מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן די נייעס איבער די עפענונג פונעם נייעם בית המדרש "היכל הקודש" אין די געגנט פון בלומינגראוו אין די גלילות פון קרית יואל.
אין די לעצטערע יארן האבן זיך פילע משפחות אריבערגעצויגן צו די געגנט פון בלומינגראוו, צווישן זיי אויך עטליכע אנשי שלומינו. אזוי ווי דער פארלאנג פאר פרישע שולן אין די געגנט איז געווארן גרעסער, האבן זיך צוזאמגעשטעלט אנשי שלומינו צו עפענען דעם נייעם בית המדרש.
דעם פארגאנגענעם שבת האבן זיך געעפנט די טויערן פון בית המדרש צום ערשטן מאל, פילע אידן פון די געגנט זענען געקומען דאווענען, און האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם נייעם געשמאקן בית המדרש.
די זמנים פאר די שבתים בימות הקיץ איז פרייטאג צו נאכטס דאווענט מען 35 מינוט נאכ'ן זמן הדלקת הנירות, שבת אינדערפרי דאווענט מען 9:45, און נאכ'ן דאווענען איז דא צוגעשטעלט א קידוש מיט א שיינעם שיעור אינעם ספר הקדוש "ספורי מעשיות", מנחה און שלש סעודות איז א האלבע שעה נאכ'ן זמן.
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער בית המדרש דינען אלס א לייכט טורעם פאר די גאנצע אומגעגנט.
פתחו שערים ויבוא גוי צדיק!