ווי באקאנט האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן אין זיין צוואה אז מען זאל ארויפרייבן אויף זיין מצבה "איך זאג צו אז יעדע בחור און יעדע מיידל וואס ווען קומען דא צו מיין קבר און וועט אויסזאגן גאנץ תהלים פון אנפאנג ביזן סוף פאר מיין זכות, וועל איך איינלייגן וועלטן זיי זאלן טרעפן זייער שידוך, און דאס איז א שטארקע הבטחה פון מיר". אויך האט מוהרא"ש ז"ל געשריבן אין טאג פון זיין פטירה אז ער בעט מ'זאל קומען מתפלל זיין ביי זיי קבר, און ער זאגט צו צו זיין א מליץ יושר פאר אלע. און מ'הערט כסדר מעשיות פון אידן פון בחורים און מיידלעך וואס זענען געפארן צום ציון און געבעטן ביים אייבערשטן און זענען געהאלפן געווארן מיט שידוכים און אלע מיני ישועות.
דערפאר איז דער הייליגער ציון געווארן א מאגנעט פאר אידן פון אומעטום וואס קומען כסדר יעדן טאג און זענען מתפלל ביים ציון און בעטן זיך אויס ביים אייבערשטן ביים ציון פון דעם הייליגן צדיק וואס האט געבעטן מ'זאל קומען מתפלל זיין ביי זיין קבר, און צוגעזאגט גרויסע ישועות, און פועלן טאקע דארט אויס ישועות, רפואות, שידוכים וכו' למעלה מדרך הטבע.
צוליב די גרויסע היצן אין ארץ ישראל אין די טעג, איז געווען זייער שווער פאר די אידן וואס קומען דארט מתפלל זיין אין די הייסע זומער טעג, און ב"ה טייערע עסקנים פון יבניאל האבן זיך אריינגעלייגט צוצושטעלן עיר קאנדישאנס, וואס איז שוין ב"ה אינסטאלירט געווארן.
על-ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקדוש ברוך הוא עושה לו טובות אף על פי שאינו ראוי לכך (ספר המידות ערך "צדיק" סעיף קע"ג)