בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט א ווייב דארף מען גיין ווייך און מיט גוטנס
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו און אויך דיין ווייב'ס בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו פארשטייסט נישט וואס איך האב גערעדט מיט דיר; איך האב דיר שוין געשריבן כמה פעמים אז מען קען נישט אומגיין מיט א ווייב אויף א שטרענגע וועג, מען דארף גיין מיט א ווייכע וועג.


דער רבי זאגט: "מיט גוטנ'ס פועל'ט מען בעסער ווי מען שלעכטנ'ס"; נאך האט דער רבי געזאגט: "אויב מען זעט מען האט יא געפועל'ט מיט שלעכטן, זאל מען וויסן אז מען וואלט דאס געקענט פועל'ן אסאך גרינגער און שנעלער מיט גוטן".


דו געב איר נאר ליבשאפט און רעד צו איר שיינע ווערטער; קלאפ איר נישט אראפ, מען האט איר שוין גענוג געקלאפט השם ישמרינו. זי קומט פון א שטוב וואו מען האט איר נאר געקלאפט און געקלאפט; א וואונדער אז זי וויל נישט קיין חסידי'שע לעבן?! זי האט באקומען א פאלשע בליק אויף ערליכע אידן, זי מיינט אז ערליכע אידן האבן נישט קיין לעבן, זי האט געכאפט איר גאנץ לעבן פעטש און פסקים, יעדע זאך איז נאר געווען: 'דאס טאר מען נישט', 'יענץ טאר מען נישט'.


אז דו ווילסט פועל'ן ביי איר זי זאל נישט רעדן מיט דיינע געשוויסטער און מיט נישט ערליכע פרענדס השם ישמרינו דארף דאס גיין מיט חכמה; דו דארפסט איר געבן אסאך ליבשאפט און איר ווייזן וואס אן ערליכע לעבן איז. אנשטאט באצווינגען, מאך אז זי זאל אליינס נישט וועלן; אז דו וועסט איר אויפבויען, דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער וועט זי פון זיך אליין אפלאזן די נישט ערליכע פרענדס.


אזעלכע מעשיות הער איך ליידער זייער אסאך, סיי פון אינגעלייט און סיי פון ווייבלעך ווי זיי קוקן אן דעם 'ערליכן לעבן' ווי א שלעכטע זאך; זיי ווילן נאר אנטלויפן פון דעם, ווייל מען האט זיי געטשעפעט און פארשעמט אין זייערע יונגע יארן. דו ווייסט זייער גוט וואס איך מיין, ווייל דו אליינס נאך די חתונה האסטו אויך געצויגן אהין וכו', ביז דו האסט זיך געגעבן א כאפ פאר עס איז צו שפעט, יעצט ווילסטו פלוצלינג אז דיין ווייב זאל זיך געבן א דריי צוזאמען מיט דיר, עס גייט נישט אזוי ווי מען וויל, זי וועט זיך באלד צוריק דרייען.


איך בעט דיר, הער צו וואס איך זאג דיר, אנשטאט דו זאלסט זאגן פאר דיין ווייב: "רעד נישט וכו'"; "טו נישט וכו'", זאלסטו נאר רעדן פאזעטיוו און זי וועט פון זיך אליינס אפלאזן די שלעכטע חברט'עס.


ווען איר זענט געווען ביי מיר האט זי מיר געזאגט: "איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך; נאר עס איז מיר זייער שווער ווען מען דרוקט מיר: 'טו דאס', 'טו יענץ'".


איך האף אז דו וועסט טון וואס איך זאג דיר, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


איך שיק דיר אויך א בריוו פאר דיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.