נאך די צוויי פריערדיגע פשוטע חתונות וואס זענען פארגעקומען אין בית המדרש פון די ישיבה אין וויליאמסבורג מיט גאר גרויס סוקסעס, קומט יעצט נאך א פרישע חתונה אין ישיבה אין די נאנטע טעג.
דעם קומענדיגן מאנטאג פ' כי תבא וועט אי"ה גיין אונטער די חופה החתן יעקב הלל ני"ו בן מוה"ר יואל פארקאש שליט"א, עב"ג בת מו"ה מנחם גאלדשטיין הי"ו, און די חתונה וועט אי"ה פארקומען אין היכל הישיבה. אזוי ווי ביי די פריערדיגע חתונות וועט די חתונה נאכט גארנישט קאסטן פאר די מחותנים, די ישיבה שטעלט צו די סעודת החתונה פאר די נאנטע משפחה מיטגלידער, מיט אלע איבריגע צוגעהער, און אלע קרובים און גוטע פריינד וועלן ארויפקומען אנצואוואונטשן און זיך מיטפרייען מיט די שמחה.
ווי באקאנט האבן די פריערדיגע חתונות אין ישיבה געמאכט א גרויסע שטורעם אין די היימישע וועלט, פילע אידן האבן זיך געעפנט די אויגן צום פאקט אז מ'דארף נישט אויסבלוטיגן דעם דם התמצית ביים חתונה מאכן א קינד, זעענדיג אז ס'זענען דא מחותנים מיט א קאפ אויף די פלייצעס, וועלכע מאכן חתונה אן דעם וואס די חתונה נאכט זאל זיי קאסטן אפילו א פרוטה, און כאטש וואס נישט יעדער קען דאס נאכמאכן אינגאנצן, האט דאס אבער געטוישט דעם מהלך המחשבה ביי פילע אידן, וועלכע האבן אנגעהויבן איינזען אז דאס אויסגעבן ביי א שמחה אידיש געלט אין די וועלט אריין האט נישט קיין שום פשט, עס איז זייער נאריש און קיינער פארדינט גארנישט דערפון.
אין די פארגאנגענהייט, ווען מ'פלעגט זען בילדער פון אויפרייסערישע שמחות, האט דאס ארויסגערופן א געוויסע רעספעקט ביי מענטשן, "קוק ווי דער שטעלט זיך אהער אזוי שיין מיט אזא הערליכע שמחה", היינט קוקט מען שוין אבער אויף דעם בילד מיט אנדערע סארט ברילן, "נעבעך אויף דעם איד, ער איז גרייט צו ווארפן אזויפיל אידיש געלט אין די מיסט, בלויז צו באקומען אביסל אויפמערזאמקייט". דאס איז אפילו ווען דער מענטש קען זיך טאקע ערלויבן א טייערע שמחה, איז נאכאלץ דא בעסערע וועגן ווי אזוי צו נוצן דאס געלט ווי דאס אויסווארפן אויף זאכן וואס ברענגט נישט קיין נוצן פאר קיינעם, דער מענטש רעדט זיך נעבעך איין אז ער באקומט כאטש כבוד פון דעם, ווען ער זאל ווען אבער קענען הערן וויפיל מ'רעדט צאם אויף אים אונטער זיין רוקן, טאקע בשעת'ן עסן די טייערע פליישן וואס ער האט צוגעשטעלט, מ'קוקט אים בכלל נישט ארויף פאר'ן זוכן אויפמערקזאמקייט, וואלט
ער געוויס זיך נישט געפריידט אזוי מיט דעם סארט "כבוד" וואס ער באקומט לפנים; ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו איינעם וואס האט נישט דאס געלט פאר דעם, אזוי ווי רוב מנין ובנין וועלכע דארפן זיך אנבארגן פון די זון און די לבנה צו קענען באצאלן די טייערע שמחות, ווי די גוטזאגער זאגן "מענטשן געבן אויס געלט וואס זיי האבן נישט, פאר זאכן וואס זיי דארפן נישט, צו באאיינדרוקן מענטשן וועלכע קוקן עס בכלל נישט ארויף", פארוואס פעלט דאס אויס? ווער פארדינט פון דעם? דאס האט דאך שוין געברענגט אזויפיל צרות און יסורים פאר אזויפיל אידישע קינדער.
דעריבער איז גרויס די פרייד אז מ'האלט שוין ביים דריטן חתונה אין ישיבה, דריי מאל איז שוין א חזקה, והחוט המשולש לא במהרה ינתק, עס איז זיכער אז אויסער דעם וואס די מחותנים פארדינען פאר זיך אליין, זיי שפארן זיך איין אסאך דמים תרתי משמע, זענען זיי מיט דעם אויך מזכה נאך פילע אידן וועלכע נעמען פון דעם ארויס א מוסר השכל אויסצוגעבן טייער אידיש געלט אויף וויכטיגערע צוועקן, און אזוי קענען מאכן שמחות מיט א פרייליכע און רואיגע געמיט.
 
קול מצהלות חתנים מחופתם ונערים ממשתה נגינתם