בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#164 - פרייליך מאכן, אבער נאר אין די ריכטיגע צייט
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע זכות צו העלפן מיט די מעשה ביכלעך פאר קינדער, עס איז דא היינט צוגעשטעלט אזויפיל צו ליינען פאר קינדער, אבער עס פעלט די מעשיות פון רבי'ן, די מעשיות וואס ברענגט אריין אמונה און יראת שמים אויף די פשוט'ע אופן, מעשיות געשריבן אויף לעובדא ולמעשה; האסט א גרויסע זכות, עס זאל דיר ביישטיין פאר דיר און פאר דיינע קינדער.


דא האסטו א מעשה פאר פורים פאר די קינדער עצתו אמונה:


'עס איז פורים אויף די וועלט, לאמיר פרייליך מאכן דעם עולם, איך וועל נעמען מיין גרויסע פורים הוט און ארום לייגן ליכט אויף דעם, אזוי וועל איך אריינקומען אין שול, און אלע וועלן לאכן, עס וועט ווערן פרייליך'.


געזאגט און געטון, רבי נחמן פון טולטשין זכר צדיק לברכה האט גענומען זיין גרויסע הוט, זיין ספעציעלע פורים הוט, ער האט ארויפגעקלעבט ליכט און געגאנגען אין שול, פרייליך מאכן דעם עולם.


ער קומט נאנט צום שול טרעפט ער דעם הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן, און רבי נתן פרעגט אים: "וואס איז מיט דיר נחמן? וואס איז די גרויסע הוט מיט די ליכט?" זאגט רבי נחמן: "איך וויל פרייליך מאכן אנשי שלומינו, עס איז פורים", זאגט רבי נתן: "מען גייט באלד זאגן 'עננו, כי בצרה גדולה אנחנו, העלף אונז אייבערשטער ווייל מיר זענען אין א גרויסע צרה', יעצט איז נישט קיין צייט פאר די זאכן, ווארט אויף פורים, דעמאלט וועסטו מאכן פרייליך".


טייערע קינדער, די מעשה לערנט אונז אז אפילו מען פארשטעלט זיך און מען מאכט פרייליכע זאכן, אבער ווען עס קומט צו דאווענען, ווען עס קומט צו לערנען - דארף מען אוועק לייגן די פרייליכע זאכן, ביים דאווענען דארף מען זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און הכנעה.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א מענטש מיט א ברייטע הוט, ארויפגעקלעבט ליכט, און פון דער זייט זאל מען זען געמאלן רבי נתן מיטן קאסקעט, ווי ער בעט דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#163 - יישר כח פאר'ן ווארפן די באנאנע שאלעכץ
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיך דאנקען פארן מנדב זיין די בילדער פאר די קינדער עצתו אמונה, יעדע בילד מאלט מען אויף דריי וועגן און די פרייז איז צוויי הונדערט און פופציג דאלער; איין בילד איז שווארץ אויף ווייס פאר די וועכנטליכע עצתו אמונה, די זעלבע בילד מאלט מען אויך מיט קאליר פאר די מעשה'לעך און פאר די שטעטל בלעטל, די דריטע בילד איז נאר די אינדרויסן, מען זאל דאס קענען קאלירן, מאכן א קאלירונג בוך.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קומענדיגע וואך:


דער צדיק רבי יוסף חיים זאננענפעלד זכר צדיק לברכה, דער רב אין ירושלים גייט אין גאס, ער ברומט זיך אונטער שטילערהייט א תנועה'לע, ער בענקט זיך צום אייבערשטן, אזוי טוען אלע צדיקים, וואו זיי גייען און וואו זיי שטייען - ברומט זייער הארץ צום אייבערשטן, זיי בענקען אזוי שטארק צו ווערן נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


פלוצלונג קומט א יונגער אראבער און ווארפט אויפן צדיק א שאלאכטס פון א באנאנע, דער צדיק פארלירט זיך נישט, דער צדיק ווערט נישט דערשראקן פון אראבער, דער צדיק ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, דער אייבערשטער היט אים.


"כ-א-ט א-ל כ-א-ר-א-פ!" קינדער ענק ווייסן וואס דאס מיינט? אין אראביש זאגט מען א שיינעם דאנק, כאט על כאראפ; דער צדיק זאגט פארן אראבער 'איך דאנק דיך פארן ווארפן אויף מיר די שאלאכטס'.


דער אראבער ווערט צעמישט, ער גייט צו צום צדיק און פרעגט אים: "פארוואס זאגסטו מיר יישר כח, איך האב דיר דאך געווארפן א באנאנע שאלאכטס?" זאג דער צדיק: "א דאנק אז דו האסט מיר נישט געווארפן א שטיין".


קינדער די מעשה לערנט אונז, ווען עס גייט עפעס נישט גוט - זאל מען אויפזוכן דאס גוטס, דער צדיק וואלט ווען געקענט וויינען אז מען האט אים שלעכטס געטון, ניין, דער צדיק וויינט נישט, דער צדיק לאכט, דער צדיק זאגט "שכוח", דער צדיק לויבט דעם אייבערשטן אז עס וואלט ווען געקענט זיין ערגער.


אז מיר וועלן פאלגן די צדיקים, זייערע עצות - וועלן מיר אויך זוכה זיין צו זיין א צדיק.


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן א בילד פון דעם צדיק רבי יוסף חיים זאננענפעלד, דער רב אין ירושלים, ווי ער גייט אין גאס מיט די הוט אין די האנט (אזוי ווי די באקאנטע בילד וואס איז דא פון אים), און ווי אן אראבער מיט די פינקע טיכל מיט די בענדל אויפן קאפ שטייט אין דער זייט, און ווי עס איז דא אויפן צדיק'ס קאפ א באנאנא שאלאכטס.


שכוח פארן העלפן די מכון עצתו אמונה ארויס צו געבן מעשה ביכלעך פאר קינדער, מעשיות פון אמונה, מעשיות פון יראת שמים בנוסח היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#162 - אשר בנחל און עצתו אמונה וועלן פארענטפערן אלע ספיקות
שאלות, עצתו אמונה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט מיר אז דו האסט הנאה ווען איך זאג דיר ווי אזוי זיך צו פירן, דו בעטסט איך זאל דיר שרייבן און זאגן.


וואס זאל איך דיר זאגן, לערן אשר בנחל און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען זוכה זיין צו טון און פאלגן אלעס וואס דער צדיק זאגט. מאך זיך א שיעור אין אשר בנחל, לערן א באנד נאך א באנד כסדרן, וועסטו זען נפלאות, דיינע שאלות וועלן דיר פארענטפערט ווערן. אויך לערן עצתו אמונה, גיי אין א סדר, א בריוו נאך א בריוו, אלע דיינע ספיקות, אלע דיינע בלבולים, אלעס וועט ווערן פארענטפערט און מסודר.


מאך זיך א שיעור, נעם א חברותא, לערן אדער גמרא אדער הלכה, לערן קיצור שלחן ערוך. נעם א חברותא פאר פופצן מינוט א טאג, אדער צוואנציג מינוט, עס זאל זיין מיט א קביעות.

#161 - דעם רבינ'ס ספר האט געראטעוועט
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תרומה, שובבי"ם, ב' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד מען געבט נישט ארויס מעשה ביכלעך פאר קינדער מיט מעשיות פון עצתו אמונה, א שאד יעדן טאג וואס גייט אריבער; ווייל ווען קינדער הערן דיבורי אמונה מיט יראת שמים - איז דאס אסאך שטערקער ווי שפעטער.


דא האסטו א מעשה פאר די עצתו אמונה פאר קינדער, א מעשה וואס וועט זיי שטארקן צו האבן שיעורים אין רבינ'ס ספרים, ווי דאס ראטעוועט א מענטש בזה ובבא פון אלעס שלעכט.


בעט דעם מעלער מען זאל זען ווי א איד זיצט אין פארק מיט א פארמאכטע ליקוטי מוהר"ן אויפן שויס, און ווי גוים, יונגע שקצים - טאנצן ארום און מאכן אים משוגע, איין גוי מיט א שטעקן, איין גוי מיט א בעזעם ווי ער וויל אים שטופן און איין גוי שטייט פון הינטן פון דעם איד און ווייזט אינטערעסאנטע פאקסן.


משה איז זייער דערשראקן, ער ווייסט נישט וואס צו טון, א באנדע גוים, שקצים - האבן אים ארומגענומען און זיי טשעפען אים, ער בעט דעם אייבערשטן שטילערהייט: "הייליגער באשעפער, ווי אזוי קען איך פטור ווערן פון זיי? די גוים טשעפען מיר, זיי מאכן מיך משוגע וואס טו איך?"


עס איז געווען א איד אין ברסלב מיטן נאמען משה, מען האט אים גערופן 'משה ברסלבער', אמאל פארנדיג אויף א שיף האט ער זיך געטראפן מיט א באנדע גוים, ער האט נישט געקענט פטור ווערן פון זיי, אויפן שיף איז נישטא וואו צו אנטלויפן, די גוים האבן אים משוגע געמאכט, זיי האבן אים געטשעפעט, ער האט געזען אז ער קען נישט פטור ווערן פון זיי.


'איך האב אן עצה! איך גיי לערנען לקוטי מוהר"ן', ער הויבט אן לערנען די הייליגע ספר לקוטי מוהר"ן, און וואונדער איבער וואונדער, צוביסליך זענען אלע שקצים פון אים אנטלאפן.


ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס האט דיר געמאכט טראכטן פון די עצה?" האט ר' משה געענטפערט: "איך האב געהערט פון רבי נתן, ווען מען לערנט לקוטי מוהר"ן איז דאס א סגולה אז אין קבר זאלן נישט קומען קיין ווערעם, האב איך גאטראכט אז דאס איז אויך אן עצה פטור צו ווערן פון אלע צרות אויף די וועלט, און איך האב זיך איבערצייגט אז עס העלפט".


טייערע קינדער, לאמיר זיך מאכן שיעורים אין די הייליגע ספרים פון רבי'ן, וועלן מיר זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#160 - די זעלבע ווי ספר הקדוש "אשר בנחל", נאר מער אראפגעברענגט
אמונה, היכל הקודש, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


קום דאווענען צווישן אנשי שלומינו, דריי זיך אין היכל הקודש, דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן, פון די עצות פון רבי'ן; דאס וועט אויפבויען ביי דיר אמונה.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רפב): "עִקַּר הָאֱמוּנָה תּוֹלֶה בַּהִתְקָרְבוּת לַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים", אמונה באקומט מען דורך זיין נאנט ביים אמת'ן צדיק, און חס ושלום אויב מען גייט אוועק פונעם צדיק – פארלירט מען די אמונה, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תקוני זוהר, כא), דער צדיק איז די עק פונעם 'ד', און אז מען טיילט זיך אפ פונעם צדיק – ווערט פונעם 'ד' א 'ר', עס ווערט חס ושלום 'אל אחר', כפירות, און נאר דורך דעם צדיק ווערט א 'ד', ה' אחד ושמו אחד.


מאך זיך א שיעור אין ספר עצתו אמונה, בריוו וואס איז געשריבן פאר בחורים און אינגעלייט וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות, און די בריוו איז זיי מחזק. די בריוו זענען די זעלבע ווערטער וואס שטייט אין ספר הקדוש "אשר בנחל", עס איז נאר אראפגעברענגט נאך מער אראפ, נאך מער פאר דעם דור, אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געזאגט ביים לעצטן שמועס, א וואך פאר די פטירה, אז מען דארף נעמען די דיבורים און דאס מער אראפברענגען פארן דור.

#159 - אויב מען גנב'עט, האט מען נישט קיין רו
הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון מחזק זיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מידי שבוע בשבוע, דו האסט נישט קיין אנונג וואס די בריוו טוט מיט מענטשן, עס מוטיגט זיי און געבט זיי א וועג ווי צו אומגיין אין יעדע איינציגסטע פרט אין לעבן.


איך וויל דו זאלסט זיך יעצט אריינלייגן ארויס צו געבן פאר קינדער וואס מער ספרים, סיי מעשה ביכלעך און סיי געימס פון רבינ'ס עצות, ווייל וואס מער מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה און קדושה - אלץ גרינגער איז די ארבעט שפעטער, מען מוז אלעס טון פאר אונזערע קינדער זיי זאלן אויפוואקסן מיט אמונה און קדושה.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


"אוי וויי! וואס טו איך? די הונט איז נאכאמאל אריינגעשפרינגען אין געשעפט, אוי וויי, ער טאנצט אויפן טיש! ער שפרינגט צום וואגשאל! ער דרייט איבער דעם געשעפט, ר-א-ט-ע-וו-ע-ט! ווער קען מיר העלפן?!"


דאס האט פאסירט מיט לאנגע יארן צוריק ווען מוהרא"ש איז געווען א אינגערמאן און געגאנגען הפצה פון טיר צו טיר פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן, מוהרא"ש איז אויך געגאנגען אין געשעפטן, אמאל האט פאסירט, מוהרא"ש זעט ווי א הינט שפרינגט אין א געשעפט, די הונט שפרינגט אויפן וואגשאל, און דער בעל הבית שטייט פון דער זייט און וויינט, ער פרעגט מוהרא"ש: "וואס מיינט דאס? וואס קען דאס זיין?"


מוהרא"ש זאגט אים: "דערצייל מיר, פון ווען האסטו דעם געשעפט?" דער איד דערציילט: "דער געשעפט איז געווען מיין טאטע'ס געשעפט, נישט לאנג צוריק איז ער געשטארבן און איך האב איבערגענומען דעם געשעפט, און יעדע פאר טעג קומט די הונט".


מוהרא"ש געבט דעם איד צו פארשטיין: "אפשר האט מען אין דעם געשעפט גע'גנב'עט פון מענטשן? די וואג איז נישט ריכטיג, מען האט אפגעפאפט מענטשן, און די נשמה האט נישט קיין רו; איר דארפט באצאלן פאר אלע וואס מען האט דא בא'גנב'עט און ביז מען וועט נישט באצאלן - וועט די נשמה נישט האבן קיין מנוחה".


דער איד פרעגט: "ווי קען איך מתקן זיין? איך ווייס נישט וועם צו באצאלן, ווי איז מעגליך צו וויסן וועם מען האט בא'גנב'עט און וויפיל?"


מוהרא"ש זאגט אים: "אויב מען האט גע'גנב'עט און מען ווייסט נישט וועם צו באצאלן - זאגט די תורה - מען זאל מאכן צרכי רבים; זאלט איר העלפן דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, וואס איז די גרעסטע צרכי רבים".


דער איד האט געגעבן געלט צו דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן און וואונדער האט פאסירט, דער הונט איז מער נישט צוריק געקומען.


וואס לערנען מיר פון די מעשה? ערשטנס דאס גרויסקייט פון די מפיצים, זיי גייען ארום אין הייזער און צו געשעפטן מזכה זיין אידישע קינדער מיט די עצות פון רבי'ן, אויך לערנען מיר דאס הארבקייט פון גנב'ענען; אויב מען גנב'עט - האט מען נישט קיין רו, דריטנס לערנען מיר פון די מעשה, אז העלפן דרוקן די ספרים פון רבי'ן - איז אלעס מתקן.


אלע קינדער זינגען אינאיינעם: "פלוצלונג א ברסלב'ער, א קליינע ספר, פינקט פאר מיר געברענגט צו מיין טיר, געטוישט מיין לעבן, עצות געגעבן..."


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א הינט שפרינגט צום וואגשאל און ווי מוהרא"ש אלס אינגערמאן שטייט אין דער זייט מיט ספרים אין די האנט און ווי דער בעל הגעשעפט שטייט מיט א פנים פול מיט שרעק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#158 - שווייג; דאס איז דאך אונזער זאך
חסידות ברסלב, בזיונות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה צו זען די נייע שפיל וואס דו האסט געמאכט פון די קינדער עצתו אמונה, האסט צוזאמגענומען אלע מעשיות אויף קארטלעך און געמאכט א שפיל, אזוי וועלן די קינדער שפילן מיט די מעשיות, עס וועט זיי אריינגיין אין די ביינער יונגערהייט; וואס מען לערנט יונגערהייט - בלייבט אויף אלע יארן.


דא האסטו נאך א שיינע מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


"מחוצף...! שגץ...!"


"שאא שאא בלייב שטיל, זאג נישט גארנישט"; דער הייליגער צדיק רבי נחמן פון טשערין זכר צדיק לברכה איז אמאל געגאנגען מיט נאך איינעם אין גאס, אויפן וועג איז געקומען א מחוצף מיט א פאפיר פארשמירט מיט שמוץ און דאס געווארפן אויפן טשערינער רב, דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און עס איז פארשמירט געווארן. ער האט גארנישט געזאגט, ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, אבער דער איד וואס האט באגלייט דעם רב האט אנגעהויבן שרייען: "מחוצף...! שגץ...!"


דער רב זאגט פאר דעם איד: "שאא שאא, שווייג; דאס איז דאך אונזער זאך, מען זאל נישט ענטפערן ווען מען פארשעמט"; ער איז אריין אין א שטוב, זיך אפגעוואשן די בעקיטשע און ווייטער געגענגען, ער האט אויסגעלערנט דעם איד וואס דער רבי לערנט אונז, מיר זאלן אפשווייגן אויף אונזערע בזיונות, אזוי איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות.


טייערע קינדער, ווען איינער פארשעמט דיך וואס טוסטו? לאמיר טון וואס דער הייליגער רבי לערנט אונז; נישט ענטפערן, נאר אפשווייגן, אזוי וועלן מיר זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט אונז מוחל זיין אויף אלע אונזערע עבירות.


בעט דעם מעלער זאל אפמאלן א בילד ווי א רב גייט אין גאס אנגעטון אין רבי'שע קליידער מיט א גבאי וואס כאפט אן דעם רב, איינער פארשמירט דעם רב די בעקיטשע און דער גבאי שרייט אויף יענעם, און דער רב ווייזט מיטן האנט אויפן מויל נישט צו ענטפערן.


בעט דעם מעלער צו מאכן גרויסע שיינע בילדער, נישט קליינע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#157 - הייליגער באשעפער היט מיך פונעם בער
אמונה, הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט מחי' צענדליגער טויזנטער אידן מיט די הערליכע בריוו פון עצתו אמונה, מענטשן נעמען זייער גאנצע שכל, זייער וועג אין לעבן - פון די בריוו; דארפסט טאנצן פאר שמחה פאר די גרויסע זכי' וואס דו האסט, אזויפיל אידישע קינדער לעבן אויף דיר.


א באזונדערע דאנק פארן צוריק אנהויבן מאכן די עצתו אמונה פאר קינדער; די גאנצע שבת טיש דרייט זיך ארום די עצתו אמונה פאר קינדער, מען ליינט פאר הויך די מעשה אויפן קול ביי די סעודה, סיי ביינאכט, סיי בייטאג, און מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל פון די מעשה, עס ברענגט אן עונג שבת.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


אוי וויי עס איז א בער... אוי וויי וואס טו איך דא? איך גיי בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער מאך א נס, הייליגער באשעפער היט מיך..."


טייערע קינדער וואס וואלטן מיר געטון ווען מיר גייען שפאצירן אין וואלד, מיר זעען א שווארצע זאך און מיר מיינען דאס איז א שווארצע זעקל, און פלוצלונג געבט זיך א גרויסע שווארצע בער א צי אויס, וואס וואלטן מיר געטון?


הערט אן אמת'ע געשיכטע וואס האט פאסירט מיט א ברסלב'ע מיידל. זי איז געווען אין קעמפ בית פיגא, זי שטייט אויף אינדערפרי, זי גיסט זיך אפ נעגל וואסער און זי טוט זיך אן, די ערשטע זאך גייט זי אביסל שפאצירן אין פעלד, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן.


זי זעט א שווארצע זאך, זי טראכט 'דאס איז מן הסתם א שוואצע מיסט זעקל', זי שפאצירט נענטער און נענטער, זי שמועסט מיטן אייבערשטן, זי זאגט: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו שמחה, איך וויל זיין פרייליך", זי בעט אויף אמונה: "הייליגער באשעפער געב מיר אמונה, געב מיר א שטארקע אמונה איך זאל פון קיינעם נישט מורא האבן, איך זאל דיך שפירן".


פלוצלונג... א בער... עס איז נישט קיין שווארצע זעקל, עס איז א שווארצע בער... די בער הייבט זיך אויף אין די לופט... די מיידל שטייט צוויי פיס אפגערוקט פון די בער, זי פארלירט זיך נישט, זי געדענקט אז קיינער קען גארנישט טון, זי געדענקט אז דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט.


זי לויפט נישט אוועק, מען טאר נישט אוועקלויפן פון א בעל חי, ווייל דאס מאכט די בעל חי זאל זיך דערשרעקן און אויך אנהויבן לויפן. זי געדענקט פון רבי'ן, זי געדענקט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זי הויבט אן בעטן הויך: "הייליגער באשעפער היט מיך פונעם בער", זי הויבט אן צוריק גיין שטייטלעך און זי בעט: "הייליגער באשעפער איך ווייס אז אלעס ביסטו, דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס ביסטו"; די בער הערט ווי זי רעדט צום אייבערשטן, די בער האט דרך ארץ פאר איר, ער רירט זיך נישט, ער לאזט איר צוריק גיין.


טייערע קינדער, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט מען אזוי שטארק, די אמונה ווערט זייער שטארק, מען האט מער נישט קיין מורא פון קיינעם, נאר פונעם אייבערשטן.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א בער שטייט מיט די פאדערשטע פיס אין די הייעך אנטקעגן א מיידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#156 - ברסלב איז איין זאך; די הייליגע ספרים פון רבי'ן, די שכל פון רבי'ן
חסידות ברסלב, עצתו אמונה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט קוקן אויף דעם און אויף יענעם - וועסטו האבן אסאך חלישות הדעת; ברסלב איז איין זאך - די הייליגע ספרים פון רבי'ן, די שכל פון רבי'ן.


הער די שיעורים, לערן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, לערן די בריוו פון אשר בנחל, אויך זאלסטו לערנען די וועכנטליכע עצתו אמונה - וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, און בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיך נישט שטערן נישט דער און נישט יענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - ברסלב'ער חסידים זענען אזוי פשוט, אבער פול מיט חן
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל טויזנטער אידן זענען זיך מחי' וועכנטליך מיט די עצתו אמונה; אזויפיל זאגן אז עצתו אמונה איז זייער וועג ווייזער, זיי נעמען זייער שכל, זייער וועג פון טראכטן פון די בריוו פון עצתו אמונה, דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דאס איז דיין חלק.


יעצט וויל איך צוריק אנהויבן מיט די עצתו אמונה פאר קינדער, איך וויל דו זאלסט דאס לייגן פאר די ערשטע און וויכטיגסטע זאך, קינדער איז וויכטיגער פון אלע פירושים, ווייל אז א קינד הערט אמונה - גייט די גאנצע לעבן גרינגער.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


מיין שוך איז צעריסן, איך וועל גיין צום שוסטער ער זאל מיר פאררעכטן מיינע שיך... אינטערעסאנט, יעדעס מאל איך גיי צום שוסטער זע איך אז זיינע ליפן שאקלען זיך, עס איז אזוי אינטערעסאנט, צו וועם רעדט ער? ער רעדט צו זיך אליינס?! נא, ער איז דאך א נארמאלער מענטש; ווייסט וואס, יעצט ווען איך גיי פאררעכטן מיינע שיך וועל איך אים פרעגן פארוואס זיינע ליפן שאקלען זיך.


"הייליגער באשעפער 'חשבתי דרכי, ואשיבה רגלי אל עדתיך', הייליגער באשעפער העלף מיר מיינע פיס זאלן נאר טון מצוות, העלף אז דער וואס וועט גיין מיט די שיך זאל נאר גיין צו גוטע פלעצער".


איך פארשטיי שוין, דער שוסטער איז א ברסלב'ער חסיד, ער רעדט צום אייבערשטן; די ברסלב'ער חסידים זעען אויס אזוי פשוט, אבער זיי האבן עפעס א זיסע חן, זיי לעבן מיטן אייבערשטן; דער שוסטער איז אזוי אריינגעטון אין רעדן צום אייבערשטן, ער כאפט נישט אז מענטשן שטייען נעבן אים און האלטן אלעס מיט, לאמיר שטיין שטיל דא אין דער זייט און הערן זיינע זיסע תפילות...


"הייליגער באשעפער איך וויל זיין א איד, איך וויל גיין אין שול יעדן טאג דריי מאל דאווענען מיט מנין, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל יעדן טאג לערנען חומש, משניות, גמרא מיט הלכה, הייליגער באשעפער..." אוי וויי וואס גייט פאר... "אמממ איך האב א פראגע, ווען איך פאררעכט שיך וויל איך זייער שטארק רעדן צום אייבערשטן, עס בענקט מיר מיין הארץ צום אייבערשטן, אבער אז איך כאפ אן די שוך ווער איך דאך טמא; מעג איך רעדן אזוי צום אייבערשטן אדער איך דארף זיך קודם וואשן די הענט?"


דער איד שטייט געפרוירן... 'וואס זאל איך אים ענטפערן? ווי קען זיין אזא זאך, א פשוט'ער שוסטער, אזוי פראסט, און ער האט נישט קיין אנדערע זארג, נאר אויב ער קען רעדן צום אייבערשטן ביים פארעכטן די שיך...'


קינדער, דער הייליגער רבי ברענגט אריין אין זיינע תלמידים אזא בענקשאפט און גליסטעניש צום אייבערשטן, אז אפילו פראסטע מענטשן, אינמיטן זייער ארבעט - בענקען זיך צום אייבערשטן און רעדן צו אים אן אויפהער.


לאמיר זינגען אינאיינעם: "טאטע איך בענק צו דיר, טאטע איך וויל נכלל ווערן אין דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#154 - אנגעצינדן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער
צניעות, שבת ליכט, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וישלח, י"ז כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


די שטוב איז ריין און צוזאמגענומען, מען שפירט שוין אין די לופט א שטארקע פרייליכקייט, עס קומט דער הייליגער שבת, דער גרויסער טאג וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א מתנה, דעם שבת קודש.


אלע קינדער זענען שטיל, די מאמע צינדט די ליכט. חנה צירל שטייט נעבן איר מאמע, זי קוקט זיך גוט צו, ווייל נאך אביסל האט זי שוין אויך חתונה, זאל זי וויסן ווי אזוי צו צינדן די הייליגע שבת ליכט.


די מאמע לייגט אירע הענט אויפן פנים, זי מאכט די ברכה "להדליק נר של שבת" און זי רעדט צום אייבערשטן. זי בעט פאר די קינדער זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, זיי זאלן לערנען די הייליגע תורה. זי בעט אויך פאר די טעכטער זיי זאלן זוכה זיין צו א מאן אן ערליכער איד, א תלמיד חכם.


דער טאטע, דער צדיק רבי נתן - זיצט ביים טיש, ער זינגט אויפן קול די הייליגע שיר השירים, און ער זאגט פאר זיין ווייב און פאר זיינע טעכטער זיי זאלן בעטן פאר אידישע קינדער זאלן אויך זוכה זיין צו וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצות. דער צדיק בעט זיי: "זאגט די ווערטער יעדע וואך ווען איר צינדט די ליכט 'הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך צינד יעצט אן די ליכט, איך מאך ליכטיג אין שטוב, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער, עס זאל זיי ליכטיג ווערן מיט די עצות פון רבי'ן'".


שטילערהייט, אונטער די הענט - קומט ארויס א טרער פון די מאמע'ס אויג, זי האט אזוי רחמנות אויף אידן; 'א שאד אז מענטשן שפירן נישט די טעם פון גן עדן אזוי ווי איך שפיר, א שאד אז מענטשן ליידן אזויפיל צער אין לעבן, וואלטן זיי געוויסט פון רעדן צום אייבערשטן, פון דאנקען און פון בעטן דעם אייבערשטן - וואלט זיי אזוי גוט געווען'.


טייערע קינדער, ווען די מאמע צינדט די ליכט, די אינגלעך שטייען אין דער זייט שטיל, און די מיידלעך שטייען ביים טיש מיט די הענט אויפן פנים און בעטן דעם אייבערשטן די תפילה: "הייליגער באשעפער, אזוי ווי איך צינד יעצט אן די ליכט, איך מאך ליכטיג אין שטוב, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער, עס זאל זיי ליכטיג ווערן מיט די עצות פון רבי'ן".


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי די מאמע שטייט ביים טיש מיט די הענט אויפן פנים, און פון דער זייט שטייט א קליין מיידל, אויך מיט די הענט אויפן פנים, אויך א אינגל שטייט אין דער זייט, און אויבן אן זיצט דער טאטע. די מאמע זאל האבן א ווייסע שירצל, די מיידל זאל האבן די האר צוזאמגענומען; אזוי וועלן די טיטשערס אין בית פיגא וויסן ווי צו לערנען די קינדער די שיינקייט פון צניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#153 - וואויל איז ענק אז ענק העלפן מגיה זיין די בריוו און די גליונות
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, צפת


וואויל איז ענק אז ענק העלפן מגיה זיין די בריוו און די גליונות וואס קומען ארויס אין לשון הקודש מתורגם יעדע וואך.


די בריוו פון עצתו אמונה און די גליונות זענען אזוי מחי' אידישע קינדער, "כל המזכה את הרבים" – זאגן די הייליגע חכמים גרויסע זאכן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#152 - נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן וועגן אפאר קעסטלעך ציינער
תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אז דו מאכסט נישט ווייטער וועכנטליך די עצתו אמונה פאר קינדער, אז מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה מיט יראת שמים וועט זיי דאס העלפן זייער גאנצע לעבן; לייג די עצתו אמונה פאר קינדער פאר דיין ערשטע זאך, דאס איז וויכטיגער ווי עצתו אמונה פאר עלטערע; לאז נישט אויס קיין איין וואך עצתו אמונה פאר קינדער.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה.


דער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה א זון פון רבי נחמן זכרונו לברכה פון שטאט טולטשין פלעגט שטענדיג רעדן צום אייבערשטן, זיינע ליפן פלעגן שעפשען א גאנצן צייט תפילות און בקשות.


האט אמאל פאסירט אז דער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה אין געגאנגען אין גארטן מיט איינע פון זיינע תלמידים, און ווי זיין שטייגער איז, וואו ער גייט און וואו ער שטייט רעדט ער צום אייבערשטן. רבי אברהם זעצט זיך אוועק, ער פארמאכט זיינע אויגן און הויבט אן זאגן: "הייליגער באשעפער איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר רעדן צו דיר, איך וויל נאר זען דיך שטענדיג פאר מיר"; רבי אברהם פארגעסט וואו ער געפינט זיך, ער הויבט אויף זיינע הענט צום הימל מיט אזא בענקעניש, דער תלמיד זעט ווי זיין רבי איז זיך מתבודד, גייט ער אין די זייט און ער איז זיך אויך מתבודד.


דארט אין גארטן שפאצירן אויך גוים, ווען זיי זעען דעם צדיק רבי אברהם ווי ער שמועסט מיטן אייבערשטן מיינען זיי אז דער מענטש איז א משוגע'נער וואס רעדט צו זיך אליין, זיי ווייסן נישט פון די זאך פון רעדן צום אייבערשטן. זיי שטעלן זיך אוועק, זיי לאכן, זיי שפעטן פון צדיק, "האא, האא, האא, אזוי אינטערעסאנט, קוק ווי ער רעדט צו זיך אליינס..."


דער תלמיד זעט ווי מענטשן לאכן און שפעטן פון זיין רבי, ער גייט צו צום צדיק און זאגט: "אוי וויי, מען לאכט פון רבי'ן"; דער צדיק עפנט די אויגן און זעט ווי אלע לאכן, און זאגט: "איך וועל נישט אוועקגעבן מיין עולם הבא פאר א קעסטל ציינער"; ער געבט צו פארשטיין פאר זיין תלמיד: "וואס פאסירט ווען מענטשן לאכן און שפעטן? גארנישט, איין זאך פאסירט, זיי ווייזן מיר זייערע ציינער, וועל איך נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן וועגן אפאר קעסטלעך ציינער"; דער צדיק פארמאכט זיינע אויגן און רעדט ווייטער צום אייבערשטן.


טייערע קינדער, ווען מען הויבט אן זיך פירן ערליך זענען דא אנדערע וואס לאכן און שפעטן, דארף מען געדענקען פון דעם צדיק רבי אברהם, נישט קוקן אויף די וואס לאכן און שפעטן, נישט אוועק גיין פון אייבערשטן וועגן א קעסטל ציינער.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א איד זיצט אין א גארטן מיט די הענט צום הימל און עס שטייען אין די זייט גויים וואס לאכן פון אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#151 - דארף מען רעדן צו קינדער פון קדושה?
קדושה, חינוך הילדים, רעדן, עצתו אמונה, מנוולים, אשר בנחל, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויף דיין טענה אז קינדער ליינען די בריוו און זיי פרעגן שאלות וכו'; שלמה המלך זאגט (משלי כו, ד): "אַל תַּעַן כְּסִיל כְּאִוַּלְתּוֹ", ענטפער נישט דעם נאַר אויף זיינע נארישע פראגעס, "פֶּן תִּשְׁוֶה לּוֹ גַם אָתָּה", טאמער וועסטו אויך ווערן א נאַר; דיר וואלט איך נישט געענטפערט, אבער היות דו מאכסט א טומל, און תמימי לב ווערן נאכגעשלעפט נאך דיר - וועל איך זיי ענטפערן.


עס איז דא א קאטשקע, וואס ווען זי זעט דעם בער ווערט זי דערשראקן, זי שטעקט אריין דעם קאפ אין דער ערד און אזוי ווערט זי בארואיגט, זי זעט מער נישט דעם בער, ביז דער בער קומט און פארציקט איר; אזא פנים האבן די אלע וואס זאגן 'מען זאל נישט רעדן פון קדושה צו קינדער', מען שטעקט אריין די קאפ אין דער ערד ביז עס קומט א מניוול און הרג'עט דאס קינד, השם ישמרינו.


וואס שטייט אין די בריוו? עס שטייט דאך נאר פון די הייליגע אמונה און פון קדושת הברית; וואלט יעדע טאטע געדארפט געבן פאר די קינדער צו ליינען די בריוו, די קינדער זאלן אויסוואקסן מיט אמונה און קדושת הברית, זיי זאלן וויסן ווי זיך צו היטן סיי ביי זיך און סיי פון אנדערע. אז דיין קינד וועט ליינען די בריוו און ער וועט דיך פרעגן: "טאטע, וואס מיינט פגם הברית?" וועסטו האבן א געלעגנהייט אים אויסצולערנען ווי צו זיין אפגעהיטן; וואס בדרך כלל רעדן נישט עלטערן פון קדושה, און אפילו די וואס רעדן שוין יא - מורמלען זיך אונטער אפאר ווערטער וואס קינדער כאפן נישט אויף; זיי ווייסן נישט ווי אזוי זיך צו פירן, עס איז זיי שווער ווי און ווען אנצוהייבן רעדן פון דעם. אז דיין קינד וועט פרעגן: "טאטע, וואס איז פגם הברית?" זאלסטו זאגן: "פגם הברית מיינט מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש, דער אייבערשטער זאגט מען דארף זיין הייליג", און אז דיינע טעכטער וועלן פרעגן: "וואס מיינט קדושת הברית?" זאלסטו זיי אויך זאגן: "מען טאר נישט גיין אין א ווינקל מיט א חבר'טע זיך אנרירן אונטער די קליידער, דער אייבערשטער זאגט מען זאל זיין הייליג"; דו וועסט האבן א גוטע געלעגנהייט צו אויסלערנען דיינע טעכטער אז קיינער קען נישט שפילן מיט זייער גוף וכו'.


דערווייל, וואס טוט מען? 'ניין, ביי אונז רעדט מען נישט פון דעם!' ביי אונז שטעקט מען אריין דעם קאפ אין דער ערד און מען זעט נישט דעם בער; נישטא קיין מניוולים, נישטא קיין פראבלעמען, ביז דער בער - דער מניוול - קומט השם ישמרינו, און קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, און מען וויינט אז די יוגענט פאלט אוועק, מען זוכט עצות, מען זוכט וועם צו באשולדיגן; ווען רוב רובם פון די וואס לאזן אפ אידישקייט און די וואס נעמען זיך דאס לעבן - איז ווייל דאס לעבן איז זיי מער נישט ווערד, ווייל מען האט זיי מטמא געמאכט השם ישמרינו.


דיקא די בריוו, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן - דאס טוט ראטעווען דעם דור; ווייל וויפיל בחורים און אברכים וויינען אז זיי האבן נישט געוואוסט פון קדושת הברית, זיי קומען פון שטיבער וואס מען רעדט נישט פון דעם, אויך אין חדר און אין ישיבה רעדט מען נישט פון דעם, און נאר דורך די ספרים זענען זיי געווארן ערליך און געוויסט ווי זיך צו אכטונג געבן אויף ווייטער.


וויפיל ווייבלעך וויינען אז זיי האבן געטון נישט גוטע מעשים אין שולע, און יעצט איז דאס לעבן ביטער שווער; זיי וויינען 'קיינער האט אונז נישט געלערנט פון וואס זיך צו היטן'.


די בריוו איז נישט פאר דיר, שלמה המלך ווארנט אונז נישט צו האבן צוטון מיט א נאַר, "פָּגוֹשׁ דֹּב שַׁכּוּל בְּאִישׁ וְאַל כְּסִיל בְּאִוַּלְתּוֹ" (משלי יז, יב), ענדערש זאל מען זיך אנטרעפן מיט א פארציקנדע בער ווי זיך טענה'ען מיט א נאַר, אבער די תמימי לב וואס הערן ליצנות זאלן וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער; רעדן צו די קינדער פון קדושת הברית. מען דארף נישט רעדן איבריגע ווערטער, נאר זאגן: "דער אייבערשטער לאזט נישט אנרירן וכו'".


איך האף דו וועסט אפלאזן די ליצנות.





 


 





 

#150 - ווייטער דרוקן די איבריגע חלקים פון אשר בנחל אין אידיש
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל קרן הדפסה קרית ברסלב


איך וויל וויסן אויב מען קען זיך ווייטער רוקן מיטן דרוקן די איבריגע חלקים פון אשר בנחל אין אידיש; נדרי לה' אשלם, איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל דרוקן די אידישע בריוו, איך ווארט שוין איבער צוויי יאר צו דרוקן חלק ג' און עס רוקט זיך נישט ווייטער.


אפשר ווילסטו נאכאמאל פרעגן ... אויב ער וויל ווייטער מגיה זיין די בריוו; ווייל אויב עס וועט זיך ווייטער ציען - וועל איך דארפן נעמען א צווייטן מגיה, איך מוז דאס ענדיגן דרוקן, איך מוז מקיים זיין מיין נדר.


א שאד דו געבסט נישט ארויס די עצתו אמונה פאר קינדער אלע בענדער; הויב אן מיט נישט קאלירטע, ווארט נישט ביז עס וועט ווערן פארטיג די קאלירטע, א שאד; דאס וואלט ווען געווען א גוטע זאך פאר מפיצים, זיי וועלן דאס קענען באקומען פאר ביליג און מענטשן וועלן דאס צוכאפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#149 - א גרויסן דאנק פארן דרוקן די ספר עצתו אמונה חלק ח'
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן אצל ציון רבינו ז"ל


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר העלפן דרוקן די ספרים וואס זענען אזוי מחי' און אזוי מחזק און ווייזט א וועג ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן.


א גרויסן דאנק פארן דרוקן די ספר עצתו אמונה חלק ח'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער האבן די זכי' צו דרוקן און פארפלייצן דעם רבינ'ס ליכטיגקייט אויף די גאנצע וועלט.


כתיבה וחתימה טובה.

#148 - צעשטעכן דעם יצר הרע מיט אונזערע מצוות
הפצה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבא לאומאן, י' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט זוכה צו פארשפרייטן די הייליגע בריוו, די הייליגע ספרים - פאר די וועלט; אזויפיל מענטשן שרייבן מיר אז זייער גאנצע עונג שבת איז די בריוו, א וואך וואס פעלט זיי די בריוו פון עצתו אמונה - פעלט זיי ממש א חלק פונעם שבת, ווייל די בריוו איז זייער יראת שמים, זייער וועג ווייזער, זייער התחזקות, די בריוו האלט זיי ביים לעבן.


בעט דעם מעלער זאל מאכן א בילד פון א מאנסטער (יצר הרע) און ווי ארום אים זענען דא אינגלעך מיט געקרייזלטע פיאות, מיט ד' מינים, און שטעכן אים מיטן שפיץ פון לולב, און דער מאנסטער שרייט ווי עס טוט אים וויי.


שלמה המלך גייט אין גאס און זעט ווי דער יצר הרע קומט אים אנטקעגן און וויינט זייער: "איך ווייס נישט וואס וועט דא זיין, עס קומט יעצט יום טוב סוכות און אלע גייען שאקלן די ד' מינים און מען גייט מיך צעשטעכן..." אזוי זאגט דער יצר הרע פאר שלמה המלך.


קומענדיגע טאג זעט שלמה המלך ווי דער יצר הרע קומט אים אנטקעגן, ער טאנצט און לאכט: "הָא הָא, איך האב געטראפן אן עצה, איך האב געמאכט א לאך אינעם שיף וואס ברענגט די אתרוגים מיט לולבים, און די שיף האט איינגעזינקען, ההההההאא האאאאאא, עס וועט נישט זיין קיין ד' מינים, האא הההא איך האב נישט מורא מער פון די אידן".


נאך סוכות טרעפט שלמה המלך נאכאמאל דעם יצר הרע זייער טרויעריג, זייער צובלוטיגט, ער זאגט: "איך האב געמיינט איך וועל דערטרענקען די שיף מיט די ד' מינים, אבער די אידן האבן געטראפן א פאר סעטס ד' מינים און זיי זענען געשטאנען א גאנץ סוכות מיט אזא שמחה, אלע אידן זענען געשטאנען לאנגע שעות און געווארט צו קענען געבן איין שאקל מיט די ד' מינים, דאס האט מיך אזוי צעשטאכן, דאס האט מיך אזוי צובלוטיגט..."


טייערע קינדער, לאמיר גוט צעשטעכן דעם יצר הרע מיט אונזערע מצוות, לאמיר אים צובליטיגן דורך דעם וואס מיר וועלן שאקלען דעם לולב מיט שמחה, לאמיר טאנצן און זינגען: "אוי ווי גוט צו זיין א איד, אוי ווי גוט צו זיין א איד!"


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענט

#147 - א טעם גן עדן אין די זופ
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, תמימות, תפילה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, טראכט נישט קיין איין רגע פון אפלאזן די הייליגע ארבעט פון מחי' זיין אידישע קינדער; וואלסטו געוואוסט וויפיל ווארטן אויף די בריוו, גאנצע משפחות ווארטן ווען עס קומט שוין ארויס נאך א קונטרס עצתו אמונה, נאך א ספר עצתו אמונה, זייער גאנצע שבת איז אנגעהאנגען אין דעם - וואלסטו געטאנצט פאר שמחה פאר די גרויסע זכות וואס דו האסט.


עס גייט אריבער אויף יעדן איינעם וואס גייט אריבער, און נאר די בריוו איז זיי מחזק.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה.


דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו ווען ער איז געווען אויף דער עלטער איז אים שווער געוען צו עסן, מען האט אים געדארפט זייער שטארק בעטן ער זאל עפעס טועם זיין צו האבן כח ווייטער צו לעבן.


אמאל האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר זיין זון: "עס איז דא א זופ וואס איך האב יארן צוריק געגעסן, א גוטע זופ, א געשמאקע זופ; גיי צו דעם דארף, צו דעם קרעטשמע און בעט פון די פרוי זאל דיר געבן פון די גוטע זופ, 'טייגל יוהך זופ', ווייל נאר די איין זופ קען איך פארנעמען".


דער זון האט זיך זייער געוואונדערט, 'וואו קען זיין דער צדיק זאל געדענקען א זופ וואס ער האט געגעסן שוין לאנג צוריק אין א קרעטשמע, דער צדיק איז העכער פון געדענקען א טעם פון א זופ...' אבער אז דער צדיק זאגט - פאלגט מען; אזוי האט ער געטון, ער איז געגאנגען צו יענעם דארף, מען האט געבעטן די פרוי פון די קרעטשמע אויב זי קען צושטעלן א טייגל יוהך זופ.


נאכן קאכן די זופ האט מען איר געבעטן זי זאל אויסזאגן דער סוד ווי אזוי מען מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז דער סוד פון די גשמאקע זופ".


דעמאלט האט מען פארשטאנען וואס דער הייליגער צדיק האט געזאגט, אז ער דארף פון יענעם זופ, ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן זען וואס פאסירט ווען מען רעדט צום אייבערשטן מיט תמימות; אפילו א פשוט'ע פרוי, אז זי בעט דעם אייבערשטן יעדע זאך - קען זי זוכה זיין צו שפירן א גן עדן לעבן.


טייערע קינדער, מיר גייען שוין פון היינט אן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א פרוי שטייט אין א קאך ביים טאפ, אינעם טאפ איז דא וואסער, נעבן טאפ איז דא א זעקל מעל און די פרוי קוקט ארויף און בעט א תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#146 - וואויל איז דיין חלק אז דו העלפסט דרוקן דעם ספר עצתו אמונה
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיין חלק אז דו האסט געגעבן צדקה צו דרוקן דעם זיבעטן חלק פון ספר עצתו אמונה.


דער ספר איז מחי' און מחזק אזויפיל אידן, עס ברענגט אריין אזויפיל הרהורי תשובה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך הצלחה און דו זאלסט ווייטער האבן די זכי' צו קענען ווייטער דרוקן די ספרים וואס פארשפרייטן אמונה און תשובה אויף די וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#145 - די "ליכט פון אמונה" איז אזוי שיין געשמאק און פינקטליך איבערגעטייטשט
עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב געזען די איבערגעטייטשטע בריוו, די ליכט פון אמונה נומער ניין און צוואנציג (29); עס איז אזוי שיין, אזוי געשמאק איבערגעטייטשט און אזוי פינקטליך.


וואס זאל איך אייך זאגן, אייער זכות איז זייער גרויס, אזויפיל מענטשן זענען זיך אזוי מחי' ומחזק; דאס איז זייער וועג-ווייזער אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט נחת ביי די קינדערלעך און איר זאלט האבן אסאך כח און א ברכה אין אייער צייט, צו קענען טון און טון און קיינמאל נישט מיד ווערן.

#144 - די אלף-בית האט געראטעוועט
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר זייער טייערער ברודער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי ממשיך מיטן ארויסגעבן די הייליגע ספרים וואס זענען אזוי מחי' און מחזק טויזנטער אידן; דיין זכות איז זייער גרויס אויבן אין הימל.


דא האסטו נאך א חלק פון די מעשה פון די נסיעה פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, פאר די קינדער עצתו אמונה.


"ראטעוועט...! ראטעוועט...! דער רבי זאל עפעס טון, מען גייט אונז כמעט הרג'ענען!"


אלע ליגן געבינדן, דער הייליגער בעל שם טוב, דער תלמיד רבי צבי און די צדיקת אדל; א באנדע ים רויבערס האבן באפאלן די שיף פונעם בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די רויבערס זענען נישט פשוט'ע רויבערס וואס זוכן געלט, זיי זענען פון די באקאנטע שרעקעדיגע גרופע מענטשן פרעסערס, זיי הרג'ענען מענטשן און עסן אויף די מענטשן; זיי זענען שרעקליכע רוצחים.


דער תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו וויינט, ער זאגט: "רבי טוט עפעס, רבי מאכט א נס". דער בעל שם טוב בלייבט שטיל, ער זאגט שטילערהייט: "איך האב אלעס פארגעסן, איך דענק גארנישט", אדל צואוויינט זיך, זי זאגט: "טאטע, ראטעווע אונז, די רויבערס גייען אונז שחט'ן און אונז אויפעסן", דער בעל שם טוב זאגט: "איך דענק גארנישט"; דער הייליגער בעל שם טוב ליגט געבינדן אויף דער ערד, ער זאגט גארנישט, ער קוקט ארויף צום הימל, ער גלייבט אינעם אייבערשטן, דער בעל שם טוב זאגט: "אפשר דענקסטו עפעס?" "איך געדענק נאר די א' ב'" - ענטפערט דער תלמיד, זאגט אים דער הייליגער בעל שם טוב: "אויב אזוי, הויב אן זאגן אן אות נאך אן אות, אין א רייע פון די א' ב', און איך וועל דיר נאכזאגן".


"א... ב... ג... ד..." דער תלמיד שרייט די אותיות און דער בעל שם טב זאגט נאך אות ביי אות... "ח... ט... י..."; ווען מען האט געענדיגט די אותיות האט דער בעל שם זיך אלעס דערמאנט און אנגעהויבן זייער שטארק בעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, מען האט פלוצלונג געהערט ווי שיפן פייפן; די רויבערס האבן זיך דערשראקן און זענען אנטלאפן, און דער הייליגער בעל שם טוב האט זיך געראטעוועט.


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן, און אויב מען ווייסט נישט ווי אזוי צו בעטן - קען מען בעטן אויף די א' ב'; צום ביישפיל: "הייליגער באשעפער איך וויל האבן א'מונה אין דיר, ב'טחון אין דיר, ג'לייבן אין דיר, ד'אווענען צו דיר, ה'אפן צו דיר" - און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#143 - וואלסטו געוואוסט ווי שעדליך צייטונגען איז, וואלסטו זיי נישט אנגערירט
שבת קודש, עצתו אמונה, מאגאזינען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, בארא פארק


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך שטרענג זיך זייער אן מידי שבוע בשבוע צו שרייבן אסאך בריוו, עס זאל זיין א קונטרס "עצתו אמונה" צו ליינען פאר אנשי שלומינו; נאר פאר דעם אליין, מען זאל נישט ליינען צייטונגען און מאגאזינען, און געלויבט דעם אייבערשטן אז צענדליגער משפחות, מענער און פרויען זאגן - אז זיי ליינען מער נישט קיין צייטונגען און נעמען מער נישט אריין אין שטוב מאגאזינען זייט זיי ליינען די הייליגע קונטרסים פון עצתו אמונה.


פאריגע וואך איז מיר נישט אויסגעקומען גענוג צייט צו ענדיגן א קונטרס, און יעצט זאגסטו מיר אז פאריגע וואך האסטו צוריק אנגעהויבן ליינען די עקלדיגע צייטונג ..., דאס האט מיר זייער וויי געטון.


איך טראכט, דו ווייסט נישט ווי שעדליך די זאכן זענען; וואלסטו געוויסט ווי שעדליך ליינען צייטונגען איז פאר'ן עקזיסטענץ פונעם מענטש און פאר די מח מחשבה - וואלסטו דאס נישט אנגערירט.


שבת איז א צייט פון תשובה, פון ווערן נאנט צום אייבערשטן, שבת זאלסטו לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, שבת זאלסטו זיך מתבודד זיין; בפרט יעצט ווען דו שטייסט פאר דיין חתונה, גייסט אויפבויען א אידישע שטוב - זאלסטו זיך אנגרייטן מיט תהילים, מיט זוהר הקדוש; שבת קודש זאלסטו לערנען דעם הייליגן זוהר, נישט די פאנטאזיעס פון די געמיינע שרייבערס.


 

#142 - איך קען נישט ארייננעמען בחורים אן רשות פון די עלטערן
עצתו אמונה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין געווען זייער פארנומען פאריגע וואך, איך בין נישט אנגעקומען צו ענדיגן שרייבן א קונטרס עצתו אמונה; איך האף אם ירצה ה' זיך צו אנשטרענגען עס זאל זיין יעדע וואך א קונטרס.


בענין הבחור ... נרו יאיר; איך פריי זיך צו הערן אז זיינע עלטערן זענען מסכים ער זאל זיין אין ישיבה. ווייל פאר מיר האבן זיי געשריבן א שארפע בריוו, דעריבער האב איך אים געזאגט ער זאל נישט קומען דא. (נישט אז איך האב מורא, נאר בפקידות מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט מיר געזאגט נישט צו נעמען בחורים וואס די עלטערן ווילן נישט די קינדער זאלן לערנען אין ישיבה), אבער אז דו שרייבסט מיר אז זיי זענען מסכים - וועל איך אים צוריק נעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#141 - נעם נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען
תפילה והתבודדות, שבת קודש, בריוו, עצתו אמונה, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז כדאי זאלסט צאמנעמען אלע בריוו וואס איך האב דיר געשריבן במשך אלע יארן פון ווען מיר קענען זיך און גיי דאס איבער. אין די בריוו איז דא אסאך עצות, חיזוק און שכל פארן לעבן, סיי פארן טאג טעגליכן לעבן און סיי אויף שפעטער.


נעם נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען, און אז מען דארף אמאל קוקן - איז זיכער נישט שבת קודש, די הייליגע טאג; שבת איז א צייט צו לערנען און דאווענען און זיך מחזק זיין ביראת שמים. קענסט איבערקוקן די בריוו שבת, זיך מחזק זיין ביראת שמים.


עצתו אמונה איז גוט צו לערנען, בפרט שבת. די בריוו איז זייער מחזק ליראת שמים, און עס ברענגט דעם מענטש צוריק צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, הויב אן דיין טאג מיט תפילה והתבודדות. גיי הינטער דיין שטוב, צווישן די גראז, בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מידות און די שלעכטע תאוות, ביז דו וועסט זוכה זיין זיי צו מבטל זיין.

#140 - איך וועל דינען דעם אייבערשטן אן קיין גן עדן
אמונה, הפצה, זיכוי הרבים, עבודת השם, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מזכה את הרבים, און קוק נישט אויף אלע חלישות הדעת און אלע בלבולים וואס גייט אריבער אויף דיר. אויף מיר גייט אויך אריבער וכו' וכו'; ווער עס טוט גוטע זאכן, בפרט ווער עס איז עוסק בתיקון העולם - גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, וואויל איז דעם וואס בלייבט שטארק און שטעלט זיך נישט אפ פאר קיינעם.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פונעם בעל שם טוב, וואס האט אויסגעשריגן - ווען מען האט אים מגלה געווען פון הימל אז ער האט פארלוירן זיין עולם הבא: "וועל איך דינען דעם אייבערשטן אן קיין גן עדן!" דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מח): "יִהְיֶה מְרֻצֶּה לַעֲשׂוֹת מַה שֶּׁיּוּכַל בַּעֲבוֹדַת ה' בְּלֹא עוֹלָם הַבָּא", נאר אז מען איז גרייט אויף דעם, צו דינען דעם אייבערשן אן קיין שום שכר - נאר אזוי קען מען בלייבן שטארק ווען עס קומען שווערע בלבולים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א שיינע טיש, אויבן אן זיצט דער בעל שם טוב און פון דער זייט אדל, אדל זאל ער מאלן מיט א שיינע געבינדענע טיכל און מיט א שיינע פערל קייטל. פון דער זייט א פאר-פאלק, און די הענט פון בעל שם טוב אין די הייעך, אז די קינדער זאלן זיך גוט פארקוקן אינעם בילד ווען די עלטערן דערציילן זיי די מעשה:


אָדְל דִי צַדֵיקֶת גְרֵייט אָן דֶעם שֵׁיינֶעם סֵדֶר נַאכְט פַאר אִיר טַאטֶע דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, זִי דַאנְקְט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן פַאר דִי גְרוֹיסֶע נֵס וָואס הָאט פַּאסִירְט, וִוי פוּן הִימְל זֶענֶען אָנְגֶעקוּמֶען דִי פָּאר-פָאלְק פוּן דֵייטְשְׁלַאנְד מִיט אַלֶע עֶסְן פַאר יוֹם טוֹב פֶּסַח.


דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אִיז אִין שׁוּל, עֶר טְרַאכְט נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר זָארְגְט גָארְנִישְׁט פוּן וואוּ עֶר וֶועט הָאבְּן מַצּוֹת אוּן עֶסְן פַארְן סֵדֶר נַאכְט, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט אִים הֶעלְפְן. דֶער צַדִיק גֵייט אִין מִקְוֶה זִיךְ טוֹבֵל'עֶן לְכָבוֹד יוֹם טוֹב, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ אַוֶועק דַאוֶוענֶען פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע בֶּענְקֶענִישׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן זִינְגְט עֶר הַלֵּל.


דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב קוּמְט אָן צוּם הֶקְדֵּשׁ, דִי שְׁטוּבּ וואוּ עֶר הַאלְט זִיךְ אוֹיף אִין אִיסְטַאנְבּוּל. מֶען הוֹיבְּט אָן דֶעם סֵדֶר, אָדְל מִיט רֶבִּי צְבִי זִיצְן בַּיים סֵדֶר אִינְאֵיינֶעם מִיטְן בַּעַל שֵׁם טוֹב, אוֹיךְ הָאט אָדְל אַיינְגֶעלַיידְנְט דִי פָּארְ-פָאלְק זָאלְן זַיין בַּיים סֵדֶר.


בַּיי שֻׁלְחָן עוֹרֵךְ שְׁמֵייכְלְט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב צוּ זַיין טָאכְטֶער אוּן פְרֶעגְט: "טָאכְטֶער לֶעבְּן, וֶוער הָאט גֶעבְּרֶענְגְט דִי מַצּוֹת, וַויין, מִיט אַלֶע גוּטֶע עֶסְן?" אָדְל זָאגְט: "טַאטֶע, דִי פָּאר-פָאלְק, זֵיי הָאבְּן גֶעבְּרֶענְגְט אוּן צוּגֶעשְׁטֶעלְט דֶעם גַאנְצֶע סֵדֶר, זֵיי וִוילְן דוּ זָאלְסְט זֵיי בֶּענְטְשְׁן מִיט אַ קִינְד. שׁוֹין לַאנְגֶע יָארְן וָואס זֵיי הָאבְּן נִישְׁט קַיין קִינְדֶער", זָאגְט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב: "אִיךְ זָאג צוּ מִיט אַ שְׁטַארְקֶע צוּזָאג, בִּיז אַ יָאר וֶועט אִיר גֶעהָאלְפְן וֶוערְן מִיט אַ קִינְד".


עֶפֶּעס אִיז גֶעשֶׁען מִיטְן הֵיילִיגְן בַּעַל שֵׁם טוֹב, עֶפֶּעס שְׁלֶעכְט; דֶער הֵיילִיגֶער צַדִיק אִיז פְּלוּצְלוּנְג גֶעוָוארְן וֵוייס וִוי קַאלֶעךְ, עֶר זֶעט אוֹיס זֵייעֶר דֶערְשְׁרָאקְן. מֶען הָאט אִים יֶעצְט מוֹדִיעַ גֶעוֶוען פוּן הִימְל אַז עֶר הָאט פַארְלוֹירְן זַיין גַאנְצֶע עוֹלָם הַבָּא, זַיין גַאנְצֶע גַן עֵדֶן. וַוייל עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ גְזֵירָה אַז דִי פָּאר-פָאלְק וֶועט קַיין קִינְדֶער נִישְׁט הָאבְּן, אוּן אַז דֶער צַדִיק הָאט צוּגֶעזָאגְט פַאר דִי פָּארְפָאלְק אַ קִינְד - וֶועט מֶען מוּזְן גֶעבְּן אַ קִינְד, וַוייל אַ צַדִיק קֶען מְבַטֵּל זַיין דִי גְזֵירוֹת; דָאס אִיז דִי סִיבָּה פַארְוָואס דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב אִיז אַזוֹי בְּלַאס, מֶען הָאט אִים צוּגֶענוּמֶען זַיין גַן עֵדֶן.


"וֶועל אִיךְ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אָן קַיין גַן עֵדֶן!" שְׁרֵייט אוֹיס דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב, "אִיךְ בְּלַייבּ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן גֶעטְרֵיי, אִיךְ וֶועל וַוייטֶער לֶערְנֶען אוּן דַאוֶוענֶען אָן קַיין אָפְּשְׁטֶעל".


טֵייעֶרֶע קִינְדֶערְלֶעךְ, מִיר לֶערְנֶען זִיךְ פוּן דִי מַעֲשֶׂה וִוי אַזוֹי מֶען דַארְף זַיין גֶעטְרֵיי דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אַז אֲפִילוּ מֶען הֶערְט אַ בַּת קוֹל פוּן הִימְל אַז מֶען וֶועט נִישְׁט זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גַן עֵדֶן - זָאל מֶען וַוייטֶער בְּלַייבְּן גֶעטְרֵיי דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן אִים וַוייטֶער דִינֶען.


אַלֶע קִינְדֶער, לָאמִיר זִינְגֶען אִינְאֵיינֶעם: "אִיךְ דַארְף נִישְׁט קֵיינֶעם נָאר דִיר בַּאשֶׁעפֶער אַלֵיינְס, נִישְׁט דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט יֶענֶע וֶועלְט, נָאר דִיר בַּאשֶׁעפֶער אַלֵיינְס".


 דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.