נעכטן איז פארגעקומען אין די ברסלבער קעמפ א שיינע שמחה ווען הבחור החשוב אלכסנדר ראטה נ"י בן מו"ה זאב אלימלך הי"ו פון וויליאמסבורג, איז א חתן געווארן מיט די טאכטער פון מו"ה יודל טירנויער הי"ו מחשובי אנ"ש פון בארא פארק.
עס זענען זיך צוזאם געקומען פילע קרובי המשפחה חברים און ידידים, צו אנווינטשן פאר די חתן און מחותנים.
די תנאים איז פארגעליינט געווארן דורך מו"ה אברהם מאיר ביערמאן הי"ו.
דער חתן ני"ו האט פלייסיג געלערענט אין די ברסלבע ישיבה פאר די לעצטע עטליכע יאר, ווי ער האט געלערענט פילע טעגליכע שיעורים און ש"ס, משניות, און מדרשים, שו"ע, א.א.וו., און האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, אויך האט ער שוין געענדיגט איבער 70 מאל משניות.און אפילו אין טאג פון זיין שידוך שליסן/תנאים, האט ער נאך ארייגעכאפט און געלערענט אלע זיינע שיעורים.
דער חתן איז געשטאנען צו הילף פארן ראש ישיבה שליט"א אין אלע ענינים, בפרט איז ער געווען זייער הילפבאר אין ארויסגעבן די הערליכע סידיס "טאנץ מיט אמונה".
 ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל
בילדער