גרויסע רענאוואציעס גייט יעצט אן ביים בית הדפוס פון די "קרן הדפסה היכל הקודש" אין וויליאמסבורג, פילע פרינטינג מאשינען ווערן ארויסגעפירט, און עס ווערט אריינגעברענגט פרישע גרויסע מאשינען, וועלכע וועלן ארויפברענגען דעם בית הדפוס צו גאר א נייעם שטאפל, צו קענען דרוקן די ספרים שענער און בעסער, שנעלער און שטערקער.
די ברסלב'ע ספרים און קונטרסים ווערן היינט צוכאפט ביי אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם אויף א ריזיגן פארנעם. די הייליגע ספרים, די ווערטער פון הייליגן רבי'ן, זענען פול מיט עצות און חיזוק פאר יעדן איינציגן איד אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך, עס געבט הדרכה אין לעבן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, צו וויסן ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אז מען זאל מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. דער פארלאנג פאר די ספרים און קונטרסים איז גאר גרויס, און טראץ די שווערע ארבעט וואס מען לייגט אריין צו דרוקן ווי מער, קען מען נאכאלץ נישט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג. הונדערטער טויזענטער ספרים און קונטרסים זענען שוין געדרוקט געווארן אינעם בית הדפוס, אבער וויפיל מען דרוקט איז קיינמאל נישט גענוג, די מפיצים פארלאנגען אז מען זאל זיך מער צופלייסן און דרוקן נאך פיל מער.
אין די לעצטע שטיק צייט זענען די עסקנים געזעסן מיט פארשטייער פון עטליכע גרויסע קאמפאניס אויף זיצונגען, צו זען ווער פון זיי עס קען צושטעלן די בעסטע פרינטינג מאשינען וואס זאלן קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנגען. ביז מען האט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף געשלאסן קאנטראקט מיט א גרויסע פירמע וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן די בעסטע מאשינען.
דער בית הדפוס האט געמוזט אפשטעלן די ארבעט פאר עטליכע טעג די וואך, אז מ'זאל קענען אריינברענגען די אלע נייע גרויסע מאשינען, זיי אויפשטעלן און מסדר זיין ווי עס דארף צו זיין. דאס איז אבער געווען נאר א ירידה לצורך עליה, ווייל ווי נאר די מאשינען זענען גרייט געווארן, האט מען ווידער אנגעהויבן צו דרוקן ווייטער ביתר שאת וביתר עז.
ווער עס וויל האבן א חלק און ארויסהעלפן די הייליגע ארבעט, וואס איז מחיה און מחזק אזויפיל אידישע קינדער, קען רופן אויפ'ן נומער 845-248-1651.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן זיך שטארקן ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש, צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים, ביז די גאנצע וועלט וועט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן במהרה בימינו אמן.
 
לקראת צמא התיו מים!