ווי באקאנט האט מוהרא"ש אלץ מעורר געווען זיינע תלמידים זאלן רחמנות האבן אויף זייערע קינדער, און נישט אוועקגעבן אזויפיל קריטישע צייט פון די האקעלע בחורישע יארן זיך צו קלויבן מחותנים, געלט אדער אנדערע זייטיגע נארישקייטן, נאר חתונה מאכן די טייערע קינדער וואס שנעלער.
איינע פון די גרויסע שטערונגען פארוואס מענטשן שטופן אלץ אפ דאס חתונה מאכן זייערע קינדער – פלעגט מוהרא"ש זאגן – איז, אז עס קאסט א הון תועפות צו חתונה מאכן די קינדער, און מענטשן – וואס זענען שוין אזוי אויך איבערגעשטרענגט מיט גרויסע הוצאות – האבן זיך נישט געקענט זען יעצט מיט א פרישע לאסט פון א גאנצע יאר געהאלט, וואס דארף גיין אויף צו חתונה מאכן די קינדער בדרך כבוד. מוהרא"ש פלעגט פרעגן: "ווער בעט דיך אויסצוגעבן אזויפיל געלט וואס דו האסט נישט אויף חתונה מאכן? ענדערש האב אמתע רחמנות אויף דיינע קינדער, מאך א פשוטע חתונה, און שטופ עס נישט אפ אויף ווען עס וועט שוין אפשר זיין צו שפעט".
דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א אויפגעשטעלט א חתונה זאל אין וויליאמסבורג, ווי מחותנים קענען חתונה מאכן זייער קינדער "אינגאנצן בחנם". יא, איר האט גוט געליינט, אינגאנצן בחנם. און ב"ה קלוגע מחותנים און חתנים און כלות האבן שוין אויסגענוצט די געלעגענהייט און דארט חתונה געמאכט זייערע קינדער, און זענען ב"ה ארויס העכסט צופרידן.
די מחותנים האבן געהאט די רואיגקייט און אמת'ע שמחה און שלוות הנפש ביי זייער פרייליכסטע טעג אין לעבן, ווען זיי האבן זוכה געווען צו חתונה מאכן זייערע קינדער, און די חתן כלה האבן זיך געפילט גליקליך אז זיי האבן זיך איינגעקויפט די געוואלדיגע זכות פון איינשפארן פאר זייערע עלטערן בושות פון אויסשטרעקן זייערע הענט צו צוזאם קלויבן געלט צו חתונה מאכן "בדרך כבוד", און די לחץ און עול פון חובות וואס זיי וועלן דארפן טראגן אויף זייערע פלייצעס אויף אסאך יארן. וואס דער זכות פון "כיבוד אב", וואס זיי האבן זיך איינגעשאפט וועט זיי זיכער ביישטיין צו באקומען די ברכה וואס די תורה זאגט דערויף "למען יאריכון ימיך, ולמען יטב לך".
דער זאל איז געווארן הערליך אויסשטאפירט מיט רייכע פירהענג, און שיינע דעקאראציעס ווי עס פאסט פאר א חתונה זאל. דאס אלעס איז נתנדב געווארן דורך מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו, וואס האט זיך איינגעקויפט די זכות פון די גרויסע מצוה פון געבן די געלעגענהייט חתונה צו מאכן אידישע קינדער גרינגערהייט, און האט דערפאר באקומען דעם נאמען "אולם אפפעל".
יעצט קומט די פריידיגע נייעס אז עס זענען נארוואס אינסטאלירט געווארן דארט הערליכע נייע פענסטער, וואס וועט זיכער צוגעבן צו די שיינקייט און געשמאק פונעם חתונה זאל.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה.