תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
עס איז געווען ביי אונז אין שטאט א גרויסע "אסיפת הצלה" קעגן טעכנעאלאגיע, איך בין אהינגעגאנגען מיט עטליכע חברים צו מאכן הפצה, מיר האבן דארט אויסגעטיילט אומגעפער צוויי טויזנט קארטלעך, און איך בין יעצט אהיימגעקומען עלף אזייגער ביינאכט.
אויפ'ן וועג אהיים האט מיר אפגעשטעלט א חסידישער אינגערמאן און ער זאגט מיר אז ער וויל א מינוט זען מיין וועסטל, ווייל ער האט געהערט אז די היינטיגע בחורים האבן א נייע סארט וועסטל, און ער בעט מיר צו קומען מיט אים הונטער דעם בנין, איך בין געגאנגען מיט אים, און ער הויבט מיר אן אויסטון די בעקיטשע און אנכאפן דעם וועסטל, און דאן האט ער אנגעהויבן אריינלייגן זיין הענט אין מיין העמד און אנגעהויבן גלעטן.
איך האב נישט געכאפט קודם וואס ער וויל, אבער אזוי ווי איך ליין יעדע וואך די "עצתו אמונה" האב איך זיך דעמאלט געכאפט אז דער איז פשוט א מנוול, און איך האב אנגעהויבן אנטלויפן. ער האט מיר שטארק אנגעכאפט, אבער איך בין געווען שטערקער פון אים און איך בין אנטלאפן פון דארט. ברוך ה' אז איך בין געראטעוועט געווארן.
איך האב געוואלט בעטן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל שרייבן מער פון דעם, זיך אכטונג צו געבן פון קראנקע מענטשן, ווייל נאר צוליב דעם בין איך געראטעוועט געווארן. איך בין א יונגער בחור און אין מיין תלמוד תורה רעדט מען נישט פון דעם.
יישר כח ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיך ראטעווען דאס לעבן, יעצט בין איך געוואויר געווארן אז די "אסיפת הצלה" איז אין "עצתו אמונה".
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת וישב, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א נס האסטו אז דו ביסט געראטעוועט געווארן פון דעם מניוול, קומענדיגע מאל זאלסטו זיין נאכמער פארזיכטיג; אויב א פרעמדער רופט דיך אין א ווינקל - זאלסטו נישט גיין; זאלסט קיינמאל נישט גיין מיט א פרעמדער מענטש וועם דו קענסט נישט - אין א שטילע ליידיגע פלאץ וואו מענטשן דרייען זיך נישט, ווייל עס איז מסוכן.
נעם א משניות און זאג פרקים משניות. האסט יעצט בר מצוה געהאט, די יונגע יארן זענען אזוי טייער, יעדן טאג אין די יונגע יארן איז אזוי ווי יארן אויף די עלטער. זאג משניות אויפן קול, זאג ארויס הויך די ווערטער פון משניות, מען קען זוכה זיין דורך זאגן משניות אז נשמות פון הימל זאלן זיך באווייזן, דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען אז א מגיד פון הימל זאל קומען צו אים לערנען תורה, דורך זאגן אסאך פרקים משניות.
אויך זאלסטו יעדן טאג זאגן תהילים, פרוביר צו ענדיגן יעדע וואך ספר תהילים, טייל עס איין לויט די טעג, און אז די קומסט נישט אן - זאלסטו עס ענדיגן במשך די וואך, און אז דאס איז אויך צו סאך פאר דיר - זאלסטו זאגן יעדן טאג עפעס תהילים.
שרייב מיר איין מאל א וואך א בריוו, איך וויל זיין נאנט מיט דיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.