בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאנק דעם אייבערשטן אויף די ניסים ונפלאות פון די גאנצע יאר
תודה והודאה, ראש השנה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


נאך אזא יאר וואס איז אריבער אויף דיר, אזויפיל נסים ונפלאות וואס דו האסט געהאט; ביסט אפאר מאל געווען אין שפיטאל, געלעגן אויפ'ן טיש וואו מען האט דיר אפערירט, און יעצט ביסטו געזונט און שטארק.


יעצט ווען מיר שטייען נאכאמאל פאר ראש השנה ווען מען גייט אפשרייבן א נייע בלעטל, מי יחיה, מי בקיצו; וואונטש איך דיר א געזונטע יאר ברמ"ח איברים ושס"ה גידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפציען דיינע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט דיין אשת חיל און האבן א זיס ליכטיג יאר.


איך וואונדער זיך אויב דו גייסט נאך אן מיט דיינע לימודים אזוי ווי אמאל; דו פלעגסט מיר אלעמאל דערציילן דיינע סיומים מיט א שמייכל און א חיות, אבער עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך הער נישט פון דיינע סיומים. בכלל פלעגן מיר האבן אמאל מער שייכות, איך וואונדער זיך צי דו האסט געהאט חלישות הדעת פון מיר וכדומה, אדער פשוט איז אלעס גוט נאר איך פון מיין זייט בין איך מער פארנומען.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.