מכתב יומי

ז אב תשע"ח

July 19 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען מיר שטייען אין די טעג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, וואס דאס איז געקומען צוליב שנאת חינם (יומא ט:), דארפן מיר פאררעכטן אונזערע מעשים בין אדם לחבירו. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא סט:): "וַעֲדַיִן מְרַקֵּד בֵּינָן", די עבירה איז נאך אלץ צווישן אונז; מיר דארפן אכטונג געבן אויף א צווייטנס געפילן, און טראכטן פאר מען זאגט ארויס א ווארט פון מויל.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ויקרא רבה לג, ב): רבינו הקדוש האט אמאל געמאכט א סעודה פאר זיינע תלמידים, ביי די סעודה האט מען געגעבן צינג פלייש, עס איז געווען ווייכע צינג און הארטע צינג, ווען רבינו הקדוש האט געזען ווי די תלמידים זוכן צו נעמען די ווייכע צינג און נישט די הארטע, האט ער זיי געזאגט: "אזוי ווי איר זוכט גוטע און ווייכע צינג, איר נעמט נישט די הארטע צינג, אזוי זאלט איר נוצן אייער צינג פון מויל נאר צו רעדן גוט און שיין איינער צום צווייטן, און נישט רעדן שלעכט".


מיר לערנען יעצט אין ישיבה מסכת תענית; מיר האבן געלערנט די וואך וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.): אויפן פסוק (קהלת י, יא): "אִם יִשֹּׁךְ הַנָּחָשׁ בְּלוֹא לָחַשׁ, וְאֵין יִתְרוֹן לְבַעַל הַלָּשׁוֹן", ווען משיח וועט קומען, וועלן אלע חיות גיין צום שלאנג און אים פארהאלטן: "מיר האבן פארציקט אנדערע חיות ווען מיר זענען געווען הונגעריג און מיר האבן זיי אויפגעגעסן, מיר האבן כאטש א תירוץ פארוואס מיר האבן עס געטון, אבער דו שלאנג, פארוואס האסטו געביסן מענטשן און זיי פאר'סמ'ט, דו האסט דאך גארנישט פון דעם?!" ווייל א שלאנג שפירט אין יעדע זאך א טעם פון ערד - ער האט גארנישט פון דעם; וועט דער שלאנג ענטפערן: "וְאֵין יִתְרוֹן לְבַעַל הַלָּשׁוֹן", וואס ווילט איר פון מיר, בעסער גייט פרעגן דעם 'בעל הלשון' - דער וואס רעדט לשון הרע, דער וואס רעדט שלעכטס אויף א צווייטן - וואספארא הנאה האט ער פון דעם?!


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער"; די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים, און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, צווישן זיך האט מען זיך פיינט איינער דעם אנדערן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען, דארפן מיר זיך העלפן איינער דעם אנדערן".


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דאס באוויזן אין יבניאל, אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן אפילו מען איז נישט פונעם זעלבן אפשטאם. אויך ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ האט מוהרא"ש געמאכט אז סיי אשכנז'ישע אידן און סיי ספרד'ישע אידן פון אלע עדות זאלן קענען דאווענען אונטער איין דאך. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר מכבד געווען צו זיין בעל תפילה און מיר געבעטן אז איך זאל זינגען די ספרד'ישע פיוטים; דאס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי אלע זיצן צוזאמען, די ספרד'ישע אידן זיצן און הערן ווי מיר זאגן אונזערע שטיקלעך ביים דאווענען - 'ונתנה תוקף', 'לקל עורך דין', 'וכל מאמינים', וואס דאס איז זייער חשוב ביי אונז, און מיר פלעגן אויסהערן ווי די ספרד'ישע אידן זינגען זייער שטיקלעך, ווי למשל: 'עת שערי רצון', 'בחצוצרות וקול שופר', וואס דאס איז ביי זיי אזוי ווי ביי אונז 'ונתנה תוקף'.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג, מהז' בעטלערס): "עס איז דא א בוים וואס אונטער יענעם בוים וואוינען אלע סארט חיות, אויך אלע פייגלעך האבן זייערע נעסטן אויף יענעם בוים, און דער תענוג וואס דארט איז דא איז עד אין שיעור"; אזוי ווי עס שטייט ווען משיח וועט קומען (ישעיהו יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", דער וואלף מיטן לעמעלע דער לעמפערט מיטן ציגעלע וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קוה מיטן בער וועלן צוזאמען פאשענען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות, "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און קיינער וועט נישט שלעכטס טון פארן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן, מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער בוים - דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון נב): "עֵץ דָא צַדִּיק", דער צדיק ווערט אנגערופן א בוים; אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו, ווען ער האט געשיקט די מרגלים קיין ארץ ישראל האט ער זיי געזאגט זיי זאלן קוקן (במדבר יג, כ): "הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ אִם אַיִן", זאגט רש"י (שם): "אִם יֵשׁ אָדָם כָּשֵׁר לְהָגֵן עֲלֵיהֶם", זיי זאלן קוקן אויב עס געפונט זיך אין ארץ ישראל אן ערליכער איד וואס קען מגין זיין אויף זיי; ביים צדיק איז דא פלאץ פאר אלעמען. ווען מען קומט קיין אומאן צום רבינ'ס קיבוץ, קען מען זען ווי אזוי עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען. עס קומען זיך צוזאמען אלע סארט מענטשן, אלע סארט חיות און פייגל, און קיינער קוקט נישט אויפן צווייטן מיט א ביטול, קיינער האלט זיך נישט גרעסער פונעם צווייטן, ווייל ווען מען קומט צום רבי'ן באקומט מען שפלות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב) דער עיקר וואס מען איז מקבל פונעם צדיק איז שפלות; ווען מען קומט צום צדיק הייבט מען אן שפירן א בושה, מען שעמט זיך פונעם אייבערשטן, מען הייבט אן זען וואס מען האט אלץ געטון. דאס איז איינע פון די סימנים מיט וואס דער מענטש קען זיך מעסטן זיין שייכות צום הייליגן רבי'ן, ווייל אויב מען איז מבטל יעדען איינעם, מען שפעט פון א צווייטן, מען איז פארנומען מיטן "איך"; "נאר איך ווייס דעם אמת", "נאר מיר ווייסן דעם אמת", "אלע אנדערע מענטשן זענען נישט ביים אמת" - איז א סימן אז מען איז נאך זייער ווייט פונעם צדיק.


מוהרא"ש ברענגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות טו): "וְהַסִימָן מִי הוּא מְפוּרְסָם שֶׁל שֶׁקֶר בֵּין צַדִּיק אֲמִתִּי", וואס איז דער סימן צווישן א מנהיג של שקר און אן אמת'ער צדיק? "אוֹמֵר רַבֵּינוּ זַ"ל (לִקּוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן עב): אִם נוֹפֵל עַל הָאָדָם שִׁפְלוּת, וּמַרְגִּישׁ אֶת עַצְמוֹ כִּי הוּא הֲכִי גָּרוּעַ, סִימָן שֶּׁהוּא מְקוּרָב אֶל צַדִּיק אֲמִיתִּי", אויב עס פאלט ארויף אויפן מענטש א שפלות, ער הייבט אן שפירן ביי זיך אז ער איז נאך זייער ווייט פונעם אייבערשטן, דאס איז א סימן אז ער איז מקורב צום אמת'ן צדיק, "אֲבָל אִם נִכְנַס בּוֹ גֵיאוּת וְיֵּשׁוּת וּמַחְזִּיק עַצְמוֹ יוֹתֵר מֵאֲחֵרִים, וְאֵיך שֶׁרַק הוּא נִמְצָא בְּאֱמֶת וְלֹא אֲחֵרִים, סִימָן שֶּׁהוּא נִמְצָא אֵצֶל מְפוּרְסָם שֶׁל שֶׁקֶר, וּצְרִיכִין לִבְרֹחַ מִשָּׁם", אבער אויב גייט אריין אין אים גאווה, ער האלט זיך מער פון א צווייטן, ער זאגט אז 'דער אמת איז נאר דארט וואו איך געפון זיך און נישט ביי א צווייטן', איז א סימן איז ער געפונט זיך ביי א מנהיג של שקר, און מען דארף וואס שנעלער אוועק לויפן פון דארט, "כִּי עִיקָר הַגְדוּלָה שֶׁמְקַבְּלִין מִצַּדִּיק אֱמֶת זֶּה שִׁפְלוּת", ווייל דער עיקר גרויסקייט וואס מען באקומען פונעם צדיק איז "שִׁפְלוּת".


דערפאר, יעצט ווען מיר שטייען אין די טעג וואס מיר קלאגן אויפן חורבן הבית, דארפן מיר זיך פארנעמען צו ליב האבן א צווייטן איד. מען דארף אסאך וויינען צום אייבערשטן מען זאל פאררעכטן די שלעכטע מידות, און ארויסגיין פון די שלעכטע תאוות פון נצחון, מחלוקת און מלחמה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א, סימן עה): "דְּהִנֵּה, יֵשׁ מִדַּת נִצָּחוֹן וּמַחֲלֹקֶת וּמִלְחָמָה, וּמֵהֵיכָן בָּא מִדָּה זוֹ? מִדָּמִים שֶׁעֲדַיִן לא עָבַד בָּהֶם הַשֵּׁם יִתְבָּרַך", די מידות פון נצחון, מחלוקת און מלחמות קומט פון די הייסע בלוט וואס דער מענטש האט נאך נישט אויסגעארבעט, "וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְבַטֵּל מִדַּת הַנִּצָּחוֹן וְהַמַּחֲלֹקֶת, וְלִרְדֹּף אַחַר הַשָּׁלוֹם", מען דארף אויסארבעטן די בלוט עס זאל זיין ריין פון די אלע תאוות, "וְזֶה זוֹכִין עַל יְדֵי שֶׁיְּדַבֵּר הַרְבֵּה בְּתוֹרָה וּתְפִילָּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לְשָׁלוֹם", דורך תורה און תפילה ווערט דער מענטש אויסגעארבעט פון די אלע שלעכטע תאוות, מען הערט אויף זיך צו קריגן מיט א צווייטן און מען לעבט בשלום מיט יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ליב האבן יעדן איינעם און זיך נישט קריגן מיט קיינעם, ווייל פון מחלוקת קומט נישט ארויס קיין גוטס פאר קיינעם. בפרט אין שטוב צווישן מאן און ווייב דארף מען זייער אכטונג געבן מען זאל זיך נישט קריגן.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן קו): "הַמַּחֲלֹקֶת זֶה סִימָן רָע לְבָנִים", אז עס איז דא מחלוקת איז נישט גוט פאר די קינדער, "וְשָׁלוֹם זֶה סִימָן טוֹב לְבָנִים", און ווען עס איז דא שלום צווישן מאן און ווייב איז גוט פאר די קינדער; קינדער גייען צוגרינד ווען די עלטערן קריגן זיך, זיי וואקסן אויף מיט פחדים וכו'.


אויך גייט דאס ארויף בכלליות אויף מחלוקת; ווען מען מישט אריין קינדער אין מחלוקת - דעמאלט "הַמַּחֲלֹקֶת - זֶה סִימָן רָע לְבָנִים", איז נישט גוט פאר די קינדער, אבער אז מען געבט אכטונג אז קינדער זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת, דעמאלט "וְשָׁלוֹם - זֶה סִימָן טוֹב לְבָנִים", וואקסן זיי אויף געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט האבן קיים שום שייכות מיט מחלוקת, נאר מיר זאלן זיין בשלום מיט אלעמען.