כלל ישראל איז איינגעהילט אין א געהויבענע שטימונג פון גרויס שמחה און פרייד אויף די גוטע בשורה אז ר' שלום מרדכי רובאשקין הי"ו, פאר וועמען גאנץ כלל ישראל האט אזויפיל מתפלל געווען און געטון אלע סארט פעולות און השתדלות, איז באפרייט געווען פון טורמע דעם מיטוואך, זאת חנוכה, נאכדעם וואס דער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט אונטערגעשריבן די פארארדענונג אים צו באפרייען זאפארט פון טורמע.
עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן די געפילן פון אידישע קינדער איבעראל וועלכע האבן מיטגעטרויערט און מיטגעפילט אזוי שטארק מיט ר' שלום מרדכי וואס האט אזויפיל געליטן די גאנצע צייט על לא עול בכפו, און יעצט קען מען זיך שוין מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה.
א ספעציעלע שמחה הערשט ביי די קינדער אין תלמוד תורה "היכל הקודש", און אין די מיידל סקול "בית פיגא". אזוי ווי עס איז איינגעפירט דארט אז די קינדער האבן א "תפלה צעטל", א ליסטע מיט זאכן וואס מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם, און ווען דער אייבערשטער העלפט אז א תפלה ווערט געהאלפן, נעמט מען עס נישט אראפ פון די ליסטע, נאר מען מאכט א צייכן אז אויף דעם איז מען שוין געהאלפן געווארן, און פון יעצט דארף מען מער נישט בעטן אויף דעם, נאר דאנקען אויף דעם. דער נאמען "ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין" געפינט זיך שוין אויף דעם "תפלה צעטל" פאר אסאך יארן, און יעצט איז עס ברוך ה' געטוישט געווארן פון תפלה צו הודאה.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ביים טעגליכן שיעור דעם מאנטאג ויגש, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געוואלט ארויסברענגען ווי אזוי א איד דארף רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א מענטש וואס מ'זעט פאר די אויגן, האט דער ראש ישיבה גענוצט אלס ביישפיל ווען מיר זאלן האבן די געלעגנהייט אריינצוגיין צו פרעזידענט טראמפ און רעדן צו אים פאר פינף מינוט, וואלטן מיר אים זיכער געבעטן אז ער זאל באפרייען ר' שלום מרדכי פון טורמע, די זעלבע דארפן מיר וויסן אז מיר שטייען שטענדיג פאר'ן אייבערשטן און מיר קענען אים שטענדיג בעטן אלעס וואס מיר דארפן.
געלויבט השי"ת אז דאס איז טאקע מקוים געווארן אויף אזא פלוצימדיגער פארנעם, און דאס איז א געוואלדיגער חיזוק פאר יעדן איד, אין וועלכע שווערע ער געפונט זיך נאר, און ער זעט נישט קיין שום וועג בדרך הטבע ווי אזוי ער קען געהאלפן ווערן און זיך ארויסדרייען פון זיין פראבלעם, דארף ער געדענקען אז ישועת ה' כהרף עין, ביים אייבערשטן איז גארנישט שווער, די ישועה קען אנקומען יעדע רגע אויף גאר אן אומגעראכטענעם וועג.
 יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם!