אין די יעצטיגע טעג טוט זיך אויף טישן און אויף בענק אין ישיבה, די בחורים זענען צוגענאגלט צו די בענקלעך, און די אויגן צוגעבינדען צו א גמרא מסכת תענית, זיי לערנען פלייסיג מיט חשק, און ענדיגן יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית.
מיט זעקס יאר צוריק, אין יאר תשע"א, האט די ישיבה באקומען זייער א שלעכטער נאמען אויף די גאס, שלעכטע פארשוינען האבן ארויסגעלאזט פארשידענע סארט הוצאת שם רע אויף די ישיבה, און דאס האט געברענגט דערצו אז די בחורים האבן שווער געקענט טרעפן א שידוך. כאטש וואס יעדער האט געקענט אליין אריינקומען אין ישיבה און זיך איבערצייגן אין די פאלשקייט פון די אלע לשון הרע'ס, מען קען דאך זען מיט די אויגן די טייערע בחורים וועלכע זיצן און לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, דאווענען ערליך, פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און מדות טובות, איז דאך אבער "גזירה על לשון הרע שתתקבל על הלב", מענטשן נעמען זייער גרינג אן לשון הרע, און קיינער האט נישט געוואלט הערן פון נעמען א בחור פון ישיבה.
ווען די ישיבה איז דאן געווען אין קעמפ, האט דער ראש ישיבה געבעטן פון מוהרא"ש אויב ער קען עפעס טון צו העלפן די בחורים, האט מוהרא"ש דאן געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער גייט אריבערקומען אין קעמפ חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים.
אום חמשה עשר באב איז מוהרא"ש טאקע געקומען אין קעמפ, מען האט געמאכט א גרויסע סעודה, מוהרא"ש האט גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט פאר די בחורים אז אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה.
מער האט נישט אויסגעפעלט, פון דעם קומענדיגן טאג האט מען מער נישט געקענט רעדן צו קיין בחור אין קעמפ, אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און אנגעהויבן לערנען מסכת תענית מיט'ן ציל צו ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג פון פריש.
>>> זעט בילדער פון תשע"א ווי אזוי די בחורים לערנען פלייסיג מסכת תענית
עס האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, דער יצר הרע האט נישט געקענט אויסהאלטן צו זען ווי די בחורים לערנען אזוי פלייסיג, און אז באלד וועלן זיי שוין אלע חתנים ווערן, האט זיך אנגערוקט שווערע שטורעם ווינטן, דער האריקעין "איירין" איז אנגעקומען מיט פולן קראפט, און ווען מען האט זיך אויפגעוועקט איין אינדערפרי, האט מען געזען אז דער טייכל וואס לויפט נעבן קעמפ האט זיך געהויבן מיט איבער צען פיס העכער ווי געווענליך, און די קעמפ ווערט מער און מער פארפלייצט מיט וואסער.
די לעקטער און וואסער איז געווארן אפגעהאקט, און די גאנצע קעמפ האט געמוזט זאפארט אויסגעליידיגט ווערן, די שטאטישע רעטונג איינהייטן זענען אנקומען מיט פאליציי קארס און פייער טראקס צו נעמען דעם עולם, אזוי ווי די גאסן און וועגן זענען שוין געווען פארפלייצט און מען האט מער נישט געקענט ארויספארן מיט געווענליכע אויטאס. די באאמטע האבן גענומען א טייל עולם צום פייער סטאנציע, און די אנדערע האבן זיך אויסגעשפרייט צו אנדערע געגנטער וואס זענען געווען אביסל העכער און נישט געווארן אזוי שטארק אפעקטירט פונעם האריקעין.
יעדער איז ארויסגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט, איידער די גאנצע קעמפ געפונט זיך שוין אונטער'ן וואסער. די בחורים האבן אבער מיטגעשלעפט זייער תפלין זעקל אין איין האנט, און די גמרא מסכת תענית אין די אנדערע האנט, ווייל זיי האבן נישט געוואלט פארפאסן אפילו נאר איין טאג פון צו לערנען מסכת תענית.
וואו די בחורים זענען נאר אנגעקומען, טייל אין די פייער סטאנציע, טייל אין א גאז סטאנציע, טייל אין אנדערע קעמפ און קאנטריס, האבן אלע געענדיגט די גאנצע מסכת, טראץ די אלע טלטולים און שוועריקייטן.
ווען די שטורעמעס האבן נאכגעלאזט און מען האט שוין ענדליך געקענט זיך צוריק קערן אין קעמפ, איז אבער נאכאלץ נישט געווען קיין לעקטער אין קעמפ. אבער די בחורים האבן ווייטער געמוזט ענדיגן די גאנצע מסכת יעדן טאג, און צו די שיין פון ליכט זענען די בחורים געזיצן ביז אין די שפעטע נאכט שעות און געלערנט פלייסיג נאך א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא.
>>> זעט אין די ווידיא ווי די בחורים לערנען מסכת תענית ביים שווערן האריקעין
[די ווידיא איז אויפגעשפילט געווארן א' מקץ תשע"ה, ביי א שבע ברכות אין ישיבה פאר ר' שמואל דוד ברוין. מוהרא"ש האט זיך דאן באטייליגט ביי די שבע ברכות און האט זייער הנאה געהאט צו זען ווי די בחורים האבן געלערנט מיט אזא מסירת נפש]
למעשה האבן די בחורים אויסגעפירט און האבן זוכה צו ענדיגן פערציג מאל מסכת תענית, יעדן טאג ביז ראש השנה.
צדיק גוזר והקב"ה מקיים, גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת.
די וואך מאנטאג, חמשה עשר באב, האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די בחורים אז דאס יאר וועט מען דאס נאכאמאל טון. אלע בחורים העכער זיבעצן יאר וועלן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, אין די פערציג טעג ביז ראש השנה.
"גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן", א צדיק אויף יענע וועלט האט ער נאך א גרעסערער כח, און מוהרא"ש וועט זיכער אויס'פועל'ן פאר די אלע בחורים אז זיי זאלן טרעפן זייערע באשערטע בקרוב ובניקל.
אויך דאס מאל האבן די בחורים זיך גאר שטארק צוגעכאפט דערצו, און ווען מען קומט אריין אין בית המדרש איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, ווייל יעדער איז פארנומען מיט די הייליגע גמרא, אלע בחורים ענדיגן יעדן טאג גאנץ מסכת תענית.
>>> זעט בילדער ווי די בחורים לערנען פלייסיג מסכת תענית
 אין שמחה כשמחת התורה!