בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5903 - מחזק זיין די לערערינס
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהל בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל אייך נאכאמאל מחזק זיין איר זאלט מחזק זיין די טיטשערס, זיי דארפן אייערע גוטע ווערטער. איר האט נישט קיין אנונג וואס טוט זיך אפ אינעם מח פונעם מענטש, וויפיל דמיונות און בלבולים; מען דארף מיך יא, מען דארף  מיך נישט; די קאנפידענס איז אזוי שוואך אז פון יעדע זאך קלאפט מען זיך אראפ.


איך בעט אייך איר זאלט זיך מאכן א בוך מיט אלע איינגעשטעלטע און אויסרעכענען איין מאל א וואך צו רעדן מיט יעדן איינעם, סיי אויב איז דא זאכן וואס מען דארף בעסער מאכן - זאלט איר זיי זאגן שיינערהייט וואס בעסער צו מאכן, און אודאי און אודאי גוטע ווערטער; ווייל די וויכטיגסטע זאך איז די טיטשערס זאלן זיין זיכער ביי זיך אז זיי זענען גוט און זיי טוען גוט די ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5902 - אלע צרות הויבן זיך אן ווען מען קוקט אויף אנדערע
קינדער, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך זאג אייך נאכאמאל, יעצט איז א צייט פון זיך אפרוען, יעצט איז א צייט פון קומען צו די כוחות; איר האט ברוך ה' א שיינע שטוב מיט קינדער, און דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט נאך האבן נאך קינדער, אבער יעצט דארף מען זיך אביסל אפרוען.


וואס קוקט איר אויף אנדערע? און וואס האט צוטון מיט אייך וואס מען פסק'נט פאר אנדערע? יעדער מענטש איז א באזונדערע וועלט פאר זיך, איז וואס איז שייך צו באקומען א חלישות הדעת ווען מען הערט אז די פרוי האט מען געזאגט אזוי און פאר אייך אזוי? אלע צרות הויבן זיך אן ווען מען קוקט אויף אנדערע; אז מען האט אייך גע'פסק'נט צו ווארטן און זיך אפרוען - איז דאס דער רצון השם און דאס דארף זיין די גרעסטע שמחה.


מען פארלירט נישט אז מען פאלגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5901 - צוקריג זיך נישט מיט שווער און שוויגער וועגן געלט
מחלוקת, שווער און שוויגער, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ח' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט די מעשה, דיין שווער און שוויגער קומען דיר עפעס? און אז זיי האבן דיר געזאגט זיי גייען דיך אויסהאלטן און יעצט געבן זיי דיר נישט קיין שקל - זאלסטו צוריק גיין צום אייבערשטן און אים בעטן: "הייליגער באשעפער, איך קען נישט מער, איך שפיר ווי מיין מח פלאצט, איך דערטרונק זיך אין חובות, איך קען עס נישט אדורכטראגן".


צוקריג זיך נישט מיט דיין שווער און שוויגער, עס לוינט נישט די שקלים פאר מחלוקות, אויך קען עס שאדן מאכן דיין שלום בית, דיין ווייב וועט זיין צעריסן צווישן דיר און אירע עלטערן; פון איין זייט זעט זי וואס דא גייט פאר, די בלאף, די שקר, און פון די אנדערע זייט איז דאס אירע עלטערן; זאלסטו גארנישט רעדן מער פון די נושא.


דו גיי נאר צום אייבערשטן, נוסח היכל הקודש, בעט אים נאכאמאל און נאכאמאל. בעט מיט א שמייכל, דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפלה, סימן פא): "תְּפִלָּה שֶׁהִיא בְּשִׂמְחָה", ווען מען בעט דעם אייבערשטן מיט א שמייכל, "הִיא עֲרֵבָה וּמְתוּקָה לַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איז די תפילות זיס און איינגענעם פארן אייבערשטן.


די וועלט זאגט: "מיט א שווער עסט מען קוגל"; פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט טון די נארישקייטן פון ארויסנעמען הלואות אויף דיין דירה פאר משפחה, וואס פעלט דיר אויס די צרות, האב שכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5900 - פרייליך מאכן, אבער נאר אין די ריכטיגע צייט
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע זכות צו העלפן מיט די מעשה ביכלעך פאר קינדער, עס איז דא היינט צוגעשטעלט אזויפיל צו ליינען פאר קינדער, אבער עס פעלט די מעשיות פון רבי'ן, די מעשיות וואס ברענגט אריין אמונה און יראת שמים אויף די פשוט'ע אופן, מעשיות געשריבן אויף לעובדא ולמעשה; האסט א גרויסע זכות, עס זאל דיר ביישטיין פאר דיר און פאר דיינע קינדער.


דא האסטו א מעשה פאר פורים פאר די קינדער עצתו אמונה:


'עס איז פורים אויף די וועלט, לאמיר פרייליך מאכן דעם עולם, איך וועל נעמען מיין גרויסע פורים הוט און ארום לייגן ליכט אויף דעם, אזוי וועל איך אריינקומען אין שול, און אלע וועלן לאכן, עס וועט ווערן פרייליך'.


געזאגט און געטון, רבי נחמן פון טולטשין זכר צדיק לברכה האט גענומען זיין גרויסע הוט, זיין ספעציעלע פורים הוט, ער האט ארויפגעקלעבט ליכט און געגאנגען אין שול, פרייליך מאכן דעם עולם.


ער קומט נאנט צום שול טרעפט ער דעם הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן, און רבי נתן פרעגט אים: "וואס איז מיט דיר נחמן? וואס איז די גרויסע הוט מיט די ליכט?" זאגט רבי נחמן: "איך וויל פרייליך מאכן אנשי שלומינו, עס איז פורים", זאגט רבי נתן: "מען גייט באלד זאגן 'עננו, כי בצרה גדולה אנחנו, העלף אונז אייבערשטער ווייל מיר זענען אין א גרויסע צרה', יעצט איז נישט קיין צייט פאר די זאכן, ווארט אויף פורים, דעמאלט וועסטו מאכן פרייליך".


טייערע קינדער, די מעשה לערנט אונז אז אפילו מען פארשטעלט זיך און מען מאכט פרייליכע זאכן, אבער ווען עס קומט צו דאווענען, ווען עס קומט צו לערנען - דארף מען אוועק לייגן די פרייליכע זאכן, ביים דאווענען דארף מען זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און הכנעה.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א מענטש מיט א ברייטע הוט, ארויפגעקלעבט ליכט, און פון דער זייט זאל מען זען געמאלן רבי נתן מיטן קאסקעט, ווי ער בעט דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5899 - הערן ניגונים נאר פון ערליכע זינגערס
ניגונים, תהלים, תשובה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ח' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו הערן די ניגונים וכו', דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא, וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווער עס הערט ניגונים פון נישט אן ערליכער זינגער - וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, און אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכן זינגער - וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם.


שטארק זיך, זאג יעדן טאג דעם יום תהלים, דאס וועט דיך ברענגען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד - דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5898 - פרעג נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן
אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב נישט אויף, דראפע זיך און דערהאלט זיך, האב נישט קיין קשיות אויפן באשעפער, מיר קענען נישט פארשטיין דעם באשעפער'ס דרכים. פרעג נישט קיין קשיות, יעדע "פארוואס?" איז א קליפה. מוהרא"ש זאגט: "לָמָה" פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - זאגט א גוי; א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט, 'אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ'", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: "שֶׁכָּכָה לוֹ".


דאס וואס מיר פארשטייען נישט דעם באשעפער'ס דרכים - דאס איז די שיינקייט און גרויסקייט פון באשעפער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דעם שבת - פרשת פרה - אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5897 - ברוך ה' געמאכט פיאות פאר מיין זון יחזקאל נ"י
בית התבשיל, פסח, ספר תורה, חאלאקע

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מה אשיב לה', געלויבט דעם אייבערשטן איך האב היינט געמאכט פיאות פאר מיין זון יחזקאל נרו יאיר, איך האב אפגעשוירן ביי מיר אין שטוב און נאכדעם געגאנגען אין חדר זאגן די הייליגע א' ב', איך האב ארומגענומען מיין זון מיטן טלית כמנהג ישראל; אכטונג געבן ער זאל האבן ריינע אויגן, נישט זען קיין גוים.


נעכטן בין איך געזעצן מיט די געטרייע אינגעלייט וואס פירן אונזער בית התבשיל אין שטעטל, מען גרייט זיך אויף א גרויסע חלוקה אויף יום טוב פסח; סיי מיטן טיילן עסן און סיי מיטן אויסטיילן קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי אין שטעטל, עס זאל זיין שפע פאר אלעמען.


די ליל שישי שיעור וועט היינט זיין אין שטעטל, אינאיינעם מיט התחלת כתיבת ספר תורה לזכות דעם הייליגן רבי'ן. מען הויבט אן שרייבן נאך א ספר תורה פאר די קהילה, יעצט שרייבט מען א קלענערע ספר תורה, מען זאל דאס קענען מיט טראגן אלע יארן קיין אומאן אויף ראש השנה.


אויך וועט מען קענען מיטהאלטן דעם שיעור אין אלע שול'ן; מאנרא, מאנסי, לעיקוואד, וויליאמסבורג און בארא פארק; איך האף דו וועסט קומען זיך אויפפרישן הערן נאכאמאל די זיסע עצות וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז.


איך וויל דיר בעטן, יעצט ווען עס קומט יום טוב פסח און ביי אלע שטיבער ווערט אנגעשטרענגט - זאלסטו רחמנות האבן אויף דיין ווייב; רעד צו איר שיין, פיר זיך אויף ערליך, פיר זיך נישט אויף ווי א שגץ וואס שרייט און זידלט; אין היכל הקודש קענסטו נישט זיין נאר אז דו וועסט זיך פירן מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5896 - אינמיטן טאג זאלסטו רופן דיין ווייב זיך אינטערעסירן
שלום בית, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"ז אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אינמיטן טאג זאלסטו אהיים רופן זיך אינטערעסירן וואס דיין ווייב מאכט און וואס די קינדער מאכן; עס מיינט זייער אסאך פאר די ווייב ווען דער מאן רופט אהיים און אינטערעסירט זיך.


איך וויל זייער זאלסט זיך פארבעסערן מיט דיין שלום בית, ווייל נאר מיט שלום בית קען מען זיין ערליך און הייליג, נאר מיט שלום בית קען מען זוכה זיין צו ריינקייט.


גיי אביסל שפאצירן און זיי זיך מתבודד, בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן דיר און דיין ווייב, דו זאלסט נישט ווערן בכעס אויף יעדע קליינע זאך און חס ושלום נישט וויי טון דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5895 - די ניסים האסטו באקומען, ווייל דו האסט זיך דערהאלטן
התחזקות, פרנסה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט זיך דערהאלטן - וועסטו זען ניסים; אלעס ווענדט זיך אין דיר, אויב דו וועסט זיך דערהאלטן. קענסט אודאי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט מיטן סוחר וואס האט זיך מפרנס געווען פון פארקויפן ערד צו מאכן דערפון ליים, און אמאל ביים גראבן האט ער געטראפן א טייערע שטיין, מען האט אים געזאגט אז עס איז נישטא אין די גאנצע מדינה איינער וואס זאל האבן דאס געלט צו קענען באצאלן פאר אזא טייערע דיימאנט שטיין, נאר אין לאנדאן אינעם עיר המלוכה - וועט מען קענען אפקויפן פון אים דער שטיין.


ער איז געפארן צום ים, ווען ער איז אנגעקומען צום פּארט האט ער געוויזן דעם דיימאנט שטיין פארן שיפס קאפיטאן, ער האט אים איינגערעדט אז ער האנדלט מיטן קעניג, דער שיפס קאפיטאן האט געהייסן מען זאל אים מכבד זיין מיט גרויס כבוד. דער איד פלעגט זיך שפילן מיטן דיימאנט, איינמאל האט ער איינגעדרימלט ביים עסן, דער משרת רוימט אפ דעם טיש מיטן דיימאנט אינאיינעם, און ווארפט אלעס אריין אין וואסער. דער איד וועקט זיך אויף און זעט אז ער האט אלעס פארלוירן... ער איז געווארן זייער צעבראכן, ער איז שיעור נישט אראפ פון זינען, ער האט געטראכט צו זיך: 'יעצט ווען דער שיפס קאפיטאן וועט זיך דערוויסן אז איך האב גארנישט, וועט ער מיך אריינווארפן אין וואסער, וואס קען איך דא טון?' האט ער אפגעמאכט ביי זיך אז ער וועט זיך מאכן פרייליך, ער וועט זיך מאכן כאילו ער איז רייך, און ער האט נאכאלץ ביי זיך דעם דיימאנט שטיין.


דער שיפס קאפיטאן פלעגט אלץ אריינקומען צו אים אין צימער שמועסן מיט אים, און דער איד האט זיך ווייטער געמאכט פרייליך פונקט אזוי ווי פריער; איין טאג זאגט אים דער שיפס קאפיטאן: "איך זע אז דו ביסט א קלוגער מענטש, וויל איך דיך פארטרויען מיט א גרויסן סוד, איך האב דא אינעם שיף אסאך סחורה וואס איך קען נישט אריינברענגען אין לאנדאן, ווייל מען איז מיר חושד אז איך גנב'ע דאס, איך וועל עס איבערשרייבן אויף דיין נאמען און מיר וועלן זיך שפעטער פאררעכענען". אזוי האבן זיי געטון; נאכן אנקומען קיין לאנדאן האט דער שיפס קאפיטאן געכאפט א הארץ אטאקע, און דער איד איז געבליבן מיט אלע פארמעגנס וואס ער האט אים איבערגעשריבן און ער איז געווארן א גרויסער עושר.


דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה מיט די ווערטער: "די דיימאנט שטיין איז נישט געווען דעם איד'ס, והא ראי' ער האט דאס פארלוירן; די סחורה פונעם שיף האט געהערט פארן איד והא ראי' ער האט דאס באקומען; און ווי אזוי איז ער געווארן אזוי רייך? נאר ווייל ער האט זיך דערהאלטן".


ביי דיר וועט מען אויספירן אנדערש, מען וועט זאגן מיט דיין מעשה, דאס האסטו פארלוירן ווייל עס איז נישט געווען דיינ'ס, און די ניסים האסטו באקומען אז דו וועסט זיך דערהאלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#5894 - פון נישט געבן געלט פאר די ווייב, פארדינט מען נישט
שכר לימוד, שלום בית, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט קומט דער יום טוב פסח, זע צו קויפן פאר דיין ווייב א שיינע צירונג און נייע קליידער, אויך זאלסטו געבן געלט צו קענען אריינברענגען דעם פסח.


איך בעט דיר זייער, געב פאר דיין ווייב געלט, זיי נישט קיין קמצן, פיר זיך ערליך; אן ערליכער איד פירט זיך אויף אין שטוב שיין, אן ערליכער איד איז מקיים וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין פד:): "לְעוֹלָם יֹאכַל אָדָם וְיִשְׁתֶּה פָּחוֹת מִמַּה שֶׁיֵשׁ לוֹ, וְיִלְבַּשׁ וְיִתְכַּסֶּה בְּמַה שֶׁיֵּשׁ לוֹ, וִיכַבֵּד אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו יוֹתֵר מִמַּה שֶׁיֵּשׁ לוֹ", א מענטש זאל נישט אויסגעבן זיין גאנצע געלט פאר זיין עסן, אויך זאל ער נישט קויפן קיין קליידער פאר מער וויפיל ער האט, אבער די ווייב און קינדער זאל ער מכבד זיין און אויסגעבן מער וויפיל ער האט; אזוי ווי רבי חיים ויטאל שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב): "איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, אז ער האט נישט געקויפט פאר זיך טייערע קליידער, אויך האט ער נישט געגעסן קיין סאך, אבער פאר זיין ווייב האט ער מקפיד געווען צו קויפן טייערע קליידער, כדי זי זאל זיין צופרידן, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט".


אז דו ווילסט שפארן - זאלסטו מער נישט קויפן קיין ציגארעטלעך און וויין, נעם אראפ פון די אלע נישט גוטע זאכן, שפאר געלט אויף דיין חשבון זיי נישט קארג אויף דיין ווייב'ס חשבון, פון נישט געבן געלט פאר די ווייב - פארדינט מען נישט, מען דערלייגט נאר.


איך האף אז דיין שכר לימוד איז אויסגעצאלט, אז מען צאלט שכר לימוד - איז דא הצלחה ביי די קינדער, און אז מען צאלט נישט קיין שכר לימוד - איז ביטער ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5893 - טו תשובה, וועסטו זוכה זיין צו פרנסה
תפילות אויף אידיש, תשובה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ח' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי האט דערציילט, עס זענען געווען צוויי גרויסע עשירים שכנים הויז צו הויז, איינער איז געווען א קארגער און דער צווייטער איז געווען א גרויסער בעל צדקה; אמאל איז געקומען אן ארעמאן און געבעטן צדקה פון דעם קמצן, האט דער קמצן אים געזאגט: "איך האב אסאך ביימער וואס מען דארף זיי צעשניידן אויף קליינע שטיקלעך, אז דו וועסט מיר צעשניידן די ביימער וועל איך דיר געבן עסן", דער ארעמאן האט גענומען א האק און זיך גענומען צו די שווערע ארבעט, ער האט צעהאקט אלע ביימער אויף שפענדלעך, ווען ער האט געענדיגט איז ער געקומען צום בעל הבית בעטן עסן, זאגט אים דער קמצן: "קום מיט מיר", און ער פירט אים צום שכן'ס הויז - די הויז פונעם צווייטן עושר - און זאגט אים: "קלאפ אריין ביי דעם טיר, דא וועסטו אלעס באקומען; עסן, געלט וכו'".


דער ארעמאן האט געמיינט אז דאס איז איין זאך, איין בעל הבית; ער קלאפט אריין און תיכף ומיד האט מען אים אויפגענומען מיט א מורא'דיגע שמחה, מען האט אים געגעבן צו עסן מכל טוב וטוב, אינמיטן עסן האט זיך דער ארעמאן אנגערופן: "איך האב זייער שווער געהארעוועט פאר די עסן", פרעגט מען אים: "וואס הייסט?" ענטפערט ער: "איך האב געהאקט האלץ א גאנצן טאג ביז איך האב באקומען דאס עסן, דאס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג", האט מען אים געזאגט: "אִיר הָאט גֶעאַרְבֶּעט אוּמְזִיסְט אוּן גֶעגֶעסְן אוּמְזִיסְט", מען האט אים ערקלערט וואס דא איז פארגעקומען, אז דאס זענען צוויי מענטשן און אויב וואלט ער קודם אנגעקומען אהער וואלט ער בכלל נישט געדארפט ארבעטן, ווייל דא געבט מען פאר יעדן איינעם עסן בחינם.


טו תשובה, זאג: "הייליגער באשעפער איך גיי שוין זיין גוט, העלף מיר איך זאל זיך נישט דארפן אזוי מוטשען, זיי מיר מוחל אויף מיינע זינד" - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5892 - זיך פארנעמען ביים יארצייט פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע
תפילות אויף אידיש, שלום, סיפורי צדיקים, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז דער יארצייט פון הייליגן רבי אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער רבי ר' זושא האט געפרעגט זיין ברודער - דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו: "ווי אזוי האסטו זוכה געווען מען זאל זען ביי דיר אזעלכע גרויסע מופתים; מענטשן קומען פון איבעראל נעמען ברכות, דו וואונטשט זיי אן ברכות פאר שידוכים, פרנסה, געזונט און פאר קינדער, ווי אזוי מאכסטו דאס?" האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו אים געענטפערט: "איך האב אריינגעברענט צווישן מיינע תלמידים א שטארקע ליבשאפט איינער צום צווייטן, זיי האבן זיך זייער ליב, און דורך דעם פאסירן די גרויסע מופתים".


דאס דארפן מיר זיך פארנעמען אין אזא הייליגע טאג; זיך ליב האבן, לעבן איינער מיטן צווייטן בשלום. מוהרא"ש שטייט און בעט זיך ביי אונז מיר זאלן לעבן בשלום, נישט מיט מחלוקות. מוהרא"ש זאגט: "אלע עבודות וואס מען דינט דעם אייבערשטן, אויב האט מען פיינט א צווייטן איד - לאכט מען אין הימל פון דעם איד"; דאס דארפן מיר זיך פארנעמען אין אזא הייליגע טאג, זיין בשלום, זיך ליב האבן איינער מיטן צווייטן.


ביי התבודדות זאלסטו בעטן אויף דעם: "הייליגער באשעפער, איך האב מיט יעדן איינעם חשבונות, איך בין פול מיט שלעכטע מידות, מיט פיינטשאפט און מיט קנאה, הצילנו, הושיענו, העלף מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5891 - האלטן חשוב און טייער די ווייב
אמונה, שלום בית, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, נעם אריין אין דיר אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס, עס איז נישט דו און נישט יענער, עס איז נאר דער אייבערשטער אליינס, קיינער מאכט נישט, קיינער טוט נישט, אלעס איז ער אליינס; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס אלעס איז דער אייבערשטער.


אז דו וועסט האלטן חשוב און טייער די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן, דיין ווייב; זי וועט זיין די חשוב'סטע זאך ביי דיר, דו וועסט רעדן שיין צו איר, דו וועסט זוכן דאס גוטס ביי איר - וועט דיין שטוב זיין א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און אלע ברכות וועט זיין אין שטוב.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא אפילו בגירסא, אפילו אן פארשטיין; זיי נישט מוותר אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5890 - פארן אויף וואקאציע מיט חברים אדער די ווייב?
חברים, שלום בית, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמיני, כ"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען הערליך שיין, מען האט זיך זייער מחזק געווען מיטן הייליגן רבינ'ס תורות. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצז): "הַשַּׁבָּתִים שֶׁשּׁוֹבְתִים אֶצְלִי הֵם גְּדוֹלִים וְטוֹבִים יוֹתֵר מִשִּׁבְעָה פְּעָמִים תַּעֲנִית מִשַּׁבָּת לְשַׁבָּת", די שבתים וואס מען קומט צו מיר איז מער און גרעסער ווי פאסטן זיבן מאל פון אנהויב וואך ביז סוף וואך; מוהרא"ש זאגט, דאס איז אויך היינט, ווען מען קומט דאווענען אין א שטיבל וואו מען רעדט נאר דעם רבינ'ס ווערטער לעובדא ולמעשה איז דאס אזוי גרויס, מען איז זוכה צו באקומען אסאך קדושה.


איך בעט דיר זייער, לאז זיך אפ פון די קינדערישע מעשיות, לאז זיך אפ מיט די קליינקעפלדיגקייט פון "ארויסגיין פארברענגען מיט חברים"; מוהרא"ש לערנט אונז: "אויב איז דא אזא זאך ווי א חבר - איז דאס די ווייב"; מיט איר זאל מען רעדן און פארברענגען, און זייער אכטונג געבן אויף האבן א גוטע שלום בית. ביים רבי'ן איז דאס געווען פון די וויכטיגסטע זאכן, מען זאל מכבד זיין די ווייב, איר געבן גוטע ווערטער. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "זֶה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע זוכט צו מאכן א קריגעריי צווישן מאן און ווייב, ער וויל נאר מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אזוי קען ער גרינגער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין שמוציגע עבירות.


איך וואונדער זיך אויף די וואס פארן אויף וואקאציע מיט חברים; ווי קען מען זיין אזוי נאריש, אזוי קינדיש - איבער צו לאזן א ווייב און גיין מיט חברים אויף אן אויספלוג אויף וואקאציע?! די חברים זענען חברים פאר א האלבע טאג אדער א האלבע וואך, נאכדעם ווערן זיי נעלם, נישט נאר נעלם נאר זיי באגראבן דעם מענטש אויף א מיאוס'ן אופן; ווי קען מען זיין אזוי נאריש, זיך פירן ווי א קליין קינד; די ווייב איז א שמאטע, זי איז גארנישט ווערד; מען לויפט צו חברים, אן קיין שכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5889 - די ערליכקייט און ריינקייט פון די ברסלב'ע מצה בעקעריי
אמונה, מצה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ז' אדר, די הילולא פון משה רבינו עליו השלום; דארפסטו זיך זייער מחזק זיין מיט אמונה, קוק ארויף צום אייבערשטן, משה רבינו זאגט אונז: "לאמיר נישט ווערן צעבראכן פון עמלק, לאמיר נישט ווערן פארלוירן און מיואש"; ביי די מלחמה פון עמלק שטייט (שמות יז, יא) ווען משה רבינו האט געהאלטן זיינע הענט אין די הייעך האבן די אידן מנצח געווען, פרעגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ראש השנה כט:): "וְכִי יָדָיו שֶׁל משֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה", צי טוט דען משה רבינו'ס הענט מאכן מען זאל מנצח זיין אדער פארלירן? "אֶלָּא כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מִסְתַּכְּלִים כְּלַפֵּי מַעְלָה וּמְשַׁעְבְּדִין אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, הָיוּ מִתְגַּבְּרִים; וְאִם לָאו, הָיוּ נוֹפְלִין", נאר וואס דען, משה רבינו איז געזיצן און געוויזן מיט זיינע הענט אויף ארויף, ער האט געזאגט פאר די אידן: "קוקט ארויף צום אייבערשטן, האטס נישט מורא פון עמלק".


היינט הויבט מען אן ספר ויקרא, עס הויבט זיך אן א נייע פרשה, א נייע ספר, הויב אן היינט לערנען שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י הקדוש. ויקרא האט א קליינע אלף, דאס לערנט אונז, אויב מען לעבט מיטן אייבערשטן, מען האלט זיך נישט גרויס, מען ווייסט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן - איז מען זוכה צו א קריאה של חיבה, מען איז זוכה צו שפירן דעם אייבערשטן.


געלויבט דעם אייבערשטן עס איז דא די יאר מצות געבאקן דורך אנשי שלומינו, די ברסלב'ע בעקעריי איז אפן. איך בין געווען דאנערשטאג באזוכן, איך בין ארויס פון התפעלות פון די ערליכקייט און ריינקייט וואס דארט איז דא, עס איז אויך זייער גוט אין טעם, עס איז גאר אנדערש ווען אלע וואס ארבעטן ביי די מצות רעדן צום אייבערשטן און רעדן נאר איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5888 - א גוט ווארט איז שטערקער פון מוסר און פון קנסות
צניעות, לערערין, חינוך הילדים, מוסר, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטארקט זיך מיט אייער הייליגע ארבעט פון לערנען מיט די תלמידות פון "בית פיגא" – אמונה, יראת שמים און מידות טובות.


לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו אידישקייט דורך זיי געבן גוטע ווערטער; א גוט ווארט איז שטערקער פון מוסר און פון קנסות, א גוט ווארט קען טוישן דעם מענטש פון איין עק ביזן צווייטן עק.


קיינמאל זאלט איר נישט נוצן די וועג פון זאגן: "ביסט נישט צניעות'דיג", "ביסט נישט גוט", אדער: "שיקצע", "פריצקע"; די ווערטער האבן נאך קיין איינעם נישט בעסער געמאכט, נוצט די אנדערע וועג, נוצט דעם רבינ'ס וועג, פון זאגן פאר יעדן איינציגסטע תלמידה: "ביסט אזוי איידל", "ביסט אזוי וואויל", "ביסט טייער", "ביסט ליכטיג"; די ווערטער העלפן, די ווערטער טוישן מן הקצה אל הקצה.


האט נישט מורא צו זאגן פאר די תלמידות מיט א קורצע סקוירט, מיט לאנגע האר – א גוט ווארט, אז זיי זענען איידל; נאר די וועג העלפט.

#5887 - חודש הגאולה, יעדער ווערט אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן
שמחה, ישועות, שלום בית, הפצה, היכל הקודש, סיפורי צדיקים, פסח, יום טוב, ארץ ישראל, חומרות, שבת החודש, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, שבת החודש, מברכים ניסן, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


די וואך איז שבת החודש, שבת מברכים ניסן, מען גייט אריין אין די חודש הגאולה; יעדער איד קען זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט פון זיינע פריוואטע גלות'ן וואס ער ליידט.


מען זאגט אין די יוצרות 'החודש אשר ישועות בו מקיפות', טייטשט מוהרא"ש, מען קען זיך אויסבארגן ישועות; וואס פאר א ישועות איז דאס בעסטע זיך אויס צו בארגן? שמחה, מען קען שוין זיין פרייליך מיטן חשבון אז באלד קומט גוטע טעג און דעמאלט וועט מען דאך זיין פרייליך, בארגט מען אויס שמחה פון שפעטער... אזוי ווי מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד מיטן נאמען רבי אהרן קיבליטשער זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א פרייליכער איד און איז שטענדיג ארומגעגאנגען מיט א שמייכל אפילו ער איז געווען אן עני ואביון, אזוי ווייט אז עס איז ממש נישט געווען וואס אריין צו נעמען אין מויל ביי אים אין שטוב. זיין ווייב פלעגט אים כסדר פרעגן: "אהרן, פארוואס ביסטו פרייליך, מיר האבן דאך גארנישט?!" פלעגט ער איר שטענדיג ענטפערן: "דו גלייבסט דאך אז עס וועט נאך זיין גוט אמאל, נו, איך בארג אויס שמחה פון דעמאלט אויף יעצט; יעצט האבן מיר טאקע גארנישט, אבער עס וועט נאך גוט זיין, און דעמאלט וועלן מיר האבן מיט וואס זיך צו פרייען, דערפאר בארג איך שוין אויס אביסל פון די שמחה פון דעמאלט, אויף צו זיין יעצט פרייליך".


מיינע טייערע ברידער פון ארץ ישראל תלמידי היכל הקודש, זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געווען דעם ווינטער אין ארץ ישראל. איך האב געהאט אין פלאן צו זיין, איך האב אבער נישט געהאט במשך דעם ווינטער מיין פאספארט, נאר יעצט האב איך דאס באקומען, און יעצט איז שווער איבער צו לאזן די שטוב צוליב די הכנות פון פסח, זייט נישט ברוגז, איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין אין ארץ ישראל בערך צוויי וואכן נאך פסח און זיך קענען אינאיינעם מחזק זיין; בעיקר וויל איך זיין מיט די תלמידי הישיבה, די טייערע בחורים, און אויך מיט די קינדער; ווייל דאס איז ביי מיר דאס וויכטיגסטע.


יעצט איז מען זייער פארנומען מיט הכנות פאר פסח, וויל איך ענק בעטן ענק זאלן אריינברענגען דעם יום טוב פסח מיט שמחה, אויף דעם זאל מען זיך פארלייגן מער פון אלעם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רלה) הלוואי זאלן מיר זוכה זיין צו מקיים זיין אלעס וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה בפשיטות, ווייל דער עיקר אידישקייט איז תמימות ופשיטות, מען זאל זיך פרייען מיט די תורה ומצוות און נישט זוכן די חומרות, און אפילו לגבי חומרות אום פסח - האט דער רבי נישט געהאלטן אז מען זאל מקפיד זיין מיט חומרות וואס ברענגט מרה שחורה; דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען יונג און ער האט נאכנישט געוואוסט דאס שעדליכקייט פון חומרות וכו' איז ער אויך אריינגעפאלן אין דעם. ווען עס איז געקומען דער יום טוב פסח האט ער נישט געוואוסט וואס צו טון, יעדעס מאל איז אים אריינגעקומען נאך און נאך חומרות, ביז איין מאל האט ער געטראכט צו זיך: 'וואס טוט מען צו האבן ריינע וואסער אויף פסח, ווי אזוי קען איך אכטונג געבן צו האבן ריינע וואסער אויף פסח אן קיין חשש חמץ?' דעמאלט איז געווען די סדר אז מען פלעגט אנשעפן וואסער פאר גאנץ פסח, אבער דער רבי האט געטראכט אז דאס איז נישט אזוי אויסגעהאלטן ווייל מען קען נישט אפהיטן די וואסער פאר דעם גאנצן יום טוב אז עס זאל נישט צוקומען צו דעם קיין משהו חמץ, ביז דער רבי האט געטראכט אז דאס בעסטע וואסער וואלט ווען געווען "קוואל וואסער", ווייל א קוואל האלט דאך אין איין קוועלן פרישע וואסער כסדר אן קיין שום חשש חמץ. אבער דארט וואו דער רבי האט געוואוינט איז נישט געווען קיין קוואל וואסער, האט ער געטראכט אוועק צו פארן מיט די משפחה אויף יום טוב צו א פלאץ וואו עס איז דא א קוואל, אזוי שטארק זענען געווען זיינע חומרות אויף פסח; האט דער רבי אויסגעפירט: "אבער ברוך השם אז היינט דארף איך נישט קיין חומרות, היינט ווייס איך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר מענטשן און נישט פאר מלאכים, היינט פריי איך זיך מיט די מצוות אליינס".


איך בעט ענק נאכאמאל, געבט אכטונג אין די ערב יום טוב טעג צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב. די פרויען ארבעטן שווער ארויסצוטראגן די חמץ און אריינברענגען דעם פסח, זיי לייגן אריין אזויפיל כוחות אין די מצוה, דארף מען זיי מחזק זיין, און חס ושלום נישט וויי טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען דארף אכטונג געבן נישט וויי טון די ווייב, "שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל די נאטור ביי פרויען איז אז זיי זענען זייער געפיליש, זיי וויינען שנעלער; זאלט איר אכטונג געבן נישט וויי צו טון די ווייב.


מיינע ליבע ברידער, מען מוז רעדן מיט דרך ארץ, מען מוז רעדן ווייך און איידל, מען טאר נישט שרייען און שאפן; אז מען שרייט אויף די ווייב איז מען א שגץ; זייט נישט בייז וואס איך זאג אייך, מען קען גיין מיט א ירושלימ'ער קאפטן און א ווייסע קאפעלע; אז מען טשעפעט די ווייב - איז מען א באנדיט, אז מען טשעפעט די ווייב - קען מען נישט זיין אין היכל הקודש, מען מוז זיך פירן מיט דרך ארץ און יראת שמים.


גייט הפצה, יעצט בין הזמנים איז א גרויס רחמנות אויף בחורים און אינגעלייט, מען דארף גיין פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, די קונטרסים פון מוהרא"ש.


א פרייליכן שבת!

#5886 - די פרישטאג אין חדר זאל זיין קורצער
חדר, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע די פרישטאג אין חדר זאל זיין קורצער, די ערשטע שעות פון טאג דארף מען אויסנוצן פאר דאווענען און לערנען, נישט אויף לאנגע סעודות. מיר פלעגן אמאל בכלל נישט מאכן קיין פרישטאג פאר די קינדער, מען פלעגט גלייך אנהויבן דאווענען און לערנען, מיר האבן געמאכט די פרישטאגס נאר ווייל מיר האבן באמערקט אויף קינדער אז זיי קומען הונגעריג וכו', אבער נישט עס זאל אוועקגיין צייט, די שענסטע מינוטן פון טאג.


זיין א מלמד איז א חכמה ואינה מלאכה; צו זיין א מלמד דארף מען האבן צוויי כוחות, פון איין זייט זיין שטרענג אויף סדר, דרך ארץ, משמעת (דיסציפלין), און פון די אנדערע זייט – א ווייכע הארץ מיט א שמייכל צו יעדן, און שכל ווי אומצוגיין מיט יעדן קינד; מיט אסאך אסאך תפילה.


נעם צאם אלע בריוו פון אלע יארן וואס רעדן זיך פון מלמדות און מאך זיך א שיעור אין דעם, וועסטו אלץ געדענקען די מטרה פון אונזער חדר.

#5885 - נישט ווערן אריינגעדרייט אין קריגעריי צווישן עלטערן
כיבוד אב ואם, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז אייערע עלטערן האבן זיך צעטיילט און אז אייער מאמע וויל זיך גט'ן, זי וויל נישט צוריק גיין.


איך בעט אייך זייער, איר זאלט זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות. געבט אכטונג נישט צו ווערן אריינגעדרייט, נישט נעמען א צד, איר זאלט רעדן מיט ביידע פון זיי, הערט אויס, געבט נאר אכטונג נישט צו ווערן א מעסענדזשער; איר זאלט נישט טראגן און ברענגען פון איינעם צום צווייטן, איר זאלט ביידע מכבד זיין, הערט זיי אויס און זייט מתפלל עס זאל זיי גוט זיין.


אז אייער טאטע וויל קומען צו ענק אויף שבתים – זאלט איר אים ארייננעמען און אים מאכן באקוועם; דאס איז די גרעסטע מצוה, צו מכבד זיין די עלטערן.


נעמט די עצה פון רבי'ן – גיין התבודדות, זיך אפזינדערן פון אלעמען און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן; דאס היילט די נפש, עס ברענגט צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו אלעס גוטס.





 


 





 

#5884 - איין גליון און קארטל ראטעוועט א מענטש'ס לעבן
הפצה, פורים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ט' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


עס קומען אזעלכע הייליגע טעג, אין די טעג קען מען ווערן נענטער צום אייבערשטן, דער עיקר דורך די עצה פון רבי'ן; זיך מתבודד זיין, רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, כידבר איש אל רעהו, ווי מען רעדט צו א גוטן פריינד.


אשרינו אז מיר האבן אזא רבי, אשרינו פאר די עצות. אז מען טראכט אריין וויפיל עצות דער רבי געבט אונז, טייערע זיסע עצות בכל פרט פונעם לעבן – דארף מען זאגן אשרינו אויף יעדע עצה באזונדער; פארן 'דרך הלימוד', פארן 'אויפזוכן גוטס אין מיר', פאר די עצות פון שלום בית וכו' וכו', אשרינו און פארט אשרינו.


לייג אין שול'ן גליונות, און קארטלעך פונעם האטליין; מיט איין גליון, מיט איין קארטל – קען מען ראטעווען א מענטש פון זיך נעמען דאס לעבן. טויזנטער און צענדליגער מענטשן האבן שוין מעיד געווען אז די ספרים, עצות פון מוהרא"ש – האט זיי אפגעהיטן פון דאס ערגסטע.

#5883 - ווי מער מען זאגט "ברוך השם", אלץ מער ווערט מען רואיג
תודה והודאה, נערווען

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט אייך געגעבן, א מאן א ירא שמים, א תלמיד חכם; ער זיצט טעג און נעכט און לערנט תורה, איר דארפט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר דעם.


אויך פאר אייער ליכטיג קינד; אזויפיל מענטשן ווארטן אויף צו באקומען א קינד, דארפט איר נאר לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן.


לויבן דעם אייבערשטן שטארקט די נערווען און די מח; ווי מער מען זאגט "שכוח אייבערשטער", ווי מער מען זאגט און מען זינגט: "ברוך השם" – אלץ מער ווערט מען רואיג, און די נערווען ווערט שטארק, מען קען אסאך דערהייבן און פארנעמען.

#5882 - א גרויסן דאנק פארן העלפן אונזער כולל
כולל, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פארן העלפן אונזער כולל, עס איז א גרויסע זאך צו העלפן אז די אינגעלייט וואס זיצן און לערנען בהתמדה רבה – זאלן קענען לערנען און קענען אנגיין.


בזכות די גרויסע מצוה – זאלסטו געבענטשט ווערן מיט געזונטע ערליכע דורות און הצלחה בכל ענינים.


געדענק צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב, און צו געבן די גוטע געפיל אז זי איז חשוב; שלום בית איז זייער וויכטיג, נאר מיט שלום און ליבשאפט קען מען זוכה זיין צו זיין ערליך און ריין.





 


 





 

#5881 - דער נייער גליון אין ענגליש איז אויסנאם שיין
הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך מוז דיר זאגן, דער נייער גליון אין ענגליש וואס דיין ווייב מאכט – איז אויסנאם שיין, די מפיצים זאגן אז מענטשן זענען זיך זייער מחי', מענטשן זאגן אז דאס געבט זיי אסאך חיזוק און עס ווייזט זיי די וועג אין לעבן.


געב איבער פאר דיין ווייב די גוטע גריסן און זייט ענק מחזק ווייטער אנצוגיין און נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט, ווייל דאס איז א הכנה פאר די גאולה שלמה; הדפסת והפצת ספרי רבינו – דאס גרייט אן משיח זאל קומען.


זיי מחזק די אינגעלייט אין לעיקוואד אלע זאלן פארשפרייטן די ענגלישע גליון, אויך די קונטרסים אין ענגליש.

#5880 - אלע פחדים און דמיונות ווערן פארשווינדן מיט אביסל אמונה
פחדים, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אמונה איז די שטערקסטע און בעסטע רפואה – סיי פארן גוף און זיכער פארן נפש, אלע פחדים און דמיונות, אלעס – ווערט פארשווינדן מיט אביסל אמונה.


חזר זיך שטענדיג: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז אין יעדע ארט, דומם צומח חי און מדבר – אלעס איז ער אליינס'; דאס וועט דיר געבן כח און מח אנצוגיין אין יעדע מצב.


האלט טייער דיין ווייב תחי', דו האסט באקומען א טייערע ווייב, זי האט געלערנט ביי אונז אין 'בית פיגא', זי איז זייער טייער, זייער וואויל; זאלסטו איר נאר אויפבויען און געבן אסאך גוטע ווערטער, און דו וועסט זוכה זיין צו זען שיינע דורות.

#5879 - לעבן כדרך התורה, אזוי ווי דער אייבערשטער זאגט
שלום בית, חמרות ופרישות

 


בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן וויינט צו מיר אז עס איז אים ביטער שווער, עס איז אים ערגער פון אלס בחור, ער קען נישט לעבן אפגעשיידט, עס גייען אריבער וואכן און חדשים וואס מען לעבט נישט אינאיינעם, ער וויינט צו מיר, ער בעט מיר הילף; איך ווייס נישט וואס צו טון, איך ווייס אים נישט וואס צו זאגן.


בעט איך אייך זייער, איך האב זיך אוועק געגעבן צו מאכן ענקער שידוך, איך האב געהאט נאר בזיונות און איך לייד נאכאלץ פון דעם; איז כאטשיג זאל איך זען נחת, ווי איר לעבט כדרך התורה, אזוי ווי דער אייבערשטער זאגט.


וואויל איז דעם מענטש וואס טוט דעם אייבערשטנ'ס ווילן, ער איז מקיים וואס שטייט (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ בְּכָל לְבָבְךָ וּבְכָל נַפְשְׁךָ וּבְכָל מְאֹדֶךָ", ער געבט אלעס אוועק פון זיך פארן אייבערשטן.