בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5608 - האסט אלעמאל געברענגט פרנסה אן א טעלעפאן, זאלסטו בלייבן אזוי
סמארטפאון, פרנסה

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


האסט מיך געפרעגט אויב דו זאלסט זיך קויפן א סמארטפאון, עס וועט דיר זיין גרינגער אין די ביזנעס.


קוק צוריק, די אלע יארן האסטו פארדינט, האסט אהיים געברענגט פרנסה – אן א טעלעפאן, זאלסטו בלייבן אזוי, און דו וועסט זען ניסים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ישועה, סימן ז): "אֵין עוֹשִׂין נֵס לְנוֹאֵף", ניסים קומען נאר אז מען איז הייליג; דארפסט נישט קיין טעלעפאן, דארפסט נישט פרישע נסיונות, גענוג די ביטערע נסיונות וואס מיר האבן, וואס דארפסטו זיך ברענגען פרישע תאוות ניאוף... דער רבי זאגט (שם אות ניאוף, סימן ט): "תַּאֲוַת נִאוּף אֵינוֹ נִרְחָק מִן הָאָדָם אֶלָּא עַל יְדֵי הַרְחָקַת רְאוּת הָעַיִן וְהַמַּחֲשָׁבָה", דורך היטן די אויגן און די געדאנקען – קען מען זוכה זיין צו זיין הייליג.


 


בעט דעם אייבערשטן אז דו און דיינע דורות זאלן קענען ביישטיין די שווערע חבלי משיח.


 

#5607 - מאך א שיינע סיום לכבוד די סיום פון הונדערט און איין מאל משניות
סיום, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז דו האסט מסיים געווען דעם שבת די הונדערטסטע מאל ששה סדרי משנה, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן וואס געבט אונז אזעלכע חיזוקים און עצות ווי אזוי אויסצונוצן די טעג און יארן מיט תורה ותפילה, זיך נישט לאזן נארן מיט נארישקייטן, נאר אויסנוצן די ביסל יארן וואס מיר לעבן – מיט זאכן וואס בלייבן אויף אייביג.


יעצט זאלסטו נאכאמאל לערנען משניות, און מאך א שיינע סיום לכבוד די הונדערט און איין מאל. איך וואלט זיך זייער געפרייט אנטייל צו נעמען ביי די סיום; ווי נישט, א שטיקל חלק האב איך אין דעם, פון ווען דו ביסט אנגעקומען אין ישיבה ביז היינט, אלע חיזוק וכו'.


די שטערקסטע זאך צו געראטעוועט ווערן פון חיבוט הקבר איז לימוד משניות. מוהרא"ש פלעגט זאגן יעדעס מאל ער איז געקומען צו אונזער ישיבה, פאר די בחורים: "א גוף וואס האט געזאגט משניות – וועלן די ווערעם נישט קומען".

#5606 - אין ברסלב האט מען נישט אנגענומען די סגולה פון זארגן
קינדער, שמחה, תודה והודאה, סגולות, דאגות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... שיחיו


ענק האבן קוים חתונה געהאט און שוין זענט איר באזארגט אויף קינדער; וואס דארפט איר זארגן? זארגן וועט אייך נישט העלפן, זארגן מאכט שוואך און אלט; אין ברסלב האט מען נישט אנגענומען די סגולה פון זארגן, אין ברסלב איז דא די סגולה פון שמחה, פון טאנצן, פאטשן און זינגען.


איך בעט ענק מיינע טייערע, באליבט ווי קינדער – זארגט נישט, מאכט אייך נישט משוגע מיט זארגן, זייט פרייליך, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, געבט אוועק יעדן טאג א צייט פאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און אויך אביסל צייט אויף טאנצן, און איר וועט זען גרויסע ניסים.

#5605 - דער אייבערשטער האט אונז ליב, דאס דארף מען אסאך חזר'ן
התחזקות, נקודות טובות, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מיר זענען יעצט אין די "ימי השובבי"ם", טעג וואס מען קען זיך אומקערן צום אייבערשטן, די ערשטע און וויכטיגסטע זאך וואס מיר דארפן וויסן - די ערשטע רש"י אין פרשת שמות - "להודיע חבתן", דער אייבערשטער האט אונז ליב, דאס דארף מען אסאך חזר'ן; ווייל רוב רובם וואס לאזן אפ זייער ווילן צו זיין גוט איז צוליב דעם, זיי מיינען 'דער אייבערשטער דארף מיך נישט, איך בין שוין ממילא נישט ווערד'.


מען דארף זיך חזר'ן טאג און נאכט: 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, דער אייבערשטער דארף מיך יא, נישט קיין חילוק וואס איך האב געטון – האט מיך דער אייבערשטער ליב, און איך קען זיך צוריק קערן און אנהויבן נאכאמאל'.


אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס איז אונז מחזק און לאזט אונז נישט פאלן.





 


 





 

#5604 - נישט אויסגעהאלטן צו נעמען א מיידל זאל מענעדזשן אינגעלייט
עבירות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, שובבי"ם, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז נישט אויסגעהאלטן די וועג פון נעמען א מיידל זאל מענידזשן אינגעלייט, עס שמעקט פון ניאוף.


אדער נעמסטו אוועק די מיידל פון מיינע אינגעלייט, אדער זאג איך פאר מיינע תלמידים נישט צוריק צו גיין צו די ארבעט.

#5603 - יישר כח פאר'ן ברענגען מיינע עלטערן צום ברית פון מיין אייניקל
הכרת הטוב, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


א גרויסן יישר כח פארן טון פאר מיר די חסד פון ברענגען מיינע עלטערן, מיין טאטע מאמע – צו שטעטל קרית ברסלב – דעם פארגאנגענעם פרייטאג, צום ברית פון מיין אייניקל יחזקאל, בן בני בכורי שלמה.


דו האסט נישט קיין השגה וואס פאר א שמחה דו האסט מיר גורם געווען, זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן זייער הנאה געהאט פון די וועגן, עס איז געווען זייער רואיג און געשמאק.


בזכות וואס דו האסט מיר געמאכט אזא טובה – זאלסטו זוכה זיין צו שפע, ברכה און נחת פון דיינע קינדער.


זאג יעדן טאג דעם "יום תהילים", האלט מיט דיר א תהילים און ווען דו האסט אן איבריגע מינוט – כאפ אריין א קאפיטל תהילים.

#5602 - מען נעמט דעם רבי'ן זיך צו שטארקן מיט די מסורה פון די עלטערן
כיבוד אב ואם, מסורה, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


דעם פארגאנגענעם פרייטאג, ערב שבת פרשת שמות – האט מיין זון הרב שלמה געמאכט א ברית אין שטעטל, ויקרא שמו בישראל 'יחזקאל', נאך מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכרונו לברכה. מיין טאטע שליט"א מיט מיין מאמע תחי' האבן גענומען די מי, זיך ארויסגעשלעפט פרייטאג פארטאגס צום ברית, מיין טאטע איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות, מיך האט מען מכבד געווען מיט סנדק מעומד. מיין טאטע האט גערעדט ביי די סעודת ברית, עס איז געווען הערליך שיין.


איך שרייב דיר דאס, זאלסט וויסן אז עלטערן האבן זייער הנאה ווען זיי זעען ווי די קינדער שטארקן זיך צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה. אין אנהויב האבן עלטערן מורא אז מען וועט אפלאזן די מסורה, מען וועט אוועקגיין פון די ריכטיגע וועג, פון די אמת, אבער ווען עס גייען אריבער אפאר יאר און מען זעט אז מען נעמט דעם רבינ'ס חיזוק – נישט אויף אוועקווארפן וואס די עלטערן זאגן, פארקערט, מען נעמט דעם רבי'ן זיך צו שטארקן מיט די וועג פון די עלטערן – דרייט זיך אלעס איבער, און פון די מניעות – ווערט נעימות, עס ווערט זיס.


וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך.

#5601 - אמונה איז ווי א פייער וואס די נישט גוטע ווערן אויס
אמונה, חיזוק פאר פרויען, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


צעברעכט זיך נישט, צעקלאפט זיך נישט, עס איז נישט אמת די מחשבות וואס בוזשעוועט אין אייך אז איר זענט נישט גוט, עס איז ליגנט, איר זענט יא גוט, איר זענט א צדיקת, דער אייבערשטער האט אייך ליב, ער ווארט איר זאלט רעדן צו אים אפילו איין ווארט, געבט א זאג די איין ווארט: "טאטע", געבט א זאג: "טאטע איך האב דיך ליב" – וועט איר פארברענען אלע קליפות; אמונה איז ווי א פייער וואס די נישט גוטע ווערן אויס.


הלוואי זאלט איר מיר שרייבן אפאר שורות יעדע וואך.

#5600 - עס איז נישט גוט זיך צו פארלייגן דוקא אויף א געוויסע שידוך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט גוט אז איר נעמט זיך אריין אין קאפ א שידוך, און איר טראכט פון א געוויסער בחור; וואס ווייסט איר ווער עס איז גוט, און אפילו ווען איינער איז גוט - וואס ווייסט איר אויב דאס איז גוט פאר אייך? עס קען אייך שאטן שפעטער.


אויב איר קומט צו די באטע און צו סיפורי מעשיות נאר צו קוקן אויף בחורים – זאלט איר ענדערש בלייבן אין שטוב; עס איז נישט גוט און נישט געזונט צו קומען אין שול צו סיפורי מעשיות און צו די באטע צו זוכן ווי מען קען זען בחורים, מען קען גארנישט קונה זיין; עס איז נישט גוט.


איר האט טייערע עלטערן מיט טייערע לערערינס, זיי וועלן זארגן פאר אייך פאר א גוטע שידוך, איר אליין זאלט נישט נאכקוקן קיינעם, גייט אוועק פון די וועג.


העלפט אייער מאמע אין שטוב, און אויך זאלט איר העלפן אייערע ברידער און שוועסטער וואס האבן חתונה געהאט - ווען זיי בעטן הילף מיט די קליינע קינדער.


גייט יעדן טאג ארויס אין חצר ביי אייער שטוב פאר איין מינוט, און קוקט ארויף צום הימל, בעטס: "הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר אן ערליכע שידוך, געב מיר ערליכע דורות, געב מיר קינדער און אייניקלעך וואס וועלן דיך דינען, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן זיין דבוק צו דיר און צו די הייליגע תורה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5599 - בארגן געלט צו קומען צום שבת התוועדות?
היכל הקודש, חובות, שבת התוועדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, שובבי"ם, ו' שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויף דיין פראגע אויב דו זאלסט בארגן געלט צו קענען מיט קומען אויף שבת התוועדות קומענדיגע וואך פרשת בשלח; דו זאגסט דו שפירסט אז דו טארסט עס נישט טון ווען דו ביסט שולדיג שכר לימוד און נאך חובות, ווי מעגסטו גיין בארגן געלט צו קומען אויף שבת?


אויבנאויף ביסטו גערעכט, מען טאר נישט אויסגעבן געלט פאר הנאה און פאר וואקאציע ווען מען האט חובות און אז מען קומט געלט פאר שכר לימוד, אבער אין דעם פאל, צו זיין א שבת מיט אנשי שלומינו; דיין ווייב, דיינע קינדער זאלן אריינקומען אין די קהילה - איז יא ווערד זאלסט בארגן געלט צו קומען אויף שבת, ווייל דאס וועט דיר שפארן אסאך געלט אין לעבן, ווייל אז דיין ווייב וועט זיך באקענען מיט די פרויען פון היכל הקודש - וועט דיר דאס לעבן קאסטן ווייניגער.


דער שבת וועט דיר קאסטן צוויי טויזנט דאלער און דיר שפארן מיליאנען, ווייל נאר חתונה מאכן די קינדער, יעדע קינד לכל הפחות הונדערט טויזנט דאלער, פון דעם אליינס קען מען קראנק ווערן, און אז דיין ווייב און קינדער וועלן זיין א חלק פון היכל הקודש - וועט דיר דאס נישט קאסטן קיין געלט; די נאכט פון די חתונה איז בחינם, און אויסשטאפירן די חתן כלה וועט דיר קאסטן אונטער צען טויזנט דאלער; פאר דעם אליינס איז דאס כדאי, אויך פאר די וועג פון לעבן, פאר די אמונה וואס מען באקומט דא - איז אלעס כדאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5598 - דריי הנהגות צו טון אין די ימי השובבי"ם
צדקה, תהלים, מנהגים, תעניתים, שובבי"ם

דריי הנהגות צו טון אין די ימי השובבי"ם


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר פאסטן נישט שובבי"ם, דער רבי האט אונז געזאגט נישט צו פאסטן.


מיר זענען עוסק אין די טעג אין זאגן תהלים, אויך איז דא ביי אנשי שלומינו וואס פירן זיך אין די שובבי"ם וואכן איין טאג אין וואך נישט צו עסן אן עסן פון א באשעפעניש נאר עסן וואס וואקסט; קאווע אן מילך, און גרינגצייג מיט פרוכט.


אויך איז דא א מנהג ביי אנשי שלומינו צו אויסלייזן די פ"ד תעניתים מיט צדקה. דער הייליגער אריז"ל זאגט מען דארף פאסטן אויף יעדע חטא פיר און אכציג תעניתים, אבער מיר קענען נישט פאסטן, דער רבי לאזט אונז נישט פאסטן, מיר פאסטן נאר די תעניתים וואס די תורה און די חכמים זאגן; יום כיפורים, און אויך די תעניתים מדרבנן: עשרה בטבת, י"ז תמוז, ט' באב, צום גדלי' און תענית אסתר; ממילא לייזט מען אויס די פ"ד תעניתים מיט פ"ד פרוטות לצדקה, מען געבט יעדן טאג - אין די וואכן פון שובבי"ם - פ"ד פרוטות לצדקה; עס זענען דא וואס געבן פ"ד שקל, פ"ד דאלער וכו' - אבער לא פחות פון פ"ד פרוטות.


די דריי הנהגות קענסטו טון; זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג, געבן צדקה, און אויב איז גרינג איין טאג נישט צו עסן א דבר היוצא מן החי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5597 - ווען מען זאגט תהלים קומט ניסים
תהלים, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי שיין צו הערן אז א זיבן יעריג מיידל זאל האבן א געפיל אין זאגן תהלים, און איר האט זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ספר תהלים.


דער הייליגער רבי זאגט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז) תהלים איז די אותיות "לי תהום", צו מיר וועט קומען וואונדער; ווען מען זאגט תהלים קומט ניסים.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט נאך פון צדיקים אז זיי האבן געזאגט כמה פעמים ביום די דרייצן אני מאמין'ס, ווייל דאס שטארקט זייער די אמונה.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5596 - אויסלערנען ווי אזוי צו האלטן א מסודר'דיגע שטוב
חינוך הילדים, אידישע שטוב, גרים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די משפחה ... וואס האט זיך אריינגעצויגן אין שטעטל און אריינגעשיקט די קינדער אין חדר און בית פיגא; איך הער אז מען רופט זיי נישט ביי די נעמען, מען רופט זיי די גרים; בעט איך דיר זייער זאלסט אכטונג געבן מען זאל זיי רופן ביי זייערע נעמען, און חס ושלום נישט מאכן קיין צווישנשייד צווישן זיי און אנדערע.


בנוגע די קינדער וואס זאגן אז עס איז נישטא קיין עסן אין שטוב, נישטא קיין נאכטמאל; איז וויכטיג צו מאכן אן אסיפת הורים ומורים, און די מנהל זאל רעדן פאר אלע טאטעס, און אויך רעדן פריוואט מיט די וואס זענען נישט מסודר.


בנוגע די משפחה ... וואס דו זאגסט אז די קינדער קומען צעריסן און צעשליסן, איך הער אויך פון די מנהלת אז די מיידלעך זענען זייער נישט אין ארדענונג, עס זעט אויס ווי די עלטערן ווייסן נישט ווי צו פירן א שטוב; איז וויכטיג אז דער מנהל זאל כאפן א שמועס מיטן טאטן און די מנהלת זאל אראפרופן די מאמע, און רעדן שיין צו זיי איבער די זאכן וואס מען זעט וואס איז נישט מסודר און זיי העלפן; אזוי ווי דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געטון נאכן קריג מיט די שארית הפליטה וואס האבן נישט געוואוסט די א' ב' ווי אזוי צו פירן א שטוב, איז די רעבעצין אריבער אין שטיבער ווייזן ווי מען באדט קינדער, ווי מען האלט א שטוב מסודר, ווי מען לייגט צאם וועש וכו'; דאס דארפן מיר טון, רעדן מיט די עלטערן, זען וואס מען קען בעסער מאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5595 - מען טאר נישט נוצן די מוסד פאר אייגענע חשבונות
מוסדות, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פאר דיין געטרייע ארבעט וואס דו העלפסט אונזער מוסדות, איך בין דיר זייער דאנקבאר.


איך וויל דערמאנען וואס מיר האבן שוין גערעדט, די אלע וואס ארבעטן אין די מוסד - קענען נישט נוצן די מוסד פאר אייגענע אינטערעסן, נקמה נעמען אין אנדערע, זיך אפרעכענען; צום ביישפיל, אויב ביסטו ברוגז אויף איינעם און יענער שיקט זיינע קינדער אין די מוסד - טארסטו נישט זיך אפרעכענען מיט די קינדער אדער מיט די ווייב מיט נישט געבן עסן וכו'.


א איד טאר נישט טון נקמה, אויף דעם דארף מען אפגעבן דין וחשבון פארן אייבערשטן, אויסער דעם וועל איך שטיין זייער שטרענג נישט צו האבן ארבעטער וואס נוצן די מוסד פאר אייגענע חשבונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5594 - גיי הפצה מיט א שטארקייט, האב פון קיינעם נישט מורא
קינדער, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט עוסק אין הפצה, דו ביסט מזכה אידישע קינדער מיט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן, תמצית פון רבינ'ס ספרים.


מוהרא"ש ברענגט אין די בריוו אן א שיעור מאל די ווערטער פון הייליגן זוהר הקדוש (תרומה קכח:) "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן, עיין שם.


גיי ווייטער הפצה, גיי מיט א שטארקקייט, האב פון קיינעם נישט מורא, און זארג נישט וועגן קינדער; וועסט זוכה זיין צו קינדער, ליכטיגע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5593 - איך האף דו וועסט זיך צוריק באנייען און צוריק קומען אין ישיבה
ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך ווארט זאלסט צוריק קומען אין ישיבה. יעדן טאג אין ישיבה איז אזוי ווי א יאר אין די שפעטערדיגע יארן, דער מגיד שיעור האט אזויפיל וואס צו משפיע זיין.


איך וויל וויסן אויב דיין נישט קומען אין ישיבה איז א זאך וואס האט מיט די ישיבה, מצד די בחורים, אדער מצד המגיד שיעור, אדער איז דאס נאר עצבות און עצלות? דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קנה): "וּמַה שֶּׁהָאָדָם אֵינוֹ נוֹסֵעַ לְהַצַּדִּיק, הוּא מֵחֲמַת עַצְבוּת וּכְבֵדוּת", דאס וואס א מענטש קומט נישט צום צדיק איז ווייל ער איז בעצבות; אבער אויב איז דאס מצד הישיבה וויל איך דאס פאררעכטן.


איך האף דו וועסט זיך צוריק באנייען און צוריק קומען אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5592 - פארוואס זאל איך מוותר זיין, אפשר זאל מיין ווייב מוותר זיין?
שלום בית, התחזקות, תשובה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס קריגסטו זיך מיט דיין ווייב טאג און נאכט? וואס איז די שכל פון זיך קריגן?! דו פארטרייבסט די שכינה הקדושה פון שטוב און עס קומט עניות און אלע פראבלעמען.


דו פרעגסט פארוואס דו דארפסט אלץ זיין דער וואס איז מוותר, זאל זי מוותר זיין; טייערער ברודער, מוותר זיין איז נישט קיין עונש, מוותר זיין איז נישט קיין קנס, דער קלוגער איז מוותר; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "עלוב ושאינו עלוב", ווען צוויי מענטשן קריגן זיך און איינער איז קלוג און קען דערהייבן ווען מען פארשעמט אים און דער אנדערערע נישט, "מי נדחה מפני מי", ווער דארף נאכגעבן? אודאי דער וואס קען מער פארנעמען; דערפאר זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב) מען זאל שטענדיג מוותר זיין פאר די ווייב, דער רבי זאגט (שם) מען זאל זיך נישט טענה'ן, מען זאל זיי נאכגעבן; ווייס איך נישט פארוואס דו ביסט ברוגז אז דו דארפסט אלץ מוותר זיין.


געב נאך אין שטוב, זיי א וותרן; דער רבי זאגט (ספר המדות אות כעס, סימן ו): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא אוֹהֵב לְמִי שֶׁאֵינוֹ כּוֹעֵס", דער אייבערשטער האט ליב דער וואס רעגט זיך נישט אויף, "וּלְמִי שֶׁאֵינוֹ מַעֲמִיד עַל מִדּוֹתָיו", און אויך האט דער אייבערשטער ליב דעם וואס געבט נאך; פארדעם אליין איז ווערד נאך צו געבן, צו ווערן באליבט ביים אייבערשטן.


אז דו וועסט נאכגעבן אין שטוב וועט דער אייבערשטער דיר נאכגעבן. דער רבי זאגט (שם אות תשובה, סימן צח): "מִי שֶׁמַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתָיו, מַעֲבִירִין לוֹ עַל כָּל פְּשָׁעָיו", ווער עס געבט נאך איז דער אייבערשטער אים מוחל אויף אלע זיינע זינד; וויפיל דארפן מיר תשובה טון אויף אונזערע מעשים... און דא האבן מיר א וועג ווי מיר קענען אלעס אפווישן; עס איז ווערד צו שווייגן אין שטוב זוכה זיין צו תשובה.


בזכות דעם וואס דו וועסט סובל זיין אין שטוב, דו וועסט מוותר זיין אין שטוב - וועט דער אייבערשטער אננעמען דיינע תפילות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם אות תפילה, סימן כ): "מִי שֶׁמַּעֲבִיר עַל מִדּוֹתָיו, תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווער עס געבט נאך, ווערן זיינע תפילות אנגענומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5591 - הדרכה פאר די חתונה
תודה והודאה, הפצה, הדרכות, חתן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, האסט זוכה געווען צו טרעפן א טייערע כלה פון א טייערע משפחה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, א ליכטיגע שטוב מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע וואו צו לערנען הדרכה פאר די חתונה; עס איז גוט זאלסט זיך ווענדן צו האברך משה שמואל נרו יאיר, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים, ער זאל דיך מדריך זיין מיט די הלכות צו דיין חתונה; ער וועט דיך מדריך זיין אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


גיי הפצה, פארגין פאר נאך בחורים און נאך אברכים די חיים טובים וואס דער רבי געבט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5590 - זיך איבערבעטן און זיין נאר פרייליך אום שבת קודש
שמחה, שלום בית, שבת קודש, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען שבת קומט דארפן מיר זיך זייער פרייען, שבת דארף מען זיין זייער פרייליך. דער רבי האט אונז אנגעזאגט אויף דעם, צו זיין גאנץ שבת פרייליך (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז), און חס ושלום זיך קריגן אדער זיין בכעס.


דער חיד"א זאגט (עבודת הקודש מורה באצבע סימן ד, אות קמ), ערב שבת קומט דער שטן אין יעדע שטוב און ער מאכט עס זאל ווערן א מחלוקה צווישן מאן און ווייב, ער האט זייער מורא ווען מאן און ווייב פארטראגן זיך, בעיקר שבת קודש; ווייל ווען די מאן און ווייב פארטראגן זיך און לעבן צוזאמען באהבה ושלום - דעמאלט האט ער נישט קיין שום שליטה אויף זיי.


בעט איבער דיין ווייב, זאג איר בפה מלא: "זיי מיר מוחל"; זאג עס מיט הארץ, נישט אונטער די נאז. זיי נישט קיין אויבער חכם, עס לוינט נישט צו ליידן א גאנץ לעבן וועגן אביסל גאווה, שוין גענוג געליטן פון די פארשטונקענע גאווה, פון נישט פּאסטן צו איבערבעטן, פון נישט פּאסטן צו רעדן שיין ווי אן ערליכער איד דארף רעדן, בעט איר איבער און געב איר גוטע ווערטער, פיר זיך ערליך און הייליג.


זיך אפשיידן וכו' - דאס איז נישט די תורה וועג, נישט אהיים קומען - דאס איז נישט די וועג, ביים רבי'ן הערן מיר הייליגע לימודים, מען זאל יא לעבן אינאיינעם וכו'.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר גארנישט אנגיין אין שטוב, זאלסט נישט מקפיד זיין אין שטוב, זאלסט זיין פרייליך, טאנצן און זינגען א גאנץ שבת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן שבת.

#5589 - קענסט אזויפיל קונה זיין אין ישיבה
תפילה והתבודדות, בחור, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"א טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד יעדן טאג וואס דו פארסט נישט קיין ירושלים זיין אין ישיבה, דו וועסט אזויפיל קונה זיין דארט; דער מגיד שיעור משה שמואל האט אזויפיל דיר צו געבן, א שאד יעדן טאג וואס דו גייסט נישט.


קום אין ישיבה און הער זיך צו צום מגיד שיעור, לערן דיינע שיעורים כסדרן און גיי התבודדות, וועסטו שנעל טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5588 - אז מען וויל האבן א ברכה אין שטוב, מוז מען גיין אין שול
שידוכים, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געדענקסט פאריאר ווינטער ווען מיר האבן זיך געטראפן אין ארץ ישראל אין לופט-פעלד, האבן מיר געמאכט א געשעפט; אז דו וועסט דאווענען יעדן טאג די דריי תפילות אין שול - וועסטו טרעפן א שידוך, יעצט האלסטו שוין נאך די חתונה און נאך אביסל ביסטו שוין א טאטע, וויל איך דו זאלסט אנהאלטן די געשעפט און ווייטער גיין אין שול דאווענען דריי מאל א טאג, און אז דו האסט נישט קיין מנין - זאלסטו נאכאלץ דאווענען דוקא אין שול, נישט אין אפיס און נישט אין שטוב.


אז מען וויל האבן א ברכה אין שטוב - מוז מען גיין אין שול. די הייליגע חכמים זאגן, הלל הזקן פלעגט זאגן (סוכה נג.) דער אייבערשטער זאגט: "אם תבא אל ביתי", אויב דו וועסט קומען אין מיין שטוב, אין שול, וואס איז אויך א בית המקדש – "אני אבא אל ביתך", וועל איך קומען צו דיר אין שטוב און דיך בענטשן מיט שלום בית, פרנסה און נחת, "אם אתה לא תבא אל ביתי", און אז דו וועסט נישט קומען צו מיר אין שטוב, אין שול – "אני לא אבא אל ביתך", וועל איך נישט קומען צו דיר אין שטוב; אז מען וויל א געבויטע שטוב מוז מען גיין יעדן טאג אין שול.


קום אין שול, זיי נישט מוותר אויף דעם, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט מאכן רוען די שכינה הקדושה ביי דיר אין שטוב.


א געשעפט איז א געשעפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5587 - עס זאל דיך נישט שטערן אז דיין ווייב וויל נישט גיין צו די ארבעט
שלום בית, לימוד התורה, שכל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זאל דיך נישט שטערן אז דיין ווייב וויל נישט גיין צו די ארבעט; א פרוי דארף נישט ארבעטן, זי מעג ארבעטן אבער זי דארף נישט ארבעטן; זאל דיר עס נישט אנגיין.


בלייב נישט אין שטוב אינדערפרי איר וועקן פאר שעות לאנג, גיי ארויס אינדערפרי דאווענען און לערנען און גיי ארבעטן, און אז זי בעט דיר הילף אויפצושטיין, זי בעט דו זאלסט איר וועקן - זאלסטו איר אויפוועקן, אבער נישט אויסדרייען דיין סדר היום.


דו זאלסט איר נאר פרייליך מאכן, זאלסט איר געבן אסאך גוטע ווערטער. גיי שפאצירן מיט איר, שפאצירן איז געזונט פארן גוף און נאך מער פארן נפש; ביים שפאצירן זאלסטו איר אויסלויבן, זאג איר שיינע ווערטער. אזוי ווי אדם הראשון האט געזאגט פאר חוה (בראשית ב, כג): "לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה", זאגט דער זוהר הקדוש (בראשית מט:) אדם הראשון האט געזאגט פאר חוה: "דָּא הִיא דְּלָא יִשְׁתַּכַּח כַּוָּותָהּ, דָּא הִיא יְקָרָא דְּבֵיתָא, כֻּלְּהוֹן נָשִׁין גַּבָּהּ כְּקוֹפָא בִּפְנֵי בְּנֵי נָשָׁא", דו ביסט א ווייב, אלע אנדערע זענען בכלל נישט אינטערעסאנט, נאר דו ביסט שיין און טייער.


לערן יעדן טאג משניות און גמרא; דארפסט נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, זאג די ווערטער, דאס וועט דיר געבן כוחות אנצוגיין אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5586 - ברסלב איז איין זאך; די הייליגע ספרים פון רבי'ן, די שכל פון רבי'ן
חסידות ברסלב, עצתו אמונה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט קוקן אויף דעם און אויף יענעם - וועסטו האבן אסאך חלישות הדעת; ברסלב איז איין זאך - די הייליגע ספרים פון רבי'ן, די שכל פון רבי'ן.


הער די שיעורים, לערן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, לערן די בריוו פון אשר בנחל, אויך זאלסטו לערנען די וועכנטליכע עצתו אמונה - וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, און בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיך נישט שטערן נישט דער און נישט יענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5585 - געדענק וואס ברסלב איז, געדענק וואס היכל הקודש איז
חסידות ברסלב, היכל הקודש, ליצנות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך נישט פון טפל - עיקר און פון עיקר - טפל, געדענק וואס ברסלב איז, געדענק וואס היכל הקודש איז; ברסלב איז איין זאך: 'רעדן צום אייבערשטן'; דער רבי איז אונז מחזק נאכאמאל און נאכאמאל מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, מיר זאלן געדענקען אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און אז עס איז נישטא קיין חברים, בעת צרה האט מען קיינעם נישט - נאר דעם אייבערשטן.


שטיי ווייט פון לצים, געב זיך אכטונג פון די וואס שפעטן פון דעם און פון יענעם, אפילו זיי דרייען זיך אין ברסלב; זוך דיר אויף צווישן אנשי שלומינו תמימות'דיגע ערליכע חברים און רעדט פון רבי'ן, פון די עצות וואס מיר באקומען.


הלואי זאלסטו גיין יעדן טאג בקביעות רעדן צום אייבערשטן פאר דריי מינוט; א מינוט דאנקען, א מינוט תשובה טון און א מינוט בעטן אויף ווייטער.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין היינט די ליל שישי שיעור אין שטעטל, איך האב א שמחה, מיין זון הרב שלמה מאכט א וואך נאכט און מארגן א ברית; מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5584 - א פרוי נאר אז איר מאן זאל רעדן שיין, איר אויסהערן און פארשטיין
שלום בית, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, שובבי"ם, כ' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שלום בית איז נישט דאס ארויסגיין עסן אין טייערע פלעצער וכו', שלום בית איז רעדן שיין, שלום בית איז זוכן דאס גוטס איינער ביים צווייטן. שלמה המלך זאגט (משלי טו, יז): "טוֹב אֲרֻחַת יָרָק וְאַהֲבָה שָׁם מִשּׁוֹר אָבוּס וְשִׂנְאָה בוֹ", עס איז בעסער צו עסן אביסל גרינצייג - אן ארעמע מאלצייט - ווען עס איז דא ליבשאפט דארט - ווי שטיקער פלייש און מען האט זיך פיינט.


דיין ווייב דארף נישט זאלסט איר ארויסנעמען וכדומה, א פרוי דארף איין זאך, אז איר מאן זאל רעדן שיין צו איר, און דו זאלסט איר אויסהערן און פארשטיין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כ:): "רוֹצֶה אִשָׁה בְּקַב וְתִּפְלוּת", א פרוי וויל ענדערש ווייניג עסן און זיין נאנט מיט איר מאן, "מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", ווי איידער אסאך עסן און זיין אפגעטיילט.


נעם אראפ פון דיין טעלעפאן אלע זאכן וואס זענען נישט פאר די ביזנעס; גיי אהיים נאכן ארבעטן און לעב מיט דיין ווייב, רעד שיין צו איר - וועסטו אריינברענגען די שכינה אין שטוב, עס וועט זיין אלע ברכות און אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.