די וואך מאנטאג איז פארגעקומען א באשיידענע שמחת בר מצוה אין די ברסלבע קעמפ אויף א גאר פרייליכער פארנעם, פון הבחור משה יצחק בן מו"ה עזרא בוים הי"ו, און אייניקל פון הרה"ג מוה"ר דניאל בוים שליט"א מחשובי אנשי שלומינו.
דער בר מצוה בחור איז א לאנג יעריגער תלמוד פון די ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג, ווי די קינדער הערן כסדר פונעם ראש ישיבה און די חשובע מלמדים אז מ'דארף געפעלן נאר פארן אייבערשטן, און מ'דארף נאר זוכן ווי מ'קען לערנען און דאווענען און טון מצוות און מעשים טובים.
דערפאר ווען די טייערע קינדער קומען צו די בר מצוה יארגאנג, זוכן זיי נישט ווי מ'קען טרעפן וואס מער א טייערע זאל, און ברענגען שפילערס און זינגער פון די לבנה און די שטערנס, נאר זענען פרייליך מיט דעם אליינס אז זיי הייבן אן צו לייגן די הייליגע תפילין, און זיי גייען אריין לעול התורה והמצות. די טייערע ריינע קינדער זאגן פאר זייערע עלטערן אז זיי דארפן גארנישט אויסער א מהודרדיגע פאר תפילין רש"י און ר"ת, און עס איז זיי א בושה צו מאכן א בר מצוה אין א טייערע זאל.
די סעודת בר מצוה פארגעקומען אין בית המדרש אין קעמפ, נישט וועלנדיג ארויסווארפן אידיש געלט פאר טייערע שמחות וואס ברענגט נישט קיין נוצן פאר קיינעם, וואו עס איז צוגעשטעלט געווארן א סעודה בלויז פאר די נאנטע משפחה, און דערנאך זענען אריבערגעקומען די קרובים וידידים און די תושבי המחנה אנצואוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור און פאר די בעלי שמחה.
דער בעל שמחה האט זיך אויסגעדרוקט אז ביי אים הויבט זיך אן די בר מצוה פון זיין זון - א טאג נאך די בר מצוה... ווען דער בחור הויבט אן לייגן תפלין, ער גייט אריין לעול התורה והמצות, דאס איז די עיקר שמחה און חשיבות, נישט דוקא די סעודת בר מצוה, ס'פעלט נישט אויס אויסצופאטשקען אידיש געלט אויף דעם.
די חברים פונעם בר מצוה בחור האבן מהנה געווען מיט שיינע ניגונים לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע גרויסע חסדים.
ונשמח בדברי תלמוד תורתך ובמצותיך!
בילדער פון די שיינע בר מצוה