עס הערש א גרויסע שמחה ביי אלע אנ"ש ווען אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב בארא פארק בנשיאות כ"ק הרה"צ מורינו רבי יצחק לעזער שליט"א, בעל "אשי ישראל" ווערט אריינגעגעבן א ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרה"צ בעל אשי ישראל שליט"א ומשפחתו שיחיו, לעילוי נשמת כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע.
אנ"ש ווערן ערווארטעט צו קומען זיך מיטפרייען אינאיינעם מיט בגדי שבת לכבוד התורה, ביים ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב זכרון יחזקאל שרגא, אויף 1011 41סטע סטריט.
כתיבת האותיות וועט זיין אי"ה פון 4:00 נאכמיטאג, דער ספר תורה וועט אי"ה אריינגעפירט ווערן אין ביהמ"ד בתופים ובמחולות אום 6:00 אווענט, און דערנאך וועט פארקומען א שיינע סעודה של מצוה אום 7:00 אין זאל פון "בית ברכה" אויף 4314 10טע עוועניו.
 
אנ"ש זענען געלאדענט צו ערשיינען און זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה.