די פילע געסט וועלכע זענען אריינגעקומען פורים אינדערפרי אין ביהמ"ד זענען געווען איבעראשט צו זען ווי דער ביהמ"ד איז מלא וגדיש מיט אידן וועלכע זיצן און לערנען. פילע אנ"ש זענען געקומען פרי אין ביהמ"ד אריינצוכאפן זייערע שיעורים פארן אנהייבן דעם טאג. נאך שחרית און קריאת המגילה האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט א דף גמרא ווי יעדן טאג, און דערנאך זיך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ.
נאכמיטאג איז מען זיך צוזאמגעקומען צו א גאר געהויבענע סעודת פורים אין ישיבה, דער ראש ישיבה איז געווען זייער גוט אויפגעלייגט און געווינטשן פאר די פילע וואס זענען געקומען נעמען ברכות. אזוי איז מען געטאנצן אינאיינעם און זיך געפריידט ביז שפעט אין די נאכט.
מוצש"ק איז מען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד צום סעודת שושן פורים, עס האט זיך אנגעזען גאר א גרויסער עולם געסט, וואס זענען געקומען צו פארן פון די נאנט און ווייט. מען האט געגעסן א געשמאקע מלוה מלכה, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט דברות קודש, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענט אז שמחה אין נישט א זאך וואס מ'קען קויפן אדער אנשטעלן, "נתתי שמחה בלבי", שמחה איז אין הארץ, מ'דארף בעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיין פרייליך, און אויב מ'איז נישט געווען פרייליך פורים, זאלסטו נישט זיין יעצט בעצבות וועגן דעם. זיי כאטש יעצט פרייליך. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענט אז אמונה ברענגט צו זיין פרייליך. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענט אז ווען דער באשעפער זעט אז א מענטש קרעצט "עס גייט מיר שלעכט", זאגט מען פון הימל "דאס מיינט שלעכט? וועסט שוין האבן אויף וואס צו קרעכצן", פארקערט ווען א מענטש דאנקט אלץ דעם אייבערשטן "ברוך ה', דער באשעפער העלפט", זאגט מען אים, "דאס הייסט גוט? מיר וועלן דיר באגיסן מיט גוטס, וועסט שוין האבן אויף וואס צו דאנקען". דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענט אז פורים זעט מען מענטשן ארומגיין שרייען "עס איז גארנישט דא, עס איז נאר דא א באשעפער אויף דער וועלט", פורים קען מען הערן מענטשן שרייען צום אייבערשטן "באשעפער העלף מיר" אן קיין בושה, "זייער שיין" האט דער ראש ישיבה געזאגט "דער באשעפער וויל הערן ווי די רעדסט פון אים און צו אים אויך מיט א טרוקן מויל", דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט מיטן ארויסברענגען אז מ'דארף אריינברענגען דעם יו"ט פסח מיט א פרייליכקייט. "דו ביסט מחמיר פסח נישט צו נוצן קיין האנטוכער וואס זענען אראפ געפאלן אויפן פלאר? געזונטערהייט. נאר קויף זיך איין פאר יום טוב כאטש א 50 האנטוכער, ווייל אז דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן וועלן בלייבן ערליכע אידן, טאר דיין חומרה נישט מאכן קיין אנגעצויגענקייט אין שטוב".
דערנאך האט מען געהערט געשמאקע דברי בדחנות לכבוד שושן פורים פון הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש.
צום לעצט האבן מהנה געווען צוויי חשובע אינגעלייט וואס האבן פארגעשלטעט א שפיל וויאזוי עס זעט אויס ווען אידן מאכן מיט שווערע צרות ל"ע און זיי ווייסן נישט צו וועם זיך צו ווענדן, ווי תמימות'דיגע אידן ווערן אריינגענארט דורך באנדיטן וואס זאגן זיי צו אלע מיני ישועות, "סווייפ נאר דיין קרעיט קארד ביי מיר"... בשעת דער ריכטיגער ישועה קומט נאר דורך דעם וואס א מענטש גייט צום אייבערשטן, און רעדט זיך אויס פאר אים, וואס דאס האט אונז מוהרא"ש זי"ע אויסגעלערנט אלע יארן.
בילדער: פורים נאכמיטאג אין ישיבה
בילדער: סעודת שושן פורים מוצש"ק
בילדער: שיעור דף גמרא עש"ק שושן פורים אינדערפרי
דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א מוצש"ק שושן פורים