מיט גרויס שמחה האבן אנ"ש אויפגענומען די פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' החשוב יעקב הלל פארקאש הי"ו תלמיד הישיבה, בן מוה"ר יואל הי"ו, עב"ג הכלה החשובה בת מוה"ר מנחם גאלדשטיין הי"ו אב"י בעיר מאנסי.
דער שידוך שליסן / לחיים איז פארגעקומען נעכט שפעט אויף דער נאכט אויף א שיינע באשיידענע אופן, מיט די באטייליגונג פון אן ענגע צאל קרובים און ידידים, וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען און אנווינטשן פאר'ן חתן און די מחותנים.
די מחותנים האבן געהאט חשק שוין אויפן פלאץ צו פארליינען דעם תנאים, אזוי מוהרא"ש זי"ע האט אלץ געוואלט. איינע פון אנ"ש וואס האט זיך באטייליגט, האט פארשאפט אויפן פלאץ א "שטר התנאים", וואס איז פארגעליינט געווארן דורך מו"ה מאיר דוד פארקאש הי"ו, א פעטער פונעם חתן ני"ו.
די מחותנים דארפן אויסגעלויבט ווערן פארן האבן דעם קאפ אויפן פלאץ בעת די גרויסע שמחה, און האבן זיך געשפארט די אלע קאפ וויי וואס די אלע מסיבות ברענגען געווענליך מיט. די מחותנים, די חתן כלה און די געשוויסטער דארפן זיך פריש אויסשטאפירן, מ'דארף דינגען א זאל, קויפן בלומען, מטריח זיין די קרובים און ידידים איינמאל און נאכאמאל ארויס צו קומען, נאר אנשטאט דעם האבן זיי געמאכט דעם שידוך שליסן / לחיים / ווארט / תנאים וכו' אויף איין מאל אויף א בא'חנ'טע און באשיידענע פארנעם.
"ווען מ'פאלגט מוהרא"ש, האט מען נחת פון די קינדער, און די שידוכים קומען אן גרינג אן קיין קאפ וויי און דאגות", האט זיך דער מחותן אויסגעדריקט. "ווילאנג מ'האט א בחור אין ישיבה, איז דא עקספענסעס, שכר לימוד א.א.וו. אבער, ווען מ'טוט א שידוך בשטו"מ, איז מער נישטא קיין הוצאות".
דער חתן ני"ו איז געווען נישט לאנג צוריק ביים ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע און אויסגעזאגט גאנץ תהלים, ווי ער האט אויסגעבעטן און אויסגעפועלט אזא שיינעם שידוך.
 
דער מחותן מוה"ר ר' יואל הי"ו איז דער גבאי אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל אין צענטער פון שטאט אויף העיס קט. ווי דער מחותן לערנט פאר יעדע וואך סיפורי מעשיות און זאגט ד"ת ביי שלש סעודות, וואס איז א מאגנעט פאר אידן פון די גאנצע אומגעגענט צו הערן דברי חיזוק און עצות וויאזוי זיך אומצוגיין אין טאג טעגליכן לעבן.