דעם מיטוואך נאכט זענען אנשי שלומינו זיך צוזאמגעקומען צו די יארצייט סעודה פון רבי נתן זצוק"ל בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג.
פילע אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען, זיך צו שטארקן אינאיינעם מיט די עצות און התחזקות וואס רבי נתן האט אונז איבערגעלאזט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט א לענגערע צייט ארומגערעדט דברי התחזקות והתעוררות וואס מיר דארפן ארויסנעמען פון אזא טאג, צום ערשט האט ער דערציילט דער גאנצער סיפור התקרבות, ווי אזוי רבי נתן איז אנגעקומען צום הייליגן רבי'ן, און דער עיקר וואס עס האט אים געכאפט ביים רבי'ן איז געווען דאס וואס דער רבי האט אים געזאגט די ווערטער: "און ווייטער איז גוט אז מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו א גוטער פריינד", ווען רבי נתן האט געהערט די ווערטער האט ער פארשטאנען אז דאס וואס אים שוין באגלייטן און ארויסהעלפן אין סיי וועלכע מצב ער וועט זיך נאר געפונען אין לעבן, ווייל אלעס וועט ער אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן.
און מיר דארפן זייער דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן געהאט רבי נתן, ווייל אלעס וואס מיר ווייסן היינט פון הייליגן רבי'ן איז נאר דורך רבי נתן וואס ער האט אלעס אפגעשריבן און איבערגעגעבן פאר די ווייטערדיגע דורות.
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם וואס דער הייליגער רבי לערנט אויס אז מ'קען לעבן דא אויף דער וועלט מיט'ן אייבערשטן, מ'דארף זיך נישט אפשיידן פון די וועלט, מ'קען זיין א מענטש צווישן מענטשן, און פון דעסט וועגן זאל מען זיין אינגאנצן דבוק צום אייבערשטן, צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, און צו אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן יעדע זאך.
אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ווי אזוי מ'דארף אריינברענגען א געשמאק אין אידישקייט, אריינברענגען א שמחה אין שטוב ביי יעדע מצוה, ביי יעדע שבת ויום טוב, און דאן וועלן די קינדער דאס אויך וועלן נאכמאכן, זיי וועלן שפירן אז ס'איז געשמאק און גוט צו זיין אן ערליכער איד, ס'לוינט זיך צו לעבן מיט'ן אייבערשטן און זיך אויפפירן ווי אזוי דער אייבערשטער וויל.
אזוי ווי דעם מיטוואך האט מען אנגעהויבן א פרישע מחזור אין תוספתא, האט דער ראש ישיבה שליט"א אויך גערעדט פון דעם געוואלדיגן סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פון הייליגן רבי'ן, ווי אזוי יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין לכתרה של תורה, יעדער איד קען לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, אפילו ווען ער האט נישט די צייט און כח צו לערנען בעיון.
 נאכ'ן בענטשן ברכת המזון איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות זיך צו שטארקן אינעם רבינ'ס לימודים אזוי ווי רבי נתן האט אונז איבער געגעבן.
 תורתו מגן לנו, היא מאירת עינינו!
בילדער
די דרשה פון ראש ישיבה שליט"א