מאנטאג מיטאג איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פלוצלימדיגע פטירה פון הרבנית הצדיקת מקארלסבורג ע"ה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט תיכף געשאפן טיקעטס צו פליען קיין ארץ ישראל זיך צו באטייליגן ביים לוי'.
די לוי' איז פארגעקומען אין עיה"ק מירון אין חצר פון התנא הלקי רשב"י, ווי איר גרויסער מאן הגה"צ דער קארלסבורגער רב שליט"א איז דבוק בתורתו, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט צווישן אנדערע מספיד געווען זיין גרויסע באבע ע"ה, ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון זיין חשובע באבע וואס איז געשטאנען א גאנץ לעבן מיט א מוראדיגע מסירת נפש לימין פון איר מאן שליט"א ער זאל קענען זיצן באהלו של תורה.
קליפ פון הספד
בילדער פון לוי'
בילדער ביים ציון אין יבנאל