היינט ב"ה איז פארטיג געווארן די מוזיק פעידזש אינעם וועבסייט. דער "עולם הנגינה" בלאט געפינט זיך אינעם מעין פעידזש, אזוי אויך קענט איר עס טרעפן אונטערן "אלבומס" מעניו.
אין דעם נייעם אפטיילונג וועט איר בעז"ה קענען טרעפן די מוזיק אלבומס מיט הערליכע ניגונים וואס דערנענטערן אידן צום אייבערשטן. אזוי אויך וועט דארט זיין בעז"ה נוסחאות התפלה, ניגוני ברסלב, און נאך.
יעצט ביים עפענונג פונעם נייעם בלאט אינעם סייט, האט מען שוין ארויפגעלייגט עטליכע שיינע אלבומס: "טאנץ מיט אמונה 1", "טאנץ מיט אמונה 2", "נוסח ימים נוראים" און "ניגונים פון תשובה 1", נאך אלבומס וועלן בעז"ה ארויפקומען אין די קומענדיגע טעג.
שמעו ותחי נפשכם!
http://www.breslevcenter.com/music