שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך בין אסאך דורכגעפאלן, כ'האב נישט קיין טעם אין לעבן, וואס טו איך?
שמחה, תשובה, עצבות, עבירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור וואס איז שוין דורכגעגאנגען גאר אסאך אין לעבן, שוין פון גאר יונג האב איך זיך געשאפט א סמארטפאון און געזען דארט פארשטייט זיך כל דבר אסור, און זיך אנגעקניפט מיט שעדליכע עלעמענטן. זייט דעמאלט האב איך געהאט אסאך ירידות און עליות, איך האב געהאט גוטע צייט וואס איך האב זיך אריינגעלייגט אין לערנען און געווען ערליך און געשפירט גוט, ווידער האב איך צייטן וואס ס'קומט מיר צוריק אין מח די אלע שלעכטע זאכן, און איך וויל נאר זיין שלעכט, און אלעס אוועקווארפן.


איך שפיר נישט קיין שום טעם אין לעבן. באמת אין הארץ וויל איך זיין וואויל און טון דעם רצון ה', אבער די נסיונות זענען אסאך מאל שטערקער ווי מיר. איך מוז האבן א גוטע עצה ווי אזוי מצליח צו זיין אין מיין לעבן, און ווי אזוי צו האבן א סיפוק און טעם אין מיין לעבן.


פארן קיין אומאן, אדער אנדערע ברסלבע עצות, איז נישט גוט פאר מיר, ווייל מיין טאטע וועט מיר זיכער נישט לאזן.


א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט אריין געפאלן אין קוקן עבירות רחמנא לצלן, זיך פארבינדן מיט עבירות השם ישמרינו, און דו האסט אזויפיל געזינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, וואס אויף דעם שטייט (משלי ב, יט): "כָּל בָּאֶיהָ לֹא יְשׁוּבוּן וְלֹא יַשִּׂיגוּ אָרְחוֹת חַיִּים", ווער עס פאלט אריין אין דעם קען שוין נישט צוריק קומען צום אייבערשטן.


איין נחמה האסטו נאך; דער אייבערשטער האט אונז געשיקט א מתנה אין אונזער דור דער הייליגער רבי וואס האט רחמנות אויף אידישע קינדער - בפרט אויף די וואס פאלן אראפ אין עבירות, ער ווייזט זיי א וועג זיי זאלן קענען צוריק קומען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): אמת אז אין זוהר הקדוש שטייט (פרשת ויחי, ריט:) אז ווער עס איז פוגם בפגם הברית, רחמנא לצלן, העלפט נישט קיין תשובה, אבער דער רבי זאגט "שֶׁבְּזֶה הַמַּאֲמָר זוֹהַר אֵין שׁוּם אָדָם מֵבִין הַפְּשָׁט, רַק הוּא לְבַד", אז אין דעם שטיקל זוהר פארשטייט נישט קיינער פשט, נאר ער, "וְהַכְּלָל, שֶׁבֶּאֱמֶת מוֹעִיל תְּשׁוּבָה בְּוַדַּאי עַל חֵטְא זֶה, אֲפִילּוּ אִם הִרְבָּה לִפְשֹׁעַ, חַס וְשָׁלוֹם" און ער זאגט אז עס העלפט יא תשובה.


איי וועסטו פרעגן ווי קען זיין אזא זאך אז דער רבי זאגט אנדערש פונעם זוהר הקדוש?! רבי נתן פרעגט דאס (ליקוטי הלכות תפילין, הלכה ד, אות ד): ווי אזוי קען זיין אזא זאך אז דער זוהר הקדוש זאגט אז ווען א מענטש איז פוגם בברית העלפט נישט קיין תשובה, און דער רבי זאגט אז עס העלפט יא תשובה? זאגט רבי נתן זייער א וויכטיגע זאך, וואס איז וויכטיג צו וויסן אין לעבן. אז באמת העלפט תשובה אויף יעדע עבירה, עס איז נישט דא קיין עבירה וואס מען זאל נישט קענען תשובה טון דערויף, נאר וויבאלד די עבירה פון פגם הברית איז זייער א גרויסע עבירה, ווייל ווען א מענטש איז פוגם בברית רייסט ער זיך אפ פונעם אייבערשטן, דערפאר, ווען דער מענטש וויל תשובה טון דארף ער אריבער גיין דעם נסיון, ער דארף הערן ווי מען זאגט אים: "דו קענסט שוין נישט תשובה טון!" אויב האט ער שכל און ער זאגט: "איך גיי נישט אוועק פונעם אייבערשטן אויף קיין שום פאל, צי מען דארף מיר יא צי מען דארף מיר נישט, איך פונעם אייבערשטן וועל זיך קיינמאל נישט אפטיילן; איך נעם זיך פאר מער נישט צו זינדיגן, נישט קיין חילוק צי איך וועל יא ווערן א צדיק צי נישט, נישט קיין חילוק צי איך וועל מיר דארפן מיין גאנץ לעבן מוטשען", אזא איינער וועט זוכה זיין צו תשובה טון. אבער איינער וואס האט נישט קיין שכל נעמט דאס אן בפשטות, און זאגט: "איך קען שוין נישט תשובה טון, איך בין דערנאך".


דו בעטסט מיר אן עצה ווי אזוי דו קענסט ארויסקריכן פון די עבירות אין וואס דו זינקסט; אז דו ווילסט באמת ארויס קריכן פון דיינע שמוציגע מעשים נעם דעם רבינ'ס עצה, און אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן קענסטו נאך ארויס קריכן פון דיינע עקלדיגע מעשים; די עצה פאר דעם איז "תורה", אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער ליגט שוין אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק, לִלְמד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך" וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן", האט דער רבי אים געענטפערט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס; אפילו א מענטש האט פוגם געווען אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב דער מענטש וועט יעדן טאג לערנען תורה, ער וועט זיך מאכן א קביעות צו לערנען 'כך וכך', וועט ער ווערן אן ערליכער איד"; זעט מען אז תורה קען יעדן איינעם העלפן און יעדן צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


בדרך כלל די אלע וואס זענען אראפ געפאלן אין ביטערע עבירות, בפרט אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, האבן שוין נישט קיין מח צו פארשטיין לערנען, ווייל דער מח איז זיי פארברענט געווארן פון די עבירה. די איינציגסטע וועג פאר זיי איז אז זיי זאלן נעמען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן סימן עו) און גורס זיין אסאך פרקים משניות, אפילו בלי הבנה כלל; דאס וועט זיי ארויס שלעפן פון זייער פלאנטער און זיי אפהאלטן פון זייער רגילות'ער.


ועל כולם זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות; שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן און בעט אים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט זיך ארויס זען פון די טומאה און פון די קליפות וואו דו ביסט איין געפאלן. בעט אים ער זאל דיר שוין געבן א שידוך אז דו זאלסט קענען זיין אפגעהיטן פון עבירות, דאס איז א עצה אויך פאר אמונה.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן שכל צו פאלגן דעם רבי'ן וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך דיר טוישן, דו וועסט ווערן א פרייליכער מענטש און אן ערליכער איד.