דער נייער אלבום, דער דריטער פון די בארימטע סעריע "טאנץ מיט אמונה" מיטן נאמען "קום צוריק" איז שוין ב"ה ערשינען, און איז שוין דא צו דאונלאודן אויפן וועבסייט.
די ניגונים וועקן אויף א מענטש פון שלאף און דערמאנט אז מען קען אויך צוריק קומען צום אייבערשטן, נישט קיין חילוק ווי גרויס אדער קליין איך בין.
איך זינג מיך אונטער א גאנצן טאג "באשפער העלף אונז לעבן בשלום, ווי טויבעלעך אין א זיסער חלום", זאגן פילע אידן פאר די מפיצים, אנדערע זאגן "איך האב מיך אויפגעוועקט פון מיין דמיון אז געלט איז דער תכלית". אזעלכע און ענדליכע קאמענטארן - וואס מ'הערט נישט אויף קיין שום אלבום אויף דער וועלט - הערן די מפיצים כסדר. יעדער ניגון פון דעם אלבום, ברעגנט ארויס א באזונדער עצה אדער חיזוק וואס מ'קען מיטנעמען אויפן טאג טעגליכן לעבן, און עס לייגן אויף למעשה.
דא קענט איר הערן אדער דאונלאדן דעם שיינעם אלבום.
הערט און האט הנאה.