בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5680 - אכטונג געבן אז די מיידלעך זאלן נישט פארשעמען דאס קינד
קינדער, סכנה, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער טאכטער קומט אהיים זאגן אז מען טשעפעט איר, מען רופט איר 'עקלדיגע מיידל', מען זאגט איר זי האט א שלעכטע גערוך, זאלט איר רעדן צו די לערערינס זיי זאלן אכטונג געבן אז די מיידלעך זאלן איר נישט פארשעמען, אויך זאלט איר אכטונג געבן זי זאל זיך באדן און האבן א גוטע גערוך, און גיין אנגעטון שיין צאמגענומען.


בנוגע וכו'; אז דער שכן קומט מיטן האק און ברעכט אויף די טיר – זאלט איר גלייך רופן די פאליציי, ווארטס נישט קיין מינוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5679 - א לענגערע, אבער בעסערע, וועג צו מאכן קינדער פאלגן
קינדער, לערערין, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו מאכן קינדער פאלגן, איינס איז א גרינגע און שנעלע וועג, דורך באשטראפן און ארויסשיקן פון כיתה, אדער פארשפארן אין א ליידיגע צימער וכו', די צווייטע וועג איז א וועג וואס נעמט אביסל לענגער, דורך אויפהייבן און אויסלויבן, שמייכלען און געבן ווארעמקייט וכו'.


וואויל איז א לערערין וואס געבט גוטע ווערטער פאר יעדן קינד און ספעציעל די קינדער וואס פאלגן נישט גלייך, ווייל די קינדער וואס הערן נישט ווען מען זאגט זיי דאס ערשטע מאל - די קינדער דארפן מער גוטע ווערטער, זיי דארפן אזוי וויכטיג א שמייכל, זיי ווארטן אויף ווארעמקייט און הארץ פון די לערערין.


זיין א לערערין איז א חכמה, עס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, עס איז נישט אן ארבעט וואס יעדע ווייבל, יעדע מיידל וואס זוכט א פרנסה - מעג דאס טון; מען דארף צולייגן הארץ, ווארעמקייט, שמייכל און חכמה - ווי אזוי אויפצוהייבן און אויפצולעבן די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5678 - געב זיך אכטונג פון פארדארבענע מדריכים
שלום בית, עבירות, חמרות ופרישות, תאוות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער האט דיר פארדרייט דיין קאפ אז לעבן מיט א ווייב איז תאוות? ווער האט דיר איינגערעדט די זאכן?! לעבן מיט די ווייב איז נישט קיין תאוות; אז מען היט די הלכות, און מען לעבט מיט די ווייב מיט שלום און מיט ליבשאפט - איז מען נישט קיין בעל תאוה.


געב זיך אכטונג פון די פארדארבענע מלמדים וואס לערנען מיט חתנים קעגן די תורה, זיי לערנען חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אין ביטערע עבירות. אזוי ווי דו אליינס דערציילסט, אז דו ביסט נעבעך אזוי געפאלן אז דו גייסט מיט גוי'טעס רחמנא לצלן רחמנא לישזבן, וואלסטו געלעבט ווי די תורה לערנט - וואלסטו געהאט א שמירה.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, משיח וועט הענגען אלע מדריכים ומדריכות וואס לערנען פאר חתנים און כלות - חומרות ופרישות, מוהרא"ש האט יעדן איינעם מחזק געווען, מוהרא"ש האט נישט געהאנגען קיין מענטשן, אבער ווען מען רעדט פון פארפירערס וואס פירן אראפ כלל ישראל; זיי זענען עתיד ליתן את הדין.


מאך זיך נישט נאריש מיט די זאכן, לעב אזוי ווי די תורה זאגט, לעב אזוי ווי דער אייבערשטער זאגט צו לעבן, מאך נישט קיין חכמות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות - זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דיפרעסט, זיי לעבן שטענדיג אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5677 - דאווענען מיט מנין ברענגט השגחה
דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך אזוי שטארק צו הערן פון דיר, איך האף דו שטארקסט זיך אין עבודת השם, דו דאווענסט מיט מנין די דריי תפילות; אז מען איז שטארק מיט די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב, צו דאווענען מיט מנין - זעט מען גרויסע ניסים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול - פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול; מיט דעם וואס א מענטש איז מקפיד צו דאווענען מיט מנין דיקא, און ווען ער קען נישט קומען אין שול, עס גייט אריבער אויף אים וכו' - פרעגט דער אייבערשטער אויף אים פארוואס ער איז נישט געקומען, און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם; זעט מען אז דאווענען מיט מנין ברענגט השגחה, דער אייבערשטער קערט זיך צום מענטש און טוט זיין ווילן.


שרייב מיר כאטשיג איין מאל א וואך, איך וויל בלייבן מיט דיר מקושר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5676 - מיר פארשטייען נישט און מיר קענען נישט פארשטיין
קינדער, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט אמונה, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, עס איז זיכער נאר לטובה; מיר ווייסן נישט, מיר פארשטייען נישט און מיר קענען נישט פארשטיין פארוואס און פארווען, אבער מיר ווייסן אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר דיינע ליכטיגע קינדער, און שטארק דיין ווייב, זי איז אסאך מער צעבראכן וכו', פאר דיר איז דאס אויך זייער ווייטאגליך אבער פאר איר איז דאס נאך מער ווייטאגליך; זארגט נישט, איר וועט נאך האבן קינדער.


דורך דאנקען וועלן ענק זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5675 - ביידע, סיי די חתונה און סיי די ברית, האבן געקאסט די זעלבע
מלמדים, מוסדות, שמחות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת וועל איך זיין אין וויליאמסבורג און אם ירצה ה' די קומענדיגע וואך - שבת פרשת משפטים - פאר איך אוועק פאר שבת מיט צען אינגעלייט וואס העלפן מיר צו קענען צאלן די מלמדים. מיר איז נישט גרינג אוועק צו פארן פון שטוב, מיר איז די געשמאקסטע זאך צו זיין שבת אין שטוב מיט מיין משפחה, אבער איך דארף דאס טון צו קענען דעקן די מלמדים און איינגעשטעלטע צו צאלן אין צייט.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט לערנען דעם בלאט גמרא, היינט איז די דף בבא קמא דף צ. מיר גייען שוין ענדיגן די מסכתא, איך וויל אם ירצה ה' מאכן א שיינע סיום פאר די גאנצע קהילה ליל שישי פרשת כי תשא, א סיום מסכת בבא קמא, און בעיקר מחזק זיין צו אנהייבן מסכת בבא מציעא; ווייל איך זע ווי אינגעלייט פלאגן זיך אזוי פאר פרנסה, וויפיל מען דרייט, מען פרובירט צו מאכן אפאר דאלער - פארלירט מען און מען זינקט אין חובות, איך הער פון גרויסע ביזנעסלייט אז זייער גאנצע ביזנעס איז א גרויסע באלאן, אלעס איז חובות מיט שרעקליכע ריבית, איז דאך ממש א שאד מען זאל נישט לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא; דאס איז יא, דאס בלייבט, דאס געבט פרנסה, גמרא געבט שלוות הנפש.


נעכטן איז געווען א חתונה אין ישיבה, אויך א ברית; ביידע, סיי די חתונה און סיי די ברית - האבן געקאסט די זעלבע, די ברית און די חתונה זענען ביידע געווען פול מיט טעם. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען חתונה מאכן אונזערע קינדער אן קיין חובות נאר מיט שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5674 - אפילו ווען ס'איז ענג, איז דער אייבערשטער מיט דיר
תפילות אויף אידיש, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ווייס דו גייסט יעצט אריבער א שווערע צייט, עס איז דיר אזוי ענג, אזוי שווער וכו' וכו' - זאלסטו געדענקען אז דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, ער ווארט נאר אויף די איין זאך, דו זאלסט עפענען דיין מויל און זאגן: "טאטע העלף מיר, טאטע ראטעווע מיך".


בלייב שטארק מיט די אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5673 - חזר'ט זיך אמונה, און הערט נישט נייעס, וועט איר קענען לעבן
אמונה, נייעס, ארץ ישראל, מלחמה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר גייט אין גאס און איר זעט די סטיקערס וואס די ציונים קלעבן: "לא עוצרים עד שמנצחים" - זאלט איר דאס נעמען א רמז פאר זיך, טראכטס 'איך וועל זיך נישט אפשטעלן מיט מיין עבודות השם ביז איך וועל זיגן, איך וועל ארבעטן אויף אמונה און שמחה אפילו עס איז מיר ביטער שווער, איך בין אזוי דערשראקן פון די מלחמות - דאך וועל איך ווייטער בעטן דעם אייבערשטן ביז איך וועל זיגן'.


אזוי אויך די אנדערע סטיקערס וואס זיי קלעבן אן אויף אלע גאסן ווי: "ביחד ננצח", אינאיינעם וועלן מיר באזיגן; די סטיקערס דארפן נישט דערשרעקן, די סטיקערס דארפן אייך דערמאנען פאר אייער עבודות השם, אז מיט שלום איז מען מצליח; מיט שלום בית, מיט שלום המשפחה, און מיט שלום מיט אלע חבר'טעס.


חזר'ט זיך אמונה, וועט איר קענען לעבן, און הערט זיך נישט צו צו די נייעס, די נייעס ווארפט נאר פחדים. אבער דער עיקר זאלט איר זיך חזר'ן אמונה, זונגט ניגוני אמונה און רעדט דיבורי אמונה: "קיינער קען גארנישט טון, דער אייבערשטער היט, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר"; דיבורי אמונה בארואיגט, דיבורי אמונה געבט כח.


מיינט נישט אז אין אמעריקע איז רואיגער, איבעראל דארף מען צוקומען צום אייבערשטן, איז וואויל דעם מענטש וואס לעבט מיט אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5672 - רעד רואיג, רעד מיט א שמייכל, רעד פאזעטיוו
חינוך הילדים, אידישע שטוב, כעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע אז ביי דיר אין שטוב זאל זיין א פרייליכע לופט, עס איז נישט געזונט פאר די קינדער ווען די לופט איז אנגעצויגן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות כעס, סימן כד): "עַל יְדֵי כַּעַס מוֹלִיד בָּנִים שׁוֹטִים", דורך כעס האט מען קינדער שוטים; קינדער וואקסן אויף נישט געזונט גייסטיש ווען די עלטערן זענען אנגעצויגן.


בכן בעט איך דיר, שוין גענוג געשריגן, שוין גענוג זיך גערעגט; יעצט זאלסטו אנהויבן א נייעם וועג, רעד רואיג, רעד מיט א שמייכל, רעד פאזעטיוו.


שבת איז געווען הערליך שיין, אויך מוצאי שבת, די הכנסת ספר תורה מיט די יארצייט סעודה - איז געווען זייער שיין. מיר האבן זיך אלע אויפגעפרישט מיט די עצות וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5671 - זיי א העלד, בעט זיך איבער מיט דיין ווייב
שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט לעבן מיט דיין ווייב בשלום און מיט ליבשאפט. האסט א וואוילע ווייב, רעד צו איר שיין מיט דרך ארץ, אזוי ווי א ברסלב'ער חסיד רעדט; אפילו זי האט דיך בא'עוולה'ט - זאלסט נאכאלץ שיין רעדן צו איר.


טו מיר די טובה, מאך מיר די טובה; ווי נישט האסטו באקומען פון מיר עפעס גוטס, איך האב זיך אפגעגעבן מיט דיר אין ישיבה און שפעטער, איך האב דיך ליב, איך בעט נאר די איין זאך, זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב און איר מכבד זיין; ווייל איך ווער קראנק צו הערן אז מען קריגט זיך, עס קאסט מיר א שטיק געזונט. איך זאג דיר דעם אמת, יעדעס מאל איך באקום א טעלעפאן רוף פון א פארפאלק אז מען קריגט זיך – ווער איך שוואך.


זיי א העלד, בעט זיך איבער און האלט נישט קיין רוגזא, מיש אריבער דעם בלעטל און הויב אן א פרישע בלאט אין לעבן.


הלוואי וועסטו אננעמען מיינע ווערטער פון הארץ און לעבן בשלום און מיט ליבשאפט.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך זייער

#5670 - זייער וויכטיג פאר אלע עלטערן צו גיין צום אסיפת הורים
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, שובבי"ם, ה' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים, אנשי שלומינו שיחיו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי


היינט נאכט איז דא אן אסיפת הורים פאר אלע עלטערן וואס שיקן די קינדער אין חדר, עס איז זייער וויכטיג צו האבן א שייכות מיט די מלמדים פון די קינדער, און נאך מער וויכטיג איז - האבן א שייכות מיטן מנהל.


ובכן וויל איך בעטן אלע עלטערן וואס שיקן ביי אונז אין חדר זאלן קומען צו די אסיפה, אלע זאלן קומען צייטליך, זיך טרעפן מיטן מלמד און אויך מיטן מנהל. זאג אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ; אז דו טראכסט מיר מאכן נישט עפעס אדער דו זעסט עפעס וואס שמעקט נישט גוט - זאלסטו אלעס אויסשמועסן, מיר ווילן וויסן יעדע זאך וואס שטערט, מיר זענען דא צו ארבעטן אינאיינעם פאר די הצלחה פון די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5669 - געב פאר יעדן בחור גוטע ווערטער
קאמפלימענטס, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל ישיבה היכל הקודש קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און שטארק די טייערע תלמידים; לייג אריין אין זיי א ברען און א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה.


געדענק וואס איך האב דיר געבעטן פאר צוואנציג יאר צוריק ווען איך האב דיך גענומען זאלסט מיר העלפן אין די ישיבה ... מיט די בחורים, האסט מיך געפרעגט וואס איז דיין פליכט, האב איך דיר געזאגט: "איין זאך דארף איך פון דיר, זאלסט געבן יעדן בחור גוטע ווערטער, סיי פריוואט און באזונדער ברבים, און במשך די וואך זאלסטו כאפן א שמועס מיט יעדן בחור".


די בקשה בעט איך יעצט פון פריש, איך דארף נישט קיין מנהל צו געבן פסקים, איך דארף דיך פאר חיזוק; יעדער בחור זאל באקומען גוטע ווערטער און א ווארעמע שמייכל.


איך דארף מקצר זיין.

#5668 - יעצט נאך די חתונה זאלסטו אויסנוצן די צייט פאר תורה ותפלה
עבודת השם, חתונה

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר


איך הער זייער שיינע גריסן אויף דיר פון דיין עבודת השם, פון דיין לערנען און פון דיין דאווענען; איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, זה חלקי מכל עמלי.


יעצט נאך די חתונה קענסטו ווערן א גרויסער צדיק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עב:): "הַלוֹמֵד תּוֹרָה בְּטָהֳרָה", ווי אזוי קען מען לערנען תורה מיט ריינע מחשבות? "נוֹשֵׂא אִשָּׁה, וְאַחַר כָּךְ לוֹמֵד תּוֹרָה", אז מען האט חתונה; יעצט נאך די חתונה זאלסטו אויסנוצן די צייט פאר תורה ותפלה, און פאר התבודדות – וועסטו זוכה זיין צו גרויסע מדריגות.


איך בענק זיך זייער צו דיר, און די גוטע גריסן אויף דיר – דאס בארואיגט מיך.


דיין טאטע דיין ראש ישיבה.

#5667 - אז מען הערט נישט אויף די עבירות, קען קומען ביטערע מחלות
תשובה, עבירות, עונשים

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


...


איך האב געהערט די מעסעדזש, עס איז מיר שלעכט געווארן, איך האב געמיינט איך פאל חלשות... ווי קען זיין אזא זאך, א ווייבל זאל גיין אונטערן מאנ'ס רוקן רעדן מיט א פרעמדער מאן... הענט און פוס ציטערן מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון.


זאג פאר די ווייבל, אדער טוט זי תשובה, זי לאזט אפ די עקלדיגע גרויליגע זאך פון רעדן מיט א פרעמדער מאן אונטערן מאנ'ס רוקן – וועט דער אייבערשטער איר מוחל זיין, און אז נישט – קען אנקומען א ביטערע מחלה וואס מען ענדיגט דאס לעבן אין שפיטאל; ווייל אויף אלעס איז דער אייבערשטער מאריך אף, ער ווארט, אויסער אויף זנות (בראשית רבה כו, ה).


איך האב געהערט די מעסעדזש איידער איך האב געטאנצן מצוה טאנץ ביי א חתונה אין ישיבה, איך האב נישט געהאט כח צו טאנצן פון הערן אזא מעשה.


איך דארף מקצר זיין, איך האב נישט קיין כח.





 


 





 

#5666 - יישר כח פאר'ן מיך ארייננעמען מיט מיין משפחה אויף שבת
הכנסת אורחים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע, משפחת ... שיחיו


איך בין אייך שולדיג א גרויסן יישר כח פארן מיך ארייננעמען מיט מיין משפחה אויף שבת, צו קענען מיטהאלטן די שבע ברכות ביי מיין זון שמעון.


מיר האבן זיך געשפירט זייער באקוועם, מיר האבן זייער הנאה געהאט.


בזכות הכנסת אורחים זאלט איר זוכה זיין צו שיינע ערליכע געזונטע דורות, און צו שפע, ברכה והצלחה.


...


אמאל פלעגסטו מיר שרייבן דיינע סיומים, האסט מיך אזוי מחי' געווען, איך ווארט זאלסט צוריק אנהויבן שרייבן דיינע סיומים; ווייל דאס איז מיין איינציגסטע טרייסט, צו זען מיינע תלמידים לערנען און ענדיגן נאך א מסכתא און נאך א מסכתא.

#5665 - נישט אפרעדן א שידוך
שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אויב איר זאלט אפרעדן די שידוך צוליב חששות אז דער בחור וועט ליידן פון אייער שוועסטער, זי וועט אים דערביטערן די יארן; איר פרעגט אויב איר זאלט אפרעדן די שידוך?


חס ושלום, איר זאלט קיינמאל נישט אפרעדן קיין שידוך, ווער עס רעדט אפ שידוכים האט א גרויסע עבירה, און ווער עס העלפט שידוכים - העלפט כביכול דעם אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד) א מטרונה האט געפרעגט רבי יוסי בר חלפתא, ווי לאנג האט גענומען פארן אייבערשטן צו באשאפן די וועלט? האט ער איר געענפערט זעקס טעג, פרעגט זי אים: "מַה הוּא עוֹשֶׂה מֵאוֹתָהּ שָׁעָה וְעַד עַכְשָׁו", וואס טוט דער אייבערשטער פון דעמאלט ביז יעצט? האט ער איר געזאגט: "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹשֵׁב וּמְזַוֵּג זִוּוּגִים", דער אייבערשטער מאכט שידוכים; קומט אויס, ווער עס העלפט מאכן שידוכים, ווער עס רעדט צו דעם בחור אדער מיידל צו גיין ווייטער מיט א שידוך - דער העלפט כביכול דעם אייבערשטן.


רעדט נישט אפ די שידוך, רעדט צו די שידוך; אייער שוועסטער וועט חתונה האבן וועט זי זיין א גוטע ווייב, זי וועט נישט זיין א פאליציי פאר איר מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5664 - ווען די זיידע באבע געבן צופיל נאך פאר די אייניקלעך
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע, וואס איז ריכטיג ווען איר גייט צו אייערע עלטערן אדער אייער מאנ'ס עלטערן און די קינדער מוטשען און וויינען, און די עלטערן - די זיידע און באבע - געבן שנעל נאך און איר ווילט זיי אויסלערנען און נישט נאכגעבן; ווילט איר וויסן וואס איז ריכטיג.


ווען מען שטייט פאר עלטערן דארף מען זייער אכטונג געבן זיי צו מכבד זיין מיט די גרעסטע כבוד, און אז די עלטערן געבן נאך פאר די אייניקלעך - בלייבט מען שטיל, אפילו מען האלט אז עס איז נישט ריכטיג צו נאכגעבן פאר די קינדער, און מען האט אן אנדערע וועג פון חינוך; ווייל מער נישט ריכטיג ווי נישט מכבד זיין עלטערן - איז דאס נישט, די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום" (בבא מציעא לב.), דער אייבערשטער זאגט, זייט מכבד די עלטערן און זייט מיך מכבד; עס איז א פחד און א שרעק, ווער קען זאגן ער האט אזא דרך ארץ פאר די עלטערן ווי פארן אייבערשטן?!


ביי עלטערן זיצט מען מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און אז זיי ווילן נאכגעבן די אייניקלעך - בלייבט מען שטיל, אפילו מען האלט אנדערש, ווייל כיבוד אב ואם איז אזוי הארב, עד כדי כך אז די הייליגע חכמים זאגן (קידושין לא:): "אשרי מי שלא חמאן", וואויל איז דער וואס האט נישט געזען זיינע עלטערן, רש"י איז מפרש, ווייל עס איז אזוי הארב אז עס איז זייער שווער מקיים צו זיין די מצוה אזוי ווי מען דארף, און אויב מען איז נישט געווארענט אין די מצוה - קען מען באשטראפט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5663 - אז דער מאן שפירט אז זיין ווייב שעצט אים, דארף ער נישט קיין שלעכטס
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער מאן וויל איר זאלט קוקן מיט אים זאכן – זאלט איר אים חס ושלום נישט געבן דעם געפיל אז איר זענט מער פון אים, דאס וועט אים זייער צעברעכן און אים אראפקלאפן; נאר מיט חכמה זאלט איר אים מאכן שפירן גוט און חשוב. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "נתן הקדוש ברוך הוא בינה יתירה באשה יותר מבאיש", א פרוי האט מער פארשטאנד פונעם מאן, און מיט חכמה קען מען אלעס מאכן גוט.


מאכט פילן אייער מאן ווי ער איז דער צדיק, ער איז חשוב, ווי ער איז ערליך, געבט אים די גוטע געפיל - וועט ער אליינס אפלאזן די זאכן וכו'; ווייל די רגע וואס דער מאן שפירט ווי ער איז עפעס ווערד, ער שפירט ווי זיין ווייב שעצט אים - דארף ער שוין נישט קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5662 - א פרוי מיט א נישט גוטע טעלעפאן איז אזוי שרעקעדיג
קינדער, סמארטפאון, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א סמארטפאון איז נישט גוט פאר אייך, איר ווילט דאך ערליכע קינדער, איר ווילט דאך הייליגע קינדער; זאלט איר נישט האבן קיין טעלעפאן.


א פרוי מיט א נישט גוטע טעלעפאן איז אזוי שרעקעדיג, מען פארלירט די גאנצע לעבן, די גאנצע שטוב צעפאלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5661 - איר דארפט אייך גארנישט דערשרעקן פון וואס די דאקטוירים שרעקן אן
קינדער, תפילות אויף אידיש, שמות הצדיקים, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווערט נישט דערשראקן פון וואס די דאקטוירים זאגן, זיי שרעקן אן אלעמען, זיי זאגן פאר יעדן עפעס א שרעקעדיגע זאך, נעמט עס נישט צום הארצן; א דאקטער האט רשות נאר צו מאכן גוט, א דאקטער האט נישט קיין רשות צו דערשרעקן.


זיי ווייסן גארנישט פון זייער לעבן צו זאגן, איר דארפט אייך גארנישט דערשרעקן פון וואס זיי שרעקן אן.


זאגט שמות הצדיקים. מוהרא"ש זאגט, ביי די חדשים וואס מען ווארט זאל מען זאגן "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע.


זאגט די נעמען יעדן טאג: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיךְ נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הִיט מִיךְ אוּן הִיט דָאס קִינְד, דִי דָאקְטוֹרִים שְׁרֶעקְן מִיךְ אָן אַז עֶפֶּעס טוֹיג נִישְׁט אוּן דָאס מַאכְט מִיר אַזֶעלְכֶע פְּחָדִים אַז אִיךְ הַאלְט דָאס מַמָּשׁ נִישְׁט אוֹיס, גֶעבּ מִיר אַ גֶעזוּנְט קִינְד, אַ לִיכְטִיג קִינְד, אַ הֵיילִיג קִינְד. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5660 - איך ארבעט זייער שווער אז קיינער אין די קהלה זאל נישט האבן חובות
צדקה, היכל הקודש, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ג שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב גערעדט מיט ר' ... נרו יאיר, ער זאגט מיר ער האט פושט רגל געווען, יעצט האט ער נישט קיין געלט צו באצאלן; מיר איז ער אויך שולדיג טויזנטער דאלער, און ער האט נישט קיין געלט אראפצולייגן ברויט אויפן טיש.


אבער ער זאגט אז ער ארבעט שווער זיך צו שטעלן אויף די פוס מיט א פרנסה, און ער זאגט אז ער גייט באצאלן יעדע פרוטה פאר אלע וועם ער איז שולדיג. איך רעד אים זייער צו ער זאל גיין נאך געלט, ווייל איך ווייס פון עטליכע מענטשן וואס האבן געהאט מער חובות פון אים, איך ווייס פעלער פון מענטשן וואס האבן געהאט חובות פון איבער א האלב מיליאן דאלער, און דורך גיין נאך געלט טאג נאך טאג האבן זיי באוויזן יעדן איינעם צו באצאלן, ער זאגט מיר ער קען נישט פועל'ן ביי זיך צו גיין נאך געלט, אבער ער ארבעט שווער זיך צו קענען שטעלן אויף די פוס צו קענען יעדן איינעם באצאלן.


איך ארבעט זייער שווער מיט אלע מעמבערס פון אונזער קהילה - קהילת היכל הקודש - אז קיינער זאל נישט האבן קיין חובות, מיר איז א גרויסע בושה צו האבן מענטשן וואס זענען שולדיג געלט, איך טו זייער אסאך אז עס זאל זיי זיין גרינג מיט מאכן שמחות, און בכלל די וועג פון לעבן זאל זיין אויף א נישט טייערע סטאנדארד, אויך רעד איך זייער אסאך צו זיי ביי די שיעורים פון דאס שעדליכקייט פון בארגן געלט, איך האף צו הערן בקרוב אז ער האט אייך באצאלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5659 - אז מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל, פועל'ט מען
רעדן, חסד, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, שובבי"ם, ו' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט מיט לערנען תורה מיט די טייערע בחורים, און מיטן אויסלערנען יראת שמים און פלאנצן אמונה.


בנוגע וכו'; ענדערש זאלסטו רעדן נאכאמאל און נאכאמאל צו די תלמידי הישיבה פון העלפן די מוסד, און ווער עס וועט האבן שכל - וועט העלפן, און ווער נישט - נישט.


בנוגע די מעשה פון סאטמער רבי זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט פאר די הנהלה אז ער וויל די בחורים זאלן עוסק זיין אין טון חסד, גיין אין שפיטעלער באזוכן חולי ישראל. אמאל האט מען דערציילט דעם רבי'ן אז די בחורים ווילן נישט גיין, האט דער רבי געזאגט: "אויב די בחורים גייען נישט אין שפיטאל טון חסד מיט חולי ישראל - דארף איך נישט קיין ישיבה"; דאס איז נישט אויף אזוי צו טון - פארמאכן די ישיבה, דאס איז ארויס צו ברענגען ווי חשוב דאס איז געווען ביים צדיק, אז בחורים זאלן עוסק זיין אין חסד.


מען דארף רעדן און רעדן און רעדן ביז מען פועל'ט, און אז מען רעדט און מען הערט נישט אויס - זאגט דאך די תורה - אז משה רבינו האט מען אויך נישט אויסגעהערט "מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה" (שמות ו, ט), נישט נאר דיך הערט מען נישט אויס, משה רבינו - רבן של ישראל - האט מען נישט אויסגעהערט, און וואס האט משה רבינו געטון? ער האט נאכאמאל גערעדט און נאכאמאל גערעדט, און ביים סוף האט משה רבינו יא גע'פועל'ט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5658 - נישט מאכן אין בית פיגא בארץ הקודש א יוניפארם פאר די מיידלעך
צניעות, אמונה, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, שובבי"ם, ו' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס וועט דאס העלפן פאר די לענג פון די קליידער? ווען מען גייט מיט א יוניפארם העלפט דאס נישט אויף די לענג. איך וויל נישט מען זאל מאכן ביי אונז אין בית פיגא בארץ הקודש יוניפארם; אין בית פיגא אין אמעריקע גייען אויך נישט די קינדער מיט א יוניפארם, נאר די יונגערע קינדער גייען מיט דעם, גרינגער צו מאכן פאר די עלטערן, ווייל קליינע קינדער פארפירן אינדערפרי, אבער בעסער וואלט געווען ווען די קינדער גייען אנגעטון מיט קליידער פון שטוב, נישט מיט א יוניפארם.


דער עיקר זאלסטו זען די לערערינס זאלן אריינלייגן אין די קינדער אמונה, ווייל ווי נאר מען רעדט פונעם אייבערשטן - פאלן אוועק אלע דמיונות, בלבולים, קנאה און שנאה, מען גייט ארויס פון די קטנות הדעת; אז מען רעדט פונעם אייבערשטן, מען טראכט פונעם אייבערשטן - איז גוט, און אז מען פארגעסט פונעם אייבערשטן - איז דא נאר פראבלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5657 - יעדער קען האבן אן אייגענע הויז, מיט א שטארקע ווילן
פרנסה, דירה, ברכת המזון, מנין, רענט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בשלח, שובבי"ם, י"ב שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קויף זיך א הויז, א שאד אוועקצאלן רענט, ענדערש קויפן און זיך אליינס צאלן די רענט.


יעדער קען האבן אן אייגענע הויז, מען דארף נישט קיין גרויסע געלטער צו האבן אן אייגענע הויז; מען דארף איין זאך, א שטארקע ווילן; מיט א שטארקע ווילן קען מען דאס באווייזן.


זיי נישט קיין בטלן, שפרינג אריין אין קויפן א הויז. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן פאר די תלמידים זיי זאלן קויפן הייזער, און ווען מען האט געפרעגט ווי אזוי מען באווייזט דאס, מען האט נישט קיין געלט? פלעגט מוהרא"ש זאגן די גראם: "אביסל בארגט מען, אביסל זארגט מען, ביז מען האט א הויז".


דאווען מיט מנין און בענטש ברכת המזון אין א סידור מיט שמחה - וועסטו זוכה זיין צו האבן גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5656 - מעג א אינגערמאן מאכן א ברית ביי זיין רבי'ן?
כיבוד אב ואם, חסידות ברסלב, מחלוקת, משפחה, שמחות, לשון הרע, ברית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, שובבי"ם, ה' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, עס זאל דיך גארנישט אנגיין פון דיינע געשוויסטער. דו זאלסט מכבד זיין דיינע עלטערן; זאכן וואס האט מיט דיר - זאלסטו זיי מכבד זיין, און וואס האט מיט אנדערע - זאל דיך גארנישט אנגיין, זאלסט זיך גוט אויסלאכן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ג) די לבנה האט געפרעגט די זון: "וואס זארגסטו פרעמדע זארג?" די לבנה האט זיך אויסגעשמועסט איר צער און ווייטאג אז זי האט נישט קיין כח אין אירע פיס, זי האט צוטון מיט די שדים; אנשי שלומינו פלעגן אסאך חזר'ן די ווערטער: "וואס זארגט איר פרעמדע זארג?" דאס זאלסטו זיך פרעגן: 'וואס האט דאס מיט מיר? וואס זארג איך פרעמדע זארג?'


אז מען רעדט שוין, זאלסטו וויסן, אז א קינד מאכט א שמחה אין ברסלב ביי צדיקים און די עלטערן שרייען זיי גייען כאפן א הארץ אטאקע - איז דאס זייער אייגענע פראבלעם, מען ווערט נישט קיין רודף אז מען וויל טראגן א שמחה צו א צדיק. מוהרא"ש זאגט, עס שטייט (קהלת ג, טו): "וְהָאֱלֹקִים יְבַקֵּשׁ אֶת נִרְדָּף", דער אייבערשטער זוכט אויף דעם מענטש וועם מען רודפ'ט; פארוואס שטייט 'יְבַקֵּשׁ' מען זוכט אויף, וואס איז דא צו זוכן? עס דארף שטיין 'אלוקים יראה' דער אייבערשטער זעט דעם נרדף! זאגט מוהרא"ש, מען דארף דאס אויפזוכן, ווייל דער רודף מאכט א פנים ווי א נרדף; זאגט די פסוק, דער אייבערשטער זוכט אויף דער וואס רודפ'ט.


שומו שמים, עס איז דא א וועלט מיט צרות, נישטא קיין משפחה וואס ליידט נישט קיין צרות, קינדער פאלן אוועק פון די אידישע דרך, אזויפיל מענטשן זענען נישט געזונט מיט די ביטערע מחלה, מענטשן האבן נישט קיין פרנסה, א וועלט מיט יסורים; און נאכאלץ האט מען נישט קיין אנדערע דאגות ווי זיך אויפעסן דאס געזונט אז א קינד גייט קיין ברסלב מאכן א ברית, ער וויל א צדיק זאל זיין סנדק, און ער איז גאר דער וואס מאכט די מחלוקת, און ער איז דער וואס הרג'עט די עלטערן, און ער ווערט א חי' רעה ווייל ער וויל זיין קינד זאל האבן א סנדק א צדיק.


איך האב מיטגעהאלטן ברית'ן ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס די עלטערן האבן נישט געוואלט קומען צו די שמחה, זיי האבן געוויינט אז מען איז זיי מצער מיטן מאכן די שמחה אין ברסלב, דאס הרג'עט זיי, די גאנצע משפחה האט זיך אויפגעהעצט קעגן דעם אבי הבן אז ער הרג'עט די זיידע; איי ווער איז דיך מצער? ווער איז דיר שולדיג אז דו האסט געהערט לשון הרע? איך טאר נישט גיין צו מיין רבי מאכן א ברית פאר מיין קינד? איך טאר נישט גיין צו מיין רבי וואס געבט מיר חיות, געבט מיר לעבן, ער דערהאלט מיך ביים זינען?


ליידער נעמט מען אן לשון הרע, מען הערט וואס מען רעדט אויפן רבי'ן, אויף רבי נתן, אויף מוהרא"ש און בכלליות אויף ברסלב'ער חסידים, מען רעדט זאכן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, און וויי וויי פאר די וואס נעמען אן די לשון הרע. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך נאר אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען; איך קריג אויך אויף דעם מענטש, אויף אזא מענטש וואס טוט אזעלכע זאכן וואס טויגן נישט קריג איך אויך".


נאכאמאל, מיש זיך נישט אין מחלוקת, אויב דיינע עלטערן וועלן דיך רופן און פארהאלטן - זאלט איר חס ושלום נישט טענה'ן; מיט עלטערן טענה'עט מען נישט, מיט עלטערן רעדט מען מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, און ווען מען האלט פאר, מען קומט מיט טענות - בלייבט מען שטיל מיט דרך ארץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.