נעכטן זונטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן המופלג בתוי"ש יענקי יאקאבאוויטש ני"ו (פון די תלמידים פון הייליגן ישיבה "תפארת התורה ברסלב") א זון פון הרה"ח ר' שמחה יאקאבאוויטש הי"ו מחשובי אנ"ש פון בארא פארק, מיט די חשובע כלה שתחי' (א טיטשער אין די הייליגע סקול "בית פיגא ברסלב") די טאכטער פון הרה"ח ר' מאיר דוד פארקאש הי"ו, מחשובי אנ"ש פון וויליאמסבורג.
די פרייליכע חתונה איז פארגעקומען אין די "ויואל משה" זאל אין וויליאמסבורג, ווי הונדערטער אנ"ש און ידידים פון ביידע מחותנים, די בחורים פון די הייליגע ישיבה מיטן ראש ישיבה שליט"א, און אלע תלמידים פון מוהרא"ש ז"ל פון נאנט און ווייט, זענען זיך געקומען מיטפרייען ביי די שמחה, און אנווינטשן פאר די בעלי שמחה.
ביי איין ווינקל פונעם זאל האט זיך ספעציעל אנגעזען סעמפלס פון די ספרים וואס דער מחותן מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו האט געספאנסערט צו דריקן, און האבן באקומען דעם נאמען "מהדורת פארקאש": ליקוטי מוהר"ן, די ערשטע 50 בענדער אשר בנחל, די נייע "אוצר יומי" (וואס האט - דרך אגב - אויפגעשטורעמט די וועלט), די קליינע טאשן משניות מיט גרויסע אותיות (ספעציעל געאייגענט צו זאגן ח"י פרקים משניות), און נאך, געדרוקט אין די וועלט-בארימטע בית הדפוס אין יבניאל "ניצוני קודש", אנגעפירט דורך מו"ה מאור בניזרי הי"ו. פילע באטייליגטע האבן זיך אפגעשטעלט און באווינדערט די הערליכע דרוק, און אויפן פלאץ באשטעלט וואס זיי דארפן.
דער חתן נ"י האט זוכה געווען אז צו די חופה האט ער שוין געענדיגט ש"ס, א זאך צו וואס ווייניג זענען זוכה. אזוי אויך די באקאנטע "חיזוק יומי" קארטלעך, מיט וואס טויזנטער אידן האבן זיך שוין מחי' געווען, איז די געווען ארבעט פון אונזער חתן ני"ו, און מ'האט זיך זייער משמח געווען מיט די "חיזוק יומי קארטלעך".
דערנאך האט הרה"ג ר' יצחק לעזער שליט"א - וואס דער חתן און די מחותנים באטיילגן זיך יעדע וואך ביים ליל שישי שיעור - געטאנצט א געהויבענע מצוה טאנץ.
 כל המשמח חתן וכלה זוכה לתורה (ברכות ו ע"ב)
בילדער פון די פרייליכע חתונה