בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#361 - פרעג נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן
אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת צו, י"ח אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב נישט אויף, דראפע זיך און דערהאלט זיך, האב נישט קיין קשיות אויפן באשעפער, מיר קענען נישט פארשטיין דעם באשעפער'ס דרכים. פרעג נישט קיין קשיות, יעדע "פארוואס?" איז א קליפה. מוהרא"ש זאגט: "לָמָה" פארוואס? "יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם" - זאגט א גוי; א גוי פרעגט פארוואס, א איד פרעגט נישט פארוואס, א איד גלייבט אינעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "ווי אזוי? אט אזוי, אזוי ווי עס גייט, אזוי איז גוט, 'אַשְׁרֵי הָעָם שֶׁכָּכָה לוֹ'", וואויל איז פאר א איד וואס ער האט נישט קיין קשיות, נאר ער חזר'ט שטענדיג: "שֶׁכָּכָה לוֹ".


דאס וואס מיר פארשטייען נישט דעם באשעפער'ס דרכים - דאס איז די שיינקייט און גרויסקייט פון באשעפער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט, אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דעם שבת - פרשת פרה - אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#360 - די ערליכקייט און ריינקייט פון די ברסלב'ע מצה בעקעריי
אמונה, מצה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ז' אדר, די הילולא פון משה רבינו עליו השלום; דארפסטו זיך זייער מחזק זיין מיט אמונה, קוק ארויף צום אייבערשטן, משה רבינו זאגט אונז: "לאמיר נישט ווערן צעבראכן פון עמלק, לאמיר נישט ווערן פארלוירן און מיואש"; ביי די מלחמה פון עמלק שטייט (שמות יז, יא) ווען משה רבינו האט געהאלטן זיינע הענט אין די הייעך האבן די אידן מנצח געווען, פרעגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (ראש השנה כט:): "וְכִי יָדָיו שֶׁל משֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה", צי טוט דען משה רבינו'ס הענט מאכן מען זאל מנצח זיין אדער פארלירן? "אֶלָּא כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מִסְתַּכְּלִים כְּלַפֵּי מַעְלָה וּמְשַׁעְבְּדִין אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, הָיוּ מִתְגַּבְּרִים; וְאִם לָאו, הָיוּ נוֹפְלִין", נאר וואס דען, משה רבינו איז געזיצן און געוויזן מיט זיינע הענט אויף ארויף, ער האט געזאגט פאר די אידן: "קוקט ארויף צום אייבערשטן, האטס נישט מורא פון עמלק".


היינט הויבט מען אן ספר ויקרא, עס הויבט זיך אן א נייע פרשה, א נייע ספר, הויב אן היינט לערנען שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י הקדוש. ויקרא האט א קליינע אלף, דאס לערנט אונז, אויב מען לעבט מיטן אייבערשטן, מען האלט זיך נישט גרויס, מען ווייסט אז אלעס איז פונעם אייבערשטן - איז מען זוכה צו א קריאה של חיבה, מען איז זוכה צו שפירן דעם אייבערשטן.


געלויבט דעם אייבערשטן עס איז דא די יאר מצות געבאקן דורך אנשי שלומינו, די ברסלב'ע בעקעריי איז אפן. איך בין געווען דאנערשטאג באזוכן, איך בין ארויס פון התפעלות פון די ערליכקייט און ריינקייט וואס דארט איז דא, עס איז אויך זייער גוט אין טעם, עס איז גאר אנדערש ווען אלע וואס ארבעטן ביי די מצות רעדן צום אייבערשטן און רעדן נאר איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#359 - אלע פחדים און דמיונות ווערן פארשווינדן מיט אביסל אמונה
פחדים, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אמונה איז די שטערקסטע און בעסטע רפואה – סיי פארן גוף און זיכער פארן נפש, אלע פחדים און דמיונות, אלעס – ווערט פארשווינדן מיט אביסל אמונה.


חזר זיך שטענדיג: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז אין יעדע ארט, דומם צומח חי און מדבר – אלעס איז ער אליינס'; דאס וועט דיר געבן כח און מח אנצוגיין אין יעדע מצב.


האלט טייער דיין ווייב תחי', דו האסט באקומען א טייערע ווייב, זי האט געלערנט ביי אונז אין 'בית פיגא', זי איז זייער טייער, זייער וואויל; זאלסטו איר נאר אויפבויען און געבן אסאך גוטע ווערטער, און דו וועסט זוכה זיין צו זען שיינע דורות.

#358 - בינד צו דיין האנט און קאפ מיט די הייליגע תפילין
תפילה והתבודדות, אמונה, לימוד התורה, תפלין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, ב' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, געוואוין זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן, ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - אלץ מער ווערט מען צוגעקלעבט צו אים, מען ווערט א שטארקער מענטש, עס גייט מער נישט אן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


עס זאל דיר נישט אנגיין וואס מענטשן זאגן, עס זאל דיך נאר אינטערעסירן צו לעבן מיטן אייבערשטן; א שאד צו זיין אנגעהאנגען אין מענטשן, טראכטן וואס דער וועט זאגן און וואס יענער וועט זאגן, עס דארף נאר אינטערעסירן צו זיין באהאפטן צום אייבערשטן.


נעם זיך פאר אנצוטון יעדן טאג די הייליגע תפילין, בינד צו דיין האנט מיט די הייליגע תפילין און בינד צו דיין קאפ מיט די הייליגע תפילין; וועסטו זיין צוגעבינדן צום אייבערשטן.


דעם קומענדיגן ליל שישי וועט זיין די שיעור אינאיינעם מיט א מסיבה פאר הכרת הטוב און אויך א סיום ירושלמי מסכת שבת. עס איז נאכנישט צו שפעט, קענסט היינט אנהויבן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי און א פרק תוספתא. א טאג וואס מען לערנט די הייליגע תורה - איז א טאג, נאר מיט תורה איז די טאג א טאג, אן תורה האט מען גארנישט, אן תורה איז מען נאקעט, אן תורה איז מען ארעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#357 - א הערליכע שבת שקלים מיט אנשי שלומינו
חינוך הילדים, אמונה, צדיקים, שטעטל, שיעורים כסדרן, דאווענען, קשיות, גבאי, התבודדות, שבת שקלים

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת פרשת ויקהל בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, עס איז געווען אויסנאם שיין, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארברענגען מיט אנשי שלומינו, אלע זענען דארט פרייליך, מען לעבט מיט די עצות פון רבי'ן.


פרייטאג צו נאכטס האב איך געדאווענט אין בית המדרש פעולת הצדיק, עס איז געווען זייער שיין צו דאווענען דארט, מען דאווענט מיט א חיות און א געשמאק, די עלטערן זיצן מיט די קינדער, מען איז נישט פויל, מען איז מחנך די קינדער צו דאווענען. איך האב געזען די עלטערן ברענגען זיך מיט גוטע זאכן, קענדיס - פאר די קינדער, מיט דעם ציען זיי אן די קינדער זאלן וועלן בלייבן זיצן נעבן זיי און מיט דאווענען.


נאכן דאווענען האבן מיר געטאנצן "סימן טוב" פאר די בר מצוה פון א בחור וואס די משפחה קומט פון אומן; ביי די מלחמה זענען זיי אנטלאפן פון אומאן קיין שטעטל קרית ברסלב. איך האב געזאגט דעם בחור עס זאל אים נישט וויי טון אז ער איז נישט אין אומאן, יעצט איז ער ביים רבי'ן אליין; ווייל דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן - דארט געפינט זיך דער רבי. מיר האבן גערעדט אז דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן קצז; ריז): "אין אומאן איז גוט צו ליגן"; דער רבי האט נישט געזאגט מען זאל דארט וואוינען, וואוינען דארף מען אין א פלאץ וואו עס איז דא אן ערליכע חדר פאר די אינגלעך, אן ערליכע שולע פאר די מיידלעך, און א שול וואו מען קען זיך צאמקומען רעדן פון רבינ'ס עצות.


די גבאים האבן מיר געבעטן צו רעדן אפאר ווערטער נאכן דאווענען; גבאים דארף מען פאלגן, אז א גבאי שיקט צו צום עמוד דארף מען צוגיין, אז א גבאי זאגט זיין שטיל דארף מען זיין שטיל; די הצלחה פון א שול איז - אז מען האט דרך ארץ פאר די גבאים, עס איז דא א משמעת; האב איך אויך געפאלגט און גערעדט אפאר ווערטער פון דאס גרויסקייט פון דעם שבת - שקלים, אז מען קען זוכה זיין צו באקומען א גראדן קאפ, אן אויפגעהויבענעם קאפ. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז דעם שבת קומט משה רבינו "וזוקף ראשן של ישראל" (תנחומא כי תשא, ג), מיר האבן זיך מחזק געווען מען זאל רעדן צום אייבערשטן, בעטן אין די אייגענע שפראך מען זאל זוכה זיין צו א ריינע מח מחשבה.


נאכן דאווענען - אויפן וועג אהיים - האבן מיר געשמועסט שיינע זאכן פון רבי'ן, פון מוהרא"ש. עס איז א מהלך פון בערך א שעה, אבער מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א לאנגע וועג, ווייל ווען מען רעדט פון רבי'ן איז אזוי געשמאק. איך געדענק, מיר פלעגן גיין צו מוהרא"ש געוויסע שבתים, מיר האבן אריין געוואקט פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק, א וועג פון צוויי שעה, עס איז געווען פון די געשמאקסטע צייטן, די גאנצע וועג האבן מיר גערעדט פון רבי'ן און פון די עצות פון רבי'ן, מען האט נישט געשפירט ווי מען גייט א ווייטע וועג.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט סידור עת רצון, די שטיקל פון "מצות אהבת ישראל", מקבל זיין פארן דאווענען די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך". מוהרא"ש זאגט דארט, ווען מען האט א פיינט, מען האט צוטון מיט אנדערע - גייט די גאנצע דאווענען אוועק מיט טראכטן פון דעם פיינט און פון די מענטשן מיט וועם מען האט צו טון, אבער ווען מען איז מקבל די מצוה פון 'ואהבת לרעך כמוך', מען האט ליב יעדן איינעם, עס גייט גארנישט אן, עס גייט נישט אן קיין זאכן פון אנדערע, מען ווייסט 'אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז ממלא כל עלמין און ער איז סובב כל עלמין, עס איז נישטא קיין מציאות מבלעדיך כלל, און אין יעדע תנועה איז ער, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז ער אליין' - דעמאלט קען מען דאווענען.


איך האב אויסגעפרעגט אנשי שלומינו ווער עס האט שוין אמאל געלערנט דעם סידור עת רצון, קינער האט נישט געלערנט דעם סידור, אינטערעסאנט, מען איז עוסק אין הפצה, און פאר זיך אליין לערנט מען נישט די ספרים, אפשר זאל מען רופן די מפיצים אין שטעטל, זיי זאלן קומען מפיץ זיין פאר אנשי שלומינו דעם סידור, עס איז פון די שענסטע ספרים וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן; אז מען לערנט די סידור איז ביטול הבחירה, מען ווערט צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


אויך האבן מיר געלערנט די שטיקל פון "כניסה לבית הכנסת", פון קומען אין שול מיט דרך ארץ; מיר האבן געלערנט וואס מוהרא"ש שרייבט, כמעט אלע השגות פון אריז"ל האט ער זוכה געווען פון קומען אין שול מיט א ציטער און א דרך ארץ, עיין שם.


דאס דאווענען איז געווען זייער שיין און ווארעם, די מלמדים האבן גענומען די קינדער נעבן דעם בעל תפילה און צוזאמען געזינגען די הערליכע שטיקליך פון "אור פניך עלינו אדון נשא", עס איז געווען אזוי שיין, עס האט געעפנט די הארץ זיך צו קענען אויסגיסן צום אייבערשטן און בעטן: "'אור פנים עלינו אדון נשא', הייליגער באשעפער, העלף מיר זאלן שוין זוכה זיין צו לעבן מיט דיר, טראכטן נאר פון דיר, רעדן פון דיר און נאר דיך זען'.


וואס זאל איך דיר זאגן, אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען איז זיך מתבודד, מען רעדט צום אייבערשטן אין די אייגענע שפראך - איז די גאנצע דאווענען אנדערש, מען פלעכט אריין אינעם דאווענען אייגענע תפילות, ווערט די גאנצע דאווענען א שטיק התבודדות.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען אין פעלד שפאצירן, עס איז געווען א שיינע וועטער, נישט צו קאלט, עס איז געווען א מחי'. איך האב געשפירט טעם גן עדן, דאס איז נישטא אין שטאט; אין שטאט גייט מען אויך שפאצירן, אבער די שפאצירן אין שטעטל אין פעלד - איז גאר אנדערש; וואויל איז דער וואס לעבט מיט דעם, וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן.


נאכן דאווענען ביי ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט פון די מעשה פון די חגר (ספורי מעשיות, מעשה ג), אז די שדים האבן צוגענומען די כח פונעם קעניג, האבן מיר גערעדט אז די כח דאס איז די מח, ווייל ווי לאנג דער מענטש לעבט מיט אמונה האט ער כח פאר אלעס, און ווען מען פארלירט די אמונה - פארלירט מען די כח.


אויך האבן מיר גערעדט, דער רבי זאגט אין די מעשה אז דער חבר האט געזאגט פאר די טאטע און מאמע פון די שדים אז "מיין משפחה נאמען האבן זיי נישט געקענט, דעריבער האבן זיי מיר נישט געקענט מזיק זיין, אבער דיין זונ'ס נאמען האבן זיי געקענט - האבן זיי אים גענומען און מען פייניקט אים"; דא איז מרומז די זאך פון מאכן אן עסק פון זיך און פון די משפחה, די וואס זענען בטל צום אייבערשטן - קען מען גארנישט טון.


דאנערשטאג נאכט איז געווען די וועכנטליכע שיעור אין סטעטן איילאנד, עס איז זייער א שיינע ווינקל דארט, זייער א שיינע חבורה פון אנשי שלומינו.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה מיט א סעודת ראש חודש, מיר האבן גערעדט אז מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מקושר צום צדיק, בלייבן ביים רבי'ן. דער רבי האט דערציילט, ער איז געווען ביי א חתונה און דער בדחן האט זיך פארשטעלט ווי אן אדמו"ר; געמאכט תנועות, געפראוועט, און ער איז ארויס און צוריק געקומען אנגעטון ווי א גלח, און דער גאנצער עולם האט געלאכט; האט דער רבי געזאגט: "אט איז מען א מלאך און אט איז מען א גלח"; האבן מיר גערעדט פון דעם ווי שטארק מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מיט די געפיל צום רבי'ן, אט ברענט מען, מען שפירט אלע טעמים פון התקרבות לצדיק וואס מאכט דיך בענקען צום אייבערשטן, און אט פאלט מען אראפ, מען ווערט א חסיד שנפל, וואס איז אזוי שלעכט - גרוע ממשומד, מען קילט זיך אפ, מען ווערט קלוג, מען פארשטייט בעסער פון רבי'ן, רחמנא לצלן.


דער רבי ברענגט דעם מענטש צו אזעלכע שיינע זאכן, און דאך איז די בחירה אזוי גרויס; נאכן באקומען פון רבי'ן א וועג צו לערנען, א וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און א וועג ווי צו לעבן מיט די ווייב - פלוצלונג ווערט מען קלוג און מען הויבט אן טראכטן 'וואס דארף איך דאס אלעס? וואס איז שלעכט אן דעם?' מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם.


נאכן דרשה איז געווען א שיינע מעמד, די קינדער זענען געקומען מיט זייערע אוצרות, אלע האבן געזאגט זייערע סיומים, א תענוג ונחת צו זען די קינדער ווי אלע האבן שיעורים אין משניות און גמרא.


איך וויל דיך בעטן זאלסט זיך אויפפרישן, זאלסט צוריק אנהויבן דיינע שיעורים, זאלסט אפלאזן די צאמקומען פון חברים וואס מען רעדט פאליטיק און מען טרינקט לחיים, נעם צוריק די עכטע חברים, די הייליגע ספרים; די משניות, גמרא, מדרש, ספרי רבינו; די חברים וועלן דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגות.


אם ירצה ה' די וואך שבת און אזוי אויך די קומענדיגע וואך שבת, אויך פורים און שושן פורים וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


פורים, זונטאג פארנאכטס וועט זיין א סעודה אין ישיבה, אזוי אויך שושן פורים נאכמיטאג וועט זיין א סעודה אין ישיבה.


מיר האבן א רבי מיט גוטע עצות, מיר דארפן איין זאך, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן, מיר דארפן אוועק לייגן די אייגענע שכל און טון וואס די הייליגע צדיקים זאגן אונז.


א פרייליכן חודש.


 

#356 - בעט דעם אייבערשטן אויף א שטארקע אמונה
שידוכים, אמונה, הכרת הטוב

 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון דיין זון ... נרו יאיר, ער איז זייער וואויל, ער איז ערנסט מיט זיינע שיעורים אין משניות ועוד, ער דאווענט ערליך און האט גוטע מדות, אויך העלפט ער זייער אין ישיבה.


איך האב בדעה א גוטע שידוך פאר אים, א תלמידה פון בית פיגא פון א גוטע משפחה, מען דארף נאך אביסל ווארטן. איך האף צו זיין שדכן ביי אים און ביי דיינע אנדערע קינדער.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן אויף א שטארקע אמונה, אויף נישט האבן קשיות אויף די אמונה, גלייבן באמונה שלימה אז וואס דער אייבערשטער טוט – איז גוט, אלעס איז בצדק ובמשפט, און בעט אים דיין האנט זאל זיך אויסהיילן.


געב א דאנק פאר דיין ווייב פארן העלפן אין בית פיגא; וואס מען טוט פאר די מוסדות פון רבי'ן – איז א נצחיות, דאס וועט מען מיטנעמען.


 

#355 - זיך שטארקן מיט אמונה און מיט די הייליגע תורה
אמונה, התחזקות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תשא, כ"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, איך ווייס דו גייסט אריבער שווערע ביטערע נסיונות, דאך זאלסטו זיך שטארקן מיט אמונה און מיט די הייליגע תורה.


דיין ראש ישיבה.

#354 - די זעלבע ווי ספר הקדוש "אשר בנחל", נאר מער אראפגעברענגט
אמונה, היכל הקודש, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


קום דאווענען צווישן אנשי שלומינו, דריי זיך אין היכל הקודש, דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן, פון די עצות פון רבי'ן; דאס וועט אויפבויען ביי דיר אמונה.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפב): "עִקַּר הָאֱמוּנָה תּוֹלֶה בַּהִתְקָרְבוּת לַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים", אמונה באקומט מען דורך זיין נאנט ביים אמת'ן צדיק, און חס ושלום אויב מען גייט אוועק פונעם צדיק – פארלירט מען די אמונה, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תקוני זוהר, כא), דער צדיק איז די עק פונעם 'ד', און אז מען טיילט זיך אפ פונעם צדיק – ווערט פונעם 'ד' א 'ר', עס ווערט חס ושלום 'אל אחר', כפירות, און נאר דורך דעם צדיק ווערט א 'ד', ה' אחד ושמו אחד.


מאך זיך א שיעור אין ספר עצתו אמונה, בריוו וואס איז געשריבן פאר בחורים און אינגעלייט וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות, און די בריוו איז זיי מחזק. די בריוו זענען די זעלבע ווערטער וואס שטייט אין ספר הקדוש "אשר בנחל", עס איז נאר אראפגעברענגט נאך מער אראפ, נאך מער פאר דעם דור, אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געזאגט ביים לעצטן שמועס, א וואך פאר די פטירה, אז מען דארף נעמען די דיבורים און דאס מער אראפברענגען פארן דור.

#353 - נישטא קיין שלעכטס, נישטא קיין גרייזן
אמונה, התחזקות, קשיות, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


"אז עס איז גאר שלעכט, איז מען זיך אינגאנצן מבטל", אזוי האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן, האט רבי נתן געפרעגט: "ווי אזוי איז מען זיך מבטל?" האט אים דער רבי געענטפערט (שיחות הר"ן, סימן רעט): "מען פארמאכט די מויל און מען פארמאכט די אויגן, דאס איז ביטול"; אז מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען פרעגט נישט קיין קשיות און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, נישטא קיין שלעכטס, נישטא קיין גרייזן, אלעס אלעס איז לטובה, בצדק ובמשפט ובחסד וברחמים.


געב זיך איבער צום אייבערשטן, און חזר אמונה; חזר זיך: "אלעס איז דער אייבערשטער", דומם צומח חי מדבר, אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס מאכט ער, אלעס טוט ער, נישטא קיין טעותים.

#352 - אן התבודדות, קומט מען צו כפירה רחמנא ליצלן
אמונה, קשיות, פורים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


יעצט קומט די הייליגע יום טוב פורים, ווען מען קומט צו די הויכע מדריגה פון 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', וואס צדיקים זאגן אז דאס איז די מדריגה פון עולם הבא, וואס וועט זיין כולו הטוב והמטיב; פורים קומט אראפ אזא קדושה, מעין עולם הבא, מען מאכט נישט קיין חילוק פון טוב אדער רע, מען ווייסט און מען גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער.


דאס ברענגט דער רבי אריין אין אונז, מיר זאלן א גאנץ יאר לעבן מיט דעם, א גאנץ יאר זאלן מיר לעבן מיט א קלארע שטארקע לויטערע אמונה, צו וויסן אז אלעס איז לטובה, אלעס איז מיט א חשבון.


גיי התבודדות, אָן התבודדות קומט מען צו כפירה, מען קען גיין אנגעטון מיט די שמונה בגדים און האבן קשיות אויפן אייבערשטן רחמנא לצלן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "פון די ברייטע ארבל רינט מינות וכפירה רחמנא לצלן", נאר אז מען גייט יעדן טאג התבודדות, מען שמועסט מיטן אייבערשטן, נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד מיט ריינע הייליגע מחשבות.


 

#351 - ווען מען קען נישט טאנצן ביי די אייגענע חתונה
שמחה, אמונה, חתונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אייער ווייטאג, אז איר האט זיך צעבראכן אייער פוס, איר וועט נישט קענען טאנצן ביי אייער אייגענע חתונה, און אויך דארפט איר אריבערגיין א סערדזשערי, עס טוט זייער וויי.


אבער טייערע כלה ... תחי', שטארקט זיך, זייט פרייליך, איי וועט איר פרעגן, ווי אזוי שטארקט מען זיך אין אזא מצב? דער ענטפער איז, מען שטארקט זיך מיט אמונה, אז מען ווייסט 'דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס'; מיט אמונה, מיט גלייבן אז עס איז נאר פאר אונזער טובה - מיט דעם קען מען זיך שטארקן.


געלויבט דעם אייבערשטן איר זענט געזונט, אייער חתן איז געזונט, און דער אייבערשטער וועט אויסהיילן אייער פוס, נאך אביסל האט איר צוריק געזונטע פיס, זאלט איר זיך זייער שטארקן און זיין זייער פרייליך.

#350 - פארוואס האט די כלה זיך צעבראכן די פוס פאר די חתונה?
שמחה, אמונה, שמחות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי צו די שמחה מיט גרויס שמחה; אז דיין טאכטער די כלה האט זיך צעבראכן די פוס זאלסטו נאכאלץ זיין פרייליך, ווייל דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, מען דארף גלייבן אין דעם.


די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.): "שְׁנֵי בְּנֵי אָדָם שֶׁיָּצְאוּ לִסְחוֹרָה", צוויי מענטשן האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע מדינה, "יָשַׁב לוֹ קוֹץ לְאַחַד מֵהֶן", גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פיס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיט'ן אנדערן שותף, מיטנעמענדיג אלע סחורה, און דער מענטש מיט'ן צעבראכענעם פוס איז אונטערגעבליבן, "הִתְחִיל מְחָרֵף וּמְגַדֵּף", האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן קעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, "לְיָמִים שָׁמַע שֶׁטָבְעָה סְפִינָתוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ בַּיָּם הִתְחִיל מוֹדָה וּמְשַׁבֵּחַ", נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזינקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר און מיר צעבראכן מיין פיס, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", ווייל אזוי בין איך געראטעוועט געווארן פון ווערן דערטראנקען; אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


רוב מעשיות ענדיגן זיך נישט אזוי, רוב מעשיות ענדיגן זיך אן דעם וואס מען זאל הערן אז דער שיף איז איינגעזינקען, מען בלייבט מיט די צעבראכענע פיס, מען בלייבט מיט'ן פארשפעטיגן די שיף; טאקע דערפאר זענען זייער אסאך מענטשן צעבראכן, זיי פארלירן די אמונה, זיי האבן קשיות, אבער אז מען איז מקורב צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט דאנקט מען דעם אייבערשטן אפילו מען ווייסט נישט דעם אויספיר, פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מען זאל זיך צעברעכן די פיס, מען ווייסט נישט פארוואס מען האט פארשפעטיגט די שיף, פארוואס מען האט פארלוירן די געשעפטן; מען בלייבט געטריי.


הער א מעשה, עס איז געווען א איד וואס האט געדארפט כאפן א פליגער צו די חתונה פון זיין קינד, למעשה האט ער פארפאסט די פליגער און נישט געקענט זיין ביי די חתנה, ער האט זיך געבעטן מען זאל אים אריינלאזן אבער די מאנשאפט האבן געזאגט מען לאזט מער נישט אריין. דער איד איז געווען זיער צעבראכן, ער האט געוויינט, די ווייב האט געוויינט, אלע האבן געוויינט, ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן, ביז ער טרעפט א איד, און יענער פרעגט אים: "וואס ביסטו אזוי בעצבות?" דער איד דערציילט אים ווי ער האט געדארפט כאפן א פליגער אנצוקומען צו זיין קינד'ס חתונה און ער האט דאס פארפאסט מיט אפאר סקונדערס, פרעגט אים דער איד: "אויב וואלסטו געהערט אז די פליגער האט געקראכט און אלע פאסאנזשירן זענען גע'הרג'עט געווארן, וואס וואלסטו געטון?" זאגט ער: "וואס הייסט וואס איך וואלט געטון? איך וואלט געטאנצן אין גאס און געמאכט א גרויסע סעודת הודאה, און איך וואלט דערציילט פאר יעדן איינעם די ניסים און חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר, ווי ער האט מיך געראטעוועט"; זאגט אים דער איד: "קומט אויס אז דער אייבערשטער דארף גיין הרג'ענען א גאנצע פליגער מיט אומשולדיגע מענטשן אז דו זאלסט זיין פרייליך, און נאר דעמאלט וועסטו אים דאנקען, און אז דער אייבערשטער ראטעוועט יעדן איינעם איז דיר נישט גוט?!"


עס ליגט אין דעם זייער א טיפע געדאנק, מען דארף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אפילו מען זעט נישט און מען פארשטייט נישט.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, אז דו וועסט זיין פרייליך און דו וועסט פרייליך מאכן דיין טאכטער, דו וועסט טאנצן און שפרינגען - וועסטו זוכה זיין אז די בעטלערס וועלן קומען צו דיר אויף די חתונה, אויך דער בעטלער אן די פיס.





 


 





 

#349 - אויף פאראויס איז שווארץ, אויף צוריק קען מען זען
אמונה, התחזקות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער מאכט גרויסע ניסים אז מיר קענען אנגיין, באצאלן די איינגעשטעלטע. ווען איך קוק אויף פאראויס - ווערט מיר ממש שווארץ, איך ווייס נישט ווי אזוי איך וועל קענען ווייטער צאלן די איינגעשטעלטע, סיי דא אין אמעריקא סיי אין ארץ ישראל, אבער אז איך קוק אויף צוריק זע איך ניסים ונפלאות, ממש וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג חזר'ן, דעם ווארט פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו וואס ער טייטש דעם פסוק (שמות לג, כג): "וְרָאִיתָ אֶת אֲחֹרָי וּפָנַי לֹא יֵרָאוּ", אז א מענטש וויל זען דעם אייבערשטן, ווי אזוי ער וועט אים העלפן - דאס קען מען נישט זען, אבער אז מען קוקט צוריק זעט מען ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן. מיט דעם טייטשט ער: "וְרָאִיתָ, אֶת אֲחֹרָי" - קוק אויף צוריק, קוק וואס פאר א חסדים איך האב געטון מיט דיר, וועסטו מיר זען; אבער "וּפָנַי, לֹא יֵרָאוּ" – וואס וועט זיין? ווי אזוי וועל איך האבן די ישועה? דאס ווייסט מען נישט און מען קען דאס נישט זען פון פאראויס, נאר מען דארף גלייבן, ווארטן, האפן און בעטן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף די וואך שבת וועל איך זיין אין ישיבה, אם ירצה ה' קומענדיגע וואך, שבת שקלים, שבת מברכים אדר ב' - וועל איך זיין אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#348 - דער קאנקורענט נעמט נישט אוועק דיין געלט
אמונה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


"ארבעטן ארבעט מען פאר די עבירות, און געלט געבט דער אייבערשטער אומזיסט", אזוי האט דער רבי געזאגט; געלט האט מען נישט מער אויב מען האט נישט קיין קאנקורענט, ממילא דארף דיר נישט שטערן אז האברך ... טוט אויך וואס דו טוסט, ווייל ער קען דיר נישט צונעמען קיין איין פרוטה.


טייערע ברודער, עס העלפט נישט נאכלויפן דעם דאלער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין יג:): "כל הדוחק את השעה" זאגט רש"י: "מתיגע להעשיר", מען לויפט נאך די געלט, "שעה דוחקתו", ווערט מען צעדרוקט, "וכל הנדחה מפני שעה", און דער וואס גלייבט אז דער אייבערשטער געבט פרנסה, און מען ארבעט פאר די עבירות, "שעה עומדת לו", וועט ער זייער מצליח זיין.

#347 - וואוינט ביי די מאמע, אבער אויך רופן דעם טאטן
כיבוד אב ואם, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ב אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז די מצוה פון כיבוד אב קומט אייך אן שווער, איר האט נישט קיין שייכות מיט אייער טאטע, איר וואוינט ביי אייער מאמע - זאלט איר אבער געדענקען צו רופן אייער טאטע און רעדן מיט אים, און אז איר האט נישט וואס צו רעדן מיט אייער טאטע - זאלט איר זיך זוכן פון אונטער דער ערד וואס צו רעדן; דערציילט אים אייערע מעשיות פון תפילה, דערציילט אים מעשיות פון צדיקים; דאס וועט אים אויסהיילן.


האט נישט מורא, האלטס פאר אייערע אויגן די ווערטער: "'אין עוד מלבדו', אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#346 - די ערשטע אני מאמין איז די בעסטע ווייטאמין
אמונה, חיזוק פאר פרויען, וויינען, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, שובבי"ם, ט' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער נארמאל אז איר וויינט, נאכדעם וואס עס האט פאסירט וכו'; איר מעגט וויינען, עס איז געזונט צו וויינען, איר מעגט וויינען ווען אייער מאן זעט, דער אייבערשטער וועט העלפן איר וועט בקרוב געהאלפן ווערן.


חזר'ט די ערשטע אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין" איך גלייב, "בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה" מיט מיין גאנצע הארץ, "שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ" אז דער אייבערשטער, "הוּא בּוֹרֵא" ער באשאפט, "וּמַנְהִיג" און פירט, "לְכָל הַבְּרוּאִים" אלע באשעפענישן, "וְהוּא לְבַדּוֹ" און ער אליין, "עָשָׂה" האט געטון, "וְעוֹשֶׂה" און טוט אלעס אויף דער וועלט, "וְיַעֲשֶׂה" און וועט ווייטער אלעס טון, "לְכָל הַמַּעֲשִׂים" אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט.


די ערשטע אני מאמין איז די בעסטע ווייטעמין, די בעסטע מעדעצין; עס בארואיגט, עס שטארקט און עס געבט כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#345 - וועלכע צייטונגען און האטליינס זענען גוט?
שכר לימוד, אמונה, נייעס, צייטונגען, האטליין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"א אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ליין נישט קיין צייטונגען און מאגעזינען. מוהרא"ש זאגט א סימן וואס פאר א צייטונג און מאגעזין מיר קענען ליינען, ווען מיר וועלן זען די קעפל פונעם צייטונג, אז עס וועט שטיין מיט קידוש לבנה אותיות: "עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס און טוט אלעס, קיינער קען נישט מאכן; נישט דער פרעזידענט, נישט דער פירער, נאר דער אייבערשטער"; ווען מען וועט זען אזא קעפל - וועט מען מעגן ליינען די צייטונג, אבער ווילאנג עס שטייט נישט אין גרויסע ווערטער אז דער אייבערשטער איז אלעס - איז די גאנצע צייטונג איין גרויסע בלאף, איין גרויסע שקר.


אזוי אויך זאלסטו נישט אויסהערן די האטליינס פון נייעס, נאר ווען מען וועט רעדן פון אייבערשטן, יעדע פאר ווערטער וועט מען הערן אייבערשטער, אייבערשטער און נאכאמאל אייבערשטער - דעמאלט וועט מען מעגן הערן; כל זמן מען רעדט נישט פון אייבערשטן - איז אלעס איין שטיק בלאף.


פון ווען איך בין מקורב געווארן צו מוהרא"ש איז מיר זייער שווער צו הערן מענטשן רעדן, איך טראכט 'פארוואס רעדסטו נישט פונעם אייבערשטן? וואס רעדסטו דאס מיט יענץ? רעד פון באשעפער'; דאס האב איך באקומען פון מוהרא"ש.


צאל שכר לימוד וועסטו זען נחת ביי דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אל

#344 - א רחמנות אויף מענטשן וואס קאכן זיך אין פאליטיק
אמונה, משניות, נייעס, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, שובבי"ם, י"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


אשרינו מה טוב חלקינו "אשר בנחל" שם גורלינו, מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, מיר ווייסן פון די עצות, בעיקר פון די אמונה וואס דער רבי געבט אונז; לעבן מיטן אייבערשטן, וויסן אז 'אין שום מציאות מבלעדיך כלל', נישטא גארנישט גארנישט אויסער דעם אייבערשטן.


א רחמנות אויף מענטשן וואס קאכן זיך אין פאליטיק, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען קאכט זיך אין פאליטיק, בפרט יעצט ווען מען האלט פאר די וואלן, מען גייט שטימען ווער עס זאל זיין דער אמעריקאנער פרעזידענט; אידישע קינדער רעדן, שרייען, קאכן זיך וכו', מען מיינט דער קען מאכן, דער קען טון, בשעת דער אייבערשטער פירט די וועלט און טוט אלעס.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס קומט א גרויסע אפיקורסות", "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז דעם וואס וועט זיך האלטן מיט אמונה.


ברודער, אנשטאט הערן פאליטיק, קוקן נייעס – זאלסטו קוקן אין רבינ'ס ספרים, זאגן משניות און זיך דרייען מיט אנשי שלומינו וואס האבן שוין געטרינקען פון די אונגארישע וויין, יין המשומר, וואס לאכן זיך אויס צי טראמפ אדער ביידען, צי דער אדער יענער, און ווייסן אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער.

#343 - פאר קיין יבנאל מתפלל זיין ביים ציון פון מוהרא"ש
תודה והודאה, אמונה, רפואה, יבנאל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פרעג דעם דאקטער וואס ער איז מציע, וואס איז די בעסטע וועג פון נעמען די מעדעצין, און וואס דער דאקטער לייגט פאר - זאלן ענק טון, און זיי מחזק דיין ווייב תחי' זי זאל זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און זיין שטארק מיט אמונה אז עס וועט זיין גאר שנעל די ישועה.


ווען מען בעט דעם אייבערשטן איז וויכטיג אויך צו דאנקען, מען מוז אנכאפן די שווערד פון תפילה צום פינטל, נישט בייגן - נישט רעכטס און נישט לינקס. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ב) אז מען מוז סיי דאנקען און סיי בעטן.


עס איז כדאי זאלסט פארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און דארט מתפלל זיין, מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה) אז מען וועט קענען פועל'ן אלע סארט ישועות ביי זיין ציון.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#342 - זיי שטום און טויב ביים דאווענען
אמונה, חשבון הנפש, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ביצה לב:): "המצפה על שלחן אחרים", ווער עס ווארט אויף א צווייטנ'ס טובות, "עולם חשך בעדו" - דער לעבט אין טונקלקייט; אז מען ווארט אויף מענטשליכע טובות איז זייער ביטער, א מענטש דארף קוקן צום אייבערשטן און נאר צו אים האפן און נאר צו אים גיין.


לאז זיך אפ פון דעם און יענעם, הער אויף נאכלויפן מענטשן; וואס קענען מענטשן העלפן? לויף צום אייבערשטן, גיי נאר צו אים, עפן דיין מויל און זאג: "טאטע העלף מיר! טאטע איך וויל שפירן אז דו ביסט מיט מיר, איך וויל שפירן אז דו הערסט אויס מיינע תפילות".


ווען זאכן גייען נישט, מען שפירט מען טאפט א וואנט - דארף מען זיך מאכן א חשבון און ווערן א גוטער איד. די ערשטע זאך זאלסטו זיך מקבל זיין צו קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין; אז מען קומט נישט אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב - קען מען נישט האבן קיין טענות אז מען האט נישט קיין שפע, מען האט נישט קיין הצלחה; אז מען קומט נישט אין שול דאווענען פרירט מען די באנק אקאונט, מען שטעלט אלעס אפ חס ושלום; די ערשטע זאך זאלסטו צוריק קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות - וועסטו זען ווי זאכן וועלן זיך אנהויבן רוקן, עס וועט אנהויבן זיין הצלחה.


ביים דאווענען איז נישטא קיין חברים, נישטא קיין רעדן, נישטא קיין טעלעפאן; ביים דאווענען זיי שטום און טויב, רעד נישט מיט קיינעם און הער נישט קיינעם אויס.


איך יאג זיך צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#341 - האלטן חשוב און טייער די ווייב
אמונה, שלום בית, קשיות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תרומה, שובבי"ם, ג' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע כוחות, נעם אריין אין דיר אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, טוט אלעס און איז אלעס, עס איז נישט דו און נישט יענער, עס איז נאר דער אייבערשטער אליינס, קיינער מאכט נישט, קיינער טוט נישט, אלעס איז ער אליינס; דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס אלעס איז דער אייבערשטער.


אז דו וועסט האלטן חשוב און טייער די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן, דיין ווייב; זי וועט זיין די חשוב'סטע זאך ביי דיר, דו וועסט רעדן שיין צו איר, דו וועסט זוכן דאס גוטס ביי איר - וועט דיין שטוב זיין א פלאץ פאר די שכינה הקדושה, און אלע ברכות וועט זיין אין שטוב.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא אפילו בגירסא, אפילו אן פארשטיין; זיי נישט מוותר אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#340 - דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים
תפילה והתבודדות, אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זיסער ... נרו יאיר


אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויף אונז, אויבן קוקן מען נישט ווער האט געלט, ווער האט א פאלאץ, א טייערע קאר, אויבן אין הימל קוקט מען אויף איין זאך, מען קוקט אויב דער מענטש דערהאלט זיך, אויב מען בלייבט מיט אמונה.


דאס מעסט זיך דאס גרויסקייט פון א איד, אז ער האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, ער האט נישט קיין תרעומות אויף די אמונה, ער ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט נישט קיין טעותים, נישטא קיין טעות, אלעס איז בצדק ובמשפט, אלעס איז חסדים.


שטארק זיך מיט אמונה, שטארק זיך מיט תפילה. וואוינסט אין די גלילות פון קרית יואל, זיי נישט קיין בטלן, כאפ זיך ארויף צום ציון המציונת, קודש הקדשים, פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער, זיי זיך מתבודד, בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זיך צו דיר.

#339 - עס וואלט נישט געקענט זיין בעסער
אמונה, התחזקות, נסיונות, ספרי ברסלב, נקודות טובות, קשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויב מען טראכט 'עס וואלט געקענט זיין בעסער' – איז דאס אפיקורסות, א איד טאר נישט אזוי טראכטן. דער אייבערשטער האט גענוג מלאכים, דער אייבערשטער האט אונז באשאפן מיט ירידות, מיט נפילות, מיט חלישות הדעת, מיט צרות – צו זען ווי מיר טוען צו אים רעדן, ווי מיר אנטלויפן נאר צו אים.


קיינמאל זאלסטו נישט זאגן: "עס וואלט געקענט זיין בעסער", אז מען פרעגט דיר: "וואס מאכסטו? וואס טוט זיך?" זאלסטו יעדן איינעם זאגן: "דער אייבערשטער מאכט מיר נאר גוטס"; עס קען נישט זיין בעסער, עס קען נישט זיין מער גוט פון וואס דער אייבערשטער מאכט.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, לערן די שיינע בריוו פון אשר בנחל, די הייליגע עצות, די זיסע חיזוק. ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – דער האט א קלארע אמונה, אים איז גוט און פיין; מען מוז האבן דעם רבי'ן, מען מוז זיך צובינדן צום רבי'ן, אנעם רבי'ן זענען מיר פארלוירענע.


קויף נישט קיין צייטונג, נעם נישט אריין אין שטוב קיין שום מאגעזין, לערן און ליין דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


פריי זיך מיט דיין בארד, מיט דיין פיאות, מיט דיין קאפל, מיט דיין ציצית און תפילין.


פון דיין ראש ישיבה וואס בענקט זיך צו די צייטן וואס דו האסט געאטעמט דעם רבי'ן.


 

#338 - וואו איז די הבטחה פון די הייליגע תורה?
כיבוד אב ואם, אמונה, התחזקות, קשיות, תפילה, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פראגע.


אז אייער בחור פרעגט אייך: "וואס איז פשט, עס שטייט דאך אין די תורה (שמות כ, יא): 'כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ', איז ווי קען זיין אז טאטי - וואס האט אזוי מכבד געווען זיין טאטע - איז געשטארבן אזוי יונג?" ער פרעגט: "ווי קען זיין עס שטייט אין די תורה איין זאך און מען זעט עס איז נישט אזוי?" איר ווילט וויסן וואס אים צו ענטפערן.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חולין קמב.) עס איז געווען א תנא וואס איז געווארן אן אפיקורס, ווייל ער האט געזען ווי איינער בעט זיין זון: "קריך ארויף אויפן בוים, ברענג מיר פייגלעך צו עסן", דער קינד איז ארויפגעקראכן אויפן בוים און געטון סיי די מצוה פון כיבוד אב און סיי די מצוה פון שלוח הקן, ער האט אוועקגעשיקט די מאמע פייגל, און פלוצלונג איז ער אראפגעפאלן און געשטארבן; האט ער געפרעגט, ווי קען זיין איינער וואס טוט כיבוד אב, וואס די תורה זאגט לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ, דו וועסט לאנג לעבן, און אויך טוט ער די מצוה פון שלוח הקן וואס די תורה זאגט אויך ביי די מצוה דו וועסט לאנג לעבן, "הֵיכָן אֲרִיכוּת יָמָיו שֶׁל זֶה, וְהֵיכָן טוֹבָתוֹ שֶׁל זֶה", ווי איז די הבטחה פון די תורה? האט ער אפגעלאזט די אידישע וועג און געווארן אן אפיקורס.


די הייליגע חכמים זאגן אונז אז דאס גייט ארויף אויף די נשמה אין גן עדן; דער וואס טוט די מצוה פון כיבוד אב און אזוי אויך די מצוה פון שלוח הקן - דער וועט לעבן א לאנגע לעבן אין גן עדן, ער וועט באקומען זייער אסאך שכר אין עולם הבא; זאגט פאר אייער בחור וואס די הייליגע חכמים דרשנ'ען, און אז טאטי האט מכבד געווען מיט זיין גאנצע הארץ זיידי - האט ער יעצט גרויס שכר.


רעדט אסאך צו די קינדער פון אמונה, זיי זאלן וויסן אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, עס איז דא אסאך קשיות אויפן אייבערשטן און דאס איז גאר זיין שיינקייט און גרויסקייט. דער תנא וואס האט געהאט די קשיא וואו איז די אריכת ימים אויף כיבוד אב ואם, האט אויך געהאט א קשיא אויף שכר ועונש; ער האט געזען איינע פון די הייליגע צדיקים פון די עשרה הרוגי מלכות, ווי א דבר אחר האלט אין מויל די צינג פון רבי חוצפית המתורגמן, האט ער געזאגט: ווי קען זיין 'פה שהפיק מרגליות' א מויל וואס האט געלערנט און געדאווענט, 'ילחוך עפר' זאל ליגן אין די מיסט?! דאס האט אים געמאכט ער זאל אפלאזן די תורה וועג.


פרעגלט אין די קינדער אמונה; יעדע מאל מען זיצט מיט קינדער ביי א סעודה, ביי א פארברענג - רעדט מען פון אמונה; אז דעם אייבערשטן קען מען נישט פארשטיין, מען חזר'ט די ווערטער פון רבי'ן וואס זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס עס איז דא קשיות אויפן אייבערשטן - אזוי דארף צו זיין, "וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ", און דאס איז די שיינקייט פונעם אייבערשטן, ווייל אויב מיר וואלטן אלעס פארשטאנען וואלט דאך געווען זיין שכל אזוי ווי אונזער שכל - חס ושלום; קומט אויס אז דאס איז דער שיינקייט פונעם אייבערשטן, אז מיר פארשטייען אים נישט. אבער דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן".


חזר'ט מיט די קינדער אמונה, זיי זאלן זיך דרייען צווישן אנשי שלומינו וואס רעדן נאר אמונה; ווי מער מען חזר'ט אמונה - איז דאס לעבן גוט און זיס, און אז מען האט נישט קיין אמונה, אפילו מען איז א למדן און מען קען גוט לערנען - קען מען פלוצלונג אלעס אפלאזן, מען זעט ביי אסאך שטיבער א קינד פאלט אוועק, מען וואונדערט זיך 'וואס קען דאס זיין? דאס קינד איז געווען א גוט קינד'; דער ענטפער איז, מען רעדט נישט גענוג פון אמונה, אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס - מיט א פינקטליכע חשבון און מיר ווייסן גארנישט.


זייט מחזק די קינדער די יתומים; זאגט זיי, מיט יעדע ווארט תורה און יעדע ווארט תפילה - מאכן זיי א נחת רוח פאר די נשמה פון זייער טאטע. מען קען זיך נישט פארשטעלן ווי הונגעריג א נשמה איז, ווי זיי זענען זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס די קינדער טוען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#337 - מיר פארשטייען נישט און מיר קענען נישט פארשטיין
קינדער, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט אמונה, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, עס איז זיכער נאר לטובה; מיר ווייסן נישט, מיר פארשטייען נישט און מיר קענען נישט פארשטיין פארוואס און פארווען, אבער מיר ווייסן אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר דיינע ליכטיגע קינדער, און שטארק דיין ווייב, זי איז אסאך מער צעבראכן וכו', פאר דיר איז דאס אויך זייער ווייטאגליך אבער פאר איר איז דאס נאך מער ווייטאגליך; זארגט נישט, איר וועט נאך האבן קינדער.


דורך דאנקען וועלן ענק זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.