בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן פאר די סקול
צניעות, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר גייט אונז העלפן אינעם מיידל סקול "בית פיגא" דעם קומענדיגן יאר תשע"ט לפרט קטן; איר גייט צושטעלן פאר די טיטשערס וואס און וויפיל צו לערנען יעדע וואך, אז די קינדער זאלן קענען שרייבן, שפראך און רעכענען אזוי ווי עס דארף צו זיין - די מנהלת מרת ... תחי' זאגט אז איר זענט געאייגנט אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע טעכטער אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידישע מאמעס.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס דער רבי באצאלט פאר ווער עס העלפט אים; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דער קלענסטער פון מיינע מענטשן קען איך צוברענגען צו די מדריגה פון גרויסע צדיקים, "וִיקַנֵּא מְאֹד אֶת הַמְקֹרָבִים אֵלָיו", און אלע וועלן מקנא זיין מיינע מקורבים, "מִכָּל שֶׁכֵּן אֶת מִי שֶׁזּוֹכֶה לְהוֹשִׁיט לוֹ וְכוּ'", בפרט די וואס העלפן מיר אפילו נאר מיט ברענגען פייער וכו' (עיין בהשמטות); זעט מען פון דעם וואס דער רבי צאלט צוריק פאר די וואס העלפן אים.


איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן פאר אלע מיינע תלמידים זיי זאלן מצליח זיין, ובפרט די וואס העלפן מיר אויפשטעלן די מוסדות פאר אונזערע קינדער אז זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ריינע אמונה אינעם אייבערשטן און מיט א ליבשאפט צו אידישקייט - פאר די אלע בעט איך זייער אסאך אז זיי זאלן האבן הצלחה און אלעס וואס זיי דארפן.


געבט א קוק די מיידלעך וואס לערנען ביי אונז אין סקול; ביי זיי איז צניעות א שטאלץ און א שיינקייט. זיי ווילן דאס ווייל זיי ווילן טון וואס דער אייבערשטער הייסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.