מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די נייעס אז דער נייער אלבום "טאנץ מיט אמונה 2" איז שוין ענדליך ערשינען. דער סידי אנטהאלט 9 הערליכע אייגענארטיגע טאנץ ניגונים. די שיינע גראמען אויף א געשמאקע שפראך זענען געמאכט און געזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א, און איז געשפילט און געזינגען גאר פראפעשנאל, און איז באגלייט דורך א הערליכע כאאר. יעדע ניגון איז ממש ווי א גאנצער שיעור פול מיט אמונה חיזוק און עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן.
דער ערשטער ניגון "אמונה", איז א הערליכער טאנץ ניגון. עס ברענגט ארויס, אז די בעסטע עצה ארויסצוגיין פון אלע צרות, איז חזר'ן און אריינבאקן איך זיך אמונה.
דער צווייטער ניגון איז "תורה". א הערליכע לעבעדיגע ניגון, וואס ברענגט ארויס ווי יעדער קען זוכה זיין צו קונה זיין תורה, און ווען א מענטש לערנט תורה, ווערט ער אן ערליכער איד, און ער ווערט א פרייליכער מענטש, און דאס וועט נאכדעם איבערדייען זיין שטוב צו א געשמאקע הויז.
דער דריטער ניגון הייסט "סבלנות". דא איז א שיינע ניגון, ווי דער ראש ישיבה זאגט אין שיינע גראמען, אז א מענטש דארף האבן געדולד און אויסווארטן זיין ישועה. "ווארט אויס, און זיי מתפלל, וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך ענדיגן גוט". זאגט דער ניגון.
נאכדעם קומט דער ניגון "רבי". א געשמאקער ניגון, וואס ברענגט ארויס וואס דעם רבינ'ס ציל איז געווען. דער רבי זי"ע האט מפקיר געווען אלעס וואס ער האט געהאט נאר אז פאר דיר זאל גיין גוט. און אז דער רבי קען פאררעכטן און אויפהייבן יעדעם איינעם, נישט קיין חילוק וואס ער איז נאר דורך.
ניגון נומער פינף איז "שבת", א ניגון וואס מאכט טאנצן מיט די שמחה פון שבת. עס זינגט זיך ווי גוט און געשמאק שבת איז, און ווי מען פריידט זיך מיט די געשמאקע שבת מאכלים, און די געשמאקקייט פון די שבת טיש און די שבת'דיגע זמירות.
יעצט קומט ניגון נומער זעקס "משיח". א גאר שיינער ניגון, וואס רעדט פונעם טאג אויף וואס כלל ישראל ווארט שוין אזוי לאנג, ווי גוט עס וועט דעמאלטס זיין, און וויאזוי משיח'ס טעג וועלן אויסזען, ווען יעדער אפילו גויים וועלן רעדן צום באשעפער.
ניגון נומער זיבן "הפצה", לייגט אראפ דאס וואס מענטש גייען דורך טעגליך שרעקליכע שוועריקייטן ל"ע, דער האט נישט קיין פרנסה, דעם פאלן קידער אוועק, איינער האט נישט קיין שלום בית, און א צווייטער טרעפט נישט קיין שידוך, א.א.וו., ווי ער זיצט אזוי פארצווייפעלט, פלוצלינג ערשיינט ביים טיר א ברסלבער מיט קונטרסים, פול מיט עצות און חיזוק פונקט צוגעפאסט צו זיין מצב, און געט אים האפענונג אנצוגיין, און די וועג זיך ארויסזען פון זיין מצב. און ווער עס האט שכל נעמט אויף שיין דעם ברסלבער. און אז דער ברסלבער וויל דיר נישט פארכאפן פון דיין רבי, נאר דיר צו דערמאנען צו רעדן צום באשעפער דארט וואו דו ביסט.
נאכדעם איז דער ניגון "תשובה", א ניגון וואס ברעגט ארויס ווי דער אייבישטער שטייט און ווארט מיט אן אפענעם טיר אז דו זאלסט צוריק קומען צו אים. און איז מסביר אז תשובה טוט מען דורך זאגן פארן באשעפער אז מען האט געזינדיגט, און פון יעצט הייבט מען אן א נייער בלעטל.
דער לעצטער ניגון איז "ממלא כל עלמין", וואס זינגט און דערמאנט אז דער אייבישטער איז דא, איז אלץ געווען, און וועט אייביג זיין, און הערט אלעס און פארשטייט אלעס, און אז א מענטש איז קיינמאל אליינס, און אז דער אייבישטער ליגט באהאלטן אין יעדע שוועריקייט, און אז דו ווארטסט אויס, וועסטו זען אז אלעס איז געווען לטובה.
סענדי ראטה ני"ו וואס האט געשפילט קיבארד און האט עס ארעינדזשט, זאגט אונז אז מען האט אנגעהויבן צו ארבעטן דערויף תיכף נאכדעם ווען מען האט געענדיגט צו ארבעטן אויפן ערשטן "טאנץ מיט אמונה" אלבום, ער זאגט אז ער האט געבעטן דעם אייבערשטן, און מ'האט געטראפן ב"ה גאר שיינע שפילערס צו שפילן דערויף, און עס איז ב"ה זייער שיין אויסגעקומען. אויך זאגט ער אונז אז מען האט שוין אנגעהויבן צו ארבעטן אויפן דריטן "טאנץ מיט אמונה" אלבום.
ר' אייזיק ראטה ני"ו האט אונז פארציילט איבער אן ארץ ישראלדיגער איד וואס האט געמיקסט, וואס האט אים געזאגט א טראץ וואס ער פארשטייט נישט קיין אידיש, האט ער מורא'דיגע הנאה געהאט פון ארבעטן דערויף, און איז געווארן זייער איבערגענומען דערפון.
די שפילערס דערפון זענען: קיבארד און ערעידזשער: סענדר ראטה, דראמס: אסיר פעדי, גיטאר: יוני קייסער, באסס: אבי יפרח, וואוקעל רעקארדינג: די מיוזיקל קעיוו, רעקארדיג: עף או עס סטודיאס, מיקס און מעסטער: חיים גאטעסמאן, געזונגען: הגה"צ דער ראש ישיבה שליט"א און די תלמידים.
פאר די סידי אויף dropbox דרוקט דא