הונדערטער פרויען זענען זיך צוזאמגעקומען די וואך דינסטאג און מיטוואך מיטצוהאלטן די הערליכע פלעי וואס איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די תלמידות פון "בית פיגא", וועלכע האבן פארגעשטעלט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט פון "די פארלוירענע בת מלך", די ערשטע מעשה פונעם ספר הקדוש ספורי מעשיות, אויף וואס דער רבי האט געזאגט, "ווער ס'האט געהערט די מעשה, האט געהאט אן הרהור תשובה".
אזוי עס איז געווען ערווארטעט גאר א גרויסע באטייליגונג, האט מען געמאכט די פלעי צוויי מאל, דינסטאג און מיטוואך, און מיט דעם אלעם האט מען נישט געקענט נאכקומען דעם גרויסן ציבור בלי עין הרע.
די פארזאמעלטע זענען גאר שטארק באאיינדרוקט געווארן פון די פאכמאנישע ארבעט ווי אזוי די קינדער האט אראפגעשפילט די פלעי אויף אזא שיינעם און פראפעסיניאלן אופן. די פלעי האט געדויערט נאנט צו דריי שעה אנגעפולט מיט הנאה און געשמאק פון וואס יעדער האט גאר שטארק הנאה געהאט.
דער מוסר השכל איז שטארק ארויסגעברענגט געווארן, ווי אזוי יעדער איד איז באליבט ביים אייבערשטן, און ווען דער איד פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, פאלט ער נעבעך אריין אין די הענט פון די "נישט גוטע", אין די הענט פונעם יצר הרע, און ער ווארפט אריין דעם מענטש אין א טיפן שלאף, נישט דער גוף שלאפט, נאר די נשמה שלאפט, דער מענטש דרייט זיך ארום ווי אן אויסגעלאשענער ליכט, און האט נישט קיין סיפוק אין לעבן, ער זוכט א וועג ווי אזוי ער קען צוריק קומען צום אייבערשטן און האבן א גליקליך לעבן, יעדער לאכט אפ פון אים, מ'זאגט אים אז ער איז שוין דערנאך און ער וועט שוין קיינמאל נישט קענען מצליח זיין, אבער דער איד געבט נישט אויף, ער האלט זיך זייער שטארק און שרייט, "ס'איז זיכער יא דא", ס'איז זיכער דא א וועג אויך פאר מיר מצליח צו זיין, און דאן העלפט אים דער אייבערשטער אז ער טרעפט זיין נשמה, ער ווערט צוריק נאנט צום אייבערשטן, ער ווערט א פרייליכער און צופרידענער איד, און ס'איז אים גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
די באטייליגטע האבן זיך גאר שטארק באדאנקט פאר די איבערגעגעבענע מחנכות און די חשובע תלמידות פאר'ן אהערשטעלן דעם גאר געלונגענעם פארשטעלונג.
 עורו ישנים משינתכם!
מען גרייט זיך צום ערשטן שפיל
דער צווייטער שפיל