שאלה אין קורצן ענין
#1 - אויב אלעס טוט נאר דער אייבערשטער, ווי אזוי קענען מיר זיך בכלל באהיטן?
אמונה, בחירה, השתדלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, ספעציעל פאר די שיעורים אין לשון הקודש, הלואי זאל זיין יעדן טאג א שיעור אין לשון הקודש.


איך וויל פארשטיין אן ענין אין אמונה, פון איין זייט ווייסן מיר דאך אז קיינער קען אונז שלעכטס טון אדער גוטס אן רשות פון אייבערשטן, אלעס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליין, פון די אנדערע זייט זע איך למשל ווי מוהרא"ש שרייבט אסאך אז מ'זאל זיך אכטונג געבן פון מענטשן, מ'קען נישט טראסטן קיין מענטשן, ספעציעל מיט געלט זאכן, לכאורה וואלט מען געקענט זאגן אז מ'זאל זיך פירן נארמאל, און אויב וועט קומען איינער וואס וויל מיר בא'גנב'ענען, וועט ער דאך סיי ווי מיר גארנישט קענען טון אויב איז נישט אזוי אנגעשריבן פון אויבן.


באמת איז די שאלה מער בכלליות אויך, למשל ווען עס קומט צו פרנסה אדער אנדערע השתדלות וואס מ'טוט אין לעבן; אויב וועט סיי ווי אנקומען צו מיר אלעס וואס קומט זיך מיר, פארוואס זאל איך זיך דארפן פלאגן אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט עס זאל אויסזען ווי עס איז דא אזא זאך ווי טבע; עס זעט אויס ווי זאכן פאסירן פון זיך אליינס. דער אייבערשטער האט זיך אזוי שטארק באהאלטן אין די וועלט אז עס קען זיך דאכטן ווי זאכן פאסירן פון זיך אליינס; עס קען זיך דאכטן ווי דער מענטש האט געטון, דער מענטש האט געמאכט - אבער חס ושלום מען זאל זיך איינרעדן איין רגע אז עס קען עפעס פאסירן אן דעם וואס דער אייבערשטער האט געהייסן און באפוילן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה, אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", א מענטש צעקלאפט זיך נישט דעם קליינעם פינגער אן דעם וואס מען זאל אנשרייבן אויבן אין הימל עס זאל פאסירן, און די הייליגע חכמים דערציילן (בראשית רבה עט, ו; ירושלמי שביעית כה:) ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי מיט זיין זון דער הייליגער תנא רבי אלעזר זענען ארויס פון די מערה נאך דרייצן יאר האבן זיי געזען ווי א פאנגער שפרייט אויס זיינע נעצן צו כאפן פייגלעך, זיי זעען ווי אזוי ער שפרייט אויס די נעץ און א פייגל ווערט שיער אריינגעכאפט, אין די לעצטע סעקונדע האט זיך די פייגל געראטעוועט, נאכדעם קומט נאך א פייגל און זיי הערן ווי עס גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס זאגט: "געפאנגען" און די פייגל איז געפאנגען געווארן; האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי געזאגט פאר זיין זון: "זעסט, אפילו א קליינטשיג פייגעלע קען אויך נישט געכאפט ווערן אן דעם וואס מען זאל דאס אפשרייבן אויבן אין הימל".


דאס האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו אריינגעברענגט אין די וועלט, מען זאל וויסן אז עס איז גאר נישט דא אויסער דעם אייבערשטן. אפילו א וואגן פארט און עס פאלן אראפ שטרוי איז אויך אנגעשריבן פון אויבן פונקטליך וואו די שטרוי זאל פאלן און ווען א בלעטעלע פאלט אראפ פון בוים איז אויך אנגעשריבן פון הימל פונקטליך וואו עס זאל פאלן; קיין שום זאך פאסירט נישט פון זיך אליינס. דאס ווערט אנגערופן אין די ספרים הקדושים: "ידיעה", מען זאל וויסן אז עס איז גארנישט דא, נאר דער אייבערשטער; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער אליינס, ער האט זיך פארשטעלט אין די זאכן עס זאל אויסזען ווי עס איז דא א וועלט, אבער עס איז איין שטיק אייבערשטער.


פון די אנדערע זייט האט דער אייבערשטער אונז געגעבן די מעגליכקייט מיר זאלן אויסוועלן צו טון גוט; דאס ווערט אנגערופן אין די ספרים הקדושים: "בחירה", דער מענטש האט א מעגליכקייט אליינס אויסצואוועלן צו זיין גוט אדער פארקערט חס ושלום - טון שלעכטס; אויב טוט ער גוטס וועט ער האבן שכר און אויב טוט ער נישט גוט און טוט נישט תשובה - וועט ער באקומען אן עונש.


דאס איז זייער שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין "בחירה" מיט "ידיעה"? ווי אזוי קען דער מענטש אויסוועלן צו טון גוטס אדער שלעכטס ווען אלעס איז דער אייבערשטער? ווי קען זיין אז איינער זאל קענען טון דעם צווייטן שלעכטס ווען אלעס איז דער אייבערשטער? אזוי אויך איז שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין אז דער מענטש האט א בחירה יא טון אדער נישט טון ווען אלעס איז אנגעשריבן אנהייב יאר ראש השנה, פונקטליך וואס גייט זיין? אלעס איז דאך דער אייבערשטער, דער אייבערשטער ווייסט אלעס וואס גייט זיין, דער אייבערשטער מאכט אלעס אליינס, ווי קען זיין אז דער מענטש זאל אויסוועלן גוטס אדער שלעכטס ווען אלעס איז דער אייבערשטער?!


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כא) ווען א מענטש פירט זיך ערליך, ער הייליגט זיינע שבעה נרות; ער הייליגט זיינע אויגן, אויערן, נאז און מויל - דעמאלט איז ער זוכה צו האבן א ריינעם מח, נאר דעמאלט קען ער פארשטיין ווי אזוי די צוויי זאכן גייען אינאיינעם, דעם מענטש איז נישט שווער די קשיא פון ידיעה און בחירה, ווייל ער טרעפט דעם אייבערשטן אין די בחירה, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער און דאך איז דא א בחירה.


דאס קען נישט פארשטיין נאר דער וואס האט א ריינעם מח. מען רייניגט זיך די אויגן; מען קוקט נישט קיין שום שלעכטע קוק, מען קוקט נאר צום אייבערשטן, מען רייניגט זיך די אויערן; מען הערט נישט קיין שלעכטע זאכן, אזוי אויך רייניגט מען זיך די נאז; מען גלייבט אין די ווערטער פון צדיקים, מען רייניגט זיך די מויל; נישט צו רעדן שלעכטס אויף קיינעם, נישט רעדן שלעכטע זאכן - דעמאלט ווערט דער מח לויטער און ריין, דעמאלט קען מען פארשטיין ווי אזוי דאס ארבעט אינאיינעם.


דאס מיינט נישט אז די שלעכטע מענטשן וואס טוען שלעכטס פאר אנדערע, בא'גנב'נען אנדערע, זענען מצער אנדערע - וועלן נישט באקומען זייער עונש; דער וואס איז מצער אנדערע, דער וואס טוט רשעות פאר אנדערע - וועט האבן א שרעקליכע ענדע. קען זיין עס וועט נעמען א שטיק צייט, עס וועט אריבער גיין א שטיק צייט, אבער ביים סוף וועט יענער באקומען א גרויסער עונש; דאס אליינס איז אויך פון די וואונדער פונעם אייבערשטן. ווי קען זיין אזא זאך, אלעס איז דאך דער אייבערשטער? דער אייבערשטער מאכט דאך אלעס און טוט אלעס?! דאס איז א באהאלטענע זאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין.


וואויל איז דעם מענטש וואס נעמט אריין אין זיך די ריינע אמונה, אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך איז א פערצופאל, נאר יעדע זאך טוט דער אייבערשטער אליינס מיט א פונקטליכקייט, און אלעס וואס מיר זעען און אלעס וואס פאסירט - איז א פארשטעלטע זאך; עס זעט אויס ווי דער טוט, ווי יענער טוט, עס זעט אויס אז אויב מען ארבעט האט מען פרנסה און אויב מען ארבעט נישט האט מען נישט פרנסה, ווען באמת איז דאס נאר א פארשטעלטע זאך, אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליין; דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו די וועלט און יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.