דעם פארגאנגענעם זונטאג, ל"ג בעומר, זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אנשי שלומינו בהיכל בית מדרשינו אין וויליאמסבורג, צו פראווען אינאיינעם דעם געהויבענעם טאג.
ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארימע הארציגע ניגונים, און דערנאך מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון רבי שמעון בר יוחאי, וואס ער האט מגלה געווען פאר די וועלט די חשיבות פון יעדע מצוה, וואס גרויסע זאכן עס דרייען זיך איבער אין אלע וועלטן ווען א איד איז זוכה צו קומען אין שול דאווענען, ווען א איד איז זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, און אזוי ווייטער יעדע מצוה וואס א איד טוט, וואס דאס פארשאפט א געוואלדיגע נחת רוח פאר'ן אייבערשטן און עס טוט גרויסע תיקונים אין אלע וועלטן.
דעריבער דארפן מיר זיך זייער פרייען אין דעם גרויסן טאג, און נאכדערצו אז דער הייליגער רבי האט עס נאך מער אראפגעברענגט פאר אונז, דער רבי לערנט אונז אויס אז יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן, קיינער זאל נישט טראכטן אז ער איז צו ווייט פון דעם, אז ער איז אזוי ווייט פונעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער דארף נישט האבן זיינע מצות, נאר פונקט פארקערט, ווען א איד ווייסט ביי זיך אז ער איז ווייט פונעם אייבערשטן און פון דעסט וועגן שטרענגט ער זיך אן צו טון א מצוה, ער שטרענגט זיך אן זיך צוריק צו האלטן פון אן עבירה, איז דאס נאך פיל מער חשוב ביים אייבערשטן.
די עצה פאר יעדן מענטש איז צו עפענען זיין מויל און אנהויבן צו רעדן צום אייבערשטן, צו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס מען גייט אריבער, יעדע טאג אראפנעמען א מינוט צו כאפן א שמועס מיט'ן אייבערשטן, און דאן וועט דער אייבערשטער זיכער העלפן דעם מענטש אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס ער דארף און ער זאל ווערן אמת'דיג נאנט צום אייבערשטן.
און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פונעם טאג, און פון אלע געוואלדיגע עצות און לימודים וואס דער רבי לערנט אונז. און ער האט אויסגעפירט אז ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויסגעקומען פון די מערה האט ער געזאגט אז ער גייט עפעס טון צו העלפן די שטאט, און די זעלבע דארף זאגן יעדער איד וואס האט זוכה געווען צו הערן און מקיים זיין די עצות פון רבי'ן, דאס האט אים געהאלפן און אויפגעלאכטן זיין לעבן, דארף ער זען צו העלפן נאך אידן, און זיי דערציילן איבער דעם הייליגן רבי'ן וואס האט די כוחות צו העלפן יעדן איד אין יעדן מצב, ווען א איד וועט לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און מקיים זיין וואס דארט שטייט, וועט ער זיכער ארויסקריכן פון אלע זיינע פראבלעמען, ער וועט גאר שטארק מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד התנא האלקי.
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו!