שאלה אין קורצן ענין
#1 - ביי אמת'ע ברסלבע חסידים האט מען דען געהאט מותרות?
חסידות ברסלב, עבודת השם, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט אין א בריוו ווי איר שרייבט אז "מותרות" מיינט נישט קיין איבריגע זאכן און לוקסוס, נאר זאכן וואס זענען נישט מקושר צום אייבערשטן.


איך האב זייער הנאה געהאט פון דעם גאנצן בריוו, אבער דער חלק איז מיר א גרויסער חידוש, האט איר דאס געזען ערגעץ וואו אינעם רבינ'ס ספרים?


איך וואונדער זיך אז איר ענדיגט דעם בריוו מיט א ברכה אז ער זאל האבן א שיינע קאר און א שיינע הויז, האט איר געהערט אמאל אזא סארט ברכה ביי איינע פון די אמת'ע ברסלבע חסידים?


אין ליקוטי הלכות שרייבט רבי נתן אסאך מאל איבער די שלעכטקייט פון האבן שיינע הייזער (עיין הל' הודאה ה"ו אות מ"ב ואות ס"ז, והל' קידושין ה"ג אות ד'), פארוואס זאגט איר אז דאס איז נישט קיין מותרות?


יישר כח פאר אלעס, און הצלחה מרובה.


יעקב

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ב' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יעקב נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט צי איך האב שוין געהערט אמאל ביי איינע פון די "אמת'ע ברסלב'ער חסידים" אזא סארט ברכה; קודם וויל איך דיר פרעגן וואס הייסט ביי דיר אן: "אמת'ער ברסלב'ער חסיד?"


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב געקענט אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד", וואס פלעגט געבן די סארט ברכות; דער "אמת'ער ברסלב'ער חסיד" האט געשריבן איבער זיבעציג טויזנט בריוו בחיים חיותו פאר צעבראכענע הערצער, זיי מחזק געווען און געברענגט נאנט צום אייבערשטן. דער אמת'ער ברסלב'ער חסיד פלעגט ווינשן אז אויב מען וועט מקיים זיין וואס דער אייבערשטער זאגט וועט מען זוכה זיין צו א שיינע לעבן, אויב מען וועט אכטונג געבן אויף מצות מזוזה וועט מען זוכה זיין צו א שיינע הויז, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "הַזָּהִיר בִּמְזוּזָה, זוֹכָה לְדִירָה נָאֶה", ווער עס געבט אכטונג מקיים צו זיין מצות מזוזה וועט זוכה זיין צו א שיינע הויז. אזוי אויך, אויב מען וועט זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן און מען וועט עסן מיט דרך ארץ, וועט מען זוכה זיין צו א שיינע דירה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן יט): "מִי שֶׁמְּשַׁבֵּר תַּאֲוַת אֲכִילָה, זוֹכֶה לְדִירָה נָאָה", ווער עס צעברעכט זיין תאות אכילה וועט זוכה זיין צו האבן א שיינע הויז.


מענטשן מיינען אז צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיין א ספעציעלער סארט באשעפעניש וואס וואוינט ביים עק שטאט מיט צעבראכענע פענסטער אין א הויז וואס איז האלב איינגעזינקן אין דער ערד, אן קיין מעבל, און פאר א טיש נוצט מען א פאס מיט א לאקשן ברעט וכו' וכו'; דער טעות איז נישט קיין נייע טעות, דער רבי רעדט נאך פון דעם.


ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל האט ער זיך געטראפן מיט זייער גרויסע צדיקים, צווישן זיי - הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו; מיט רבי יעקב שמשון משפיטובקה זי"ע; רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זי"ע און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון דער וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף דער וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישט דא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


ר' נתן זכרונו לברכה זאגט, אז דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד. עיין שם).


זעט מען פון דא אז מען קען גארנישט זען פון אינדרויסן; א מענטש קען אויסקוקן פון אינדרויסן ווי א פשוט'ער מענטש אבער אינעווייניג איז ער דבוק צום אייבערשטן, ער טראכט פונעם אייבערשטן און ער רעדט צום אייבערשטן א גאנצן טאג - דאס קען קיינער נישט וויסן און קיינער נישט זען. און אזוי אויך פארקערט, מען קען שרייבן טיטלן אויף מענטשן: "מנקיי הדעת שבירושלים", אבער קיינער ווייסט נישט צי ער האט טאקע א ריינע דעת אדער זיין דעת איז פיל מיט מותרות און צואה, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נד:): "אֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּלִבּוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ", צווישן די זאכן וואס זענען פארהוילן פון די בריאה איז אז קיינער ווייסט נישט וואס דער צווייטער טראכט.


אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מענטש ווי מען קוקט דא; דער הייליגער ר' נתן פלעגט שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (איוב ג, יט): "קָטֹן וְגָדוֹל שָׁם הוּא", דארט ווייסט מען ווער עס איז גרויס און ווער עס איז קליין; מען זעט אמאל אז עס רעש'ט זיך דא מיט איינעם, מען קען מיינען ווער ווייסט וואס יענער איז, אבער אויבן אין הימל ווייסט מען ניטאמאל פון יענעם. ווידער איז דא פארקערט אויך, עס קען זיין א מענטש וואס קיינער ווייסט נישט פון אים און מען מאכט נישט פון אים קיין שום טראסק, אבער אויבן אין הימל איז ער זייער חשוב - ווייל ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער רעדט צום אייבערשטן און ער פארציילט פארן אייבערשטן יעדע זאך וואס באדערט אים; דאס איז חשוב אויבן אין הימל.


נחזור לענינינו ווער עס איז דער "אמת'ער ברסלב'ער חסיד"; אזא איינער וואס פאלגט דעם הייליגן רבי'ן. ווייל כל זמן מען איז נישט מקיים וואס דער הייליגער רבי זאגט האט מען נישט קיין שייכות מיטן רבי'ן, אפילו מען פאררופט זיך אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד"; "עכטע ברסלב'ער חסיד"; ברסלב'ער עובד", וכו' וכו'.


לאמיר אריין קוקן אינעם רבינ'ס ספרים וואו מיר קענען זעהן וואס דער רבי האט געוואלט פון אונז. ר' נתן זכרונו לברכה שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "דער רבי פלעגט אונז מבזה זיין פארוואס מיר זענען נישט עוסק אין 'הפצה'; וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה, איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ, 'טרוקענע ביימער' האט אונז דער רבי אנגערופן"; ווייל דער רבי האט געוואלט מיר זאלן עוסק זיין אין אנטרינקען ביימער - מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן.


דער "אמת'ער ברסלב'ער חסיד" האט זיין גאנצע לעבן פארשפרייט אמונה פאר אידישע קינדער און ער האט נישט גערוט קיין איין טאג אין זיין לעבן. ער האט געדרוקט דעם רבינ'ס ספרים אין די הונדערטער מיליאנען און עס איז אים געגאנגען אין לעבן צוריק צו ברענגן די גאנצע וועלט צום אייבערשטן. די אלע וואס רופן זיך 'אֶחְטֶא בְּרֶסְלֶב'עֶר' האבן אים גע'רודפט זיין גאנץ לעבן; מען האט אלע יארן געזאגט: "דאס איז נישט דעם רבינ'ס זאך"; די זְקֶעינִים האבן געשריבן כתבי פלסטר אויף דעם "אמת'ער ברסלב'ער חסיד", אבער ער האט נישט געקוקט אויף קיינעם; ער האט געקוקט אויף ר' נתן זכרונו לברכה - ווי אזוי ער האט זיך מוסר נפש געווען צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אויף די גאנצע וועלט.


די סארט ברכות געפונען מיר אויך אין די הייליגע תורה; דער אייבערשטער זאגט צו אז אויב מען וועט מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה בענטשט די תורה "די סארט ברכות". מיר זאגן דאס יעדן טאג ביי קריאת שמע (דברים יא, יג): "וְהָיָה אִם שָׁמֹעַ", אויב די אידן וועלן גיין אין די וועגן פונעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער געבן רעגן, עס וועט וואקסן אסאך תבואה און מען וועט האבן שפע – "וְאָכַלְתָּ וְשָׂבָעְתָּ וכו'"; אזוי אויך זאגט די תורה (ויקרא כו, ג): "אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ" - וועט זיין גוט בגשמיות.


ווען מען לערנט נ"ך – דעם רבינ'ס מוסר ספר – זעט מען ווי דער נביא געבט אויך די סארט ברכות; דער נביא זאגט פאר די אידן: "אויב וועט איר גיין מיטן אייבערשטן וועט אייך גוט זיין".


איך האב אביסל מאריך געווען כדאי קלאר צו מאכן וואס איז אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד"; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב): ווען מען קומט צום צדיק פאלט אויפן מענטש א שפלות; דער מענטש הייבט אן טראכטן 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', און ווען מען לעבט מיט אזא אמונה ווערט דער מענטש בטל ומבוטל צום אייבערשטן, ווייל ער ווייסט אז יעדע זאך וואס ער האט און וואס ער טוט קומט פונעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה כז, ב): אויפן פסוק (איוב מא, ג): "מִי הִקְדִּימַנִי וַאֲשַׁלֵּם", דער אייבערשטער פרעגט: "ווער האט מיר געפעדערט פאר איך האב אים קודם געגעבן; "מִי קִילֵּס לְפָנַי עַד שֶׁלֹּא נָתַתִּי לוֹ נְשָׁמָה וְכוּ'", ווער קען מיר דען לויבן אן דעם וואס איך זאל אים האבן געגעבן קודם א נשמה? "מִי עָשָׂה לִי מַעֲקֶה עַד שֶׁלֹא נָתַתִּי לוֹ גַּג, מִי עָשָׂה לִי מְזוּזָה עַד שֶׁלֹא נָתַתִּי לוֹ בַּיִת וְכוּ'", ווער קען מקיים זיין מצות מעקה און מצות מזוזה פאר איך האב אים געגעבן א הויז? עיין שם; דאס איז אן ערליכער איד - ער לעבט מיטן אייבערשטן; ביי אים איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער. דאס לערנט אונז דער רבי: מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן; און דאס איז דער סימן צו א מענטש איז אן "אמת'ער ברסלב'ער חסיד", אויב פאלט ארויף אויף אים שפלות, און דאס קען מען נישט זען פון אינדרויסן.


מיר האבן געהאט די זכיה אז דער "אמת'ער ברסלבער חסיד" איז געקומען אין ישיבה געבן שיעורים פאר די בחורים, ער פלעגט זאגן שטענדיג פאר די בחורים: "אויב וועט איר לערנען אסאך משניות אויפן רבינ'ס סדר דרך הלימוד, אזוי ווי א "אמת'ער ברסלבער חסיד" פירט זיך, וועט איר האבן אלעס גוטס סיי ברוחניות און סיי בגשמיות; איר וועט האבן שיינע קארס, שיינע הייזער און איר וועט לעבן א חיים טובים".


דער "אמת'ער ברסלבער חסיד" פלעגט שטענדיג חזר'ן אז מותרות איז טייטש ווען מען לעבט אנעם אייבערשטן, דעמאלט איז אלעס איבעריג. אבער ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס ער האט קומט פונעם אייבערשטן, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און אויף אלעס וואס ער האט, דעמאלט איז נישטא קיין מותרות. און פארקערט אויך, ווען א מענטש האט אן אלטע צעבראכענע הויז ביים עק שטאט מיט צעבראכענע פענסטערס, אויב לעבט ער נישט מיטן אייבערשטן איז א גרויס רחמנות אויף אים, אז ער האט נישט דער וועלט און נישט יענער וועלט.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיך נישט לאזן נארן בזה העולם, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, איר זאלט זיך נישט לאזן נארן ווייל די וועלט נארט אייך; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן און מיר זאלן שטענדיג געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "מיין גאנצע נחת און תענוג איז ווען איך זע ווי מיינע תלמידים פירן זיך מיט יראת שמים און דינען דעם אייבערשטן. איך האב אלעס מפקיר געווען; מיין לעבן, מיין ווייב און מיינע קינדער - אלעס נאר פאר ענק".


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיר נישט; ווייל ווען עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר - און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס וועט ער זייער חרטה האבן, טראכטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.