סתרי נסתרות. מוהרא"ש זאגט דארט: "ואסור להקל בזה", מען טאר נישט אפלאכן פון דעם, "והמקל בזה", און דער וואס לאכט אפ פון דעם, "מקילין חייו", לאכט אפ פון זיין לעבן "רחמנא לשיזבן", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן, "כי כל ענין הרקודין עם הכלה נבנה על סודות עליונים", די גאנצע זאך פון טאנצן מיט די כלה איז געבויט אויף הייליגע העכערע זאכן.


מוהרא"ש זאגט (שם): "והמנהג שהחתן אוחז בידי הכלה", דער מנהג איז אז דער חתן כאפט אן די כלה, "בלי שום הפסק כלל", אן קיין צווישנשייד, "ועל ידי זה נעשה יחוד גמור בכל העולמות מעילא לתתא ומתתא לעילא", עס געשעען גרויסע זאכן אין אלע עולמות.


אודאי זאלסטו בעטן דיין שווער אויב ער קען דיר געבן די טובה דו זאלסט טאנצן מיט די כלה מצוה טאנץ, אויך אויב קענסטו האבן א צדיק ביי דיין חתונה זאל טאנצן לפני הכלה, אויך די עלטערן און די זיידעס זאלן טאנצן לפני הכלה. אז דו וועסט בעטן שיינערהייט, דו וועסט זיי געבן צו פארשטיין אז ביי ערליכע אידן איז דאס א גרויסע זאך - וועלן זיי זיך נישט עקשנ'ען, זיי וועלן עס נאכגעבן.


דער עיקר זאלסטו זיך פארנעמען יעצט ווען דו גייסט חתונה האבן נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, עס זאל דיך נישט מבלבל זיין קיין שום זאך פון די מחותנים; ווייל בדרך כלל ביי יעדע חתונה איז דא א געטואכץ צווישן די מחותנים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קל.): "ליכא כתובה דלא רמו בה תיגרא", נישטא קיין חתונה וואס מען קריגט זיך נישט דארט, דער סמ"ך מ"ם לאזט נישט עס זאל זיך בויען א שטוב, ער ברענגט אריין פיינטשאפט צווישן די מחותנים און דאס גייט איבער צו די קינדער, די חתן כלה - ביז זיי אליין הייבן אן זיך פיינט האבן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1922 - וואס טוט מען ווען דאס קינד איז א מחוצפת?
חינוך הילדים, סבלנות, סקול

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שכוח אייבערשטער, דורך די שכל און די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האב איך פארמיטן אין מיין קלאס א גאנצע פרשה פון א מחוצפת, נישט געפאלגט, ארויסשיקן, און אזוי ווייטער.


די מעשה איז געווען אזוי, אסאך מאל ביים דאווענען גיי איך ארום צו יעדע מיידל'ס טישל, אויב מ'איז נישט אויפגעמישט צו די גוטע פלאץ, מיש איך אויף, א מיידל וואס דאווענט שיין, זאג איך פששש! הערליך! און דאס גלייכן.


היינט קום איך אן צו איין מיידל'ס טיש, איר מאנטל און טאשקע ליגן אויף דער ערד, איך זאג איר: "גיי הענג שיין אויף דיין מאנטל און לייג די טאשקע אויף דיין בענקל", זי ווייזט מיר 'ניין' מיט איר אקסל, האב איך נאכאמאל שיין געזאגט: "הייב אויף דיינע זאכן און לייג עס אויפ'ן פלאץ", זי האט נאכאמאל געזאגט 'ניין'. איך האב איר געזאגט: "דא דארף מען פאלגן", זי האט עס אויפגעהויבן, אבער א מינוט שפעטער צוריק אראפגעווארפן, איך האב זיך אוועק געדרייט.


אזא מחוצפת! איך האב כמעט אפגעשטעלט דאס דאווענען און אנגעהויבן ווערן זייער שטרענג, ביז איך וועל אויספירן און זי וועט פאלגן, אבער גלייך דערמאן איך זיך פון די הונדערטער שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, אז איך גיי גיין שטערן א גאנצע קלאס אויב קיינער שטערט נישט. אבער זי פאלגט דאך נישט, וואס טו איך דא?


איך האב איר ארויפגערופן און געזאגט זי זאל מיך ווארטן אינדרויסן, איך קום ארויס און איך פרעג איר פארוואס זי וויל עס נישט לייגן ווי מען דארף. זאגט זי, ווייל נאכדעם פארגעסט זי עס אהיים צו נעמען. איך האב איר געזאגט אז מ'גייט טראכטן א גוטע עצה אז זי זאל יא געדענקען עס אהיימצונעמען, און זי איז צוריק אריין אין קלאס, צופרידן, די וואוילסטע מיידל.
ש'כח אייבערשטער. זי וואלט געקענט ווערן די גרעסטע מחוצפת, איך וואלט געהאט אזא שווערע טאג, און אלעס פאר אזא נארישקייט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר האט די זכיה צו זיין א לערערין; לערנען תורה, אמונה און יראת שמים מיט אידישע טעכטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:) אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "'וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים' אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת', א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס, פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א לערערין וואס לייגט אריין אין קינדער תורה, תפילה ויראת שמים.


געדענקט, קינדער זענען נישט שלעכט, קינדער זענען קינדער; פון איין זייט דארף מען פארלאנגען דרך ארץ, און אין די זעלבע צייט דארף מען געדענקען אז קינדער זענען קינדער, זיי ווילן אלע זיין גוט, און אז מען וועט זיי לאזן זיין גוט וועלן זיי אויסוואקסן זייער גוט, מען דארף זיי געטרויען זיי זאלן שפירן ווי זיי זענען ווערד און אז מען גלייבט אין זיי.


געדענקט, פאר די קינדער וואס דאווענען און פירן זיך ווי מען דארף - דארף מען אייך נישט האבן פאר א טיטשער, מען האט אייך אויפגענומען נאר פאר די קינדער וואס דאווענען נאכנישט און זענען לעבעדיג, זיי ווילן נישט מען זאל זיי איינטיילן ווי זיך צו פירן; פאר זיי זענט איר דא, מיט תפילה און מיט אביסל הארץ קען מען מיט יעדן איינעם מצליח זיין.


איידער איר גייט אין סקול צו לערנען מיט די קינדער זאלט איר זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן פאר יעדן קינד זאל מצליח זיין - וועט איר האבן אויסטערלישע הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1921 - וואס זענען די מנהגים ביים ניינטן חודש?
רפואה, קינדער, מנהגים, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט נאכאמאל פרעגן, אזוי ווי איך האב נישט באקומען קיין ענטפער, וואס זענען די מנהגים ביים ניינטן חודש? איז דא ביי אונז ספעציעלע מנהגים וואס מען דארף טון? דער מאן דארף עפענען דעם ארון קודש? אדער איז דא נאך זאכן וואס מיר דארפן וויסן?


איך וויל נישט שטערן דעם ראש ישיבה שליט"א, אבער תורה היא וללמוד אני צריך, איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז קענען ענטפערן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די מנהגים פון די ניינטע חודש אין ברסלב איז איין זאך: "דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא, און בעטן אויף ווייטער".


אלעס אנדערש איז פיין און וואויל, אבער דאס איז דער עיקר - דאנקען און לויבן, און בעטן אלעס זאל גיין בנקל ובנחת.


עס איז דא א גוטער מנהג אז מען גייט פתיחת הארון אין די ניינטע חודש, אבער דער עיקר איז - האלטן קאפ וואס איז עיקר און וואס איז אויך גוט; דער עיקר איז נוצן די מויל אויף דאנקען און לויבן, און בעטן.


די מנהגים איז נישט נאר אין די ניינטע חודש; אויך אין די אכטע חודש, אויך אין די זיבעטע און אזוי ווייטער.


נישטא וואס צו וויסן און נישטא וואס צו זארגן, עס קומט די מינוט און מען באקומט א מתנה פון אייבערשטן, א קינד; אן וויסן און אן זיך לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1920 - זאל איך זיך גט'ן איידער איך אנטלויף?
לימוד התורה, תשובה, עבירות, גט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיין מח איז שוין אינגאנצן פארברענט פאר אלע שלעכטס וואס איך האב געטון, וואס מ'האט געטון צו מיר, און וואס איך האב אלץ געזען.


איך האלט שוין ביי א מצב וואס איך וויל אלעס אפלאזן, אנטלויפן, און טון וואס מיין הארץ ציעט מיר.


אפשר לוינט זיך שוין ענדערש זיך צו גט'ן איידער איך אנטלויף?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואו וועסטו אנטלויפן? נישטא וואו צו לויפן, האסט איין ברירה: אנטלויפן צום אייבערשטן, זיך גוט אויסוויינען צו אים, גיין אין א שטילע פלאץ און דערציילן אלעס וואס איז אויף דיר אריבער און אלעס וואס גייט אויף דיר אריבער.


חס ושלום זיך גט'ן, חס וחלילה גיין צעברעכן א שטוב; וואס מיינסטו, עס וועט דיר זיין גרינגער נאכן זיך גט'ן? עס וועט דיר זיין אזוי ביטער אז דו וועסט זיך נעמען דאס לעבן השם ישמרינו.


איך בעט דיר זייער, אז דו ליידסט, עס ברענט אין דיר דער יצר הרע, עס פלאקערט אין דיר א פייער פון עבירות - זאלסטו דאס פארלעשן מיט וואסער, "אין מים אלא תורה" (עיין תענית ז.); נעם א משניות און זאג פרקים משניות, נעם דעם רבינ'ס עצה - וועסטו קענען ארויסקריכן פון דיין בלאטע. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם, רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס דו האסט, און זיי שטארק מיט התבודדות ותפילה - וועסטו פטור ווערן פון די אלע שלעכטע מחשבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1919 - ווארטן צו געבן וואקסינען פאר די קינדער ווען זיי הויבן אן גיין אין שולע?
רפואה, קינדער, סקול, וואקסינען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל שוין יעצט געבן שאטס פאר מיין טאכטער? אדער קען איך ווארטן אביסל ביז פאר זי גייט אין סקול?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס האט שאטס מיט סקול? שאטס געבט מען פאר געזונט, נישט ווייל מען זאל קענען שיקן די קינדער אין סקול; וואלט ווען שאטס געווען נישט קיין געזונטע זאך - וואלט מען ווען נישט געטארט דאס געבן פאר די קינדער, אפילו די מוסד פארלאנגט דאס.


מיר פירן זיך צו געבן שאטס אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט, אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינא אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זערא; עס קען אפילו אראפגיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זערא) - דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו' (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).


מוהרא"ש שרייבט קלאר (שו"ת ברסלב חלק לב, מכתב ג' תתקפב): "וְלָכֵן מֻכְרָחִים לְחַסֵּן אֶת הַיְלָדִים כְּשֶׁהֵם קְטַנִּים נֶגֶד כָּל מִינֵי מַחֲלוֹת וָחֳלָאִים רָעִים שֶׁנִּמְצָאִים וְכוּ'", מען מוז געבן שאטס פאר די קינדער ווען זיי זענען קליין קעגן אלע שלעכטע קרענק וכו', "וְאָסוּר לִהְיוֹת חָכָם בְּעֵינָיו", און נישט זיין קיין אויבער חכם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1918 - זאל איך פארהאלטן מיין שווער וואס טשעפעט מיין ווייב וועגן אומאן?
אומאן, שלום בית, שווער און שוויגער, מחלוקת, ראש השנה, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אויף אלע חיזוק וואס מיר באקומען פון די בריוו אין עצתו אמונה, און פון די געוואלדיגע שיעורים, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען קיין היכל הקודש, און איך בין זוכה זיך צו דרייען אין דעם ליכטיגן גן עדן. איך האב ברוך ה' זוכה געווען, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, צו ענדיגן ששה סדרי משנה צום צוועלפטן מאל, איך האב אויך אנגעהויבן א סדר צו לערנען די אלע פופצין שיעורים וואס מוהרא"ש זי"ע האט אוועקגעשטעלט, און מיין לעבן איז ברוך ה' גענצליך געטוישט געווארן צום גוטן, אלעס אין זכות פון דעם הייליגן פלאץ. אויסער דעם בין איך ברוך ה' זוכה אויך צו מאכן הפצה מיט די קונטרסים און די גליונות פון היכל הקודש, איך פרוביר אויך ארויסצוהעלפן די מוסדות היכל הקודש פון דאהי, און יעצט האב איך זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה.


איך האב עטליכע שאלות וואס מוטשען מיך, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן צייט מיר צו קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין.


מיין ווייב האט ברוך ה' מסכים געווען איך זאל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, איך פיר זיך אויף צו איר זייער שיין ברוך ה' דורכאויס די גאנצע יאר, אויך מיין שווער האט גארנישט גערעדט שלעכט קעגן דעם וואס איך פאר קיין אומאן, דעם פראבלעם האט זיך אבער אנגעהויבן ווען איך בין צוריק געקומען אהיים. מיין ווייב דערציילט מיר אז די גאנצע וואך וואס זי איז געווען ביי אירע עלטערן, האט מען איר כסדר פארשעמט און געטשעפעט, מען האט נישט אויפגעהערט צו רעדן צו איר קעגן ברסלב, און דאס האט איר זייער וויי געטון. וואס דארף איך יעצט צו טון? זאל איך אויפמערקן און פארהאלטן מיין שווער, פארשטייט זיך אויף אן איידעלן אופן, אז ער זאל נישט טשעפען מיין ווייב און נישט מאכן קיין מחלוקת, אדער איז בעסער צו בלייבן שטיל און גארנישט זאגן?


צווייטנס האב איך געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך בין יעצט אין שנה ראשונה, איך בין געווען אין כולל ביז יעצט, אבער איך האב עס זייער נישט געגליכן. יעצט האט מען מיר פארגעשלאגן א מלומדות פאסטן, און איך האב עס אנגענומען. מיין שווער איז נישט אזוי פרייליך מיט דעם, דארף איך דאס אפלאזן, ווייל ער זאגט מיר גארנישט וועג דעם, אבער דא איז די זעלבע זאך, ער טשעפעט מיין ווייב וועגן דעם. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נישט קיין איין שלעכט ווארט פאר דיין שווער, זאג אים נאר דאנק ווערטער, לויב אים און דאנק אים, זאג אים א יישר כח פאר אלעס; אזוי וועט ער דיר נישט מאכן קיין פראבלעמען, און פאר דיין ווייב זאלסטו קויפן א שיינע מתנה לכבוד יום טוב און איר דאנקען אז זי האט דיר געלאזט גיין אויף אומאן.


א שווער - און אזוי אויך א טאטע - דארף מען זייער מכבד זיין; חס ושלום טענה'ן, חס ושלום פארהאלטן, און אז זיי געבן א פסק, זיי זאגן מוסר - דארף מען דאס מקבל זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און אז זיי ווילן נישט מען זאל פארן צום הייליגן רבי'ן - ענטפערט מען נישט, מען טענה'ט נישט און מען מאכט נישט חוזק; מען הערט אויס מיט דרך ארץ, און נאכדעם אז מען האט די זכיה איבער צו קומען די מניעות - פארט מען צום רבי'ן.


רבי נתן זאגט: "דאנקען גאט אז יום כיפור איז נאך ראש השנה", אז מען איז געפארן קיין אומאן און מען האט זיך צעקריגט, און אז עס קומט יום כיפור - בעט מען זיך איבער און מען מאכט שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#1917 - וואס זאל איך יעצט לערנען ווייטער?
לימוד התורה, משניות, תיקוני זוהר, לקוטי מוהר"ן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך האב זוכה געווען צו ענדיגן די 34'סטע מאל משניות, און די זעקסטע מאל תיקוני זוהר, און די אכטע מאל ליקוטי מוהר"ן. ברוך ה'.


איך האב געוואלט פרעגן דער ראש ישיבה שליט"א וואס איך זאל לערנען ווייטער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט אזוי פלייסיג די הייליגע תורה, דו לערנסט משניות, תיקונים מיט ליקוטי מוהר"ן; האסט שוין אזויפיל מאל מסיים געווען די הייליגע משניות, תיקונים און ליקוטי מוהר"ן.


שטארק זיך צו לערנען ווייטער דיין גאנץ לעבן די דריי שיעורים, מאך זיך שיעורים אין אנדערע ספרים אויך, אבער די דריי שיעורים זאלסטו נישט אפלאזן דיין גאנץ לעבן; הלואי זאלסטו מסיים זיין יעדע חודש ששה סדרי משנה, תיקונים און ליקוטי מוהר"ן. מוהרא"ש האט זייער אסאך געשריבן פאר די בחורים און אברכים אין יבניאל, זיי זאלן לערנען און ענדיגן יעדע חודש ששה סדרי משנה, תיקוני זוהר און ליקוטי מוהר"ן, ווייל די דריי לימודים האבן א ספעציעלער כח צו רייניגן און זויבערן די נפש רוח ונשמה.


לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות. עס איז באוויסט אז דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, א מגיד פון הימל פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים בזכות וואס ער פלעגט גורס זיין אסאך פרקים משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות און אמאל מער, איך וועל דיר אראפברענגען איינס פון די פילע לשונות אינעם ספר מגיד מישרים (משלי סימן כג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", און נאכדעם האט זיך דער מגיד צו אים באוויזן.


משניות ראטעוועט פון אלעם שלעכטס, סיי אויף די וועלט און אויך אויף יענע וועלט, עס ראטעוועט מדינה של גיהנום. אזוי ווי דער הייליגער חיד"א זאגט (עיין מורה באצבע סימן ב, אות מב): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם", אשר בן יעקב זיצט ביים טיר פון גיהנום, "וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", ווער עס האט געלערנט משניות לאזט ער נישט אריין אין גיהנום; דער חיד"א טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', אשר בן יעקב - זיין זאך איז משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", ווער עס לערנט משניות וועט ער אים געבן גן עדן.


נאכדעם זאלסטו לערנען יעדן טאג תיקוני זוהר. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפה): "דער ספר תיקונים איז זייער א הויכע ספר, זייער א הייליגע ספר. עס איז אמאל געקומען א איד צום הייליגן אריז"ל, ער האט אים געבעטן אז ער דארף א תיקון, ער איז אראפגעפאלן אין זייער שלעכטע מעשים רחמנא לצלן; האט אים דער אריז"ל געזאגט: "לערן יעדן טאג פינף דפים תיקונים, דאס וועט דיך מתקן זיין, דאס וועט דיך רייניגן". הלואי אז דו קענסט דאס ענדיגן יעדע חודש; אז מען לערנט יעדן טאג בערך צען צוועלף בלאט (פון די היינטיגע דפים) איז מען מסיים יעדע חודש דעם ספר התיקונים.


ועל כולם לערן אסאך ליקוטי מוהר"ן יעדן טאג. דער הייליגער ספר וועט דיך מאכן בענקען צום אייבערשטן, דו וועסט לעבן מיט תשובה און מעשים טובים. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן. "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ, ואמר בזו הלשון: 'סע וועט אים אלע אדערן טרענען'", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען ליקוטי מוהר"ן, אין אנהויב וועסטו אפשר נישט פארשטיין יעדע זאך, אבער עס דארף דיך נישט שטערן, דו זאג די ווערטער, און ביים סוף, נאך אפאר מאל - וועסטו אנהויבן צו פארשטיין.


די דריי לימודים זאלסטו לערנען יעדן טאג, און פרובירן צו מסיים זיין יעדן חודש. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג חומש רש"י איינגעטיילט אויפן וואך, יעדן טאג אביסל. אויך לערן גמרא, סיי די בלאט גמרא און סיי נאך א שיעור ש"ס כסדרן. אויך זאג א יום תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


דא האסטו א לוח צו ענדיגן יעדן חודש ליקוטי מוהר"ן


 







ביז סימן




פון סימן




טאג






ו




א




א






ט




ו




ב






יג




ט




ג






יח




יג




ד






כא




יח




ה






כג




כא




ו






כט




כג




ז






לב




כט




ח






לח




לב




ט






מט




לח




י






נה




מט




יא






נז




נה




יב






סא




נז




יג






סד




סא




יד






סו




סד




טו






ע




סו




טז






עט




ע




יז






קו




עט




יח






קנא




קו




יט






קצא




קנא




כ






רמו




קצא




כא






א (חלק ב)




רמו




כב






ה




א




כג






ח




ה




כד






יז




ח




כה






מט




יז




כו






עב




מט




כז






פג




עב




כח






הסוף




פג




כט






כל השיחות ממעלת תורתו שנדפס בסוף הספר




ל







 

#1916 - איז טאקע געשמאק צו האבן אן איידעלע שטוב?
שלום בית, צניעות, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, אידישע שטוב, שמירת עינים, תכלית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


יישר כח פאר די הערליכע וועכנטליכע קונטרס "עצתו אמונה", איך ליין עס דורך פון אנפאנג ביז'ן סוף יעדע וואך באזונדער, איינמאל מ'הייבט אן קען מען עס נישט אראפלייגן, די בריוון זענען אזוי שיין.


איין בריוו האט מיך זייער איבערגענומען די וואך, די בריוו מיט'ן קעפל "די פייער בארואיגט זיך, מען הויבט אן זען די שיינקייט פון אן איידעלע שטוב", ווייל איך האב אויך זייער אסאך מאל וואס איין מינוט טראכט איך אז מיין ווייב זאל זיך טוישן איר איידעלע לבוש, און איין מינוט טראכט איך 'וואס פעלט עס אויס?' די בריוו האט ממש אריינגעשניטן אין מיר, ס'איז אזוי שיין געשריבן, אזוי הארציג, איך האב עכט געפילט ווי די בריוו איז געשריבן צו מיר פערזענליך.


נאכדעם די תפלה איז אזוי שיין, איך האב עס איבערגעזאגט מן הסתם צען מאל. און ביים סוף, די לעצטע שורה פון דעם בריוו: "העלף מיר איך זאל פלאקערן פאר דיר אייבערשטער, איך זאל אויסגיין פאר דיר", די בריוו האט מיך צושניטן, איך האב עס איבערגעליינט אפאר מאל. יישר כח נאכאמאל פאר אלע בריוון.


שכח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה טוט פאר אונז.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אן איידעלע ווייב, אן אשה כשרה; נישטא אין די וועלט עפעס בעסערס פארן מענטש, פאר זיינע דורות - ווי אן איידעלע ווייב און אן איידעלע מאמע פאר די קינדער. איידלקייט איז די שענסטע מתנה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע טעכטער.


זיי נישט מקנא די אלע וואס זייערע שטיבער זענען נישט איידל אוועק געשטעלט, עס איז דארט גארנישט דא; נישטא קיין שמחה, נישטא קיין ווייב, נישטא קיין מאמע, נישטא גארנישט. דו ווייסט נישט אלעס וואס טוט זיך אין די וועלט, צו מיר קומען צענדליגער און הונדערטער אינגעלייט וויינען אז זיי האבן גארנישט, זיי זאגן: "אלע זענען אונז מקנא, די בילד זעט אויס גוט, אבער מיר האבן נישט גארנישט", און דיקא די איידעלע שטיבער, די וואס לעבן באשיידן און פשוט, די ווייבער זענען געטריי פארן מאן און פאר די קינדער, די לעבן אינאיינעם; ווי פשוט'ער - אלץ איז מען מער געטריי, מען טוט רצון בעלה.


היט דיינע אויגן - וועט דיר גוט זיין; נאר אז מען היט די אויגן - האט מען שלום בית, נאר אז מען היט די אויגן, מען קוקט נישט אויף קיינעם - שפירט מען די גליק אין שטוב, און אויב חס ושלום מען איז מפקיר די אויגן - ווערט אויס שלום אין שטוב, די ליבשאפט גייט אוועק, מען הויבט אן מיט דמיונות, מען פארלירט די שמחה, די גליקליכקייט פון לעבן.


מאך זיך שיעורים אין גמרא, אין משניות און אין כל חלקי התורה, דאס וועט דיך גליקליך מאכן. תורה מאכט רואיג און צופרידן, נאר דער וואס לערנט - איז גליקליך און צופרידן. דער הייליגער רבי נתן זאגט: "די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט קריגן, תורה ותפילה איז יא און מען קען עס קריגן"; די וועלט נארט, און ווען מען מיינט מען האט דאס שוין - זעט מען אז מען האט גארנישט, מען לויפט נאך די וועלט אבער נישטא וואס צו דערגרייכן. אז מען לערנט און מען דאווענט - ווערט מען זאט, מען ווערט פרייליך, מען איז גליקליך און צופרידן.


אויך זאלסטו גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט און זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, גיס אויס דיין הארץ, דערצייל אים אלע דיינע מעשים, דיבורים און מחשבות, דערצייל אים ווי עס קאכט אין דיר און עס פלאקערט אין דיר א פייער פון דמיונות, און בעט אים: "רבונו של עולם איך וויל זיין פארקאכט פאר דיר, איך וויל פלאקערן פאר דיר, איך וויל נאר טראכטן פון דיר, לעבן מיט דיר און ברענען צו דיר".


דורך אסאך תורה און תפילה והתבודדות - וועט זיך אויסלעשן די נישט גוטע פייער און עס וועט זיך אנצינדן א פייער פון קדושה וטהרה.


נאכאמאל, דאנק דעם אייבערשטן פאר דיין איידעלע ערליכע שטוב און געב דיין ווייב גוטע ווערטער, שעץ איר איידלקייט, ווייל אן איידעלע באשיידענע פרוי איז די שענסטע זאך וואס איז דא אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#1915 - זאל איך בארגן געלט צו קויפן תפלין דרבינו תם?
חובות, פרנסה, הפצה, תפלין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, ספעציעל אין די יעצטיגע שווערע מצב דא אין ארץ ישראל.


פאר בערך אנדערהאלבן יאר צוריק האב איך באשטעלט פאר מיר תפלין דרבינו תם, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געזאגט, און איך האב אוועקגעלייגט געלט פאר דעם.


עטליכע חדשים צוריק בין איך אבער געווען אין גאר א געדרוקטע מצב, און איך האב גענוצט די געלט וואס איז געווען אוועקגעלייגט פאר די תפלין. למעשה בין איך נאכאלץ זייער געדרוקט אין געלט, און היינט האב מען מיך גערופן אז די תפלין איז גרייט פאר מיר, און יעצט דארף איך עס באצאלן.


וואס טו איך יעצט? זאל איך בארגן געלט פאר דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יא, בארג געלט צו קענען לייגן צוויי פאר תפילין, און זאלסט באצאלן צוביסליך.


איינער פרעגט מוהרא"ש (שו"ת ברסלב חלק כ, ב' תקא) ער האט אביסל געלט אדער צו קויפן תפילין דרבינו תם, אדער צו געבן פאר הדפסה, אדער פאר א חבר צו קומען קיין אומאן, וואס זאל ער טון, וואס איז דאס וויכטיגסטע? מהרא"ש ענטפערט: "איזו שאלה אתה שואל", וואס פאר א פראגע פרעגסטו? "הרי יש פוסקים שאומרים שמי שלא מניח תפילין דרבינו תם הוא בכלל קרקפתא דלא מנח תפילין", עס זענען דא פוסקים וואס זאגן, אויב מען לייגט נישט תפילין דרבינו תם איז מען א קרקפתא דלא מנח תפילין, "עד כדי כך זה חמור", אזוי הארב איז לייגן תפילין דריבנו תם, בפרט אז דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לייגן ביידע פאר תפילין, רש"י ורבינו תם, פון די טאג וואס מען האט בר מצוה, "ולכן למה אתה שואל איזו צדקה לתת קודם", איז וואס איז די פראגע 'וואס איז וויכטיגער?' "קודם צריכים לקנות לעצמו תפילין דרבינו תם", דאס ערשטע זאלסטו קויפן תפילין דרבינו תם, כי חבל על כל יום שאתה עובר ולא מניח תפילין דרבינו תם", ווייל עס איז א שאד יעדן טאג וואס גייט אריבער אן לייגן רבינו תם תפילין.


וואויל איז דעם וואס לייגט יעדן טאג ביידע פאר תפילין, וועט ער זוכה זיין צו אלע ברכות וישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.