די לאנג ערווערטעטע אלבום, די דריטע אין די סעריע פון "טאנץ מיט אמונה", וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען היינט נאכט, מיטן נאמען "קום צוריק".
דער נייער הערליכער אלבום אנטהאלט 9 פרייליכע ניגונים, וואס וועקן אויף דאס הארץ צום אייבערשטן.
די ניגונים און זייער אינהאלט אין קורצן זענען ווי פאלגענד:
1 בעטן און בעטן - דארפסט עפעס, נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין, דער אייבישטער הערט דיר אויס
2 א שיינע שטוב - כדי צו האבן שלום בית דארף מען האבן וותרנות
3 קום צוריק - דו ביסט נישט דערנאך, קענסט היינט תשובה טון
4 יבניאל - מוהרא"ש האט אונז לעכטיג געמאכט, און געזוכט צו העלפן יעדן איד
5 בעט דעם באשעפער - גיי נישט צו קייעם ווען דו דארסט עפעס, נאר צום אייבערשטן
6 שבת איז גוט - מיר דאנקען דעם באשעפער אויף די גרויסע מתנה "שבת"
7 אלעס איז דער אייבישטער - דער באשעפער פירט אונז מיט א פונקטליכע השגחה פרטית
8 דעם לעצטן טאג - געדענק אז מ'נעמט גארנישט מיט, אויסער מצות און מעשים טובים
7 וואוילע קינדער - האב רחמנות אויף דיין קינד, מאך אים חתונה וואס אינגער
 
דער נייער אלבום וועט זיין בעזהשי"ת צו באקומען אין אומאן, און נאך ראש השנה אין ישיבה אין וויליאמסבורג, און ביי די מפיצים
פאר האלסעיל קען מען רופן 718.384.1652 / 5