אידן איבער די וועלט האבן אויפגענומען מיט גרויס אינטערעסע דעם נייעם קונטרס "צושנייד מיך נישט", וואס איז יעצט ארויסגעקומען פונעם בית הדפוס.
ליל שישי פרשת דברים תשע"א לפ"ק האט מוהרא"ש ז"ל געזאגט גאר א רירנדע און הארצרייסנדע הספד אויף הילד לייבי קלעצקי ע"ה וואס איז דאן אומגעברענגט געווארן אויף א שרעקליכן אופן רח"ל, דורך א איד וואס האט זיך פאררופן צו זיין א שומר תורה ומצות, און נישט לאנג נאכדעם איז דערשטאכן געווארן צום טויט רח"ל דער צדיק רבי אלעזר אבוחצירא ז"ל, און מוהרא"ש האט דאן געזאגט דברי הספד וואס האט אויפגעשטורעמט די וועלט.
מוהרא"ש האט געזאגט אז דער אייבערשטער וויל אונז ווייזן אז עס זענען דא טויזנטער אידישע קינדערלעך וואס לערנען אין די חדרים און אין די מיידל שולעס, און זיי ווערן נעבעך צעשניטן טאג טעגליך דורך די מלמדים און לערערינס וועלכע ווייסן נישט ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט קינדער ווי עס דארף צו זיין. מען פארשעמט קינדער, מען דערנידערט קינדער, מען שלאגט און מען שפעט אפ פון קינדער, און דורך דעם ווערן זיי ממש צעשניטן לעבעדיגערהייט.
מוהרא"ש האט זייער געוואלט אז מען זאל אפשרייבן די דברי הספד און מאכן פון דעם א קונטרס, און יעצט האבן מיר ב"ה זוכה געווען דאס אויסצופירן, און דער קונטרס איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים.
עס איז דא א גרויסע נאכפראגע פאר דעם קונטרס, פילע תלמודי תורה האבן באשטעלט גרויסע קוואנטומס פונעם קונטרס, עס צו קענען אויסטיילן פאר אלע מלמדים. דאס איז ממש א חיוב פאר יעדן מלמד דורכצולערנען דעם קונטרס איידער ער גייט אריין אין קלאס, אז ער זאל זייער אכטונג נישט צו צעשניידן קיין קינדער חס ושלום.
ולמדתם אותם את בניכם לדבר בם!
דרוקט דעם לינק צו ליינען אדער דאונלאודן דעם קונטרס.