די וועד קרן הבנין האט איבערגעגעבן אז אזוי ווי דער אייבישטער האט געהאלפן און די ארבעט רוקט זיך ב"ה זייער שנעל, וועט דער נייער הערליכע בית המדרש בנין מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיין פארטיג נאך היי יאר, און וועט שוין בעז"ה באנוצט ווערן דורך די הונדערטער אנשי שלומינו הי"ו וואס וועלן באלאגערן דעם שטאט אומאן צו פוקד זיין דעם ציון הקדוש אויף ראש השנה תשע"ט הבעל"ט און זיך אויסבעטן א גוט יאר.
ווי איר קענט זען אויף די בילדער, זענען שוין געווארן ארויפגעצויגן דריי שטאקן צעמענטענע זוילן און דעכער, און יעצט ווערט געלייגט ציגל צו פארמאכן די אויסערליכע ווענט פון די העכערע צוויי שטאקן. אינעם אונטערשטן שטאק ווערט יעצט געמאכט די פלאמינג און עלעקטעריק.
אנ"ש קענען נאך אריינכאפן זיך צו משתתף זיין מיט נדבות פאר'ן בנין. מען קען איבערגעבן נדבות פארן בנין פארן ראש ישיבה שליט"א.
מען בעט אנשי שלומינו זאלן זיך משתתף זיין מיט תפלות אז דער בנין זאל קענען פארטיג ווערן אין צייט, יעדע תפלה פועלט.
בילדער אפדעיט זונטאג אחרי קדושים תשע"ח
בילדער אפדעיט דאנערשטאג טהרה תשע"ח
בילדער אפדעיט מאנטאג טהרה תשע"ח
בריוו פון ראש ישיבה שליט"א עש"ק טהרה איבערן בנין אין אומאן