שאלה אין קורצן ענין
#1914 - ווי איז מעגליך צוצוכאפן א זאך וואס באלאנגט פאר איינעם?
שידוכים, תפילה והתבודדות, אמונה, פירושים, השגחה פרטית

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די הערליכע שיעורים אין גמרא וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנעט פאר, דאס געבט מיר חשק צו לערנען גמרא.


איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס די גמרא זאגט (קידושין נ"ט.) רבין חסידא איז געגאנגען מקדש זיין א פרוי פאר זיין זון אלס שליח, און למעשה האט ער איר מקדש געווען פאר זיך אליין, ווייל זיי האבן נישט געוואלט געבן די טאכטער פאר זיין זון נאר פאר אים, און ער איז נישט געגאנגען קודם איינמעלדן פאר זיין זון אז ער גייט ער מקדש זיין פאר זיך, ווייל ער האט מורא געהאט אז אינצווישן וועט א צווייטער אויסכאפן דעם שידוך. איז מיר שווער געווארן ביים לערנען, ווי אזוי קען זיין אזא זאך אז מען זאל קענען אויסכאפן א שידוך, אלעס איז דאך אנגעשריבן פון הימל וואס עס באלאנגט פאר א מענטש, און א זאך וואס באלאנגט פאר אים וועט קיינער נישט קענען אוועקנעמען?


און די זעלבע זעט מען דארט ווייטער אין די גמרא אז איינע פון די אמוראים האט באקומען געלט צו קויפן א פעלד פאר א צווייטן, און למעשה האט ער עס געקויפט פאר זיך, אויך די זעלבע מעשה אז נאר ער האט עס געקענט קויפן, און ער האט נישט מודיע געווען פאר'ן צווייטן ווייל ער האט נישט געוואלט אז א צווייטער זאל עס דערווייל אויסכאפן. ווי אזוי איז שייך צוצוכאפן א זאך פון א צווייטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די ראשונים (ריטב"א במסכת מועד קטן, דף יח:) פרעגן די פראגע, ווי איז שייך אוועק צו נעמען פון איינעם א שידוך ווען אלעס איז דאך אנגעשריבן פון הימל? נאר זיי זאגן, אפילו עס איז אנגעשריבן א זיווג פאר איינעם פון הימל, קען קומען א צווייטער און מיט תפילה דאס אוועק נעמען. דער רבי זאגט אויך אזוי, (ספר המידות אות תפילה חלק ב', סימן י): "עַל יְדֵי הַתְּפִלָּה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת זִוּוּגוֹ הַנִּכְרָז בַּשָּׁמַיִם", דורך תפילה קען מען בייטן די שידוך וואס מען האט אויסגערופן אין הימל.


וואס מיר נעמען ארויס פון דעם אויף למעשה, די כח פון תפילה; תפילה איז אלעס משנה, תפילה בייט די טבע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפילה איז משנה די טבע.


וואויל איז דער מענטש וואס בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, גרויסע זאכן און קליינע זאכן, אלעס בעט ער נאר פונעם אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, וואויל איז אים בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1913 - ווי אזוי שטארק מען זיך, נישט צו הערן נייעס?
אמונה, פחדים, נייעס, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק אויף דעם ענין נישט צו הערן קיין נייעס? ווייל אפילו איך האב שוין א לאנגע צייט נישט נאכגעגאנגען אדער געהערט נייעס, קען איך אבער יעצט זיך נישט איינהאלטן, ווייל עס ציעט מורא'דיג מיטצוהאלטן די נייעס פון די מלחמה אין ארץ ישראל, אבער למעשה דערשרעקט עס מורא'דיג שטארק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט צו הערן און קוקן נייעס, ווייל ווי מער מען הערט די נייעס - פארגעסט מען אז דער אייבערשטער פירט אלעס און מאכט אלעס; נישט די לאנד און נישט דער פירער, נאר דער אייבערשטער אליין; ביז מען ווערט זייער דערשראקן.


חזר זיך אמונה - וועסטו נישט האבן קיין שרעק; "אין עוד מלבדו" - נעמט אוועק אלע שרעק, שרעק קומט ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות פחד, סימן כה): "כְּשֶׁשּׁוֹכְחִים אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵינָם נִשְׁעָנִים עָלָיו, עַל יְדֵי זֶה מִתְפַּחֲדִים מֵאֻמּוֹת", ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן ווערט מען דערשראקן פון פעלקער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1912 - איז דא אן עצה נישט מורא צו האבן פון די מלחמה?
פחדים, מלחמה, מוזיק

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין דא אין ארץ ישראל, יעדער איז זייער דערשראקן פון די מלחמה, אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן אן עצה נישט צו מורא האבן פון די מלחמה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך איבער צום אייבערשטן - וועט איר ניצול ווערן פון די פחדים. חזר'ט זיך אמונה, דער אייבערשטער - ער מאכט אלעס און פירט אלעס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן כא): "כְּשֶׁיֵּשׁ הַכְנָעָה, עַל יְדֵי זֶה אֵין מוֹרָא בְּמִלְחָמָה, כְּאִלּוּ הוּא יוֹשֵׁב בְּמָצוֹר", אז מען האט הכנעה פארן אייבערשטן - דעמאלט האט מען נישט מורא אין צייט פון מלחמה, מען איז אזוי זיכער ביי זיך אזוי ווי מען וואלט ווען געזיצן אין א פעסטונג.


צינדט אן אין שטוב לעבעדיגע מוזיק. דער רבי זאגט (שם אות פחד, סימן יא): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ פְּחָדִים, יְזַמֵּר זֶמֶר שֶׁל שִׂמְחָה", ווער עס האט שרעק זאל זינגען לעבעדיגע ניגונים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1911 - וואס קען מען טון פאר שרעקעדיגע חלומות?
פחדים, חלומות, מזוזה, ארץ ישראל, נייעס, מלחמה, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער נישט אויף חלומ'ען שרעקעדיגע חלומות, ווי אראבערס הרג'ענען מיך, און זיי לויפן מיר נאך און פארכאפן מיר. יעדע שלאף א פרישע חלום. וואס קען מען טון פאר שרעקעדיגע חלומות?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלעכטע חלומות קומען בדרך כלל אדער ווייל די מזוזות אין שטוב זענען נישט גוט, אדער ווען מען ליינט נישט קריאת שמע; דעריבער זאלסטו באקוקן די מזוזות פון שטוב און זען עס זאל זיין כשר, און אויך מקפיד זיין צו ליינען קריאת שמע דווקא אין א קריאת שמע ליינער בכוונה און מיט די פירוש המילות, אזוי וועסטו מער קיינמאל נישט חלומ'ען שלעכטע חלומות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נו.) וואס מען טראכט בייטאג - דאס חלומ'ט מען ביינאכט; יעצט ווען מען הערט די נייעס ווי די רוצחים, די פארציקנדע וועלף, די אראבער ימח שמם וזכרם - הרג'ענען אידן מיט די ערגסטע מיתות, און מען טראכט א גאנצן טאג פון דעם - דאס מאכט מען זאל זיך חלומ'ען ביינאכט פון דעם; דעריבער זאלסטו זיך נישט צוהערן צו קיין נייעס, און דו זאלסט חזר'ן אמונה אז דער אייבערשטער היט אונז, הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1910 - מעג א בחור לערנען זוהר הקדוש?
קינדער, בחור, זוהר הקדוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט איבער לימוד הזוהר פאר בחורים? מעגן בחורים לערנען זוהר הקדוש אדער נישט?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלן בחורים זיך צוגעוואוינען זאגן די ווערטער פון הייליגן זוהר, אויך קינדער זאל מען אויסלערנען זאגן די הייליגע ווערטער פון זוהר. מוהרא"ש ברענגט פון דעם הייליגן צדיק פון קאמרנא זכותו יגן עלינו (נוצר חסד אבות, פרק ד): "לו עמי שומע לי", הלואי זאל מען מיך אויסהערן, "בדור הרע הזה", אין דעם היינטיגן דור, "שהמינות גובר", וואס עס איז דא אזויפיל שלעכטס, "היה למדים עם תינוק בן תשעה שנים ספר תיקוני זוהר להגות בה", וואלט מען געדארפט צוגעוואוינען קינדער פון די ניין יאר זיי זאלן עוסק זיין אין לערנען דעם הייליגן זוהר, "והיה אז יראת חטאו קודמת לחכמתו", וואלט דאס זיי געהאלפן זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון דעם יצר הרע, קוק נאך אינעם ספר.


ביי די וועלט איז אנגענומען, אז מען לערנט זוהר יונגערהייט - ווערט מען משוגע, מוהרא"ש פלעגט שפעטן דערפון; מוהרא"ש זאגט: "פון לערנען זוהר הקדוש ווערט מען נישט משוגע, משוגע ווערט מען פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן"; חטאות נעורים - דאס מאכט דעם מענטש משוגע, זוהר הקדוש אז מען לערנט - ווערט מען א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1909 - פארוואס נעמט מיין שווער אן לשון הרע'ס קעגן ברסלב?
שווער און שוויגער, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, ספרי ברסלב, משפחה, עצות, לשון הרע, נחת, וויכוחים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מזל טוב צום געבורט פון די מיידעלע, דער אייבערשטער זאל געבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א אסאך נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם גאר דערהויבענעם ראש השנה וואס איך האב זוכה געווען מיטצוהאלטן דאס יאר אין אומאן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, עס האט מיר געגעבן געזאלין פאר א גאנץ יאר. ש'כח אייבערשטער אז מיר לעבן מיט די לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז, און מיר זענען די גליקליכסטע מענטשן אויף דער וועלט.


נעכטן האב איך גערעדט מיט מיין שווער אויפ'ן טעלעפאן, זייער א געשמאקע שמועס, אבער אינמיטן רופט ער זיך אן אז ער וויל מיך נאר זאגן אז ער האט נישט גע'חלומ'ט אז פון אלע זיינע קינדער וועט ער האבן די מערסטע צער פון מיר. עס האט מיר גאר שטארק וויי געטון דאס צו הערן, אבער איך האב זיך אנגעכאפט אינעם בענקל אז איך זאל גארנישט ענטפערן.


עס שטערט מיר זייער שטארק, פארוואס זאל ער נישט האבן פון מיר די מערסטע נחת? איין טאג פריער איז איינע פון זיינע זון געווען ביי מיר אין שטוב אן קיין בארד און אן קיין פיאות, געשטינקען פון דראגס, און ער זאגט מיר אז די איינציגסטע מאל וואס ער לערנט א אידיש ווארט איז נאר ווען איך שיק אים א חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה שליט"א.


שבת חול המועד פסח האב איך געהאט אן אנדערער שוואגער ביי מיר, שוין מער א לומד'ישער, און ער האט נישט אויפגעהערט סעקירן מיין ווייב פארוואס מיר האבן נישט יעדער סארט חומרה, ער האט עס ממש נישט געקענט פארשטיין, אבער אין די זעלבע צייט האט ער בכלל נישט געדאווענט, איך האב זיך געבעטן ביי אים צו גיין דאווענען, איך האב איך אים געגעבן מיין טלית, און ער האט געזאגט יא יא, ער גייט שוין באלד גיין.


מיין הארץ איז צעריסן, פארוואס דארף דעם רבינ'ס נאמען זיין אזוי פארשעמט? הלוואי ווען איך קען ארויסברענגען מיט ווערטער וואס איך האב אלץ באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א, הלוואי זאל מיין שווער וויסן דעם אמת וואס היכל הקודש איז און וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, אנשטאט זיך אנצוהערן מיט אלע נארישע לשון הרע'ס.


דאס האט מיר נאך מער אויפגעפלאמט צו העלפן און טון נאך מער פאר הפצה. מיין קאפ רודערט, אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר? איך בענק זיך אזוי שטארק צו דער ראש ישיבה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טענה נישט מיט דיין שווער, טענה נישט מיט קיינעם, בפרט מיט עלטערן, טאטע מאמע שווער און שוויגער; אז דו ווילסט זיך טענה'ן - זאלסטו גיין התבודדות און אויסשמועסן אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ, דערצייל אויס דיין הארץ פארן אייבערשטן, זאג אים דיין גאנצע עבר, און וואס האט פאסירט מיט דיר פון ווען דו האסט געטראפן דעם רבי'ן און עד היום וואס עס פאסירט מיט דיר ווען דו דערמאנסט זיך פון רבי'ן, און די התעוררות וואס דו באקומסט יעדעס מאל דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים.


דאס ווייסטו אודאי אז דער רבי האט זיך דאס אלעס אליינס געברענגט, דער רבי האט געוואלט עס זאל זיין מחלוקות. ווען דער רבי איז צוריק געקומען פון די הייליגע נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט פאר אנשי שלומינו איך האב פאר אייך געברענגט א מתנה – "מחלוקות", פון היינט אן וועט מען קריגן אויף אונז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תב): "איך האב די כח אראפצונעמען פון מיר אלע מחלוקת, איך האב בכח צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל קומען צו מיר און זינגען 'יחי אדונינו מורינו ורבינו', אבער איך וויל דאס נישט ווייל עס איז דא מדריגות וואו מען קען נישט אנקומען נאר דורך בזיונות", דורך דעם וואס מען טשעפט און מען שפעט איז דער מענטש ביי זיך צעבראכן, עס פאלט אוועק דער 'איך', עס איז נישטא דער 'מיך', 'זיך'; דאס האט דער רבי געוואלט.


זיי נישט ברוגז אויף דיין שווער, האלט נישט קיין האס; עס איז נישט ער, עס איז די לשון הרע'ס וואס גייט שוין אן איבער צוויי הונדערט יאר, פון דעם רבינ'ס צייטן ווי דער חולק האט אנגעדרייט די אלע לשון הרע'ס. דיין שווער מיינט זיכער אז די פלאץ איז שעדליך, אזוי ווי מען רעדט השם ישמרינו; וואלט ער געוויסט וואס דו און דיין ווייב באקומען ביים רבי'ן - וואלט ער דיך געטראגן אויף די אקסלען. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


לערן דעם רבינ'ס ספרים און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טון וואס דער רבי פארלאנגט פון אונז, בעיקר התבודדות ותפילה; גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ק): "מִּקָּטָן וְעַד גָּדוֹל אִי אֶפְשָׁר לִהְיוֹת אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת, כִּי אִם עַל יְדֵי הִתְבּוֹדְדוּת", מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד נאר אז מען מאכט התבודדות; הער ווערטער, מען קען נישט זיין א איד נאר דורך התבודדות, נאר אז מען רעדט צום אייבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז צוגעוואוינט צו רעדן, מען דערציילט די ירידות, די נפילות וואס דער יצר הרע מאכט מיטן מענטש; נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך צופלייסן מיט לערנען די הייליגע תורה. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען גייט אריבער שווערע טעג, אפילו מען האט נישט קיין חברותא, אפילו מיט אלע אפילו'ס; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זאגן די אותיות פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, ווייל ביים סוף וועט מען פארשטיין.


מיין ליבער ברודער, וואס זאל איך דיר זאגן, דעם רבינ'ס ספרים איז פאר אונז א פארמעגן, נישטא קיין זאך אין לעבן וואס דער רבי זאל נישט האבן אויף דעם אן עצה; ווער עס לערנט די ספרים פון רבי'ן ווערט קלאר אין לעבן, יעדע זאך איז ביי אים קלאר, ער ווייסט ווי זיך צו פירן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר דאך זיכער אהינגעלאפן און געגראבן דארט כדי צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריינגעקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ", איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיך נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר?!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1908 - מתפלל זיין מיין ווייב זאל ווערן א ברסלב'ע, ווען זי בעט די פארקערטע?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, מעביר סדרה, אמת, חומש רש"י, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אזוי פרייליך אז איך האב זוכה געווען דעם פארגאנגענעם יאר צו ענדיגן גאנץ חמשה חומשי תורה, וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג אין לויף פונעם גאנצן יאר. א גרויסן יישר כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלע חיזוק און עצות.


עס מאכט מיר לאכן ווען איך האלט אין איין בעטן דעם אייבערשטן אז מיין ווייב זאל שוין מקורב ווערן צו ברסלב, און אין די זעלבע צייט איז מיין ווייב מתפלל אז איך זאל שוין אפלאזן ברסלב, איך זאל ווערן א ... חסיד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, חיפה


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט א גאנץ יאר זוכה געווען צו מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום, די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה זאלסטו אויך לערנען רש"י. עס איז נישט על מנת שתעלה לרקיע, יעדער איינער קען דאס באווייזן; טייל איין די פרשה לויט די וואך, לערן יעדן טאג אביסל חומש תרגום מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; אזוי במשך די יאר וועסטו ענדיגן חמשה חומשי תורה מיט רש"י הקדוש. דו וועסט זוכה זיין צו זיצן אין היכל פון רש"י אויף די וועלט און אויף יענע וועלט; אזוי האט דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י", און פון מוהרא"ש האבן מיר געלערנט אז "ווער עס לערנט און ענדיגט יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז זוכה צו זיצן אין רש"י'ס היכל נאך אויף די וועלט", דאס הייסט די גאנצע לעבן ווערט אן אנדערע לעבן; א זיסע לעבן, א לעבן מיט הייליגקייט.


בנוגע דיין ווייב וואס זי בעט אז דו זאלסט אפלאזן ברסלב און דו ביסט מתפלל זי זאל מקורב ווערן צו ברסלב; בעט דעם אייבערשטן פאר זיך, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך נישט נארן, דו זאלסט זיין ביים אמת, גיי אין א שטילע פלאץ און שריי (תהילים פו, יא): "'הוֹרֵנִי ה' דַּרְכֶּךָ אֲהַלֵּךְ בַּאֲמִתֶּךָ יַחֵד לְבָבִי לְיִרְאָה שְׁמֶךָ', ווייז מיר וואו איז די אמת, איך זאל זיך נישט נארן מיין גאנצע לעבן"; בעט פאר זיך, אויך זאלסטו בעטן פאר דיין משפחה און פאר אלע אידן, אלע זאלן לעבן מיט אמונה.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, גיי דיין וועג, זיי עוסק אין תפילה והתבודדות און לערן דיינע שיעורים בכל התורה כולה, און דיין ווייב זאלסטו מכבד זיין, זאלסט שיין רעדן צו איר מיט דרך ארץ און עהרע; וועסטו זוכה זיין צו קומען אויפן אמת'ן וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1907 - פעלט אויס צו נעמען א באגלייטער אין שפיטאל פאר א שמחה?
רפואה, חיזוק פאר פרויען, קינדער, חסידות ברסלב, אמונה, צדיקים, תודה והודאה, פחדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך זייער באדאנקען פון טיפן הארצן פאר די הערליכע שיעורים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אזוי שיין, מיט אבנארמאלע כוחות.


די עצות פון רבי'ן באשיינען מיין נייע חתונה געהאטע לעבן אויף א פארנעם וואס מען קען נישט באשרייבן. איך קען זיך גארנישט פארשטעלן ווי אזוי איך וואלט זיך באגאנגען אן דעם.


איך וואלט געוואלט וויסן דעם ראש ישיבה'ס מיינונג אויף די פאלגענדע:


ברוך ה' אז מיר ווארטן אונזער ערשטע קינד בשעה טובה ומצלחת, איך בין אבער נישט רואיג מיט דעם וואס איך האב זיך איינגעשריבן פאר קלאסן וואס העלפן זיך צוגרייטן צו די שמחה, און גענומען די זעלבע פרוי זי זאל זיין מיין באגלייטער אין שפיטאל, כאטש וואס איך האב געהערט נאר גוטע אינפארמאציע אויף איר. איך פיל אז איך וויל גיין נאר מיט'ן אייבערשטן, ברוך ה' אז דער אייבערשטער האט אלעס געפירט אזוי גוט און פיין ביז אהער, און איך ווייס ער וועט מיר העלפן אויך ווייטער, איין מאל איך מיש דא אריין א פרעמדע, פיל איך ווי זאכן טוישן זיך.


איך טראכט אז איך זאל ענדערש דאס אפלאזן, און צוריק נעמען דאס געלט און עס נוצן אויף זיך צו גיין אפרוען אויף נאכדעם. איז דאס ריכטיג צו טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק. איר שרייבט אינעם בריוו, איר ווייסט נישט ווי אזוי איר וואלט געקענט לעבן אנעם רבי'ן, דער ענטפער איז, מען קען טאקע נישט לעבן אנעם צדיק; מען לעבט א פארלאשענעם לעבן, אן טעם, אן חיות, פול מיט צער און ווייטאג, און דער צדיק, דער הייליגער רבי - געבט א טעם אין לעבן, מען שפירט א זיסקייט יעדע רגע אינעם לעבן.


בנוגע וכו'; עס פעלט טאקע נישט אויס, דאס גרינגסטע איז ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן. דאס גאנצע לעבן ווערט גרינגער ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן, און זיכער ווען מען גייט צום געבוירן - איז דאס פונעם אייבערשטן אליינס. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "שלשה מפתחות בידו של הקדוש ברוך הוא שלא נמסרו ביד שליח", איינע פון די שליסלען איז דער שליסל פון געבוירן.


ענדערש נעמט די געלט און גייט זיך אפרוען נאכן האבן דאס קינד, ווי איידער אויסגעבן געלט פאר זיך לערנען ווי וכו'; מען ווערט דארט גארנישט קלוגער, מען ווערט נאר מער דערשראקן.


פון ווען איר גייט אריין אין שפיטאל זאלט איר זיך אונטער זינגען: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט", דאס איז מסוגל פאר א גרינגע געבורט. אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב), מזמור לתודה איז מסוגל להולדה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1906 - ווי אזוי קענען מיר זיך באדאנקען פאר די חיזוק אין די שווערע צייטן?
התחזקות, רפואה, קינדער, הכרת הטוב, תודה והודאה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא שרייבט מרת ... בשם מיין מאן שיחי'. פאר א יאר צוריק האבן מיר געשריבן א בריוו, אנגעזאפט מיט טרערן, וואס וועט זיין?! שוין אפאר חדשים פון די חתונה און עס הערט זיך נאך נישט קיין נייעס, דער ראש ישיבה האט אונז אזוי שיין מחזק געווען, געשטארקט אויף תפילה, צדקה און אמונה.


יעצט, יישר כח אייבערשטער, וויל איך מבשר זיין אז עס הערט זיך שוין א גוטע בשורה.


די בריוו פון דער ראש ישיבה ליגט אונטער מיין קישן, און די ווערטער "איר וועט נאך האבן א שיינע שטוב מיט קינדער", האבן מיר געגעבן די חיזוק אין די מינוטן וואס די אמונה האט זיך פארלאשן. יישר כח.


מיר בעטן כסדר אז דער אייבערשטער זאל געבן כח און געזונט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט. נישטא קיין ווערטער צו דאנקען.


יישר כח


משפחת ...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אייך און בעטן אויף ווייטער, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער זעט מען ניסים אין לעבן.


יעצט אין די חדשים וואס מען ווארט אויף קינדער איז כדאי צו זאגן די נעמען פון די צדיקים. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט פאר אלע פרויען וואס ווארטן אויף קינדער, זאלן זאגן שמות הצדיקים. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; מען זאגט נעמען פון צדיקים וואס מען קען פון אויסנווייניג: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, נאכדעם בעט מען דעם אייבערשטן די תפילה אז בזכות די הייליגע צדיקים זאלן מען זוכה זיין צו האבן א געזונט קינד, אלעס זאל גיין גרינג און אין די ריכטיגע צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1905 - וואס זיך פארנעמען, אז מיין ווייב שמירט נישט די נעגל און שערט די האר?
שלום בית, צניעות, כיבוד אב ואם, סיפורי צדיקים, סבלנות, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, שערן די האר, נעגל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך קען דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א די גוטע בשורה אז מיין ווייב האט מיך געזאגט אז זי האט אינגאנצן אויפגעהערט צו שמירן אירע נעגל, און בקרוב גייט זי זיך אפשערן די האר.


ש'כח ראש ישיבה שליט"א פאר די שכל וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז, איך האב נישט גערעדט צו איר פון דעם, ווייל איך האב געזען אז ס'שטערט איר ווען איך רעד פון דעם, איך האב נאר געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן.


איך וויל פרעגן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיך געבן עפעס א גוטע זאך וואס איך קען מקבל זיין אויף מיך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם זיך פאר צו רופן דיינע עלטערן יעדן טאג, כיבוד אב ואם איז אזא גרויסע מצוה און היינטיגע טעג איז דאס אזוי גרינג צו מקיים זיין. מען קען זיצן אין שטוב באקוועם און רופן די עלטערן און זיי אזוי מחי' זיין, און מיט דעם טוט מען דאס נישט.


מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן פא) אז דער הייליגער רבי פלעגט פארן צו זיינע עלטערן קיין מעזיבוז מפעם לפעם, אפילו ער האט געוואוינט ווייט פון זיי; פון וואו דער רבי האט געוואוינט אין אוסיאטין ביז וואו זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין מעזיבוז - איז בערך דריי הונדערט פופציג קילאמעטער, דאס איז בערך צוויי הונדערט מייל, דאך פלעגט דער רבי פארן צו זיי; דעמאלט פארן איז נישט געווען ווי היינט מיט א קאר, מען איז געפארן מיט פערד און וואגן, עס איז געווען יענץ געשעפט, א שווערע ביטערע וועג, איז דאך ממש א פארשעמטע זאך נישט צו רופן די עלטערן יעדן טאג.


ווילסט א גוטע קבלה? נעם זיך פאר די קבלה, רופן דיינע עלטערן יעדן טאג. מוהרא"ש פלעגט יעדן טאג גלייך נאך שחרית רופן זיין טאטע; עס איז נישט קיין תירוץ אז מען האט נישט פון וואס צו רעדן, מען דארף נישט רעדן לאנג; מען פרעגט זיך נאך אויף זיי, מען אינטערעסירט זיך און מען דערציילט פון זיך, פון די משפחה און מען קויפט זיך איין עולם הבא.


געב נאר אכטונג נישט צו רעדן קיין שלעכטס און חס ושלום פון מחלוקת, עלטערן האבן נישט קיין כח צו הערן קרעכצן וכו'; יעצט איז די צייט וואס מען דארף זיי ברענגען נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1904 - אפזאגן א שידוך אויב זי וויל זיך נישט שערן די האר נאך די חתונה?
שידוכים, שערן די האר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון די דרשות און בריוו. איך שרייב צומאל שאלות צום ראש ישיבה שליט"א, אבער איך באקום נישט אלץ אן ענטפער. איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א איז זייער פארנומען און קען נישט אלץ ענטפערן, אבער איך האב ליידער חלישות הדעת פון דעם.


איך האב געוואלט פרעגן, איך בין א בחור, צוויי און צוואנציג יאר אלט, איך ווארט אויף א שידוך, און איך האב געהערט ווי שטארק מוהרא"ש זי"ע האט מקפיד געווען אז א פרוי זאל זיך שערן די האר נאך די חתונה. וויל איך וויסן אזוי ווי מען טראגט מיר אן א שידוך א ספרדישע מיידל וואס ביי זיי שערט מען זיך נישט נאך די חתונה, זאל איך אפזאגן דעם שידוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי און אודאי זאלסטו מאכן די שידוך, מען איז נישט מבטל א שידוך צוליב דעם אז די מיידל וויל זיך נישט אפשערן, בפרט ווען מען איז שוין איבער די צוואנציג יאר, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:): "עד עשרים שנה יושב הקדוש ברוך הוא ומצפה לאדם מתי ישא אשה", ביז די צוואנציג יאר שטייט דער אייבערשטער און ווארט דער מענטש זאל חתונה האבן, "כיון שהגיע עשרים ולא נשא, אומר תיפח עצמותיו", און אז מען ווערט צוואנציג יאר און מען האט נישט חתונה, זאגט דער אייבערשטער, 'דער מענטש האט נישט געוואלט חתונה האבן, זאלן זיינע ביינער ווערן אויפגעבלאזן'; זעט מען פון דעם ווי הארב עס איז צו ווארטן אויף א שידוך.


מוהרא"ש האט זייער אסאך געשריבן און גערעדט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה, אבער פון די אנדערע זייט האט מוהרא"ש נאך אסאך מער גערעדט פון חתונה האבן וואס שנעלער און וואס גיכער, צו זיין אפגעהיטן בקדושת הברית; נאר אז מען איז חתונה געהאט קען מען זיין אפגעהיטן בקדושת הברית.


גיי צום שידוך, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט מיט תפילה און מיט סבלנות זוכה זיין צו א שטוב וואס די ווייב שערט זיך און גייט אין די וועג פון די הייליגע צדיקים.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1903 - ווי אזוי האלט מען זיך אין שטוב צום שלחן ערוך, אן קיין איבריגע חומרות?
הלכה, סיפורי צדיקים, אידישע שטוב, חומרות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב באקומען די ריכטיגע הדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א בעניני בינו לבינה, זיך צו פירן לויט ווי די הלכה וואס דער רמ"א פסק'נט אין שולחן ערוך, און ווי מוהרא"ש האט געלערנט האט נאכגעזאגט אז מען זאל זיך היטן פון כריתות, וואס טו איך אבער אז רוב היימישע מדריכים לחתנים וכלות לערנען אנדערש, ווען מיין ווייב פרעגט איר מדריכה איבער הדרכה אין א אידישע שטוב, וויל זי נאר איר איבערלאזן מיט שולד געפילן אז מען טוט די ערגסטע עבירות, אויב מען פירט זיך נישט אויף מיט די מדריגה פון מלאכי השרת. ווי אזוי קען מען אריינברענגען אין שטוב אז מיר זאלן זיך קענען פירן ווי פשוטע ערליכע אידן, לויט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנטלויף פון פרישות, מען דארף נישט קיין פרישות; מען דארף נאר גיין אין די וועג פון די תורה, טון וואס שטייט אין שלחן ערוך.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט, א איד האט געפרעגט דעם חזון איש זכרונו לברכה וואס איז היינט דער אורים ותומים, ווי קען מען היינט וויסן יא אדער ניין; האט דער חזון איש געזאגט: "דער שלחן ערוך איז דער אורים ותומים, דער שלחן ערוך זאגט יא אדער ניין".


מען דארף נישט קיין חומרות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן שטענדיג אין ספיקות און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1902 - דארף א פרוי זיך זארגן פאר איר מאנ'ס רוחניות?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, בין אדם לחבירו

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח אויף די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן איבער זיך נישט זארגן פאר'ן מאנ'ס רוחניות, עס האט געמאכט ביי מיר א טויש אין לעבן, א קלארקייט און א רואיגקייט, וויפיל איך האב פרובירט צו לעבן אזוי, איז עס מיר נישט געלונגען, ביז דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן די ווערטער קורץ און שארף, און עס האט מיר געטוישט די גאנצע לעבן. איך האב גלייך געוואלט צוריק שרייבן, אבער עס איז מיר נישט אויסגעקומען.


הלואי ווען איך וואלט געהערט די ווערטער ווען איך האב חתונה געהאט, זיך צו זארגן פאר די אייגענע רוחניות און פאר די מאנ'ס גשמיות, וואלט מיין לעבן געווען אנדערש און אסאך אסאך גרינגער, א שאד אז נישט יעדער זאגט עס פאר כלות און פרויען, יעדע כלה און יעדע פרוי דארף דאס הערן און וויסן און לעבן מיט דעם למעשה, אז דאס איז באמת איר עבודת ה' צווישן איר מיט איר מאן.


נישט צו גלייבן וויפיל איין זאץ קורץ און שארף קען טוישן א מענטש און אים קלאר מאכן און גרינגער מאכן דאס לעבן, צו לעבן ריכטיג און רואיג אן צו טראגן אויף זיך אן איבעריגע עול.


יישר כח אייבערשטער אז איך האב זוכה געווען אנצוקומען צו היכל הקודש און באקומען די ווערטער, און פאר אלע הערליכע שיינע חיזוק ווערטער און שיעורים און די עצתו אמונה, די גאנצע לעבן ווערט שענער קלארער און געבט כח פאר'ן לעבן ווייטער ברוחניות ובגשמיות פון די אייגענע און פון די מאן און אוודאי אויך פון די קינדער.


יישר כח


 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ער האט געזען א ווארט פונעם צדיק רבי ישראל סאלאנטער זכותו יגן עלינו, וואס האט אים זייער איבערגענומען. רבי ישראל סאלאנטער האט געזאגט: "יענעמ'ס גשמיות - איז מיין רוחניות", און מוהרא"ש האט געזאגט, דאס איז געווען אלע יארן ביי אנשי שלומינו; מען האט געזארגט פאר א צווייטן יענער זאל האבן עסן, און נישט אויף זיין רוחניות, אויב ער דאווענט וכו'; נישט ווי די אלע וואס זארגן פאר א צווייטנ'ס רוחניות און עס גייט זיי נישט אן אויב יענער האט אויף שבת צו מאכן און אויב יענער האט וואס אריין צו נעמען אין מויל.


ביי מאן און ווייב איז דאס נאכמער שייך, א קלוגע פרוי זארגט פאר די שטוב, זי זארגט עס זאל זיין עסן פאר די מאן און קינדער, ריינע קליידער פאר די מאן און קינדער און פאר די ריינקייט פון די שטוב; דאס איז די עבודה פון א אידישע פרוי, ווי נאר די פרוי הויבט אן נאכקוקן איר מאן'ס רחניות, זי שעצט אים נישט - שפירט דאס גלייך דער מאן און דאס מאכט אים אומצופרידן, דער מאן שפירט אז זיין ווייב קוקט עם נאך, מען קען דאס נישט באהאלטן, דער מאן שפירט מיט פארמאכטע אויגן אויב זיין ווייב שעצט אים אדער נישט, דאס מאכט קאליע די שלום בית.


די אלע פרויען וואס קוקן און זוכן נאך אויב דער מאן האט שמירת עיניים, אויב דער מאן איז ערליך - די זענען נישט קיין נשים צדקניות, די זענען פארקערט פון נשים צדקניות, און די פרויען וואס דינען דעם אייבערשטן מיט זיין גרייט פארן מאן און אים מאכן גוט בגשמיות און זענען פרייליך צו טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן - די זענען די נשים צדקניות; אין זייער זכות וועט זיין די גאולה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה) די רוחניות פון אידישע קינדער אין מצרים איז נישט געווען אזוי ווי עס דארף צו זיין, די מענער זענען געווען פארשקלאפט און פארפלאגט פאר די מצריים, מען האט געארבעט ביטער שווער, מען איז געווען אזוי אריינגעטון אין מאכן געלט אז זיי זענען פשוט נישט אהיימגעקומען צו זייערע ווייבער, וואס האבן די ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד דארט וואו זיי האבן געארבעט, זיי האבן געברענגט – יעדער פאר איר מאן - וואסער מיט קליינע פיש, זיי האבן זיי אפגעוואשן און געלעבט אינאיינעם, און אזוי איז געווארן דאס אידישע פאלק וואס זענען ארויס פון מצרים און מקבל געווען די הייליגע תורה ביים בארג סיני; די ערליכע פרויען האבן געזארגט פארן מאן'ס עסן און אזוי ווייטער, זיי זענען נישט געווען פארנומען נאכצוקוקן און אפשאצן 'ער איז גענוג ערנסט אדער נישט?' אז בזכות די נשים צדקניות זענען די אידן ארויס פון מצרים, ובזכות די פרויען וועט משיח קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#1901 - וואס טו איך אז די מאמע זאל נישט אראפפירן די קינדער פון אידישן וועג?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, תפילה והתבודדות, שמחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר מיין זון. איידער ער איז איינגעשלאפן האט ער געפרעגט אסאך מאל אויב דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין עפעס געענטפערט, יעצט האט ער זיך אויפגעוועקט און מיר נאכאמאל געפרעגט אויב עס איז שוין געקומען א בריוו, און ער איז געווארן זייער איבערגענומען צו ליינען דעם בריוו, יישר כח.


איך בין זייער צעבראכן, וואס קען איך טון אז מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן? וואס קען איך טון אז זיי זאלן זיין ערליכע אידן? איך שפיר ווי איך שלאג זיך מיט'ן שטן אליין, און דער שטן האלט ביים געווינען רחמנא ליצלן. די קינדער דערציילן אז זייער מאמע געבט זיי צו עסן חלב עכו"ם, פלייש פון די רבנות הראשית, און אזוי ווייטער. יעצט נעמט זי זיי צו אן אויסגעמישטע וואסער ברעג רחמנא ליצלן.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מתפלל זיין פאר זיי, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי פרייליך, קינדער האבן ליב א פרייליכע טאטע, און ווען דו ביסט זיי מחנך, דו לערנסט זיי ווי אזוי זיך צו פירן - זאל דאס צוגיין מיט גרויס שמחה. אין דיין פאל איז דאס זייער וויכטיג, ווייל אז די מאמע וועט זיי אלעס געבן און דו וועסט זיין דער וואס זאגט אויף אלעס 'אסור' - וועלן זיי ענדערש וועלן גיין צו די מאמע ווי צו דיר, זיי וועלן שפירן ביי דיר איינגעצוימט, און אז זיי וועלן זען ביי דיר אן עכטע פרייד - וועלן זיי נאר צו דיר זיך קלעבן.


זיי מתפלל פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן און זיי זאלן חתונה האבן און עס זאל זיך ציען ערליכע דורות. תפילה איז שטערקער פון אלצדינג, מיט תפילה וועלן זיי אויסוואקסן גרויסע צדיקים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער, זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם. לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּךְ נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1900 - ווי אזוי האלט איך זיך איין פון שלאגן מיין קינד?
חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כעס, שבת ליכט

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ווער צו שנעל אויפגערעגט פון מיין טאכטער, איך טייל פעטש, און דערנאך שפיר איך זיך אזוי שלעכט און איך וויין. זי דרייט מיר איבער טעלערס, און איך דארף עס אויפרייניגן, און איך ווער אויפגערעגט געב איך איר א פראסק. אדער ווען מען דארף ארויסגיין הייבט זי אן אויסצוטון די שיך בערך פינף מאל. פארוואס שלאג איך? איך קען זיך נישט מוחל זיין.


אויך זאג איך איר אויף אלעס ניין, וואס זי בעט איז ניין, וואס זי כאפט אן איז ניין, און איך האב געהערט דער ראש ישיבה שליט"א זאגן ביי א שיעור אז מען קען נישט זאגן נאר ניין, מען דארף עפעס געבן אנשטאט דעם. וואס דארף מען געבן אנשטאט?


איך וויל בעטן חיזוק אויף חינוך, מחנך צו זיין שיין, אן פעטש, נעבעך אויף מיין טאכטער וואס דרייט זיך ארום מיט צוויי רויטע באקן, און איך וויין ווייל איך האב חרטה.


נאך א זאך, אז איך וויל איר געבן נאר וואסער, און מיין מאן געבט איר זיסע טרינקען, און שפעטער וויל זי מער נישט וואסער. איך האב געבעטן מיין מאן ער זאל איר נישט געבן אבער ס'העלפט נישט, ער זאגט אז אויב ס'איז דא אויפ'ן טיש מעג זי האבן, ווייל זי האט עס שוין געזען, און איך זאג אז אפילו ס'איז דא אויפ'ן טיש דארף זי נישט האבן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שופטים, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס דארפט איר וויסן, מען טאר נישט שלאגן קיין קינדער. צווייטנס, אז מען דארף מחנך זיין די קינדער און מען דארף אמאל געבן א פעטשעלע - איז דאס אויך נישט אויפן פנים, נאר אויף די הענט, און דריטנס, אויך נאר אויב עס איז נישט פון כעס; אויב מען איז בכעס טאר מען נישט געבן אפילו א קליינע פעטשעלע, ווייל ווען מען איז אויפגערעגט קען מען נישט מחנך זיין. חינוך איז נאר ווען מען איז רואיג און געלאסן, מען איז בעל הבית אויף זיך, און אויך קען דאס זיין א סכנה; מען טאר נישט אנרירן א קינד ווען מען איז אין כעס, מען קען שעדיגן חס ושלום דעם קינד.


כעס איז געפערליך, און כעס ביי א פרוי איז נאך ערגער; די גאנצע שטוב גייט צוגרונד. דער רבי זאגט (ספר המידות אות כעס, סימן טו): "כַּעַס שֶׁל אִשָּׁה, מַחֲרִיב אֶת הַבַּיִת", א פרוי וואס רעגט זיך - מאכט חרוב די גאנצע שטוב; די קינדער וואקסן אויף שוטים, דער רבי זאגט (שם, סימן כד): "עַל יְדֵי כַּעַס מוֹלִיד בָּנִים שׁוֹטִים", דורך געס געבוירט מען קינדער שוטים; כעס איז עבודה זרה.


אז אייער קינד דרייט איבער - איז דאס נישט קיין תירוץ אויף שלאגן, דער רבי האט אונז געזאגט נישט שלאגן קינדער. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג דערציילן פארן רבי'ן יעדע זאך בפרטי פרטיות פון זיין לעבן און פרעגן צי ער האט גוט געטון אדער נישט, אמאל האט רבי נתן דערציילט פארן רבי'ן: "מיין זון האט נישט געוואלט אריינקומען שבת ביי די סעדה צום טיש זיצן נעבן דעם גאסט וואס איך האב אהיים געברענגט, ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', האב איך אים געגעבן א פאטש אז ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה", ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט: "א קינד שלאגט מען?!" פון דעם דיבור איז שוין געבליבן אנגענומען ביי אנשי שלומינו אז מען שלאגט נישט קיין קינדער.


בנוגע וכו'; אייער מאן איז גערעכט, אז עס איז דא זיסע געטראנקען אויפן טיש וואס די עלטערן טרינקען - קען מען נישט קנס'ענען די קינדער זיי זאלן טרינקען וואסער; אז מען וויל צוגעוואוינען די קינדער צו טרינקען געזונט - איז ריכטיג אז די עלטערן זאלן אויך טרינקען געזונט.


ביי די שבת ליכט איז א גוטע צייט צו בעטן פאר די הצלחה פון די קינדער. ווען איר צינדט אן די שבת ליכט - שטייט ביי די ליכט, לייגט ארויף די הענט אויפן פנים און בעטס און וויינט צום אייבערשטן פאר אייערע קינדער, בעטס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג, העלף מיר איך זאל זיי מחנך זיין מיט שמחה, איך זאל האבן כח צו זיי, איך זאל נישט ווערן בכעס און איך זאל זיי נישט שלאגן.


הייליגער באשעפער איך ווער אזוי שנעל אויפגערעגט, איך ווייס נישט וואס צו טון; איך פארליר זיך אויף די קינדער, איך בין איבערגעשטרענגט, איך האב נישט קיין כח, און נאכדעם שלאג איך זיי; העלף מיר איך זאל געדענקען אז שלאגן איז נישט חינוך, איך זאל זיי מחנך זיין אויף די ריכטיגע וועג און זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג".


אזוי זאלט איר בעטן און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות, וועט איר זען גרויס נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1899 - ווי אזוי קען איך אויסהאלטן די לאנגע דאווענען פון ראש השנה?
תהלים, ראש השנה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר דערנענטערן זיך שוין צו די הייליגע טעג, די ימי הרחמים והסליחות, און געווענליך יעדעס יאר פרוביר מיטצוגיין מיט'ן אלגעמיינעם שטראם פון די יעצטיגע טעג, כאטש וואס פאר מיר פערזענליך איז דאס זייער ביטערע און שווערע טעג, ווען איך הויב אן הערן די ניגונים פון די נוסח וואס הויבט זיך אן פון סליחות און פון די תפלות ראש השנה און יום כיפור, ווערט מיר שלעכט און ביטער אויפ'ן הארץ.


אין מיין חסידות פירט מען זיך צו דאווענען ראש השנה פון אינדערפרי ביז ביינאכט, ביי יעדע תפלה איז מען מכבד אן אנדערן בנש"ק צו דאווענען פאר'ן עמוד, עס זענען דא אסאך הפסקות די גאנצע צייט, ביים ליינען איז דא אסאך הוספות ווייל מען דארף מכבד זיין אלע בנש"ק'לעך, בקיצור, מען ענדיגט דאס דאווענען צען מינוט פאר די שקיעה, ממש ווי א תענית, מען פאסט א גאנצן טאג, און דערנאך קען מען זיך גרויס האלטן פאר אנדערע אז מיין רבי טוט גרויסע עבודות, מען לייגט אראפ אן עבודה ביי די מלכיות זכרונות שופרות גאר גאר לאנג, מען דאווענט א גאנצן טאג, מען ענדיגט אזוי שפעט, כאטש וואס ווען מען מאכט א שנעלער חשבון, מען רעכנט אראפ אלע הפסקות, הוספות ביים ליינען, און די אנדערע שלעפענישן, מען וועט נאר רעכענען די אמת'ע צייט וויפיל מען דאווענט, וועט עס בכלל נישט זיין אזוי לאנג.


פון די גאנצע אומבא'טעמ'טע שלעפערייען קומט אויס אז דאס גאנצע דאווענען ווערט מיר זייער ביטער און זויער, און נאכדערצו אז מען איז ביי אונז זייער שטרענג אז מען טאר נישט קידוש מאכן פאר די תקיעות, "וואס?! דו עסט פאר תקיעות שופר?! אויף דיר האב איך עס נישט געגלייבט, זיכער טוסטו נאך ערגערע זאכן".


איך וועל זאגן דעם אמת, שוין זייט מיין בר מצוה האב איך כמעט נישט געדאווענט ראש השנה. איך זע אסאך בחורים און אינגעלייט וואס דרייען זיך אינדרויסן און שמועסן אין קופקעס שטותים והבלים, און פלוצלינג הערט מען אז מען האלט שוין ביי "ונתנה תוקף", און יעדער לויפט אריין ווי דער שד האט אים געכאפט, און שרייט מיט קולות "ונתנה תוקף", און מיט עטליכע מינוט שפעטער זעט איך אים שוין ווייטער אינדרויסן זיך טענה'נען אויב דער פרעזידענט איז יא גערעכט אדער נישט... האסט דאך א מינוט צוריק געשריגן "ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה", און האסט נאך געשריגן אויף דיין קינד, "קום שנעל אריין!", און יעצט ביסטו שוין פארנומען מיט אלע נארישקייטן.


אום צום גדלי' פרעגט מיר איינער, "נו, ווי אזוי איז געווען ראש השנה ביים רבי'ן?", האב איך אוודאי געענטפערט אז ס'איז געווען געוואלדיג און מורא'דיג, ער האט מיר אנגעוואונטשן איך זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוט, און איך האב אוודאי געענטפערט "אמן", אבער איך טראכט צו מיר, 'איך האב גארנישט געבעטן, און דעריבער האב איך נישט וואס צו פועל'ן, א גאנץ ראש השנה האב איך דאך אפילו נישט געהאט קיין איין מינוט צו טראכטן פון מיר, מען האט אנגעהויבן דאווענען ניין אזייגער, און ערשט אום צוועלף אזייגער האט מען געזאגט ברכו, ווייל האלב פסוקי דזמרא זאגט מען פסוק ביי פסוק, חזן וקהל, און אין די צייט קען מען דאך ארומשמועסן און מאכן קופקעס, און ווען מען האלט ביי ברכו קען מען דעמאלט אנהויבן הודו, און מען וועט רואיג קענען זיך שטעלן שמונה עשרה מיט'ן עולם, און דערנאך איז דא אזויפיל הפסקות, און אזוי שטופט מען דורך דעם גאנצן טאג.


טייערער ראש ישיבה שליט"א, איך האב פרובירט אביסעלע ארויסצוברענגען מיינע געפילן, אראפלייגן דעם מצב און אטמאספער ווי אזוי עס גייט צו דער ראש השנה ביי מיר, עס האט נישט קיין טעם און קיין ראם, אבער אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר, איך זאל יא האבן די ריכטיגע צוגאנג צו די הייליגע טעג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמועס נישט ביים דאווענען מיט קיינעם, ראש השנה איז נישט קיין צייט פון שמועסן פאליטיק; ראש השנה איז מען דן יעדן איינעם, וואס וועט זיין מיט אים דעם גאנצן יאר. אז די דאווענען איז צו לאנג פאר דיר און מען מאכט אסאך הפסקות וכו' - זאלסטו אויסנוצן די צייט מיט זאגן תהילים, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן פאר די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה; ראש השנה זאגן אלע תהילים, מען בעט פאר זיך, פאר די קינדער און פאר אלע אידן.


וואס דארפסטו קוקן אויף אנדערע? וואס וועלן דיר אנדערע העלפן? עס קומט א נייע יאר, וואס ווייסטו וואס גייט זיין מיט דיר, מיט דיין ווייב און קינדער? וואס ווייסטו וואס ווארט דיר? אלעס וואס מיר גייען אריבערגיין דעם קומענדיגן יאר, אלעס שרייבט מען אן ראש השנה; דארפן מיר אויסנוצן די צייט מיט תשובה טון, מיט זאגן תהילים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים, ווייל תהילים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", דערפאר - זאגט דער רבי - זעט מען אז אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה איז יעדער עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ".


וואס האט דאס מיט דיר - ווער עס באקומט אן עליה וכו', און ווער עס דאווענט פארן עמוד וכו', וואס וועלן דיר די זאכן העלפן? לאז זיך נישט פארדרייען דעם קאפ, פארגעס נישט אז עס איז דא א באשעפער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און די וועלט פירט זיך מיט א חשבון. לאז זיך נישט פארנארן, דער יצר הרע קומט צו יעדן איינעם אנדערש פארשטעלט; איינעם באדערט דאס און א צווייטן באדערט יענץ, איינעם שטערט אז מען דאווענט לאנג, א צווייטן – אז מען דאווענט שנעל; אלעס מיט איין כוונה, אוועק נעמען דעם מענטש פון אייבערשטן. ער מאכט דעם מענטש פארנומען מיט נארישקייטן - אבי מען זאל פארגעסן פונעם אייבערשטן, און ווען עס קומען די הייליגע טעג ווערט ער זייער דערשראקן, זיין גאנצע הארעוואניע פון א גאנץ יאר גייט יעצט לאיבוד, אלע אידן טוען תשובה, אלע אידן קערן זיך צוריק צום אייבערשטן; האט ער געטראפן א נייע זאך, דעם וועט באדערן ווער עס איז עולה און ווער עס שמועסט, און יענעם וועט מען מאכן באדערן א צווייטע זאך - און אזוי פארגעסט מען פון תכלית.


ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן גרויסע ישועות; חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס גרויסע ניסים וואס האט אלץ פאסירט אום ראש השנה (ראש השנה יא.). ראש השנה זענען די הייליגע אמהות שרה אמינו, רחל אמינו און חנה - נפקד געווארן מיט קינדער; ראש השנה איז יוסף ארויס פון תפיסה; ראש השנה האט זיך אויפגעהערט די ארבעט פאר די אידן אין מצרים; ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער, ערליכע קינדער און נחת פון די קינדער; ראש השנה קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע תפיסה, אזוי ווי יוסף הצדיק איז ארויס פון תפיסה; ראש השנה קען מען פועל'ן פרנסה בנקל, מען זאל נישט דארפן ארבעטן אזוי ביטער שווער, אזוי ווי די שיעבוד מצרים האט זיך אויפגעהערט ראש השנה.


ביי אונז רעדט מען נישט ראש השנה, אנשי שלומינו זענען מקבל אויף זיך א 'תענית דיבור' אויף גאנץ ראש השנה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קיג) איידער מען איז גוזר א גזירה פרעגט מען דעם מענטש אויף וועם מען וויל ברענגען די גזירה, ער זאל זיך אליינס פסק'ענען וואס פאר א שטראף מען זאל אים געבן; דער מענטש שמועסט פון אנדערע, ער דערציילט וואס א צווייטער האט געטון און ער פסק'נט אפ אז מען דארף יענעם געבן א שטראף, ער כאפט נישט אז ער האט זיך יעצט אליינס גע'פסק'נט; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף א צווייטן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט די הנהגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1898 - איך קען אליין רוימען די אויפגעווארפענע מיסט, פארוואס מאכן מחלוקת?
מחלוקת, מדות טובות, ריינקייט, שטעטל

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר זענען ברוך השם זייער צופרידן און פרייליך אז מיר האבן די זכות צו וואוינען דא אינעם הייליגן שטעטל, וואו מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


ס'האט היינט עפעס פאסירט וואס איך וויל אויף דעם הדרכה עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקת. איך האב פיינט מחלוקת און איך וויל נישט עס זאל חלילה ווערן, און איך וויל זיכער נישט האבן קיין חלק אין דעם.


פון מאל צו מאל קומען בערן אדער אנדערע חיות און דרייען איבער די גארבעדזש און מאכן א גרויסע איבערקערעניש און שמוץ, עס האט שוין פאסירט ביי אונז א פאר מאל. די לעצטע צוויי מאל וואס ס'איז געשען האב איך נישט גוט געפילט און איך האב עס נישט געקענט אליינס רייניגן, און מיין מאן איז ברוך ה' זייער פארנומען און עס איז נישט געווארן אפגערייניגט גלייך. בערך א טאג און א האלב איז אריבער באפאר מיר האבן געהאט א געלעגנהייט עס צו רייניגן.


די לעצטע מאל ווען דאס האט פאסירט, באקומט מיין מאן א טעקסט מעסעדזש אינמיטן טאג פון איינע פון די חברי הנהלה וואס שטייט "גארבעדזש", מיין מאן שיקט צוריק "וואס איז מיט דעם?", ענטפערט ער, "עס איז דא גארבעדזש אין פארנט פון דיין הויז", מיין מאן ענטפערט צוריק, "מיינסטו אז איך ווייס נישט??" און ער ענטפערט, "ביטע רוימט עס אויף". ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, פאר צוויי סיבות. ערשטנס, אויב מ'האט עפעס צו זאגן, זאג עס שיין, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס יענער גייט דורך און די וועג ווי אזוי ער האט עס געשריבן האט אונז זייער וויי געטון. די צווייטע סיבה איז ווייל מיר האבן געשפירט אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אז א האלבע טאג גייט אריבער און די גארבעדזש איז נישט אויפגערוימט מיינט נישט אז מיר גייען עס נישט טון. ס'שטערט אונז זייער שטארק ווען ס'איז דא אן איבערקערניש אין פארנט פון אונזער הויז און מיר דארפן נישט איינער זאל קומען אונז זאגן עס אויפצורוימען, מיר פארשטייען אז ס'קען ארויסקומען א שאדן ווען די גוים וועלן באשולדיגן אלע אידישע איינוואוינער צוליב איין מענטש'ס גארבעדזש וואס א בער האט באשלאסן צו מאכן דערפון א פיינע סעודה, אבער איז דאס דען גענוג א סיבה זיך אריינצומישן אין אן אנדערן מענטש'ס פריוואטע לעבן?!


אבער, אונז האבן עס אראפגעשלינגען און ווייטער געגאנגען. למעשה, היינט איז עס נאכאמאל געשען, א בער האט געמאכט א חורבן פון די גארבעדזש נעכטן נאכט, און מיר האבן נישט געהאט קיין געלעגנהייט עס צו רייניגן ביז די קינדער זענען שוין געווען אין בעט ביינאכט, געווענליך וואלט איך געבעטן די קינדער זאלן עס טון, אבער דאס מאל איז עס ממש געווען אויפ'ן גאס, און עס איז געווען א סכנה פאר זיי. אינדערפרי, ממש געציילטע שעות נאכדעם וואס דער בער האט אלעס איבערגעדרייט, האט דער אינגערמאן נאכאמאל אונז געטעקסט, "ביטע רוימט אויף די גארבעדזש", אפשר איז עס נאריש, אבער ס'האט אונז אמת'דיג געשטערט, ער האט נישט קיין וועג צו וויסן אז ווען ער האט געשיקט יענע טעקסט בין איך געווען אין בעט מיט פיבער, עס שטערט אונז זייער אז ער מישט זיך אריין אין אונזער לעבן, אפילו מיר פארשטיין אז ער טוט עס פאר די טובה פון די שטעטל.


איך האב אים אנגערופן און אים באדאנקט פאר אלעס וואס ער טוט, און געבעטן שיינערהייט אז ער זאל ביטע מער נישט שיקן אזעלכע מעסעדזשעס, מיר וועלן רייניגן אונזער גארבעדש אין די ערשטע געלעגנהייט מיט אדער אן זיין טעקסט, און ס'איז נישטא קיין סיבה צו טשעפען. ער האט געזאגט אז ער טוט עס פאר די קהילה לשם שמים און ער באקומט גארנישט פון דעם און ער שפירט אז ס'איז פאר די טובה פון די קהילה אז ער זאל יא שיקן די טעקסטס, ער האט אויך געזאגט אז עס מאכט א גרויסע חילול השם ווען די גוים זעען עס. ווען איך האב אים געזאגט אז ס'טוט אונז זייער וויי ווען ער שיקט עס, האט ער געזאגט אז אויב מיר ווילן קען ער בעטן א צווייטן אז יענער זאל שיקן די טעקסט, איך האב אבער נישט דאס געמיינט, איך האב אים געזאגט "איך האב גערופן בעטן אז מען זאל מער נישט שיקן אזעלכע טעקסטס", זאגט ער מיר, "דאס קען איך נישט טון. איך טו עס לשם שמים פאר די טובת הכלל און ס'איז נישטא פארוואס צו מאכן אזא מצב פון דעם, מען דארף פשוט אויפהויבן די גארבעדזש און נישט מאכן קיין דראמא", איך האב אראפגעלייגט דעם טעלעפאן צעמישט און פארווייטאגט, "חילול השם" און "טון לשם שמים" זענען היתרים צו וויי טוהן אן אנדערן מענטש?!


איך פרוביר זיך צו דערמאנען און געדענקען אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אבער דער אמת איז אז איך קען נישט אויפהערן איבערצוטראכטן די גאנצע מעשה נאכאמאל און נאכאמאל, ער האט אונז אמת'דיג וויי געטון, עס שפירט אזוי ווי איינער לייגט אריין זיין נאז אין אונזער פענסטער צו זען וואס מיר טוען, עס איז נישט קיין גוטע געפיל אז איינער זאל אונז נאכלויפן צו טון זאכן וואס מיר ווייסן אליין אז מיר דארפן עס טון און מיר וועלן סיי ווי עס טון גלייך ווען מיר קענען, און נאך מער אז מען זאגט עס נישט שיין.


איך שפיר זיך באמת שלעכט צו שטערן דעם ראש ישיבה שליט"א מיט אזעלכע מעשיות, די איינציגסטע סיבה פארוואס איך שרייב איז ווייל איך וויל נישט עס זאל זיין שווערע געפילן צווישן אנשי שלומינו, און זיכער נישט אויב איך בין א חלק דערפון חס ושלום, איך האב פיינט מחלוקת און איך בעט דעם אייבערשטן זייער אסאך אז איך זאל נישט טראכטן שלעכטס אויף קיינעם. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א אונז ארויסהעלפן?


יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז אלעמאל.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס אייך נישט וואס צו ענטפערן, אויב מען רופט אייך פון די הנהלה ענק זאלן צוזאמנעמען די גארבידזש הייסט מחלוקות - ווייס איך נישט וואס צו זאגן... ווי קומט אריין מחלוקות? ווי קומט אריין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם אין פענסטער? מיר קוקן נישט אריין אין אייער פענסטער קוקן ווי אזוי די שטוב ביי אייך זעט אויס און מיר זאגן נישט וועגן די גראז ארום אייער שטוב, אויב עס איז דא דארט מיסט; מיר בעטן סך הכל, נעמט צוזאמען די גארבידזש פון די שאסיי.


אז מען שטייט אויף אינדערפרי און מען זעט א בער האט איבערגעדרייט די מיסט און עס איז ארומגעווארפן ארום די שאסיי - איז נישטא קיין 'גיין אין שול דאווענען', נישטא קיין 'גיין ארבעטן', נישטא די תירוצים 'שפעטער' 'באלד' 'מארגן', נישטא גארנישט; מען איז מחויב צוזאמצונעמען די מיסט, און אויב מען טוט דאס נישט - איז מען גורם שאדן פאר אונז אלע. די גוים די שכינים האבן אויף אונז קיין איין שלעכט ווארט צו זאגן - ביז ריינקייט, זיי שיקן ארום בילדער, זיי פארשעמען אונז אויף סאושעל מידיע, אז די אידן זענען שמוציג; דאס איז דאך א ווארט וואס מען זאגט אויף אידן, 'שמוציגע', און זיי ווייזן בילדער, זיי זאגן אז מיר ברענגען דא חיות, און ווען מיר דארפן נושא חן זיין ביי זיי צו באקומען רשות פאר די עתיד פון שטעטל, צו בויען מוסדות וכו' - זאגן זיי: "קודם נעמט צוזאמען אייער מיסט", זיי פארשעמען אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז מחלוקות? 'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז א זאך וואס איך וואלט אויך געשריבן, און ווען איך וואלט געוואוסט וואס טוט זיך ביי אייך היינט - וואלט איך אהינגעפארן דאס צוזאמנעמען.


איך בין געווען אפאר וואכן צוריק אויפן וועג צו די חדר, די מלמדים האבן געווארט אויף מיר, און איך פאר אריבער א שטוב וואו דער בער האט אויסגעווארפן די מיסט אויפן שאסיי, האב איך אלעס אפגעשטעלט און איך האב דאס אלעס צוזאמגענומען. פארשטייט זיך מענטשן זענען אריבערגעפארן און געזען ווי דער ראש ישיבה נעמט צוזאמען מיסט, האבן זיי זיך אלע אפגעשטעלט מיר העלפן, האב איך זיי געזאגט: "יעצט געב איך נישט אוועק די מצוה, אז איר ווילט מיר העלפן קענט איר דאס טון איידער איך טו דאס".


זייט מיר מוחל, איך זע נישט דא קיין מחלוקות, איך זע נישט דא קיין אריינשטעקן די נאז ביי יענעם. די חברי הנהלה זענען טייערע אינגעלייט וואס ארבעטן פיר און צוואנציג שעה בלי גוזמא פאר דער עתיד פון די שטעטל, זיי מאכן גארנישט פון דעם, מען האט אויף זיי נאר טענות. ווען אלע גייען אהיים נאך א טאג ארבעט פארברענגען מיט די ווייב און קינדער - זענען זיי פארנומען מיט השתדלות ביי אלע אפיסעס; איך אליינס טו נישט אזוי סאך ווי זיי טוען פאר אונז.


'ביטע נעמט צוזאמען די מיסט' - איז נישט געשריבן? עס איז די שענסטע וועג ווי אזוי מען קען יענעם העלפן. איין זאך טראכט איך, איך וועל זיי בעטן זיי זאלן ענדערש אנרופן דעם מענטש - ווי שרייבן א מעסעדזש, ווייל א מעסעדזש קען מען ליינען אויף צוויי וועגן; אויב דער מענטש איז נערוועז און אנגעצויגן - ליינט מען דאס נעגעטיוו, כאילו איינער טיילט מיר איין וואס צו טון, און אויב מען איז אין א גוטע גיסטע, מען טראכט גוט, מען טראכט 'קוק ווי שיין די שטעטל פירט זיך, מען זארגט פאר אונזער טובה, מיר זאלן נישט פארשעמט ווערן פון צווישן די גוים און אויך צווישן אנשי שלומינו, מען דערמאנט אונז אזוי שיין אז מען זאל צוזאמנעמען די מיסט', איז אפשר זאל מען ענדערש אנרופן יענעם.


איך וויל זייער די בריוו זאלן אלע ליינען און אלע זאלן וויסן אז אויב עס איז שמוציג אויפן שאסיי - איז דאס א געפערליכע זאך, מען פארשעמט זיך און מען פארשעמט אלעמען. אפילו אידן וואס פארן אריבער זאגן: "ברסלב'ע שמוציגע מענטשן", קיינער ווייסט נישט אז מענטשן אין שטוב האבן פיבער וכו' וכו', די פלעק בלייבט.


אויב די מיסט איז אויסגעשפרייט ביי א משפחה וואס פירן זיך ערליך, דער מאן לערנט און דאווענט און די ווייב גייט אנגעטון בצניעות - איז די אחריות פי כמה, ווייל אלע זאגן 'קוק אן די מענטשן ווי זיי פירן זיך'.


איך בעט אייך זייער, קיינער מאכט נישט קיין מחלוקות און קיינער זוכט ענק נישט איינצוטיילן ווי צו לעבן; געבט אכטונג אויף אונזער נאמען עס זאל נישט ווערן פארשעמט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1897 - בעטן מיין מאמע מיר נישט צו טראגן צו אן אויסגעמישטע שווים באסיין?
צניעות, כיבוד אב ואם, תפילה והתבודדות, שווימען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין ניין יאר אלט און מיין מאמע וויל מיך נעמען שווימען אין א פלאץ וואו עס שווימען אויסגעמישט מענער און פרויען. איך וויל וויסן וואס איך זאל טון, זאל איך איר זייער בעטן אז איך וויל נישט גיין? אדער עפעס אנדערש? איך וועל זיך פרייען אז דער ראש ישיבה זאל מיר זאגן וואס צו טון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין שאלה.


זאג דיין מאמע מיט גרויס דרך ארץ אז דו ווילסט זי זאל דיך טראגן אין א סווימינג פול (שווים באסיין) וואו מען שווימט מיט צניעות, מיט קדושה וטהרה, נאר מענער באזינדער; דו וועסט שווימען מיט די מענער און זי זאל גיין מיט דיין שוועסטער באזונדער שווימען ביי די פרויען.


כיבוד אם איז זייער א גרויסע מצוה, מען דארף זייער אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט מיט א מאמע, מען דארף רעדן מיט גרויס דרך ארץ, און שיין זאגן אז מען וויל גיין שווימען באזונדער, נישט חס ושלום אויסגעמישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן אלע אידן זאלן תשובה טון, משיח זאל שוין קומען און צוריק ברענגען אלע אידן צו די תורה וועג, זיך פירן הייליג און ריין.


געוואוין זיך צו זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אין דיין שפראך וואס דו רעדסט, שמועס מיט אים יעדע זאך, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו זיין א צדיק, אפגעהיטן פון אלע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1896 - דארף מען זיך צודעקן די קאפ אין שויער?
צניעות, חיזוק פאר פרויען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט א שיעור פון א רעבעצין, זי זאגט דארט אז עס איז גוט אז ווען מען גייט אין שויער זאל מען אויך גיין צוגעדעקט די קאפ. מען זאל גיין מיט א ספעציעלע קאפ-צודעק וואס מען נוצט אין וואסער, און נאר אויסטון די צודעק ווען מען זייפט זיך דעם קאפ.


איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא מושג, און איך האב אנגעהויבן טראכטן אפשר בין איך נישט אזוי צניעות'דיג. האב איך געוואלט פרעגן אויב דאס איז טאקע א גוטע מנהג זיך צו פירן, זאל איך עס אנהויבן איינפירן ביי מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די הייליגע חכמים דערציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי מיטן נאמען קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און אלע זיבן קינדער זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים", האבן די חכמים איר געפרעגט: "מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ", פארצייל אונז דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? "אָמְרָה לָהֶם, מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיינע האר.


וואויל איז די פרוי וואס געבט אכטונג צו גיין צוגעדעקט איר קאפ, וועט זי זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


ווען מען שויערט זיך, דארף מען נישט צודעקן די קאפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1895 - מסכים זיין צו א שידוך וואס האט א סמארטפאון?
שידוכים, מורה דרך, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, מען האט מיר אנגעטראגן א שידוך, און נאכ'ן מברר זיין און באקומען גוטע אינפארמאציע האבן מיר געהאט א בעשוי, און ער האט מיר דערציילט אז ביי זייער חסידות איז זייער נארמאל דארט צו האבן א סמארטפאון, און ער האט אויך אזא טעלעפאן, און דער רבי פון יענע חסידות האלט אז עס נישט קיין פראבלעם אויב מען האט עס אויף א כשר'ן אופן.


דאס האט מיר געמאכט ספיקות אויפ'ן שידוך, כאטש וואס עס זעט אויס אז ער נוצט עס טאקע נאר אויף אן אויסגעהאלטענעם וועג, א האלבע טאג נוצט ער עס בכלל נישט, ווייל ער קען עס נישט אריינברענגען דארט וואו ער ארבעט, און ער זאגט אז ער האט זיך געמאכט א גדר נישט צו זיין פארבינדען צו גרופעס פון נייעס וכדומה, אבער ביי אונז אין שטוב איז אזוי שטארק אנגענומען קעגן דעם ברוך ה', און פלוצלינג זאל זיך יעצט טוישן פאר די קינדער די צוגאנג צו טעלעפאנען, און בעצם אויך פאר מיר, עס מיר זייער שווער.


ער האט מיר געזאגט אז זיין רבי האלט אז אויב עס איז שוין דא אזא זאך, איז בעסער עס צו נוצן פאר גוטע זאכן און פאר פרנסה און דאס גלייכן. וואס זאגט דער ראש ישיבה אויף דעם? זאל איך ממשיך זיין מיט דעם שידוך?


און צו די געלעגנהייט וויל איך אויך אויסדרוקן א גרויסן יישר כח אויף די פיל חיזוק וואס מיר באקומען כסדר פון די זאכן פונעם ראש ישיבה שליט"א.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מברר אויף זיינע מידות און אויף זיין יראת שמים, און אויב ער האט גוטע מידות און יראת שמים זאלט איר גיין צום שידוך מיט שמחה.


דאס אליין, אז א מענטש האט א רבי, א מורה דרך, ער פרעגט זיין רבי און זיין רבי לערנט אים ווי זיך צו פירן - איז א געווינס. ווייל דאס איז דאס וויכטיגסטע זאך; ווען עס קומט צו טון א שידוך דארף מען קוקן אויף גוטע מידות, יראת שמים און צי עס איז דא הכנעה פאר א רב, פאר א רבי.


אודאי איז א טעלעפאן אן איינגעשטעלטע זאך, מען קען אלעס פארלירן השם ישמרינו; אבער אז דאס ווערט אויסגעשמועסט מיט א רב - איז דאס עפעס אנדערש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1894 - שליסן א שידוך וואס די כלה וועט גיין ארומגעבינדען מיט א שאל?
שידוכים, צניעות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז דא דא אן עלטערער בחור וואס מ'האט אים אנגעטראגן א שידוך, וואס די פרויען אין יענע משפחה גייען ארומגענומען דעם גאנצן קאפ מיט א שאל, זיי האבן דעם מנהג נאך פון זייערע זיידעס פון תימן. דער בחור איז מסכים צום שידוך, אבער ער האט מורא ווייל מוהרא"ש זי"ע האט נישט געהאלטן פון דעם. איז דאס א פראבלעם? אדער אויב האבן זיי דאס אזוי מקובל פון זייער מסורה, איז עס יא גוט?


אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען ביטע ענטפערן אויב מ'זאל שליסן דעם שידוך אדער נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ער זאל מברר זיין אויף איר יראת שמים, איר געזונט און טון דעם שידוך, און חס ושלום נישט קוקן אויף קיין שום אנדערע זאך.


אמת, מוהרא"ש האט געזאגט מען זאל נישט גיין מיט די שווארצע שאלקע, אבער ווען עס קומט צו חתונה האבן דארט האט מוהרא"ש געשריבן טויזנטער און טויזנטער בריוו מען זאל נישט קוקן אויף גארנישט, מען זאל חתונה האבן לשם שמים; עס לוינט נישט דאס לעבן אז מען איז פוגם בברית, הוצאת זרע לבטלה - רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1893 - ווי אזוי שטארקט מען זיך ווען מען גייט אריבער שוועריקייטן?
התחזקות, אמונה, נסיונות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אפשר שרייבט איר מיר עפעס חיזוק? ס'גייט איבער אויף מיר.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש דערציילט (אשר בנחל, מכתב יד-תלז) עס איז געווען א צדיק וואס האט אסאך געליטן פון זיין ווייב און קינדער, און מען פלעגט שטענדיג הערן ווי דער צדיק זאגט צו זיך: "אזוי וויל דער אייבערשטער", "אזוי וויל דער אייבערשטער"; ער האט זיך גע'חזר'ט די אמונה ער זאל נישט מהרהר זיין אויפן אייבערשטן.


דאס איז די גרעסטע זאך; אפילו עס גייט אריבער שווערע ביטערע צייטן זאל מען נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן, מען זאל געדענקען: "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא" (דברים לב, ד).


מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן נאר איין זאך, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט. מיר דארפן שטענדיג חזר'ן: 'מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט, דער אייבערשטער פירט די וועלט, ער מאכט נאר גוט, ער מאכט נאר פאר אונזער טובה'.


נעם אריין אמונה אין דיר, וועסטו שפירן א רואיגקייט אין לעבן; אלעס וועט דיר גיין גרינגער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה", ווער עס האט אמונה, "חַיָּיו חַיִּים", דער לעבט א לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", אלעס גייט גרינגער און עס איז אים שטענדיג גוט, "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב", ווייל ווען עס גייט אים אלעס אזוי ווי ער וויל - "בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", איז דאך גוט, "וַאֲפִלּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ", און אפילו ווען עס איז נישט אזוי, "דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר", ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, "וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִין חַס וְשָׁלוֹם", און ער ליידט יסורים חס ושלום, "גַּם כֵּן טוֹב", איז אים אויך גוט,"כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ, כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן און אים העלפן. ווייל אז דער אייבערשטער ברענגט מיר די שלעכטס - איז דאך זיכער אז דאס איז גוט פאר מיר, "אֲבָל מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם, חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל, כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת, כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל, מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל, וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב, מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", אבער דער וואס האט נישט קיין אמונה - דער האט נישט קיין לעבן, ווייל ווי נאר עס גייט אים איבער עפעס שלעכטס - האט ער נישט קיין שום טרייסט, ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, ווייל ער גלייבט דאך נישט אינעם אייבערשטן רחמנא לצלן, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ כַּנַּ"ל", אבער דער וואס לעבט מיט אמונה - האט א שיינע זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1892 - ווי אזוי דערהאלט מען זיך ביז די שידוך קומט אן?
שידוכים, התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קידוש לבנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער באזארגט, איך ווער שוין באלד צוואנציג יאר אלט און שידוכים האלטן אין איין אראפגיין פון טיש. עס איז מיר זייער שווער אנצוגיין אזוי. איך פיל צובראכן און אליינס, און בכלל וויל איך נישט אנקומען צו צוואנציג יאר פאר'ן חתונה האבן, איך קען עס נישט אויסהאלטן מער, די נסיונות צערייסן מיך, איך פאל א גאנצן צייט אין שמירת עיניים און אין שמירת הברית, איך בעט דעם באשעפער א גאנצן צייט אז איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און גארנישט קומט נישט, איך פרוביר צו זיין ערליך אבער עס איז זייער שווער.


אויב דער ראש ישיבה קען מיר געבן חיזוק אויף קדושה, און מתפלל זיין פאר מיר אז איך זאל שנעל טרעפן מיין שידוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, האלט זיך שטארק; עס איז דא פאר דיר א שידוך, מען דארף נאר ווארטן מיט געדולד ביז די ישועה קומט.


עס איז כדאי זאלסט זיך פארשאפן דעם ספר "מציאת הזיווג" פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, זאלסט טון די סגולות און זאגן די תפילות.


די ערשטע סגולה איז זאגן יעדן טאג קרבנות הנשיאים. דער רבי זאגט (ספר המידות אות חיתון, סימן ו): "מִי שֶׁקָּשֶׁה לוֹ לִמְצֹא זִוּוּגוֹ, יַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ לִקְרוֹת בְּקָרְבְּנוֹת הַנְּשִׂיאִים", וועם עס גייט שווער צו טרעפן א שידוך, זאל זאגן אסאך די "קרבנות הנשיאים", פון (במדבר ז, א): "וַיְהִי בְּיוֹם כַּלּוֹת מֹשֶׁה לְהָקִים אֶת הַמִּשְׁכָּן", ביזן סוף, די קריאה וואס מען ליינט חנוכה, און נאכן זאגן די קרבנות, בעט דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו טרעפן מיין זיווג; עס איז מיר אזוי שווער צו זיין א פלג גוף, עס איז מיר אזוי שווער צו זיין ערליך ווען איך בין אליין, איך וויל חתונה האבן וכו' וכו'".


זיי מקפיד אויף קידוש לבנה יעדן חודש. דער רבי זאגט (שם, סימן ב): "קִדּוּשׁ לְבָנָה סְגֻלָּה שֶׁיִּמְצָא אָדָם אֶת זִוּוּגוֹ", וועם עס איז שווער צו טרעפן זיין שידוך - זאל זאגן קידוש לבנה, און נאך קידוש לבנה זאלסטו בעטן א תפילה אויף דיין שפראך אז דו זאלסט זאל זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בזכות די מצוה פון קידוש לבנה.


דער עיקר בעט איך דיר זייער, שטארק זיך און ווער נישט צעבראכן ווען דו זעסט אז עס גייט אריבער נאך א טאג און נאך א טאג, און עס רוקט זיך גארנישט; דו טראכסט כל מיני מחשבות: 'וואס וועט זיין... אפשר וועל איך שוין אזוי בלייבן... ווער וועט מיך נעמען?' איך בעט דיר זייער, טראכט גוט און ווארט אויס פאר דיין ישועה. דו טו וואס דו האסט צו טון, פאלג דעם רבי'ן און זיי מקיים אלע עצות וואס ער זאגט, וועסטו בודאי געהאלפן ווערן בקרוב ממש.


דא האסטו א הארץ רייסנדע תפילה פון מוהרא"ש, איבער געזעצט אין אידיש. זאג דאס יעדן טאג, די תפילה שניידט אריין אין הארץ:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּנוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1891 - מעג א פרוי גיין מיט די טעכטער צו די אפגעזונדערטע פלאץ ביים ים?
צניעות, חינוך הילדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דא אין ארץ ישראל איז דא צוגעשטעלט ביים ים באזונדערע טעג צעטיילט פאר מענער און פאר פרויען, אז מען זאל קענען גיין דארט מיט צניעות, אבער פאקטיש איז עס נישט אזוי פשוט, ביז מען קומט אן אהין צו די אפגעזונדערטע צניעות'דיגע פלעצער ביים ים, שטויסט מען זיך אן אויפ'ן וועג מיט אסאך פריצות, און דעריבער האב איך זיך מקבל געווען אז גיי איך מער נישט אהין, נישט מיט מיינע קינדער און נישט איך אליין, און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל אנהאלטן מיין קבלה.


מיין ווייב האט מיר אבער געבעטן איך זאל פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב זי קען יא אהינגיין מיט די טעכטער אין די טעג ווען פרויען גייען, ווייל אויסער די פריצות וואס מען זעט אויפ'ן אהין, איז דארט אליין אויך דא פרויען וואס זענען זייער נישט צניעות'דיג אנגעטון.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו גיין אין פלעצער וואו עס איז דא פריצות; אויך פרויען דארפן זיך היטן פון גיין אין שלעכטע פלעצער און זיכער דארף מען אכטונג געבן ווי מען גייט מיט די קינדער, זיי נאר טראגן אויף איידעלע ריינע פלעצער.


עלטערן דארפן אסאך מתפלל זיין פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זון און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדַי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם. לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּךְ נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1890 - וואס טוט מען אז די ווייב בעט א גט אויב פאר איך קיין אומאן?
אומאן, שלום בית, ראש השנה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוקים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז טאג טעגליך. יעדן שבת קוק איך ארויס צום פרישן קונטרס "עצתו אמונה", וואס דאס געבט מיר ממש לופט צום אטעמען פאר די גאנצע וואך.


איך האב זוכה געווען אנצוקומען צום ערשטן מאל קיין אומאן אויף ראש השנה פאר פיר יאר צוריק, און זייט דעמאלט בין איך ממש געבוירן געווארן פונדאסניי, אן קיין גוזמא. איך האב באקומען פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש אזוי סאך אין לעבן, דאווענען און רעדן צום אייבערשטן, לערנען אסאך תורה מיט'ן סדר דרך הלימוד, לעצטנס בין איך אויך זוכה צו לערנען יעדן ח"י פרקים משניות, און נאך גאר אסאך גוטע מתנות.


פארגאנגענעם ראש השנה האט מיין ווייב נישט געוואלט אזוי שטארק איך זאל פארן קיין אומאן, צוליב די מלחמה דארט, דאס האט געמאכט אן אנגעצויגנקייט אינדערהיים, ביז צום סוף בין איך למעשה געפארן מיט איר הסכמה, אבער נישט מיט'ן גאנצן הארץ, נאר אזוי בלית ברירה. און זייט דעמאלט האט דער מצב ביי אונז אין שטוב אנגעהויבן גיין צוביסלעך בארג אראפ, די שלום בית האט גאר שטארק אונטערגעהינקעט, מיר זענען כמעט אנגעקומען צו א גט רחמנא ליצלן, אויך אין פרנסה האבן מיר נישט געזען קיין שום ברכה, אלע צינורות פון פרנסה זענען פארשפארט געווארן, און אין דעם גאנצען שווערן מצב האט דער אייבערשטער אונז געהאלפן אז מיר האבן אנגעהויבן ווארטן אויף א שמחה ברוך ה'.


יעצט שטייען מיר שוין געציילטע וואכן פאר ראש השנה, איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג מיט'ן גאנצן הארץ אז איך זאל זוכה זיין צו פארן קיין אומאן, אבער מיין ווייב זאגט מיר אז איך וויל פארן זאלן איך איר קודם געבן א גט, און איך זאל מיר נישט צוריק קומען אהיים.


איך בין מודה אז איך האב א גרויסע חלק אין די אנגעצויגנקייט אינדערהיים, איך פרוביר צו פאררעכטן און טון אלעס צו פארבעסערן דעם מצב, פאררעכטן די זאכן וואס האבן גורם געווען די אלע פראבלעמען, אבער דערווייל האב איך נישט קיין שום עצה, איך בעט נאר דעם אייבערשטן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ווייזן דעם וועג וואס צו טון יעצט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט דיין ווייב זאל דיך לאזן פארן קיין אומאן אויף ראש השנה – ווענדט זיך דאס אין דיר; אז דו וועסט איר העלפן, דו וועסט רעדן שיין צו איר, דו וועסט איר מכבד זיין - וועט זי דיך לאזן פארן צום רבי'ן.


מוהרא"ש זאגט אויף דעם וואס די וועלט זאגט: "פארוואס בלאזט דער שופר אזוי גוט ראש השנה? ווייל עס ליגט א גאנץ יאר אין ארון הקודש", זאגט מוהרא"ש: "אז מען וויל פארן קיין אומאן אויף ראש השנה ווענדט זיך דאס ווי אזוי מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר; אז די ווייב זעט א גאנץ יאר ווי שיין מען פירט זיך, זי זעט וואס א ברסלב'ער חסיד איז, מען לערנט יעדן טאג תורה, מען לעבט מיטן אייבערשטן - דאן וועט זי נישט מעכב זיין פון פארן קיין אומאן", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיז:) "בלאזן שופר איז א חכמה, נישט קיין מלאכה"; עס גייט נישט מיט כח, עס דארף גיין מיט חכמה; אז מען פירט זיך אויף א גאנץ יאר אזוי ווי עס דארף צו זיין, דער שופר ליגט אין ארון קודש - דעמאלט דארף מען נישט קיין כח צו בלאזן דערמיט, עס איז נישט קיין שווערע ארבעט, עס געשעט אליין.


טשעפע נישט דיין ווייב, רעד צו איר שיין, רעד צו איר אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש. געב איר אסאך גוטע ווערטער, אז דו וועסט זיך אזוי פירן וועט זי דיך לאזן גיין צום רבי'ן אויף ראש השנה.


זאג דיין ווייב אז דו גייסט אהיימברענגען ישועות, מען פארט צו א צדיק אויף ראש השנה אויס'פועל'ן א גוט יאר - וועט זי דיך זיכער לאזן גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.