1) מוזיק
א שפאגל נייע אפטיילונג וועט בעז"ה געעפענעט ווערן פאר מוזיק. דער בלאט וועט בעז"ה אנטהאלטן די ניגונים וואס וועקן אויף פון שלאף אז מ'זאל רעדן צום אייבערשטן, די שיינע ניגונים פון ישיבה און פונעם ראש ישיבה, ניגונים און נוסחאות פון ברסלב בכלליות, און נאך.
דאס אלעס וועט בעז"ה זיין עוועיליבל אויף א הערליכן געשמאקן פארמאט סיי צו דאונלאודן, און סיי צו הערן אנליין.
 
2) שפראכן
אומגעהויערע כחות ווערט אריינגעלייגט צוצולייגן נאך שפראכן צום וועבסייט. דער וועבסייט באקומט כסדר טויזנטער ווענדונגען פון אידן וואס פארשטייען נאר אנדערע שפראכן, ווי צום ביישפיל לשון הקודש און ענגליש. יעצט ארבעט מען אויס אז וואס מער אפטיילונגען פונעם וועבסייט זאל זיין צום פארשטיין פאר וואס מער אידישע קינדער איבער דער גאנצער וועלט, אז אויך זיי זאלן קענען הערן די עצות און שעפן פונעם שפרודלדיגן לעבעדיגן קוואל פונעם הייליגן רבין.
 
3) געשעפט
עס וועט בעז"ה געעפענט ווערן א פול-פוקנציאנירדע געשעפט ווי מען וועט בעז"ה קענען באשטעלן אויפן וועבסייט ספרים, קונטרסים, סידיס, יו-עס-ביס, און אנדערע ברסבלע ארטיקלען.
אויך ארבעט מען אויס איינצופעדעמען א פארגעשניטענע שיפינג סיסטעם צו קענען שיקן גרינגערהייט די באשטעלונגען אויף די גאנצע וועלט.
*
די מענעדזשמענט פונעם וועבסייט געבן איבער אז זינט דער סייט איז אפן האט עס שוין געהאט איבער 30,000 באזוכער (מיט איבער 300,000 היטס אויפן מעין פעידזש). יעדע חודש האט עס בערך 5,000 באזוכער (מיט איבער 15,000 היטס אויפן מעין פעידזש).
די גריסן וואס מען הערט געבן א געוואלדיגע חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, "זייט איך הער די שיעורים, דאוון איך מיט מנין" שרייבט איינער. "איך האב מיך אויסגעלערענט וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט מיינע קינדער, און איך ברענג מער נישט אהיים מיין סעלעפאן, א גרויסע ישר כח פאר אייער וועבסייט" געט אונז א צווייטער איבער. "איר האט געטוישט מיין לעבן. איך האב אנגעהויבן צו לערנען, איך האב באקומען א נייע האפענונג אז מיין מצב וועט זיך נאך איין טאג טוישן צום גוטן. איך האב אסאך מיטגעמאכט אין מיין לעבן, איך האב אנגעהויבן מאכן התבודדות יעדן טאג, און איך פיל מיך אסאך בעסער", שרייבט אן אנדערע בריוו.
 
טייערע אידן, נעמט א חלק אין די גרויסע הוצאות פונעם אויפבויען און אויפהאלטן דעם וועבסייט וואס ברענגט אריין דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט. דרוק דעם לינק. דער אייבישטער וועט אייך אוודאי באצאלן מיט כל משאלות לבכם לטובה אמן.