היינט האט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אינעם בית הדפוס אין יבניאל וואס ווערט געפירט דורך המאו"ר הגדול הרב מאור בניזרי שליט"א. פון וואו עס ווערט צושפרייט אין די הונדערטער טויזנטער בלי גוזמה איבער גאנץ ארץ ישראל מדן ועד באר שבע.
דער ראש ישיבה שליט"א זיך אומגעקוקט אויף די מאשינען און אויף די טויזנטער ספרים וואס זענען דארט געדרוקט געווארן מיט הערליכע אויגפארכאפענדע גראפיקס און אויף די בעסטע פאפיר, מיט שיינע גרויסע אותיות. דער ראש ישיבה האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואונדערן פון די הערליכקייט און הויכע קוואליטעט פון די ספרים.
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט פאר ר' מאור הי"ו אז דער בית הדפוס אין וויליאמסבורג, פון וואו עס גייען ארויס מיליאנען ספרים און קונטרסים איבער גאנץ ניו יארק און ארום, גרייט זיך בקרוב צו קויפן א גאר פארגעשניטענע מיליאן דאלארדיגע מאשין, צו קענען דרוק ספרים מיט הארטע דעקלעך.
 דערנאך זענען זיי געגאנגען צוזאמען צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע צו פועלן אלעס גוטס.
בילדער: באזוך אין בית הדפוס יבנאל